די אוסטילא חתונה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אדמיראל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 7:38 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:צווישן די תלמידים זענען געווען א נגיד, א גאון (החידושי הרי"ם), איינער וואס קען זיך גוט טענה'ן (לא הוציא שנתו רח"ל לאחר שנראה כהתחצף להרה"ק מאפטא) און נאך צוויי.

רבי אליעזר בער מגראבאוויץ ונפטר בדמי ימיו

דער חידושי הרי"ם זי"ע פלעגט קרעכצן ווען ער האט שפעטער דערציילט די זכרונות פון יענעם מעמד און געזאגט אז רבי אליעזר בער איז געווען א גרויסער חסיד און ער האט געזאגט ריכטיגע דיבורים, אבער דאס פוגע זיין אינעם כבוד פונעם צדיק, מיט דעם האט ער זיך גורם געווען אן עונש מן השמים, און ער פלעגט זאגן, ווער ווייסט וואס עס איז זיין פלאץ אויף יענער וועלט, נאכדעם וואס דורך איהם איז ארויסגעקומען א משהו פגיעה אינעם כבוד פונעם הייליגער אפטער רב זי"ע.
לעצט פאראכטן דורך אדמיראל אום מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
⛵ קפזת רהרגו ⚓

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:21 pm

אדמיראל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:צווישן די תלמידים זענען געווען א נגיד, א גאון (החידושי הרי"ם), איינער וואס קען זיך גוט טענה'ן (לא הוציא שנתו רח"ל לאחר שנראה כהתחצף להרה"ק מאפטא) און נאך צוויי.

רבי אליעזר בער מגראבאוויץ ונפטר בדמי ימיו .

באקומען אין אישי:

די 5 פרשיסחא תלמידים זענען געווען:

חידושי הרי"ם - גאון
רבי שרגא פייוול מגריצא - חסיד
רבי זושא משעדליץ - חכם
רבי יששכר הורוויץ - גביר
רבי אליעזר בער מגראבאוויץ - אדוואקאט. (ער איז געווען אן איידעם ביי א זון פון יהודי הק')
איך זוך א דזשאב

אברך משי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 12:33 am

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אברך משי » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 9:36 am

די גאנצע חתונה איז געווען לעצטענס זייער שיין באשריבן אין א אידישע גליון, דענק איך נישט וועלכע, ווער ס'ווייסט איז מכובד

אוועטאר
אדמיראל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 9:43 am

נישט גליון עוללות הכרם פון אלכסנדר?
⛵ קפזת רהרגו ⚓

סוד שיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2020 4:06 pm

Re: די אוסטילא חתונה

תגובהדורך סוד שיח » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:32 pm

עי' ספר הרב מאפטא

אוועטאר
אדמיראל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:41 pm

דו מייסט די ספר פון יצחק אלפסי? שווער צו טרעפן...

אבער ס'איז אויף אוצר החכמה
⛵ קפזת רהרגו ⚓

סוד שיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2020 4:06 pm

Re:

תגובהדורך סוד שיח » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:43 pm

אדמיראל האט געשריבן:דו מייסט די ספר פון יצחק אלפסי? שווער צו טרעפן...

מובא באוצר החכמה

popo
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: די אוסטילא חתונה

תגובהדורך popo » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:26 am

""אלפסי" ברענגט כאטש מקורות צו זיינע מעשיות, "בחצרות סאטמאר" האט סתם מעתיק געווען "מנשה אונגאר" וואס איז זיכער געשריבן מיט גוזמאות געמישט מיט סתם באוואוסטע חסידישע מעשיות פון אנדערע צייטן...
חתונה אוסטילא.pdf
(96.95 KiB) דאונלאודעד 60 מאל

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re:

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 11:34 am

אדמיראל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:צווישן די תלמידים זענען געווען א נגיד, א גאון (החידושי הרי"ם), איינער וואס קען זיך גוט טענה'ן (לא הוציא שנתו רח"ל לאחר שנראה כהתחצף להרה"ק מאפטא) און נאך צוויי.

