די אוסטילא חתונה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג יוני 10, 2018 7:44 am

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » זונטאג יוני 10, 2018 5:41 pm

[quote="בראשית ברא"]http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/40Pinches-5771/VgiliTzadikimBB[/quo
שיינע ארבייט
ייש"כ

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » זונטאג יוני 10, 2018 8:40 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:
זעליג האט געשריבן:
החריף האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר די פרטים פין דער מעשה וואס איז פארגעקומען ביי דער גרויסע אויסטילא חתונה? הרה"ק מאפטא זי"ע, וחסידי פרשיסחא ?

דא האסטו

ביי מיר שטייט ביי דעם לינק: הדף אותו חיפשתם איננו קיים!
איז אפשר קען איינער פארציילן די מעשה דא. וישר כוחכם למפרע.

http://beta.hebrewbooks.org/reader/read ... hlts=&ocr=

ישר כוחכם הרב "פאראינטערסירט"
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » זונטאג יוני 10, 2018 10:09 pm

אסאך ביכער אויף די נושא קאצק זענען געשריבען געווארן דורך אויסגעשפראכענע משכילים וואס האבן געטראפן אין קאצק א געשמאקע מיטל מיט וואס צו שטיפן זייערע פאבריקאציעס
#חכמים הזהרו

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג יוני 10, 2018 10:21 pm

די שאלה איז נאר אויף וועמענס חשבון איז די צייט געשטיפט געווארן, פון דעם ביכל ווייזט זיך אויס אז דער מחבר האבן געשטופט די צייט אין פוילין, נישט אין גאליציע, וד"ל.

אז א צאנזער המשכה זאל נאכשרייבן פון דעם מקור גייט מיר נישט און קאפ אריין, נישט דוקא אלס קנאות, נאר פשוט אלס קראנטקייט פון די זאך.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 6:48 pm

מער פרטים בהמשך אי"ה
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 6:50 pm

איך זוך א דזשאב

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 6:55 pm

טייל זאגן אז עס איז פארגעקומען בשנת תקפ"א
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:53 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:טייל זאגן אז עס איז פארגעקומען בשנת תקפ"א

ערשטנס א יישר כח פארן עפענען דעם אשכול, הלואי זאל אידישע היסטאריע ווערן א טייל פון אייוועלט.

א קליינע הערה, לויט די שיטה אז די חתונה איז פארגעקומען שבת וילך תק"פ, ווערט יעצט 201 יאר. ווייל תק"פ איז וילך געווען נאך ראש השנה, און האזינו צווישן יו"כ און סוכות.

די אנדערע מקור פון תקפ"א, איז אנהייב חודש אלול.
צוגעלייגטע
20200906_195051.png
20200906_195051.png (60.88 KiB) געזעהן 632 מאל
לעצט פאראכטן דורך אסדר לסעודתא אום זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך א צווייטער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:57 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן: הלואי זאל אידישע היסטאריע ווערן א טייל פון אייוועלט.

הלואי זאל אידישע היסטאריע צוריק ווערן א טייל פון אייוועלט.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:46 pm

יארן צוריק נאך אלס בחור האב איך אמאל געפארשט די חתונה מיט אלע איינצלהייטן. וויפיל איך געדענק זענען דאס די הויכפונקטן:

הרה"ק מאפטא איז געווען דער צדיק הדור, זיידע פון חתן אדער כלה. טויזנטער אידן זענען געקומען לכבודו, און ס'איז געווען 200 ווייסע בעקיטשעס ביים חתונה.

די תורה פרייטאג צונאכטס איז געווען די באקאנטע תורה אויף לפיכך יפארו ויברכו לקל כל יצוריו. אז שבת אליין איז משבח ואומר, און וועגן דעם לפיכך קענען מיר אויך.

ביים קבלת פנים האט זיך דערקענט די גרויסע חכמה פון הרה"ק מאפטא ביי די מעשה פון "אויס קאזאק" צופרידנצושטעלן דעם מיניסטער וואס האט נישט געקענט דורכגיין.

רבי בונם מפשיסחא איז נישט געקומען צום חתונה ווייל די תלמידים האבן נישט געלאזט און זיך אונטערגעווארפן אונטער די רעדער כדי ער זאל נישט נתבזה ווערן דורך מתנגדי פרשיסחא.

אנשטאט אים איז געקומען 5 פון זיינע גרויסע תלמידים פארשטעלן זיין צד אין די גרויסע מחלוקה צווישן תלמידי ה'יוד הק'. די דין תורה אויב מ'זאל אים לייגן אין א ח' איז פארגעקומען בשעת שבע ברכות.

צווישן די תלמידים זענען געווען א נגיד, א גאון (החידושי הרי"ם), איינער וואס קען זיך גוט טענה'ן (לא הוציא שנתו רח"ל לאחר שנראה כהתחצף להרה"ק מאפטא) און נאך צוויי.

ביים חתונה האט מען אויסגערופן אז ווער ס'האט נישט מתקן געווען חטאת נעוריו זאל נישט טאנצן.

דער סבא קדישא פון ראדאשיץ איז געווען בדחן.

דער רוזינער האט געהאט א מצוה טאנץ, ער איז געווען דעמאלטס בערך 22 יאר (נולד תשרי תקנ"ז), און דער אפטא רב האט אים אויסגערופן 'מלך ישראל'.

ווער ס'האט נאך סחורה זאל ארויסלייגן...
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:21 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יארן צוריק נאך אלס בחור האב איך אמאל געפארשט די חתונה מיט אלע איינצלהייטן. וויפיל איך געדענק זענען דאס די הויכפונקטן:

דער רוזינער האט געהאט א מצוה טאנץ, ער איז געווען דעמאלטס בערך 22 יאר (נולד תשרי תקנ"ז), און דער אפטא רב האט אים אויסגערופן 'מלך ישראל'.

ווער ס'האט נאך סחורה זאל ארויסלייגן...

דארט איז געווען די מעשה אז דער הייליגער אפט'ע רב האט געדרייעט דעם גארטל פאר'ן הייליגן ריזינער און געזאגט אז ער גארטלט אן א ספר תורה?

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:טייל זאגן אז עס איז פארגעקומען בשנת תקפ"א

ערשטנס א יישר כח פארן עפענען דעם אשכול, הלואי זאל אידישע היסטאריע ווערן א טייל פון אייוועלט.

א קליינע הערה, לויט די שיטה אז די חתונה איז פארגעקומען שבת וילך תק"פ, ווערט יעצט 201 יאר. ווייל תק"פ איז וילך געווען נאך ראש השנה, און האזינו צווישן יו"כ און סוכות.

די אנדערע מקור פון תקפ"א, איז אנהייב חודש אלול.

אלול תק"פ איז נישט געווען נאך א וילך?

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:28 pm

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:טייל זאגן אז עס איז פארגעקומען בשנת תקפ"א

ערשטנס א יישר כח פארן עפענען דעם אשכול, הלואי זאל אידישע היסטאריע ווערן א טייל פון אייוועלט.

א קליינע הערה, לויט די שיטה אז די חתונה איז פארגעקומען שבת וילך תק"פ, ווערט יעצט 201 יאר. ווייל תק"פ איז וילך געווען נאך ראש השנה, און האזינו צווישן יו"כ און סוכות.

די אנדערע מקור פון תקפ"א, איז אנהייב חודש אלול.

אלול תק"פ איז נישט געווען נאך א וילך?

אלול תק"פ איז געווען נצבים וילך צוזאמען. דאס מיינט אז אויב ס'איז געווען פרשת 'וילך תק"פ' האט עס געמוזט זיין א יאר פריער, תשרי תק"פ.
צוגעלייגטע
20200906_212710.png
20200906_212710.png (58.53 KiB) געזעהן 531 מאל
איך זוך א דזשאב

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:31 pm

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:יארן צוריק נאך אלס בחור האב איך אמאל געפארשט די חתונה מיט אלע איינצלהייטן. וויפיל איך געדענק זענען דאס די הויכפונקטן:

דער רוזינער האט געהאט א מצוה טאנץ, ער איז געווען דעמאלטס בערך 22 יאר (נולד תשרי תקנ"ז), און דער אפטא רב האט אים אויסגערופן 'מלך ישראל'.

ווער ס'האט נאך סחורה זאל ארויסלייגן...

דארט איז געווען די מעשה אז דער הייליגער אפט'ע רב האט געדרייעט דעם גארטל פאר'ן הייליגן ריזינער און געזאגט אז ער גארטלט אן א ספר תורה?

יא! שכוח פארן דערמאנען.

דאס אז די רוזינער איז געווען 22 יאר שטימט טאקע נאר אויב די חתונה איז געווען תשרי תק"פ, נישט אלול תק"פ. עטליכע טעג שפעטער איז ער געווארן 23.
איך זוך א דזשאב

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:35 pm

פארגעסן צו שרייבן נאך א נקודה, ליידער האט די זיווג נישט עולה יפה געווען און די קשר איז נישט געווען של קימא.
איך זוך א דזשאב

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:39 pm

אויך איז באקאנט אז ביי די חתונה האט איינער בטעות אנגעגאסן די ווייסע בעקיטשע פון עפעס א קליינע רעבעלע מיט "קאשע" (צווישן 200 ווייסע בעקיטשעס איז מסתמא געווען א שיינע פאר זעלבסט געקרוינטע...)

האט דער הייליגער ראדעשיצער זיך אנגערופן, אז יענער האט מסתמא געהאט א שווערע "קשיא" אויף די ווייסע בעקיטשע, און די קשיא האט זיך אויסגעגאסן אויף די בעקיטשע...
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:45 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארגעסן צו שרייבן נאך א נקודה, ליידער האט די זיווג נישט עולה יפה געווען און די קשר איז נישט געווען של קימא.

פון וואו נעמט איר דאס, זי איז אוועק בקיצור ימים, און איבערגעלאזט איין טאכטער
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:52 pm

זעה איך יעצט און שו"ת שו"מ מהד' ז' סימן ה' אז הרה"ק מאפטא האט ביים אויסטילע חתונה מוחה געווען בנוגע שניידן האר פון א בהמה קודם שחיטה עיי"ש

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:05 pm

ויתן לך האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארגעסן צו שרייבן נאך א נקודה, ליידער האט די זיווג נישט עולה יפה געווען און די קשר איז נישט געווען של קימא.

פון וואו נעמט איר דאס, זי איז אוועק בקיצור ימים, און איבערגעלאזט איין טאכטער

דבר ידוע. יש אומרים אז איין טאכטער איז געבליבן פון דעם זיווג ויש חולקים.

בייגעלייגט פון קונטרס וגילו צדיקים, סאטמאר ב"ב
צוגעלייגטע
20200906_220248.png
20200906_220248.png (68.38 KiB) געזעהן 464 מאל
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 12:19 am

א מעשה מיט אראפהאקן א צלם?
כאפט אפ !! שרייבט אראפ !! למען ידעו !!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער:
OldpicturesMonroe@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 12:46 am

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:א מעשה מיט אראפהאקן א צלם?

אויב איך געדענק גוט איז עס די זעלבע מעשה פון "אויס קאזאק" נאר אן אנדערע גירסא. נישט אזוי?
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8309
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 12:51 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:א מעשה מיט אראפהאקן א צלם?

אויב איך געדענק גוט איז עס די זעלבע מעשה פון "אויס קאזאק" נאר אן אנדערע גירסא. נישט אזוי?

יע
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אלול תק"פ - אלול תש"פ 200 יאר פון די גרויסע אויסטילע חתונה

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 4:35 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:מער פרטים בהמשך אי"ה

נו, ווען קומט א לענגערן ארטיקל?

הושענה למען יושבת וממתנת...

אוועטאר
אדמיראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 7:17 pm

איך זע אז ס'איז שוין דא אן אשכול דערוועגן: די אוסטילא חתונה

דער אפטער רב זי"ע האט זיך אנגערופן ביי די חתונה "דער עולם פון אויבן, איז אסאך גרעסער ווי דער עולם פון אונטן". מיינענדיג צו זאגן דערמיט אז
פונעם עולם העליון זענען געקומען צו גיין נאך מער געסט ווי פון די וואס זענען געקומען פון דער וועלט. און דערנאך האט ער צוגעגעבן "נישט נאר באיכות, פון דעם רעד איך נישט, נאר איך מיין טאקע בכמות" אז נישט בלויז אין רוחניות זענען זיי גרעסער און חשוב'ער ווי די אורחים פון עולם הזה, דאס איז דאך פשוט, נאר אפילו אין כמות - אין 'צאל' זענען זיי אויך פיל מער ווי די אורחים.
⛵ קפזת רהרגו ⚓

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט