הגאון רבי וואלף איידליס (וועקער) זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

הגאון רבי וואלף איידליס (וועקער) זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

עס זענען דא מערערע משפחות אייניקלעך פון אים
משפחת איידליס, עסטרייכער, רובין, און נאך
ווער ווייסט עפעס אינפארמאציע איבער אים?

וואס איך ווייס איז:
ער איז געווען א תלמיד פון נודע ביהודה
ער האט מעתיק געווען די הגהות דגול מרבבה אויף יורה דעה, וואס פון זיינע העתקות האט עס דער סענטזארשצער רב בעל בינת יששכר געלאזט דרוקן
ער האט געשטאמט פון הגאון רבי אברהם אבלי כ"ץ זצ"ל
דער רבי אברהם אבלי כ"ץ איז געווען א זון פונעם לחם הפנים זצ"ל דער איידעם פון רבינו המגן אברהם זצ"ל
וויאזוי די קאנעקשן גייט פון רבי וואלף וועקער צו רבי אברהם אבלי איז פארנעפלט, ווער עס ווייסט עפעס דערוועגן זאל ביטע ענטפערן
רבי וואלף האט געהאט א זון רבי זלמן איידליס (אבי משפחת איידליס)
און א טאכטער ? אשת רבי יעקב חסיד זצ"ל א נאנטער תלמיד פון ישמח משה זצ"ל
א ברודער פון רבי וואלף איז געווען רבי מיכל סאמעטער זצ"ל (חותן רבי פינחס סאמעטער, אבי רבי אברהם אבלי דער ממונה אויף די כספי צדקת רבי מאיר בעל הנס (תשובה אין אבני צדק יו"ד סימן ע צו אים איבער די טעמע)
ווער עס ווייסט מער פרטים איבער די משפחה זאל זיך ביטע לאזן הערן
א דאנק
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

ווי פארשפראכן אין אן אנדערן אשכול (איבער'ן יחוס פון די משפחה צום מגן אברהם און מהרש"א) האף איך נאך אפירצוזוכן פון מיינע ארכיוון את אשר אתי בכתובים איבער דעם ענין.

אבער בכדי צוצולייגן לדמותו פון הגאון רבי וואלף וועקער, עלעך מעתיק זיין די טיטלען וואס שטייט אינעם הקדמה צום דגול מרבבה, וואס דאס איז געווען דער לשון וואס איז געשטאנען אויפן פנקס וואס ר' וואלף האט מעתיק געווען די הגהות פונעם נוב"י:

פנקס כתב ישן נושן וכתוב עליו בזה"ל זה הפנקס נשאר מהצדיק הגדול חריף ובקי שפתותיו דובבות בקבר ש״ת מוהר״ר זאב וואלף נפטר בכפר וועקע ע״כ. (ואחר דרישה וחקירה נתברר לי שהוא היה אחיו של הצדיק המפורסם בגלילותינו מוה׳ יחיאל מיכל מסאמעטער זי"ע. והיה גדול ומופלג בתורה ונפטר בכפר הנ״ל זקן ושבע ימים בשנת ת"ר לפ"ק).

אט איז א לינק צום ספר דגול מרבבה
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

יישר כח
כה לחי
כהנה וכהנה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”