רבי אליעזר בער מגראבאוויץ ונפטר בדמי ימיו

דער חידושי הרי"ם זי"ע פלעגט קרעכצן ווען ער האט שפעטער דערציילט די זכרונות פון יענעם מעמד און געזאגט אז רבי אליעזר בער איז געווען א גרויסער חסיד און ער האט געזאגט ריכטיגע דיבורים, אבער דאס פוגע זיין אינעם כבוד פונעם צדיק, מיט דעם האט ער זיך גורם געווען אן עונש מן השמים, און ער פלעגט זאגן, ווער ווייסט וואס עס איז זיין פלאץ אויף יענער וועלט, נאכדעם וואס דורך איהם איז ארויסגעקומען א משהו פגיעה אינעם כבוד פונעם הייליגער אפטער רב זי"ע.

וואס איז געווען די פגיעה? רבי פרתו?

אוועטאר
אדמיראל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 11:53 am

יא, די אפטא חסידים האבן אנגעהויבן רודערן און ער האט געמוזט ארויסשפרינגען פון א פענסטער.
⛵ קפזת רהרגו ⚓

אדם א מענטש
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אדם א מענטש » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:43 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:א מעשה מיט אראפהאקן א צלם?

אויב איך געדענק גוט איז עס די זעלבע מעשה פון "אויס קאזאק" נאר אן אנדערע גירסא. נישט אזוי?

יע

נו אפשר פארציילסטו די מעשה

popo
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: די אוסטילא חתונה

תגובהדורך popo » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:39 am

די אנדערע גירסא איז, אז די חסיד פארשטעלט ווי א קאזאק האט ארפ געהאקט א צלם פון די עק גאס מיט זיין האלצערנעם שווערד, צו זיין מזל האט די פריץ דאס באמערקט, אפטע רב האט געזאגט ער וועט מאכן די משפט, און ער האט געהייסען אראפרייסען זיין קאזאקישע אוניפארם שרייענדיג אויס קאזאק ובזה שיכך זעמו.

ליפשיטץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: די אוסטילא חתונה

תגובהדורך ליפשיטץ » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:56 am

ווער איז דאס, דער "מנשה אונגר" , וואס האט געשריבן די גאנצע זאך ???
הכו"ח לכבוד התורה ולומדיה
הק' ב. ליפשיטץ
נו"נ למרנן אבותינו ורבותינו הקוה"ט נבג"מ זצוקללה"ה זי"ע

אוועטאר
אדמיראל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:27 pm

האט דערציילט דער חידושי הרי"ם זי"ע (וואס איז געווען צווישן די תלמידים וואס דער רבי רבי בונם האט געשיקט צו די חתונה) אז ווען אלע געסט זענען שוין געזעצן אויף זייערע פלעצער, דערנאך איז אריינגעקומען דער אפטער רב און ער האט זיך געזעצט אויף זיין פלאץ און ער האט געזאגט דברי תורה, און אזוי האט דער אפטער רב דעמאלטס געזאגט מליץ יושר צו זיין אויף אידישע קינדער:

עס איז באקאנט אז ס'זענען דא 'חילוקי דיעות' צווישן דער באשעפער און כנסת ישראל, דער אייבישטער בעט פון די אידן "שובו אלי ואשובה אליכם" אז איר זאלט זיך קודם צוריקקערן צו מיר און תשובה טוהן, און נאכדעם וועל איך זיך צוריקקערן צו ענק, אבער כלל ישראל זאגט "השיבנו ה' אליך ונשובה" אז נאר ווען דער באשעפער וועט אונז צוריקקערן צו איהם דעמאלטס וועלן מיר האבן כח תשובה צו טוהן.

האט דער אפטער רב געזאגט "און איך זאג אז אודאי זענען די אידישע קינדער גערעכט מיט זייער טענה, ווייל זיי זענען דאָך אלע פארנומען מיט עולם הזה'דיגע ענינים, דער מיט פרנסה, דער מיט א מחלה ח"ו, און דער מיט תפיסה ח"ו, אויב אזוי ווי קען מען פארלאנגען אז זיי זאלן תשובה טוהן? און אויך דוד המלך איז מסכים מיט מיר, ווי עס שטייט (תהילים קאפיטל פ"ה) "הַלֹא אַתָּה תָּשׁוּב" אז דו רבונו של עולם מוזט אונז צוריקקערן, און עס איז נישטא קיין אנדערע עצה נאר "תְּחַיֵּנוּ" דו זאלסט מחיה זיין און אויפלעבן אידישע נפשות אז זיי זאלן האבן פרנסה "וְעַמְּךָ יִשְׂמְחוּ בָךְ" אידן זאלן זיך קענען פרייען, ווייל אויב נישט, נאר מ'וועט זיין פארנומען מיט פרנסה און נישט האבן קיין שמחה וועט מען נישט קענען תשובה טוהן.

