ר' אלימלך עקשטיין מבילקא וצאצאיו (ב"א של הבני יששכר)
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2012 9:51 am
ר' אלימלך עקשטיין איז געווען א זון פון א שוועסטער פונעם בני יששכר, דאס הייסט אן אייניקל פון ר' פסח אבי הבני יששכר, ער האט געדינט אלס רב אדער דיין לויט טייל מקורות אין שטאט בילקא.
פון צווישען זיינע באקאנטע אייניקלעך איז געווען ר' מנחם מענדל עקשטיין רב בקליוולאנד אהייא ומלפנים מ"מ בעיר סיגוט ומחבר ספר 'יצירה' (נגד הספר נפלאות מהר"ל) ושא"ס, ר' מענדל איז געבוירן אין שטאט סילאדי צו זיין פאטער ר' יוסף שלמה (נפטר בשנת תר"פ בהערמענשטאט) און זיין מוטער חוה (נפטרה בשנת תרפ"ו בעיר ניו יארק) ר' יוסף שלמה איז געווען א זון פון ר' יצחק אייזיק עקשטיין ב"ר אלימלך מבולקא.
ר' מענדל איז געווארן אן איידעם אין סיגוט ווי ער געווארן א נאנטער ידיד מיט'ן עצי חיים פון סיגוט און ווי געזאגט האט ער דארט געדינט אלס מגיד מישרים, פאר א צייט האט ער געהאט עפעס א פאסטן אין קראסנא און פון דארט איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער האט משמש געווען ברבנות אין ניו יארק קודם און נאכדעם אין קליוולאנד.
נפטר געווארן איז ער אין ניו יארק בשנת תש"ו ומנו"כ בביה"ח בית משה בלאנג איילענד.
(פרטים פון דא:
http://kevarim.com/rabbi-menachem-mende ... -eckstein/
דארט איז אויך דא א לינק צו א בריוו פון הרב עקשטיין צו בלוך, קרעדיט פארנשלאפן)
יעצט עטליכע שאלות;
1. וויאזוי האט געהייסען דער פאטער פון ר' אלימלך מבילקא גיסו של הבני יששכר?
2. האט דער ר' אלימלך עקשטיין שוין געהייסען נאך זיין פעטער דער בני יששכר, אדער איז אלימלך געווען א נאמען אין די משפחה? (לכאורה ידוע שהבני יששכר היה נקרא ע"ש הרבי ר' אלימלך)
3. אין סאטמאר איז דא אסאך אייניקלעך פון ר' אלימלך עקשטיין, משפחת ר' ישראל מאיר עקשטיין, און אויך ר' מאיר שטיין הי"ו איז אן אייניקל, וויאזוי פוקנטליך גייט דער יוחס?