רבי גדלי' יוסף בערינשטיין מבראנזוויל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זעה איך אז יענע ציטן האבן אסאך זוכה געווען צו דעם 'של נעליך מעל רגליך',

אין דעם בית החיים אין ניו דזשערסי ווי די באבוב'ער רביים ליגן, איז דא א קבר פון עקיבא צבי קאמין, וואס האט געלאזט אויסקראצן אויף זיין מציבה, אז ווער ס'וועט קומען מתפלל זיין און צינדן א ליכט (געדענק איך נישט פונקט דעם לשון, מ'קען טרעפן די מציבה, ביי "אינטרעסאנטע אויפשריפטן אויף מציבת, איך האב נאר יעצט נישט קיין נערוון דאס נאך צו זוכן), און שרייבט, אז אאויב ער וועט קענען, וועט ער זיך מיעהן פאר אים (איך זאג אויך, אויב כ'וועל קענען וועל איך זיך מיעהן)

און כהיום פארט דער עולם צום ציון פון הרה"ק רבי עקביא צבי קאמין און שוין.....

אזוי אויך, אונטער דעם אוהל פון הרה"ק ר' יצחק אייזיק מסטרעטין (אין דעם אויבנדערמאנטן בית החיים, נעבן דעם אפיס), איז דא א מציבה וואס איז אויך אויסגעקריצט עפעס א של נעליך (נאר דערווייל האט דאס נאך דער ריכטיגער פארשוין נישט אפיר געטראפן)


לדעתי, ס'איז א גרויסע זכיה צו טון פאר נשמות וואס ס'נישטא ווער ס'זאל זארגן פאר זיי, אבער פון דארט ביז גיין כאפן ישועות וכו' וכו' וכו', איז נישט נאר איבערגעטריבן, נאר ברענגט ארויס דעם שפל המצב. און ווי ביטער ס'איז אז מ'זוכט ישועות מיט לעכט

נו זאל דער בוכ"ע זיך מרחם זיין און שיקן יעדן איינעם זיין ישועה, און לאזן די ישני עפר במנוחה נכונה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כלל ישראל איז פאר'יתומ'ט און דעריבער גייט מען היינט אויף בתי חיים.

אום ערב ראש השנה האב איך זיך געקלערט וואספארא רחמנות די בארא פארקער אידן זענען נעבעך, בשעת אידן אין מאנסי זענען געווען ביי די ציונים פונעם סקולענער מיטן ריבניצער, אידן אין שיכון סקווירא ביים ציון פונעם סקווערער רבי'ן, אידן אין קרית יואל ביים סאטמארער רבין אא"וו זכותם יגן עלינו; זענען אידן אין בארא פארק וואס האבן געוואלט גיין מעורר זיין די זכותים פון די צדיקים השוכנים עפר געגאנגען ביים ברעג פון בארא פארק מתפלל זיין דארט. ס'איז אן עוולה נוראה דאס אפצוטוהן פאר אזא עדה קדושה ווי בארא פארק וואס איז אן עיר ואם בישראל, זיי וואלטן געדארפט אויפהייבן א וויי געשריי!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

בן בוזי האט געשריבן: זענען אידן אין בארא פארק וואס האבן געוואלט גיין מעורר זיין די זכותים פון די צדיקים השוכנים עפר געגאנגען ביים ברעג פון בארא פארק מתפלל זיין דארט. ס'איז אן עוולה נוראה דאס אפצוטוהן פאר אזא עדה קדושה ווי בארא פארק וואס איז אן עיר ואם בישראל, זיי וואלטן געדארפט אויפהייבן א וויי געשריי!


ס'איז געווען א עוולה נוראה, יעצט האבן זיי שוין אויך א מקום קדוש ווי צו מתפלל זיין (שטייט דאך קלאר קבר קדוש אויף דעם ציון)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

בן בוזי האט געשריבן:כלל ישראל איז פאר'יתומ'ט און דעריבער גייט מען היינט אויף בתי חיים.

אום ערב ראש השנה האב איך זיך געקלערט וואספארא רחמנות די בארא פארקער אידן זענען נעבעך, בשעת אידן אין מאנסי זענען געווען ביי די ציונים פונעם סקולענער מיטן ריבניצער, אידן אין שיכון סקווירא ביים ציון פונעם סקווערער רבי'ן, אידן אין קרית יואל ביים סאטמארער רבין אא"וו זכותם יגן עלינו; זענען אידן אין בארא פארק וואס האבן געוואלט גיין מעורר זיין די זכותים פון די צדיקים השוכנים עפר געגאנגען ביים ברעג פון בארא פארק מתפלל זיין דארט. ס'איז אן עוולה נוראה דאס אפצוטוהן פאר אזא עדה קדושה ווי בארא פארק וואס איז אן עיר ואם בישראל, זיי וואלטן געדארפט אויפהייבן א וויי געשריי!

אויב אזוי, סקווירא האט א סקווירא רבי, קרית יואל האט אויך א אייגענע רבי, דארף מען זאגן עפעס א בנש"ק זאל ווערן בארא פארק'ער רבי, צו באגליקן די חכמים פון בארא פארק...
איך האב געטראפן רייכבערג'ס שתוף ל. פ. און ער רעדט שוין נישט מיט א זיין פייער ווי פריער, האט די שמועס עפעס אויפגעטוען!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בן בוזי האט געשריבן:כלל ישראל איז פאר'יתומ'ט און דעריבער גייט מען היינט אויף בתי חיים.

אום ערב ראש השנה האב איך זיך געקלערט וואספארא רחמנות די בארא פארקער אידן זענען נעבעך, בשעת אידן אין מאנסי זענען געווען ביי די ציונים פונעם סקולענער מיטן ריבניצער, אידן אין שיכון סקווירא ביים ציון פונעם סקווערער רבי'ן, אידן אין קרית יואל ביים סאטמארער רבין אא"וו זכותם יגן עלינו; זענען אידן אין בארא פארק וואס האבן געוואלט גיין מעורר זיין די זכותים פון די צדיקים השוכנים עפר געגאנגען ביים ברעג פון בארא פארק מתפלל זיין דארט. ס'איז אן עוולה נוראה דאס אפצוטוהן פאר אזא עדה קדושה ווי בארא פארק וואס איז אן עיר ואם בישראל, זיי וואלטן געדארפט אויפהייבן א וויי געשריי!

איך האב א הצעה
דא איז א רשימה פון דיין ידיד'ס זייטעל
פון קברי רבנים אין וואשינגטאן בית החיים

קלייב אויס די פאר אמתדיג גרויסע אידען
און זיי מזכה תושבי בארא פארק
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

אינטערעסאנט וואס איך טרעף דא פון א ספר וואס באשרייבט הרב שמען ארי' שוואבאכער (איך האב נישט דורכגעטוען דעם מענטש, איך נעם נישט קיין אחריות אויב ער איז געווען אן ערליכער אדער נישט)
זעהט שוין באלד אויס ווי של נעליך איז געווען א טעמפלעט פאר מציבה שרייבערס
אטעטשמענטס
Capture.PNG
לעצט פארראכטן דורך אפענע וועלט אום דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 10:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אפענע וועלט האט געשריבן: הרב שמען ארי' שוואבאכער

געוועזן דער רב מטעם הממשלה אין אדעסא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

ספרו, תמונתו, תולדותיו של שוואבאכער
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... A8&pgnum=1
לעצט פארראכטן דורך קאזאבלאנקא אום דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

קוקט אויס ווי פעך און שוועבל אויף שוואבאכער
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... A8&pgnum=2
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:ספרו, תמונתו, תולדותיו של שוואבאכער
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... A8&pgnum=1


פון דעם ספר האב איך געברענגט די נוסח המציבה.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

די וואך אין מאָמענט

עפעס נייעס דארט?
אטעטשמענטס
Capture.JPG
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

הערליכער PDFs א סך הכל פונעם אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

בייגעלייגט איז א הערליכע ארבעט וואס שטעלט צוזאם א ס''ה פונעם אשכול אין פארעם פון אן ארטיקל, הערליך שיין אראפגעלייגט,
תשו''ח פאר די ראדאקציע פונעם ''מאמענט'' פאר'ן אהערשטעלן א שיינעם ארבעט לשביעת רצון פון אייוועלט ליינער און שרייבער, גענצליך אומזינסט.
אטעטשמענטס
M-311202016.pdf
(229.95 KiB) געווארן דאונלאודעד 240 מאל
M-211202016_0001.pdf
(196.83 KiB) געווארן דאונלאודעד 211 מאל
M-111202016_0001.pdf
(191.69 KiB) געווארן דאונלאודעד 208 מאל
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

הערליכער PDFs א סך הכל פונעם אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

בייגעלייגט איז א הערליכע ארבעט וואס שטעלט צוזאם א ס''ה פונעם אשכול אין פארעם פון אן ארטיקל, הערליך שיין אראפגעלייגט,
תשו''ח פאר די ראדאקציע פונעם ''מאמענט'' פאר'ן אהערשטעלן א שיינעם ארבעט לשביעת רצון פון אייוועלט ליינער און שרייבער, גענצליך אומזינסט.
אטעטשמענטס
M-611202016.pdf
(250.38 KiB) געווארן דאונלאודעד 207 מאל
M-511202016.pdf
(211.26 KiB) געווארן דאונלאודעד 214 מאל
M-411202016.pdf
(233.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 216 מאל
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

הערליכער PDFs א סך הכל פונעם אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

בייגעלייגט איז א הערליכע ארבעט וואס שטעלט צוזאם א ס''ה פונעם אשכול אין פארעם פון אן ארטיקל, הערליך שיין אראפגעלייגט,
תשו''ח פאר די ראדאקציע פונעם ''מאמענט'' פאר'ן אהערשטעלן א שיינעם ארבעט לשביעת רצון פון אייוועלט ליינער און שרייבער, גענצליך אומזינסט.
אטעטשמענטס
M-911202016.pdf
(209.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 223 מאל
M-811202016.pdf
(233.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 212 מאל
M-711202016.pdf
(249.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 230 מאל
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

היינט קומט פאר א תפילת ובקשת מחילה פארן פוגם זיין די "של נעלך" צדיקים
אויכעט גייט מען כשר'ן דאליצקי. פאר מער ליינט אינעם "קלאסיפייד"
איינער האט א קאפי?

וואס גייט דא פאר איז דער אינגאנצען צופראסקעט?
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

גבריאל האט געשריבן:היינט קומט פאר א תפילת ובקשת מחילה פארן פוגם זיין די "של נעלך" צדיקים
אויכעט גייט מען כשר'ן דאליצקי. פאר מער ליינט אינעם "קלאסיפייד"
איינער האט א קאפי?

וואס גייט דא פאר איז דער אינגאנצען צופראסקעט?

צופראסקעט מילא.. אבער רבוש"ע איך האב וויכטיגערס וואס צו טאן מיט די געלטער וואס ווערן געשפענדעט דערויף.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

של נעליך! - איש חמודות כמשה רבינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ווי עס ווערט איבערגעגעבן דורך די אויסגערופענע 'של נעליך' פארוואלטונג, קומען שוין פאהר אין די טעג פיבערהאפטיגע הכנות צום גרויסארטיגן ז' אדר הבעל"ט, אוואו שלומי אמוני ישראל וועלן שטראָמען אין די מאסן ביומא דהילולא של משה רעיא מהימנא, צום קבר פון א איש חמודות גענוי ווי משה רבינו ע"ה, און זיך אויסגיסן דאס הארץ צו מתפלל זיין פארן כלל ופרט.

באזונדער רופט דאס אויס גרויס אינטערעסע ביים היימישן ציבור, צוליב דעם וואס ביי משה רבינו שטייט 'ולא ידע איש את קבורתו עד היום הזה', און כלל ישראל לעכצעט דאך אהין צו גיין שופך שיח זיין, דעריבער אז ס'איז אָפּגעפונען געווארן ביי אונז 'אין בעקיאַרד', א גאנץ-מעגליכע 'צדיק נסתר' וואס טראגט אויך דעם זעלבן נאמען, איז דאס ווי געגאסן אז מ'האט דאס צוגעשיקט פאר אונז, אז דער פלאץ זאל אין צוקונפט דינען אלץ א מקום 'מסוגל לישועות'.

מיר האבן איבערגעליינט די מצבה עטליכע מאל, און מיר זענען טאקע איבערצייגט אז ס'שטייט קלאָר און דייטליך ארויסגעשריבן די ווערטער אויפן מצבה אז ער איז געווען א איש חמודות ווי משה רבינו. ס'איז נישט פארהאן קיין שום צווייפל אז ס'האנדלט זיך דא פון א אדם גדול, וואס מ'קען שפירן דארט א 'ספעציעלע עת רצון ווען די נשמה קומט אראפ צום ציון', דעריבער ווערט דער ציבור אויפגעפאדערט אויסצופאלגן די הוראת הסדרנים.

אנגרייטן: שרייבן קוויטלעך אינדערהיים – מיטברענגן א תהלים – צולאזן אנדערע צום ציון.

של נעליך, ווייל: ממשה ועד משה לא קם כמשה.
אטעטשמענטס
Moshe.jpg
Moshe.jpg (210.25 KiB) געזען 5507 מאל
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בן בוזי האט געשריבן:דער פאעט דאליצקי איז זייענדיג אין מאסקווא בעפארן קומען אויף אמעריקא (נאך גירוש מאסקווא) געווען א "מורה עברית" אין שטוב פונעט טעה מאגנאט קלמן וואלף וויסאצקי מיט וועמען ער איז געווען גאר שטארק באפריינדעט, עס איז דא א ספעציעלער ביכל [url=מופת לרבים]http://www.hebrewbooks.org/46650[/url] וואס דער מורה/פאעט האט געשריבן לכבודו פון זיין האר מר. וויסאצקי צו זיין גאלדענע הויכצייט. עס איז דעריבער גאר אינטערעסאנט און מערקוועדיג ווי די צוויי מציבות פון בערינשטיין און וויסאצקי האבן גאר ענליכע שטריכן (מיר ברענגען זיי ביידע, עס איז אן אויסשניט פונעם בוך "רבה של מוסקבה".

איך גלויב אז אויב וויסאצקי וואלט געווען באערדיגט אין אונזער "בעקיארד" וואלט ער פונקט אזוי געצויגן א מאסע ציבור פון בארפיסיגע מתפללים, ליידער האט ער עס נישט דערלעבט...

viewtopic.php?p=1457569#p1457569

של ...
פון קאפ ביז פיס...
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

יוראפ האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:דער פאעט דאליצקי איז זייענדיג אין מאסקווא בעפארן קומען אויף אמעריקא (נאך גירוש מאסקווא) געווען א "מורה עברית" אין שטוב פונעט טעה מאגנאט קלמן וואלף וויסאצקי מיט וועמען ער איז געווען גאר שטארק באפריינדעט, עס איז דא א ספעציעלער ביכל [url=מופת לרבים]http://www.hebrewbooks.org/46650[/url] וואס דער מורה/פאעט האט געשריבן לכבודו פון זיין האר מר. וויסאצקי צו זיין גאלדענע הויכצייט. עס איז דעריבער גאר אינטערעסאנט און מערקוועדיג ווי די צוויי מציבות פון בערינשטיין און וויסאצקי האבן גאר ענליכע שטריכן (מיר ברענגען זיי ביידע, עס איז אן אויסשניט פונעם בוך "רבה של מוסקבה".

איך גלויב אז אויב וויסאצקי וואלט געווען באערדיגט אין אונזער "בעקיארד" וואלט ער פונקט אזוי געצויגן א מאסע ציבור פון בארפיסיגע מתפללים, ליידער האט ער עס נישט דערלעבט...

viewtopic.php?p=1457569#p1457569

של ...
פון קאפ ביז פיס...


פיין.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

שרעקליך.
לחיים ולברכה!
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ערנסטע הכנות אין בעפארגרייטונג צום יארצייט קומענדיגן מאנטאג לך. היי-יאר האבן די עסקנים ארויסגעגעבן ספעציעלע אנווייזונגען ס'זאל נישט קומען צו קיין סכנת נפשות, שרייבן קוויטלעך אינדערהיים איידער'ן קומען, צולאזן אנדערע אידן, און נאך. פרטים יבואו.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

מחר יהיה האות הזה
אטעטשמענטס
2.png
2.png (261.74 KiB) געזען 4390 מאל
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

געזעהן דעם צודרייטן אנאנס אינעם צייטונג ביים ארטיקל איבער הרב הלל קליין זצ"ל. לא על ה'די צייטונג' תלונותי כי אם וכו'.

יא, איך (וואוין טאקע נישט אין בארא פארק, אבער פארט איך) זוך א מקור אז: "בית החיים עירך איז מגין על כל העיר און מ'פועלט ישועות וכל טוב".

וואך איין און וואך אויס, שלאגט מען זיך מיט אלע מיטלען אריינצופרעדיגן דעם טיפשות'דיגן אגענדע וואס דורכשניטליכע נאאיווע ווערן נעבעך נאכגעשלעפט. מאנכע זאגן נאך נאך גאנצעטע לשונות וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, דער עיקר אז ס'איז 'דא אין בעקיאַרד'. צו דער שוכן-עפר האט אמאל אריינגעבליקט אין א ספר צו נישט, דאס איז שוין נישט קיין נפקא-מינה. דער עיקר איז אז 'בית החיים עירך' יש יש.

אינעם פריער-דערמאנטן אנאנס איז פארהאן א תשובה וואס דארף לכאורה דינען אלץ א מקור צום פראגע (ליינט און שטוינט): "הנאה יש לשוכני ארץ שהולכים על קבריהם ומבקשים על נשמתן טובה והם מתפללים על החיים".

איינער זעהט דא עפעס א ענטפער אז 'בית החיים עירך איז מגין על כל העיר און מ'פועלט ישועות וכל טוב'?
-
שוין, האב איך נאכגעקוקט דאס לשון אין ספר חסידים (בכלל נישט דער לשון וואס דער מעתיק ברענגט, כאטש וואס ער שרייבט 'עד כאן', אזוי אז ס'קען זיך דאכטן אז ער איז מעתיק לשונו ככתבו, אבער נו, ס'וועט שוין מיטגיין), וז"ל:
"ברזילי הגלעדי אמר אמות בעירי כי הנייה יש למתים שאוהביהם הולכים על קבריהם ומבקשים לנשמתן טובה ומטיבים להם באותו עולם. וגם כשמבקשים מהם הם מתפללים על החיים וכלב בן יפונה נשתטח על קברי אבות".


ברזילי הגלעדי האט געוואלט שטארבן אין זיין שטאט פאר איין סיבה: ווייל ער האט באקאנטע וואס האבן איהם ליב, און אז ס'וועט זיין גרינג-צוטריטלעך פאר זיי, דאן וועלן זיי קומען צו זיין קבר, וואס דאס וועט זיין פאר איהם א הנאה (ווי דער 'פירוש' שרייבט טאקע 'משום דבעירו הן קרוביו'). נו, וואס זאל אבער טוהן איינער וואס איז א 'אוהב' פאר איינעם וואס ליגט אינדרויסן פון 'גבולי עירך' (ווער רעדט נאך אויב איז דאס נאך קברי אבות), אויף דעם זאגט דער ספר חסידים: אהין זאלסטו פארן געזונטערהייט. קוק וואס כלב בן יפונה האט געטוהן!
אטעטשמענטס
Capture8.JPG
Capture8.JPG (51.2 KiB) געזען 3279 מאל
לעצט פארראכטן דורך נחמן נתן אום מיטוואך מארטש 28, 2018 2:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לחיים ולברכה!
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

נחמן נתן האט געשריבן:געזעהן דעם צודרייטן אנאנס אינעם צייטונג ביים ארטיקל איבער הרב הלל קליין זצ"ל. לא על ה'די צייטונג' תלונותי כי אם וכו'.

יא, איך (וואוין טאקע נישט אין בארא פארק, אבער פארט איך) זוך א מקור אז: "בית החיים עירך איז מגין על כל העיר און מ'פועלט ישועות וכל טוב".

וואך איין און וואך אויס, שלאגט מען זיך מיט אלע מיטלען אריינצופרעדיגן דעם טיפשות'דיגן אגענדע וואס דורכשניטליכע נאאיווע ווערן נעבעך נאכגעשלעפט. מאנכע זאגן נאך נאך גאנצעטע לשונות וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, דער עיקר אז ס'איז 'דא אין בעקיאַרד'. צו דער שוכן-עפר האט אמאל אריינגעבליקט אין א ספר צו נישט, דאס איז שוין נישט קיין נפקא-מינה. דער עיקר איז אז 'בית החיים עירך' יש יש.

אינעם פריער-דערמאנטן אנאנס איז פארהאן א תשובה וואס דארף לכאורה דינען אלץ א מקור צום פראגע (ליינט און שטוינט): "הנאה יש לשוכני ארץ שהולכים על קבריהם ומבקשים על נשמתן טובה והם מתפללים על החיים".

איינער זעהט דא עפעס א ענטפער אז 'בית החיים עירך איז מגין על כל העיר און מ'פועלט ישועות וכל טוב'?
-
שוין, האב איך נאכגעקוקט דאס לשון אין ספר חסידים (בכלל נישט דער לשון וואס דער מעתיק ברענגט, אבער נו, ס'וועט שוין מיטגיין), וז"ל:
"ברזילי הגלעדי אמר אמות בעירי כי הנייה יש למתים שאוהביהם הולכים על קבריהם ומבקשים לנשמתן טובה ומטיבים להם באותו עולם. וגם כשמבקשים מהם הם מתפללים על החיים וכלב בן יפונה נשתטח על קברי אבות".


ברזילי הגלעדי האט געוואלט שטארבן אין זיין שטאט פאר איין סיבה: ווייל ער האט באקאנטע וואס האבן איהם ליב, און אז ס'וועט זיין גרינג-צוטריטלעך וועלן זיי קומען צו זיין קבר, און דאס וועט זיין פאר איהם א הנאה אז 'זיינע ליב-האבער' וועלן קומען צו איהם (ווי דער 'פירוש' שרייבט טאקע 'משום דבעירו הן קרוביו'). נו, וואס זאל אבער טוהן איינער וואס איז א 'אוהב' פאר איינעם וואס ליגט אינדרויסן פון 'גבולי עירך' (ווער רעדט נאך אויב איז דאס נאך קברי אבות), אויף דעם זאגט דער ספר חסידים: אהין זאלסטו פארן געזונטערהייט. קוק וואס כלב בן יפונה האט געטוהן!

אויך האט ער לעצטנס געשריבן אין א בריוו צום צייטונג, נאכברענגענדיג א גמרא אין תענית טז דעם מנהג אז ז' אדר גייט מען ארויף צום בית החיים. דערווייל נישט געטראפן אין תענית טז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”