בלאט 1 פון 8

רבי משה יהושע האגער מוויזניץ זצ"ל - כ' אדר תשע"ב

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 1:21 pm
דורך חיס
"הצואה הקדושה" צוואת קדשו של כ"ק מרן אדמו"ר זיעועכי"א הכ"מ

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 1:52 pm
דורך ישלהוסיף
ער פארמאגט שוין אויך א אשכול, מה נאמר, ומה נדבר.
בדורינו אלה ליידער ליידער דער 'בא השמש' איז סאך שנעלער אין גרעסער ווי דער 'זרח השמש'.
פון די גרויסע איז שוין כמעט נישט דא פון פאר די מלחמה, נאך דערצו דער וויזניצער רבי וואס האט נאך משמש געוועהן ברבנות אין א שטעטל אינדערהיים.

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 2:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
ס'איז שוין באלד נישטא קיין רבנים, וואס זענען נאר אפ' געבוירן אין די אלטע היים!!

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 2:11 pm
דורך סביב העולם
אויך פון די וואס זאלן כאטיש אנהאלטן די אלטע שיינע וועגן

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 2:25 pm
דורך יוראפ
דינסטאג גייט פארקומען א גרויסע עצרת אין שכון וויזניץ

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 3:48 pm
דורך גבאי ביהמד
כבוד כל החבירים החשובים

דער אשכול איז היינט געעפנט געווארן דא, און עס האט קארגע 7-8 תגובות, פאר דער אשכול קומט אן ביי די נישט גוטע ווילען מיר אויפקלערן בפומבי וואס עס פעלט פון דעם אשכול און סיבות פ"וו אינעם עבר פלעגט אזא אשכול ווערן פארשפארט אדער אוועקגעפירט, כולי האי ואולי וועלן די חשוב'ע שרייבערס אבאכט געבן ביים מגיב זיין כדאי נישט גורם צו זיין שאדן פאר אנדערע.

1. דער אשכול איז געעפנט געווארן אונטערן קעפל "כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצוקלה"ה", ווי יעדער פארשטייט זענען קיינע פון די טיטלען נישט איבערגעטריבען, אבער זייענדיג אן אשכול צווישען אנדערע 15 בלעטער מיט אשכולות אויף צדיקים נ"ע פון אלע דורות, און אזא קעפל צייגט א חוסר כבוד אין די אנדערע אשכולות, מ'שטיינס געזאגט; ערדט דאס פונעם צמח צדיק, אמרי ברוך, אהבת ישראל, אמרי חיים?

האבן מיר געטוישט דעם קעפל אז עס זאל מצאים זיין מיט די אנדערע אשכולות, מיר בעטן אלע אנדערע פותחי אשכולות זיך אומצוקוקען אויפן פלאץ און געבן אזאנע נעמען אז מ'זאל עס נישט ברויכען טוישען.

2. דאס ערשטע תגובה פון דעם אשכול אנטהאלט מינימאלע אינפארמאציע איבער דעם גדול וועמענס נאמען דער אשכול טראגט, נעמליך זיינע תולדות, זיין יחוס אא"וו, עס האט סך הכל א צוואה (ווסא מיר האבן נישט דורכגעקוקט דערווייל אבער מיר שטעלן אויף די חזקה אז דאס איז דאס טאקע).

מיר האבן שוין כמ"פ געבעטן אז ווען איינער גייט פתיחה מיט א נייע אשכול, איז נישט מער ווי רעכט אז ער זאל צושטעלן לכה"פ די ערשטע פרטים אלס א יסוד פארן אשכול, אז דער שמועס זאל קענען נמשך ווערן אויף די ריכטיגע רעלסן, עס איז דא א ווארט, ווי עס איז נישטא קיין מנהיג איז דער שטן דער מנהיג, מאכט זיכער אז איר זעהט נישט אייער אשכול פארשווינדען ווערן דורך איר איינפעדימען אויף א מהלך וואס גייט שטימען לפי רוח המקום.

3. די תגובות הבאות אחריו, אנשטאט עוסק זיין אינעם גדול איבער וועם דער אשכול איז געגרינדעט פארט אויף אלע ריכטונגען נאר נישט ווי עס באלאנגט, אוודאי איז דאס א רעזולטאט פון סעיף 2 אבער פ"וו זאלן נישט די מגיבים אחריו פרובירען צו שרייבען זאכען וואס איז אינטערעסאנט פאר די ליינער, ווער רעדט פון זיך אריינלאזן אין אזעלכע מסוכנ'דיגע פלעצער פון מחלוקות ופילוגים?

חכמים הזהרו בדבריכם, החכם עיניו בראשו, טראכט אריין איין מאל אדער מער איידער איר שיקט א תגובה, מיט א תפלה פון למען לא ניגע לריק, זעהט אייער ארבייט זאל נישט גיין לטמיון דורך צולייגען קאפ און מח צו די תגובה איז נישט סתם פליטת הקולמוס.

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר


כ"ד הגבאי פה מערכת על הצדיקים בשם הגבאים
(נ.ב. צוויי תגובות זענען אויך געווארן פארמעקט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 3:56 pm
דורך שוטה
וכאן הבן שואל: וואס איז פשט פון 'מרן' ביים אשכול פון ר' משה טייטלבוים מסאטמאר זצ"ל?

כ'האב שוין לאנג געקלערט דערוועגן, אבער יעצט האב איך דאך שוין א הסכמה פונעם גבאי.

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 4:01 pm
דורך גבאי ביהמד
שוטה האט געשריבן:וכאן הבן שואל: וואס איז פשט פון 'מרן' ביים אשכול פון ר' משה טייטלבוים מסאטמאר זצ"ל?

כ'האב שוין לאנג געקלערט דערוועגן, אבער יעצט האב איך דאך שוין א הסכמה פונעם גבאי.


געענטפערט באישית, אזא שאלה/טענה באלאנגט באישית נישט בפומבי.

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 4:09 pm
דורך אננעמער
ער איז געווען א געוואלדיגע מתמיד און תלמיד חכם.
כ'האב געזען א שיינע בילד פון ווען ער איז געווען אין בארא פארק איינע פון די מאל, אינדרויסן זענען געשטאנען הונדערטע אידן און באגלייט בשירה וזמרה, און ער זיצט איבערגעבויגן אויף א קצות!

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2012 12:55 am
דורך מומחה יוחס
נישט סתם א תלמיד חכם נאר א גאון עולם אין יעדער נושא וואס מ'האט גערעדט צו איהם איז ער געוועהן אינדערהיים וכו' וכו'

מ'קען א גאנצע נאכט דערציילן פין זיין התמדה אין גאונות אין די געוולדיגע עבודה אין מידות וכו' וכו'


זי"ע ועכי"א

רבינו בעל ה"ישועות משה" זי"ע

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2012 6:46 am
דורך חיס
מרן רבינו בעל ה"ישועות משה" זיע"א נפטר ביום המר כ' אדר תשע"ב ביום דהילולא של זקינו רבינו הב"ח זי"ע.

ננסה ביחד עם החכמי הפורום שליט"א לברר את היחוס ממרן זצ"ל עד רבינו הב"ח זצ"ל.

א) רבינו בעל ה"ישועות משה" זי"ע.

ב) בן רבינו בעל ה"אמרי חיים" זי"ע.

ג) בן רבינו בעל ה"אהבת ישראל" זי"ע.

ד) בן רבינו בעל ה"אמרי ברוך" ז"יע.

ה) בן רבינו בעל ה"צמח צדיק" זי"ע.

ו) בן רבינו בעל ה"תורת חיים" זי"ע.

ז) בן רבינו בעל ה"אהבת שלום" זי"ע.

ח) בן רבינו ר' יעקב קאפיל חסיד זי"ע.
(תלמיד אור שבעת הימים הבעש"ט זי"ע)

ט) חתן הרב זלמן זצ"ל.

י) חתן הרב שלמה זצ"ל.

י"א) בן רבינו דוד הלוי בעל הטו"ז זי"ע

י"ב) חתן רבינו בעל הב"ח זי"ע.

כמובן שמי שיש לו מה להוסיף בבקשה.

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2012 10:47 am
דורך derech eretz
וואס איז פשט פון די נאמען ישועות משה, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2012 11:05 am
דורך חיס
derech eretz האט געשריבן:וואס איז פשט פון די נאמען ישועות משה, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון


דאס איז נייע נאמען פון הייליגער רבי בעל ה"ישועות (יהושע) משה" זצ"ל.

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2012 11:55 am
דורך איטשע
חיס האט געשריבן:מרן רבינו בעל ה"ישועות משה" זיע"א נפטר ביום המר כ' אדר תשע"ב ביום דהילולא של זקינו רבינו הב"ח זי"ע.
ננסה ביחד עם החכמי הפורום שליט"א לברר את היחוס ממרן זצ"ל עד רבינו הב"ח זצ"ל.
א) רבינו בעל ה"ישועות משה" זי"ע.
ב) בן רבינו בעל ה"אמרי חיים" זי"ע.
ג) בן רבינו בעל ה"אהבת ישראל" זי"ע.
ד) בן רבינו בעל ה"אמרי ברוך" ז"יע.
ה) בן רבינו בעל ה"צמח צדיק" זי"ע.
ו) בן רבינו בעל ה"תורת חיים" זי"ע.
ז) בן רבינו בעל ה"אהבת שלום" זי"ע.
ח) בן רבינו ר' יעקב קאפיל חסיד זי"ע.
ט) חתן הרב זלמן זצ"ל.
י) בן הרב שלמה זצ"ל.
י"א) בן רבינו דוד הלוי בעל הטו"ז זי"ע
י"ב) חתן רבינו בעל הב"ח זי"ע.
כמובן שמי שיש לו מה להוסיף בבקשה.


ח) שם אשת רבי קאפל - בת ר' זלמן: מרת חיה, והיתה נכדת רבינו עובדיה מברטנורא
ט) רבי זלמן היה גר בקאלאמייא
י) רבי זלמן לא היה בן רבי שלמה, רק אשתו מרת בלומא היתה בתו, ורבי שלמה נהרג בלבוב עק"ה - הי"ד
יב) שם אשת הטורי זהב - בת הב"ח - הרבנית רבקה

ט) רבי זלמן הנ"ל היה
בן ר' יעקב קמואל מקאלאמייא
מגזע חכמי פרובניציא נכדי רש"י

אשת רבי קמואל, היתה בת אחותו התוספות יום טוב - אם נקבל שהיה לו להתוספות יום טוב אחות

רבינו בעל ה"ישועות משה" זי"ע

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2012 12:31 pm
דורך חיס
יישר כוח להרב איטשע שליט"א

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2012 3:38 pm
דורך derech eretz
מ'קען יעצט מיטהאלטן א לייוו האק אפ פון די הספדים אין בני ברק אויף קול מבשר 8 1
יעצט רעדט הרה''צ רבי אליעזר דוד פרידמאן פון לאנדאן

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2012 11:16 am
דורך ללמוד וללמד
חיס האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:וואס איז פשט פון די נאמען ישועות משה, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון


דאס איז נייע נאמען פון הייליגער רבי בעל ה"ישועות (יהושע) משה" זצ"ל.

ביטע אויפקלערן.
איז דאס דען אן ענין צו געבן א נאמען פאר א רבי "בעל ה..." נאכן פטירה? געווענטליך אז עס קומט ארויס א ספר פון איהם הייבט מען אן איהם צו רופן על שם הספר אז מען זאל וואוסן פון וועלכע צדיק פון יענעם דינאסטיע מ'רעדט .
אולי איז דא דברי תורה בכתבים, וואס ווערט היצט בא'ארבייט ארויסצוגיין לאור עולם מיט דעם נאמען.

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2012 6:10 pm
דורך אמשטרדם
כ' האב געהערט פון א איד וואס איז אנוועזנד געווען, אז אין די אנהייב תש''כ יארן, איז פארגעקומען אן אסיפה מטעם די אגודת ישראל אין קראונהייטס כמדומה, און דער נפטר ז''ל האט אויפגעטרעטן, ובתו''ד האט ער געזאגט:

''די אלע קינדער וואס קומען יעצט ארויף אויף ארץ ישראל, ווערן ליידער אפגעשמד'ט דורך די רשעים, ס'איז קיין שום טובה נישט אז זיי קומען אן קיין ארץ ישראל. די חברה זענען ערגער פון היטלער, ווייל גדול המחטיאו יותר מההרגו''.

כמובן, די ווערטער זענען נישט פונקטליך, אבער עכ''פ בערך אזוי.

בדרך אגב, ס'הייסט, וכן שמעתי כמ''פ, אז אין די בראשית יארן, פלעגט ער נישט גיין צום בחירות (אדער אריינווארפן א ליידיג צעטיל), איז דא א קראנטער מקור דערויף????

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2012 6:19 pm
דורך שוטה
ס'זעהט אויס אז פאר יעדן גוטן איד איז דא אוועקגעלייגט אפאר אחרי מות - קדושים - אמור מעשיות...

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2012 7:36 pm
דורך מי חכם
רב שוטה, דאס איז געווען א דבר ידוע בחיים חיותו, בצעירותו האט ער אנגעהערט צו די קנאי'שע קרייזן, און לויט מאנכע אפילו געשריבן מאמרים אין "חומתנו" די דאמאלסדיגע נטו"ק גליון.

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2012 7:39 pm
דורך farshlufen
מי חכם האט געשריבן:רב שוטה, דאס איז געווען א דבר ידוע בחיים חיותו, בצעירותו האט ער אנגעהערט צו די קנאי'שע קרייזן, און לויט מאנכע אפילו געשריבן מאמרים אין "חומתנו" די דאמאלסדיגע נטו"ק גליון.

האב איך מורא אז יענע זענען זיך טועה מיט הגרי"מ שעכטער שכתב בהחומה מאמרים חריפים.

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2012 7:42 pm
דורך שטארק זיך
מי חכם האט געשריבן:רב שוטה, דאס איז געווען א דבר ידוע בחיים חיותו, בצעירותו האט ער אנגעהערט צו די קנאי'שע קרייזן, און לויט מאנכע אפילו געשריבן מאמרים אין "חומתנו" די דאמאלסדיגע נטו"ק גליון.

״אום אני חומה״ האט עס דאן געהייסן.
איבער די אינפא, וואלט איך געגליכן א מקור.

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2012 7:46 pm
דורך farshlufen
שטארק זיך, דער נאמען און די נעמען פון די רעדאקטארן האבן זיך געביטן כסדר צוליעב פארשטענדליכע סיבות.

יש תחת ידי איין באנד פון תשי"ז ס'הייסט דאן משמרת חומתינו.

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2012 8:04 pm
דורך מי חכם
ליתר דיוק, איך האב עס געהערט לאנג צוריק און איך געדענק נישט פון וועמען, און איך מיין אז מען רעדט ענדערש פון אן איינמאליגער מאמר נישט קיין קביעותדיקער. דער ענין איז סייווי נישט ניתן לבירור ווייל די כותבים דארטן בכלל - און בוודאי ער - האבן געשריבן מיט פען נעמען, סאו עס דארף אפיר קומען איימיצער פון די רעדאקטארן וואס זאל קענען מעיד זיין בבירור, סאו דערפאר האב איך געשריבן "לויט מאנכע". און ווער עס וויל נישט גלייבן הציל עצמו מכלל פיל"ד.

און דאס איו שוין חוץ פון דעם אז אויף רב קוק דערציילט מען נישט אז ער האט געשריבן אין החומה... ווי אויך דער בריוו איבער די בחירות ווייזט אביסל מיט וועמען ער האט זיך געדרייט.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 22, 2012 1:07 am
דורך הרבטייטעלבוים
נאט אייך א שטיקל צייטונג פון תשל"ו
(א פרייע צינסטישער צייטונג מעריב)
קיקט וויפיל ער האט פארשטאנען און הבלי עוה"ז