רבי גדלי' יוסף בערינשטיין מבראנזוויל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלדמאן »

[יידישעס טאגעבלאט, Friday, October 22, 1909;
אטעטשמענטס
berenstein.png
rgb.png
rgb.png (3.14 KiB) געזען 4348 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיר האבן גראדע אין די לעצטע טעג געמאכט גאר שטארקע פארשריט אין נאכגיין די שפורן פון ר' גדלי' יוסף בערינשטיין, מיר האבן אפגעפונען אלע קינדער און ארומיגע משפחה מיטגלידער און זייער באגרעבעניש, אויך האבן מיר געהאט טעלעפאנישע געשפרעכן מיט אן אייניקל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בנימין ליב, יעקב יצחק און משה בער, די טאכטער מרים גיטל סאנקין מיטן מאן, ליגן באערדיגט אין א חלקה וואס רופט זיך די "גדליהו יוסף בערינשטיין פאמיליע אסאסיאציע" אין מאנטיפיורע סעמיטערי, דארט ליגן אלע ארומיגע פאמיליע מיטגלידער ווי די היממעלשטיין'ס, קעסין'ס, שבת, באגאסלאוו א.נ.

אברהם אשר איז געווען א מיטגליד אין די פירמע Caldwell Holmes & Bernstein און שפעטער פון O'Dwyer & Bernstien זיין געביין האבן מיר נאכנישט אפגעפונען. זיין פרוי, מרת רבקה (דרוקער) די לעצטע משפחה מיטגליד פון ר' גדלי' יוסף וועלכע איז געווען א רעפארטער פארן נוא יארקער טריביון, איז געשטארבן אין הויכן עלטער פון 105 יאהר אום 1995.
אטעטשמענטס
DSC_1076.jpeg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

הרב רייכבערג וואס מאכט א תעמולה ארום בערינשטיין, האט מיר אריינגעשיקט א דעפעשע אויפצואווייזן שווארץ אויף ווייס וויאזוי כ'האב אלץ א טעות געהאט וועגן בערינשטיין און אט ווייזט זיך בעשיינפערליך אויס אז שוין מיט 90 יאהר צוריק איז דאס געווען א צו ציאונגסט ארט פאר אלפי רבבות אידן אזש אום די הייליגע טעג פון תרפ"ט זענען אזויפיל ווי 150,000 אידן ארויס זיך משטח צו זיין אויף די קבר פונעם צדיק רבי גדלי' יוסף זצ". איך ברענג אהער דער פיקטשער מיט די אויפשריפט.

איך קען זיך נאר דאס נישט מוחל זיין אז כ'האב אפילו אמאל נאר א טעות געהאט אין דעם, ווארשיינליך האב איך נישט געהאט די זכי'.

פֿאָרװערטס, יום שני, ספטמבר 10, 1928 = ערב סוכות תרפ"ט
אטעטשמענטס
פֿאָרװערטס, יום שני, ספטמבר 10, 1928.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נעבעך, דער הער דאקטער איז שוין זיינער צייט געווען באערדיגט דארט...
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בן בוזי האט געשריבן:הרב רייכבערג וואס מאכט א תעמולה ארום בערינשטיין, האט מיר אריינגעשיקט א דעפעשע אויפצואווייזן שווארץ אויף ווייס וויאזוי כ'האב אלץ א טעות געהאט וועגן בערינשטיין און אט ווייזט זיך בעשיינפערליך אויס אז שוין מיט 90 יאהר צוריק איז דאס געווען א צו ציאונגסט ארט פאר אלפי רבבות אידן אזש אום די הייליגע טעג פון תרפ"ט זענען אזויפיל ווי 150,000 אידן ארויס זיך משטח צו זיין אויף די קבר פונעם צדיק רבי גדלי' יוסף זצ". איך ברענג אהער דער פיקטשער מיט די אויפשריפט.

בילד

אינטערסאנט מ'זעט דארט אויף לינקס פילע קעסטלעך סאדא אדער וויטשי וואסער, וואס איז לכאורה געווען אנגעגרייט פאר די פילע משתטחים אויפן ציון.

דער עצם בילד איז גאר א אינטערסאנטע זאך, אז אזויפיל אידן פלעגן נאך דאן גיין אויפן בית החיים ערב די הייליגע טעג.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בן בוזי האט געשריבן:הרב רייכבערג וואס מאכט א תעמולה ארום בערינשטיין, האט מיר אריינגעשיקט א דעפעשע אויפצואווייזן שווארץ אויף ווייס וויאזוי כ'האב אלץ א טעות געהאט וועגן בערינשטיין און אט ווייזט זיך בעשיינפערליך אויס אז שוין מיט 90 יאהר צוריק איז דאס געווען א צו ציאונגסט ארט פאר אלפי רבבות אידן אזש אום די הייליגע טעג פון תרפ"ט זענען אזויפיל ווי 150,000 אידן ארויס זיך משטח צו זיין אויף די קבר פונעם צדיק רבי גדלי' יוסף זצ". איך ברענג אהער דער פיקטשער מיט די אויפשריפט.

איך קען זיך נאר דאס נישט מוחל זיין אז כ'האב אפילו אמאל נאר א טעות געהאט אין דעם, ווארשיינליך האב איך נישט געהאט די זכי'.

פֿאָרװערטס, יום שני, ספטמבר 10, 1928 = ערב סוכות תרפ"ט

פלא והפלא הפלא ולעפעלע, אינטערסאנט אז ער זעהט דא בלויז 150 טויזענד, מ'קען זעהן לכה"פ אכט מיליאן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בן בוזי האט געשריבן:150,000 אידן

אריינגעכנט די נפטרים. איז וואר?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

נא_שכל האט געשריבן: דער עצם בילד איז גאר א אינטערסאנטע זאך, אז אזויפיל אידן פלעגן נאך דאן גיין אויפן בית החיים ערב די הייליגע טעג.

אין דעם איז באשטאנען דאס אידישקייט! למעשה איז אזוי געווען איינגעפירט אין רוסלאנד צו פארן אום חדשי אלול-תשרי אויף "קבר אבות" אזוי אז גאנץ אוקראינע איז געפארן אויף רעדער, ס'האט ראטעיטעט.

דא אין אמעריקא איז די זאך בטל געווארן און שפעטר נאך וואס בערינשטיין איז נסתלק געווארן איז עס צוריק נתחדש געווארן אזש ס'פלעגן פארטיילט ווערן ח"י רוטל ווישי וואסער אא"וו.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

דער אימיגרעישן רעקארד אין 1891 פון רבי גדלי' יוסף און זיינע טעכטער לאה און עטל.
אטעטשמענטס
Bernstein.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איינער קען אפשר ברענגען דעם גע'כשר'טן חזיר פיסל וואס איז געווען די וואך אין 'קול ברמה' (דעם ארגינעלן קאפיע געפינט זיך אינעם ערשטן תגובה)

והוקע אותם וכו'!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוראפ האט געשריבן:איינער קען אפשר ברענגען דעם גע'כשר'טן חזיר פיסל וואס איז געווען די וואך אין 'קול ברמה' (דעם ארגינעלן קאפיע געפינט זיך אינעם ערשטן תגובה)

והוקע אותם וכו'!

געווען אויך אין 'די צייטונג', א זשוק אריין עמיצן אין קאפ, נישט נארמאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יוראפ האט געשריבן:איינער קען אפשר ברענגען דעם גע'כשר'טן חזיר פיסל וואס איז געווען די וואך אין 'קול ברמה'?

יוראפ האט געשריבן:איינער קען אפשר ברענגען דעם גע'כשר'טן חזיר פיסל וואס איז געווען די וואך אין 'קול ברמה'

(דעם ארגינעלן קאפיע געפינט זיך אינעם ערשטן תגובה)

אטעטשמענטס
berinstein_eisenstadt.png
Capture (1).JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער פאעט דאליצקי איז זייענדיג אין מאסקווא בעפארן קומען אויף אמעריקא (נאך גירוש מאסקווא) געווען א "מורה עברית" אין שטוב פונעט טעה מאגנאט קלמן וואלף וויסאצקי מיט וועמען ער איז געווען גאר שטארק באפריינדעט, עס איז דא א ספעציעלער ביכל [url=מופת לרבים]http://www.hebrewbooks.org/46650[/url] וואס דער מורה/פאעט האט געשריבן לכבודו פון זיין האר מר. וויסאצקי צו זיין גאלדענע הויכצייט. עס איז דעריבער גאר אינטערעסאנט און מערקוועדיג ווי די צוויי מציבות פון בערינשטיין און וויסאצקי האבן גאר ענליכע שטריכן (מיר ברענגען זיי ביידע, עס איז אן אויסשניט פונעם בוך "רבה של מוסקבה".

איך גלויב אז אויב וויסאצקי וואלט געווען באערדיגט אין אונזער "בעקיארד" וואלט ער פונקט אזוי געצויגן א מאסע ציבור פון בארפיסיגע מתפללים, ליידער האט ער עס נישט דערלעבט...
אטעטשמענטס
visotzky.JPG
visotzky.JPG (31.56 KiB) געזען 4032 מאל
bernstein croped.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ס'איז א 'לא יאומן כי יסופר' וויאזוי איין יחיד פירט אומשולדיגע אידישע קינדער אין באָד אריין על לא עול בכפם, באזירט אויף וואס א פארצייטישער משכיל איז באצאלט געווארן צו שרייבן.

דאס ארויסנעמען די ווערטער אז די נוסח המצבה איז געמאכט געווארן דורך: "המשורר הגדול רמ"מ דאליצקי הי"ו", איז מוכיח אז דער יחיד וויל דא עפעס פארהוילן פונעם המון, וואס דאס איז א פארברעך אקעגן מענטשליכקייט און אקעגן נארמאלקייט צו מסלף זיין פאקטן און פארקויפן שטרוי פארן תמימות'דיגן המון עם.

אידישע קינדער לעכטצן זיך אויסצוגיסן דאס הארץ ביי קברי צדיקים אמתיים וואס האבן באלויכטן אידישע הערצער און מקרב געווען אידן לאביהם שבשמים, און פילן זיך געטראפן אז אנשטאט דעם שיקט מען זיי צו אומבאקאנטע שוכני עפר וואס די ערליכקייט פון זיי (אפילו בימיהם) איז אונטער א ערנסטע פראגע-צייכן.

אידישע קינדער האבן נארוואס געענדיגט מתפלל זיין קנאפע זיבן וואכן א הייסע תפלה, און זענען אנגעוויזן דערויף אויך אויף ווייטער: 'הוֹרֵנִי וגו' וּנְחֵנִי בְּאֹרַח מִישׁוֹר לְמַעַן שׁוֹרְרָי; אַל תִּתְּנֵנִי בְּנֶפֶשׁ צָרָי, כִּי קָמוּ בִי עֵדֵי-שֶׁקֶר וִיפֵחַ חָמָס'. מיר דארפן שטיין ווייט נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך בייזוויליגע פארשוינען וואס מאכן א לעבן אויף אונזער תמימות.
לחיים ולברכה!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחמן נתן האט געשריבן:ס'איז א 'לא יאומן כי יסופר' וויאזוי איין יחיד פירט אומשולדיגע אידישע קינדער אין באָד אריין על לא עול בכפם, באזירט אויף וואס א פארצייטישער משכיל איז באצאלט געווארן צו שרייבן.

אפשר דארף דא ווערן באצייכנט די ווערטער פון הגה"צ ר' שמון מזשעליחוב קעגן די וואס גייען מתפלל זיין ביים קבר פון הגה"צ ר' מאיר שפירא אב"ד לובלין.
ר' שמעולע האט געהאלטן פון ר' מאיר שפירא אלס א גדול בישראל און מרביץ תורה, און האט געהאט צו אים א שטארקע הכרת הטוב, אבער דאך האט ער געהאלטן אז דאס מיינט נאך נישט אז זיין קבר דארף יעצט ווערן א מקום תפלה.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בערינשטיין איז נישט קיין ר' מאיר שפירא, און מיר זענען נישט קיין ר' שמעו'לעס.
במח"כ האט דאס ענין קיין שייכות נישט אהער. מיר רעדן דא פון א זאך וואס איז בגדר "שווינדל" (=פארברעך).
לחיים ולברכה!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נחמן נתן האט געשריבן:'.........................בייזוויליגע פארשוינען וואס מאכן א לעבן אויף אונזער תמימות.

איך בין זייער נייגעריג ווי אזוי יענער איז מרויח פון דעם גאנצען ווינט
אויך פארוואס דאס איז נאך אלץ א טעמא
איך לייג פאר א מאדנע טעאריע
אפשר זענען די אלע זלזולים א טובה לנשמת מר בערענשטיין
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

בן בוזי האט געשריבן:הרב רייכבערג וואס מאכט א תעמולה ארום בערינשטיין, האט מיר אריינגעשיקט א דעפעשע אויפצואווייזן שווארץ אויף ווייס וויאזוי כ'האב אלץ א טעות געהאט וועגן בערינשטיין און אט ווייזט זיך בעשיינפערליך אויס אז שוין מיט 90 יאהר צוריק איז דאס געווען א צו ציאונגסט ארט פאר אלפי רבבות אידן אזש אום די הייליגע טעג פון תרפ"ט זענען אזויפיל ווי 150,000 אידן ארויס זיך משטח צו זיין אויף די קבר פונעם צדיק רבי גדלי' יוסף זצ". איך ברענג אהער דער פיקטשער מיט די אויפשריפט.

איך קען זיך נאר דאס נישט מוחל זיין אז כ'האב אפילו אמאל נאר א טעות געהאט אין דעם, ווארשיינליך האב איך נישט געהאט די זכי'.

פֿאָרװערטס, יום שני, ספטמבר 10, 1928 = ערב סוכות תרפ"ט

איך פארשטיי נישט רייכבערג, אנשטאט צו זאגן, איימסארי... איך האב געגלייבט א מצבה, איך האב גע'דמיונ'ט איך בין אין גאליציע ווי מען קען גלייבן א מצבה (?), ויהי רחום יכפר טעות, קומט ער יעצט מתריע זיין בשער בת רבים, רבותי, איך בין א קאפ פארדרייער...
אגב, דאס וואס רייכבערג זאגט אז הגאון ר' משה פיינשטיין פלעגט גיין א יעדעס יאר צום ציון פון הרב דר. הלל קליין, איך האב געפרעגט ביי משפחה און נאענטע תלמידים, זיי האבן דאס קאטאגאריש אפגעלייקענט.
באמת פארשטיי איך נישטו רייכבערג, עס ליגן דאך בסביבות ב"פ, וויליאמסבורג וכו' אזעלעכע גרויסע מענטשן [נישט נאר פול גרעסער פון בערנשטיין נאר גרעסער פון הרב קליין] פארוואס מאכט ער נישט תעמולה פון זיי. קוקט וואס יונה לאנדא האט געמאכט פון קבר פונם רב הכולל, דאס איז דאך אן אמת'ע זכות פאר אים און פארן כלל, עס זענען דא נאך אסאך גדולים וטובים, ווי מען האט נישט אנגעקומען.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

נחמן נתן האט געשריבן:ס'איז א 'לא יאומן כי יסופר' וויאזוי איין יחיד פירט אומשולדיגע אידישע קינדער אין באָד אריין על לא עול בכפם, באזירט אויף וואס א פארצייטישער משכיל איז באצאלט געווארן צו שרייבן.

דאס ארויסנעמען די ווערטער אז די נוסח המצבה איז געמאכט געווארן דורך: "המשורר הגדול רמ"מ דאליצקי הי"ו", איז מוכיח אז דער יחיד וויל דא עפעס פארהוילן פונעם המון, וואס דאס איז א פארברעך אקעגן מענטשליכקייט און אקעגן נארמאלקייט צו מסלף זיין פאקטן און פארקויפן שטרוי פארן תמימות'דיגן המון עם.

אידישע קינדער לעכטצן זיך אויסצוגיסן דאס הארץ ביי קברי צדיקים אמתיים וואס האבן באלויכטן אידישע הערצער און מקרב געווען אידן לאביהם שבשמים, און פילן זיך געטראפן אז אנשטאט דעם שיקט מען זיי צו אומבאקאנטע שוכני עפר וואס די ערליכקייט פון זיי (אפילו בימיהם) איז אונטער א ערנסטע פראגע-צייכן.

אידישע קינדער האבן נארוואס געענדיגט מתפלל זיין קנאפע זיבן וואכן א הייסע תפלה, און זענען אנגעוויזן דערויף אויך אויף ווייטער: 'הוֹרֵנִי וגו' וּנְחֵנִי בְּאֹרַח מִישׁוֹר לְמַעַן שׁוֹרְרָי; אַל תִּתְּנֵנִי בְּנֶפֶשׁ צָרָי, כִּי קָמוּ בִי עֵדֵי-שֶׁקֶר וִיפֵחַ חָמָס'. מיר דארפן שטיין ווייט נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך בייזוויליגע פארשוינען וואס מאכן א לעבן אויף אונזער תמימות.

די גאנצע מעשה איז מאדנע, אבער אפילו לשיטתו, איך ווער בכלל נישט אנטציקט פון דעם דאליצקיס נוסח, ער שרייבט אפילו נישט קדוש אויף בערנשטיין, נאר אויף דעם גרוב, און וועלכע גרוב איז דען נישט הייליג?
חוץ מזה וואס זעט מען אין דעם נוסח עפעס מער ווי אז ער האט מקיים געווען מצות לימוד התורה און מחנך געווען קינדער??
נאר דאס אז עס איז נישט געבליבן אזוי ווי ר' גדלי יוסף, אוודאי אזוי, וועלכע איד לאזט דען איבער איינעם ווי אים. יעדער איד איז אן עולם מלא.
א תעמולה אין א גלעזל וואסער.
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

פעלדמאן האט געשריבן:[יידישעס טאגעבלאט, Friday, October 22, 1909;

שמעת מינה תרתי,
א. בערנשטיין איז יא געווען א ידיד מיט דאליצקי.
ב. דער שרייבער אליין וואס איז געוויס א חסיד פון בערנשטיין, שרייבט נישט אויף בערנשטיין מער ווי ער איז א לייטישע איד געווען. און היפש סארקאטיש איבער דער מצבה.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

מענין לענין לגבי נאמנות פון א מצבה, זע דא אין שבט הלוי (ד"ה אבל כשגם), אז א אויפשריפט "כהן" אויף א מצבה האט קיין שום משמעות און מען דארף זיך נישט רעכענען מיט דעם

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=181

און בכלל האבן מיר שוין לאנג געוויסט אז אין אמעריקא זענען אפילו די שטיינער טריפה, קיינמאל פארשטאנען פשט דערויף ביז יעצט... (נאטינג פערסענל אויף הרב בערנשטיין ז"ל)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:און בכלל האבן מיר שוין לאנג געוויסט אז אין אמעריקא זענען אפילו די שטיינער טריפה, קיינמאל פארשטאנען פשט דערויף ביז יעצט... (נאטינג פערסענל אויף הרב בערנשטיין ז"ל)

א גוט ווארט קען צונוץ קומען
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

געהערט היינט א אינטערויוו אויף ק"מ פון דרעזנער מיט ר' יונה לאנדא איבער הרב בערנשטיין, ר' יונה הערט זיך עפעס זייער פארווע און טרוקן, זעט אויס אז ער איז אינפארמירט איבער די באריכטן דא
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:געהערט היינט א אינטערויוו אויף ק"מ פון דרעזנער מיט ר' יונה לאנדא איבער הרב בערנשטיין, ר' יונה הערט זיך עפעס זייער פארווע און טרוקן, זעט אויס אז ער איז אינפארמירט איבער די באריכטן דא

זעט אויס איר זענט א קליינע חסיד פון ר' יונה לאנדא, מען דארף נישט זיין עפעס קיין חכם ההרזים צו פארשטיין אז א מצבה מיינט גארנישט. די זעלבע מיט אייזנשטאט [דורות האחרונים] ווער עס ווייסט אז קיבל מה ששמע. איז איינער וואס טוט נאר אביסל אין היסטוריא וויסט גלייך גאנץ גוט אז עס איז גארנישט.
בפרט אז די מצבה איז מתמיה פאר זיך אליין, וואס עפעס של נעלך מעל רגליך, אויפן רמ"א שטייט עס אויך? אויף הרה"ק רבי ר' אלימלך דען יא? נאר אויף וועם יא??? אפשר איז ער גלייך צום סנה, אבער נישט צו וועם האט גערוענט אויפן סנה...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”