און דעריבער זאל זיין "הַרְאֵנוּ ה' חַסְדֶּךָ וְיֶשְׁעֲךָ תִּתֶּן לָנוּ" אז דער באשעפער זאל אונז ווייזן זיינע חסדים און ישועות".

נאכדעם איז דער אפטער רב געבליבן שטיל פאר קורצע וויילע, און ער האט זיך אנגערופן צום עולם "נאכדעם וואס איך זאג אזוי, און אויך דוד המלך איז מסכים מיט מיר, יעצט לאמיר הערן וואס וועט דער אייבערשטער זאגן צו דעם" און דער אפטער רב האט אראפגעבויגן זיין קאפ און ער האט צוגעלייגט זיין אויער צום טיש ווי איינער וואס וויל עפעס הערן, און דערנאך האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט די פסוקים וואס שטייט דארט אין תהלים "אֶשְׁמְעָה מַה יְדַבֵּר הָקֵל" איך וועל הערן וואס דער באשעפערזאגט, "כִּי יְדַבֵּר שָׁלוֹם אֶל עַמּוֹ וְאֶל חֲסִידָיו" דער באשעפער איז גרייט משפיע צו זיין גוטס פאר אידישע קינדער, אבער מיט איין תנאי, אז אידישע קינדער וועלן צוזאגן און זיך מקבל זיין פון יעצט און ווייטער צו זיין גוט "וְאַל יָשׁוּבוּ לְכִסְלָה" און זיי וועלן זיך מער נישט צוריקקערן צו טוהן שלעכטס...

ווען דער חידושי הרי"ם האט דערציילט די מעשה, האט ער צוגעלייגט אז ווען דער אפטער רב האט זיך צוגעבויגן צום טיש האט עס אויסגעזען ממש ווי ער הערט יעצט די ווערטער פונעם רבונו של עולם אליינס כביכול.
⛵ קפזת רהרגו ⚓

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: די אוסטילא חתונה

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:52 pm

אויב איך מעג זיך מתחצף זיין צום הער אדמיראל און פרעגן, מקור?

אוועטאר
אדמיראל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 3:34 pm

אוודאי מעג מען פרעגן, די מקור איז גליון עוללות הכרם פון אלכסנדר.
⛵ קפזת רהרגו ⚓

אדם א מענטש
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: די אוסטילא חתונה

תגובהדורך אדם א מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:25 pm

קאנטרי מאוד האט געשריבן:אויב איך מעג זיך מתחצף זיין צום הער אדמיראל און פרעגן, מקור?

ספר מאיר עיני הגולה תולדות הרי''מ

אוועטאר
אדמיראל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:07 pm

יישר כח פאר די מקור!

קרעדיט: אוצה"ח

אוסטילא.png
אוסטילא.png (196.29 KiB) געזעהן 171 מאל
⛵ קפזת רהרגו ⚓

אדם א מענטש
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: די אוסטילא חתונה

תגובהדורך אדם א מענטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:13 am

ער איז עס נישט מעתיק 100% מדויק. ער שרייבט ''דערנאך האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט די פסוקים וואס שטייט דארט אין תהלים "אֶשְׁמְעָה מַה יְדַבֵּר הָקֵל" איך וועל הערן וואס דער באשעפערזאגט, "כִּי יְדַבֵּר שָׁלוֹם אֶל עַמּוֹ וְאֶל חֲסִידָיו" דער באשעפער איז גרייט משפיע צו זיין וכו''
אין די מקור שטייט וכו' עיין שם. אנטשולדיג איך קען נישט גוט טייפען

אדם א מענטש
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: די אוסטילא חתונה

תגובהדורך אדם א מענטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:15 am

אגב כ'זעה די ברענגסט עס פון אוצה''ח, דאס איז בחינם?

אוועטאר
אדמיראל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:28 am

דאכט זיך אז ס'איז פון די בלעטער וואס מ'קען זען אומזינסט
⛵ קפזת רהרגו ⚓


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט