בלאט 1 פון 7

רבי אבי עזרא זעליג ובנו רבי חיים מאיר יחיאל השרף ממאגלניצא

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2012 1:39 pm
דורך בןהרחמן
אזוי ווי איך זעה נישט קיין באזונדערע אשכול איבער די צדיקים לבית מאגלניצא וועל איך זיין דא דער פותח.

רבי אבי עזרא זעליג ממאגלניצא זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי רביה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע, שם זו' היתה הרבנית לאה פערל ע"ה
זייער זון איז געווען הרה"ק רבי חיים מאיר יחיאל זצ"ל הנודע בשם "השרף ממאגלניצא".

איך האב די וואך באקומען א ידיעה פון אן עסקן אינעם באקאנטן מוסד "אבותינו" אז די וואך זענען די עסקנים אראפגעפארן קיין מאגלניצא צו מברר זיין און טרעפן די פונטליכע גבולי הביה"ח ויסודות האוהל אין מאגלניצא.

היינט האב איך באקומען די וועכנטליכע בולעטין פון "אבותינו" און איך זעה דארט וואו זיי מעלדן די בשורה טובה איבער די היסטארישע אנטדעקונג אז מיט צוויי טעג צוריק מיטוואך האבן זייערע שלוחים געפינען די אריגינעלע יסודות האוהל און א חלק פון די מצבה פון הרבנית לאה פערל ע"ה בת רביה"ק מקאזניץ זי"ע, ווי אויך א שטיקל מצבה וואס איז מעגליך צו זיין פונעם שרף ממאגלניצא זצ"ל.
זעהט דא

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2012 2:00 pm
דורך יהיה כן
געוואלדיג
טאקע פלאי פלאות
מיט איר איז געווען די מעשה אז די קינדער האבן זיך נישט געהאלטן ווייל די נשמות זענען געווען פון גאר הויעך, האט איר הייליגער טאטע דער מגיד גע׳עצה׳ט זי זאל זיך אנטון א מלבוש פון א פריצ׳טע, וכך הוה ונולד השרף זי״ע (די מעשה האט דערציילט דער באקאנטער פיאסעצנער חסיד ר׳ אלעזר ביין וועלכער האט נאך געזעהן דעם מלבוש ביים פיאסעצנער רבין זצ״ל)

זכותו הגדול יגן עלינו

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2012 2:31 pm
דורך שויתי'ניק
א בילד?

געשריבן: מוצ"ש מאי 05, 2012 9:34 pm
דורך יוראפ
שויתי'ניק האט געשריבן:א בילד?

פון וועם? וואס?

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 1:21 am
דורך גובערנאטור
שויתי'ניק האט געשריבן:א בילד?

אויבן אין די לינק
זעהט דא

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 1:47 am
דורך dovidal
יומד של השרף חל ביום טו אייר זי"ע

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 8:50 am
דורך ראובן ינקובסקי
מי יכול להעלות כאן את התמונה של המצבה החדשה של אם השרף?

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 10:09 am
דורך יהיה כן
ראובן ינקובסקי האט געשריבן:מי יכול להעלות כאן את התמונה של המצבה החדשה של אם השרף?

עדיין לא חידשו המצבה, יהיה מנין על הציון ביום היאצ״ט של השרף, ואח״כ בימים הקרובים יתחילו עסקני מוסד אבותינו לשפץ את הביה״ח ולהקים האהל, מצבה, החדשה
עדיין עוסקים בבירור מצבת המאגלניצער כי לע״ע מצאו כמה שברי מצבה ועל אחת מהם חרות ׳מאיר יחיאל׳ לפי ההשערה זה הוא של מצבת המאגלניצער
גם מצאו אצל יסודות האוהל הנוכחי עוד אוהל, לע״ע משערים שזה אוהל הה״ק ר׳ יעקב ממאגלניצא בן הנוע״א מליזענסק זי״ע

אבל מה שתמוה בעיני למה קברו את הרבנית במאגלניצא עיר רבנותו של בנה ואיפה נקבר בעלה הה״ק ר׳ אבי עזרא זעליג?

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 11:34 am
דורך יוראפ
ראובן ינקובסקי האט געשריבן:מי יכול להעלות כאן את התמונה של המצבה החדשה של אם השרף?

מ'האט שוין געברענגט די לינק 2 מאל.... צום דריטן מאל

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 10:41 am
דורך מיללער
מורא'דיג, ס'פריידט דאס הארץ צו זעהן אז נאך אזויפיל יארן קען מען נאך אלס טרעפן אריגינעלע אוטענטישע איבערבלייבענישען פונעם אלטן אמאל, א יישר-כח הרב בן הרחמן פאר די חשוב'ע ידיעות און דער נייער אשכול.

נאר דער זון ר' חיים מאיר יחיאל 'דער שרף' האט געוואטנט אין מאגלניצא, דער פאטער ר' אביעזרא זעליג חדב"ן המגיד מקאזניץ האט געוואונט אין גרעניצא.
-

אשכולות איבער מאגלניצא אייניקלעך באח"ב:

ר' אביגדור שפירא מטשענסטחוב:
viewtopic.php?p=208380#p208380

ר' קלונימוס קלמיש שפירא מפיאסעצנא:
viewtopic.php?p=202012#p202012

ר' חיים שפירא מפלאצק:
viewtopic.php?p=91501#p91501

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 11:30 am
דורך מיללער
די קינדער פונעם שרף פון מגאלניצא חתן הרה"ק ר' אלעזר בן הרבי ר' אלימלך מליזענסק:

1. ר' יעקב יצחק שפירא מבלענדוב בעל אמת ליעקב
2. ר' אלימלך שפירא מגראדזשיסק
3. ר' אבי עזרא זעליג שפירא מסטריא (חתן ר' אברהם יעקב מסדיגורא אבי שושלת דרוהביטש-גוואזדיץ)
4. ר' משה יוסף שפירא מגריצא
5. ר' אברהם יהושע העשיל שפירא ממאגלניצא
6. חתנו ר' אברהם אלחנן אונגאר מקאלאשין ב"ר מרדכי דוד מדאמבראווא
7. חתנו ר' יהודה הורוויץ ממעליץ

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 11:40 am
דורך מיילעך
להוסיף:
חתנו ר' יהודה הורוויץ ממעליץ.

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 11:58 am
דורך מיללער
מיילעך האט געשריבן:להוסיף:
חתנו ר' יהודה הורוויץ ממעליץ.

הוספתי ותקנתי, ייש"כ

ומי היה ר' ישראל נתן דוד ב"ר אבי עזרא זעליג אלעזר שפירא מקאזניץ שנטמן בווארשא?

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 12:36 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:די קינדער פונעם שרף פון מגאלניצא חתן הרה"ק ר' אלעזר בן הרבי ר' אלימלך מליזענסק:

1. ר' יעקב יצחק שפירא מבלענדוב בעל אמת ליעקב
2. ר' אלימלך שפירא מגראדזשיסק
3. ר' אבי עזרא זעליג שפירא מסטריא (חתן ר' אברהם יעקב מסדיגורא אבי שושלת דרוהביטש-גוואזדיץ)
4. ר' משה יוסף שפירא מגריצא
5. ר' אברהם יהושע העשיל שפירא ממאגלניצא
6. חתנו ר' אברהם אלחנן אונגאר מקאלאשין ב"ר מרדכי דוד מדאמבראווא
7. חתנו ר' יהודה הורוויץ ממעליץ

מציבת ר' אברהם יהושע העשיל בהרה"ק השרף ממאגלניצא בהביה"ח בעיר ווארשא, נפטר בשנת תרל"ח

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 12:43 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:די קינדער פונעם שרף פון מגאלניצא חתן הרה"ק ר' אלעזר בן הרבי ר' אלימלך מליזענסק:

1. ר' יעקב יצחק שפירא מבלענדוב בעל אמת ליעקב
2. ר' אלימלך שפירא מגראדזשיסק
3. ר' אבי עזרא זעליג שפירא מסטריא (חתן ר' אברהם יעקב מסדיגורא אבי שושלת דרוהביטש-גוואזדיץ)
4. ר' משה יוסף שפירא מגריצא
5. ר' אברהם יהושע העשיל שפירא ממאגלניצא
6. חתנו ר' אברהם אלחנן אונגאר מקאלאשין ב"ר מרדכי דוד מדאמבראווא
7. חתנו ר' יהודה הורוויץ ממעליץ

בני הרה"צ ר' יעקב יצחק מבלענדוב בן השרף ממאגלניצא:

א. ר' יוסף מנחם מבלענדוב
ב. ר' אבי עזרא זעליג אלעזר מקאזניץ
ג. ר' ישעי' מגריצא
ד. ר' משה מביאלא
ה. ר' שלום מקוויז ופרשיטיק
א בילד פונעם אוהל אין ווארשא אויפן ציון פון הרה"ק ר' יעקב יצחק מבלענדוב בן השרף ממגאלניצא, ווי אויך א בילד פון די מציבה פון זיין אייניקל ר' יוסף חיים שפירא חתנו של ר' שמעלקא מקאזניץ (למי פרטים?)

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 1:59 pm
דורך מיללער
ספר 'שיחות חיים' דברי תורה וסיפורי מעשיות מהרה"ק ר' חיים מאיר יחיאל, השרף ממאגלניצא זצ"ל:
http://hebrewbooks.org/3630

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 2:02 pm
דורך הסרפד
מיללער האט געשריבן:ומי היה ר' ישראל נתן דוד ב"ר אבי עזרא זעליג אלעזר שפירא מקאזניץ שנטמן בווארשא?

ר' אבי עזרי זעליג אלעזר מקאזניץ איז בן ר' יעקב יצחק מבלענדוב הנ"ל וחתן ר' אלעזר מבעלזא בן השר שלום. ס' החסידות מדור לדור (אלפסי) רעכנט פון זיינע קינדער: ר' יוסף דיין בקאזניץ, ר' יעקב אדמו"ר האחרון מקאזניץ בעיר קאזניץ, ר' אלימלך מווארשא (אבי ר' שלום מלאדז מח"ס אוהב שלום) ור' נפתלי בווארשא.
עס זעהט זיך אויס אז ר' ישראל נתן דוד איז נאך א זוהן.

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 2:11 pm
דורך רבבה
לפלא שעל בנין האוהל בווארשא כתוב ר' יעקב יצחק ממאגלניצא .בשעה שבעולם הוא נקרא ר' יעקב מבלענדאוו .וחידוש הוא שאף אחד מבניו לא נשארו במאגלניצא .אך עיקר ממלא מקומו הי' הרה''ק ר'אלימלך מגראדזשיסק נבג''מ וסריו הקדושים אמרי אלימלך ודברי אלימלך הם ספרי יסוד בחסידות .ויש לו שם ושארית כי אדמור''י קארלין -סטאלין ולוצק וקאזניץ-תל אביב הם נכדיו

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 2:12 pm
דורך הסרפד
הסרפד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ומי היה ר' ישראל נתן דוד ב"ר אבי עזרא זעליג אלעזר שפירא מקאזניץ שנטמן בווארשא?

ר' אבי עזרי זעליג אלעזר מקאזניץ איז בן ר' יעקב יצחק מבלענדוב הנ"ל וחתן ר' אלעזר מבעלזא בן השר שלום. ס' החסידות מדור לדור (אלפסי) רעכנט פון זיינע קינדער: ר' יוסף דיין בקאזניץ, ר' יעקב אדמו"ר האחרון מקאזניץ בעיר קאזניץ, ר' אלימלך מווארשא (אבי ר' שלום מלאדז מח"ס אוהב שלום) ור' נפתלי בווארשא.
עס זעהט זיך אויס אז ר' ישראל נתן דוד איז נאך א זוהן.

יעצט געטראפן: "תעודת בני הרה"ק ר' זעליג אלעזר מפה קאזיניץ" איז דער ערשטער:
ישראל נתן דוד בהרה"צ זצללה"ה חתן הרה"צ מקאלשין

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 12:11 am
דורך בןהרחמן
מיללער האט געשריבן:בני הרה"צ ר' יעקב יצחק מבלענדוב בן השרף ממאגלניצא:

א. ר' יוסף מנחם מבלענדוב
ב. ר' אבי עזרא זעליג אלעזר מקאזניץ
ג. ר' ישעי' מגריצא
ד. ר' משה מביאלא
ה. ר' שלום מקוויז

נישט מפרשיטיק? והוא אביו של ר' אביגדור מטשענסטחוב.

מצבת האברך ר' צבי הירש אלימלך בן ר' שלום מפרשיטיק, נפטר בצעירותו כ' סיון תרס"ט, ונטמן בביה"ח החדש בקראקא
אינטערעסאנט אז עס שטייט אויף די מצבה ר' יצחק יעקב מבלענדוב נישט יעקב יצחק.

רבי אברהם אלחנן

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 1:51 am
דורך dovidal
רבי אברהם אלחנן חתנו של השרף נשא בת השרף וכשנפטרה נשא אח"כ נכדת החוזה מלובלין ולא כמ"ש בכמה מקומות להיפך ונשא נכדת החוזה בשנת תר"ט באותו שנה שנפטר השרף
הרב אברהם אלחנן הו"ל ספר עבודת ישראל מחו"ז

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 8:57 am
דורך הסרפד
אגב, האט ר' אברהם אלחנן אויך געהאט א זוהן (עס פארשטייט זיך, פון'ם קאזניצער זיווג) בשם ר' אבי עזרי זעליג אלעזר מקאלושין, חתן ר' משה בן השר שלום מבעלזא, וואס חאטש ער האט געהייסן אויפ'ן משפחה נאמען אונגער, האבן זיינע קינדער זיך גערופן שפירא - נישט צו פארמישן מיט דער אויבן-דערמאנטער ר' זעליג אלעזר מקאזניץ ב"ר יעקב יצחק בן השרף וח"ר אלעזר בן השר שלום.

רבי אברהם אלחנן

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 4:03 pm
דורך dovidal
הסרפד האט געשריבן:אגב, האט ר' אברהם אלחנן אויך געהאט א זוהן (עס פארשטייט זיך, פון'ם קאזניצער זיווג) בשם ר' אבי עזרי זעליג אלעזר מקאלושין, חתן ר' משה בן השר שלום מבעלזא, וואס חאטש ער האט געהייסן אויפ'ן משפחה נאמען אונגער, האבן זיינע קינדער זיך גערופן שפירא - נישט צו פארמישן מיט דער אויבן-דערמאנטער ר' זעליג אלעזר מקאזניץ ב"ר יעקב יצחק בן השרף וח"ר אלעזר בן השר שלום.

ווייסט איינער צו רבי אברהם אלחנן האט געהאט קינדער פון דעם זיווג נכדת החוזה מלובלין ?
בספר הנפלא נאמנו מא"ד אינו מדבר מזה רק מביא הילדים שלו אבל לא כותב מאיזה זיווג נולדו

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 11:36 pm
דורך יהיה כן
dovidal האט געשריבן:

אבער איין זוהן זעה איך דארט הייסט 'יעקב יצחק' מסתבר מאוד שנקרא ע"ש זקינו החוזה (משפחת שפיגל אסטראוו קאלושין ב"פ, זענען אייניקלעך פון דעם ר' יעקב יצחק, ס'האט מיר געזאגט אמאל א שפיגל אייניקל, אז זיי זענען דעם רבי'ן פון לובלין'ס אייניקלעך)

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2012 12:16 pm
דורך מיילעך
dovidal האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:אגב, האט ר' אברהם אלחנן אויך געהאט א זוהן (עס פארשטייט זיך, פון'ם קאזניצער זיווג) בשם ר' אבי עזרי זעליג אלעזר מקאלושין, חתן ר' משה בן השר שלום מבעלזא, וואס חאטש ער האט געהייסן אויפ'ן משפחה נאמען אונגער, האבן זיינע קינדער זיך גערופן שפירא - נישט צו פארמישן מיט דער אויבן-דערמאנטער ר' זעליג אלעזר מקאזניץ ב"ר יעקב יצחק בן השרף וח"ר אלעזר בן השר שלום.

ווייסט איינער צו רבי אברהם אלחנן האט געהאט קינדער פון דעם זיווג נכדת החוזה מלובלין ?
בספר הנפלא נאמנו מא"ד אינו מדבר מזה רק מביא הילדים שלו אבל לא כותב מאיזה זיווג נולדו

לר' אברהם אלחנן הי' ד' ילדים. ב' מזיוו"ר בת השרף ממאגלניצא וב' מזיוו"ש נכדת הרבי מלובלין.
אלו הן מזיוו"ר בת השרף:
1) ר' אבי עזרא זעליג מקאלושין (הי' לו בן ע"ש זקינו ר' חיים מאיר יחיאל שפירא מראדיחוב. זקינו של האדמו"ר מנאראל).
2) ר' יהושע העשיל (יחיאל) מגראדזיסק.
ואלו מזיוו"ש נכדת החוזה מלובלין:
3) ר' יעקב יצחק מקאלושין.
4) בתו אשת ר' אברהם שלום פנחס ראטנבערג מאפטא.( זקינו של ר' ישכר בער ר"ב מוואידיסלוב).