רבי משה יהושע האגער מוויזניץ זצ"ל - כ' אדר תשע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 1:19 am

farshlufen האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:רב שוטה, דאס איז געווען א דבר ידוע בחיים חיותו, בצעירותו האט ער אנגעהערט צו די קנאי'שע קרייזן, און לויט מאנכע אפילו געשריבן מאמרים אין "חומתנו" די דאמאלסדיגע נטו"ק גליון.

האב איך מורא אז יענע זענען זיך טועה מיט הגרי"מ שעכטער שכתב בהחומה מאמרים חריפים.

ר' יעקב מאיר שעכטער שכתב באום אני חומה ובהחומה מאמרים, אין זה ר' יעקב מאיר שעכטער מברעסלאב
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 7:38 am

יישר כחכם על הידיעה, קאן גאר זיין אז דער נאמען איז א פיקטיווער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

תגובהדורך זיידענע בעקיטשע » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 12:28 pm

א בריוו וואס איך האב באקומען אין מייל, וואס ליינט זיך פין דעם בריוו פין די בחירות שנת תשטו (וואס סאיז געשריבן געווארן אלס וויזניצער רב) אז די אמרי חיים זצ''ל איז געווען מסופק בנוגע צום בחירות, אבער נאך וואס ער האט געהערט אז די בעלזא רב זצ''ל האט גחתמעט האט ער אויך גחתמעט.


מכתב מהויזנצער רבי.png
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 1:00 pm

דער בריוו איז געווען געדרוקט לעצטע וואך אינעם מכת"ע 'דער איד'.
לחיים ולברכה!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 2:20 pm

ערגעץ האב איך געזען דעם נאמען פונעם מקבל המכתב, געדענק איך נאר נישט וואס און וואו.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אמשטרדם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:54 am

תגובהדורך אמשטרדם » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 3:12 pm

מי חכם האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזען דעם נאמען פונעם מקבל המכתב, געדענק איך נאר נישט וואס און וואו.


אין בחדרי, איז דא א לענגערע אפהאנדלנוג אויף דעם בריוו, און דארטן איז דא צוויי גירסאות איבער דעם מקבל המכתב
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 7:36 pm

נחמן נתן האט געשריבן:דער בריוו איז געווען געדרוקט לעצטע וואך אינעם מכת"ע 'דער איד'.

געווען אין דער בלאט פאר צוויי יאר צוריק ביי די לעצטע בחירות הטמאות

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

דערציילונגען פון די גרויסקייט און הייליגקייט

תגובהדורך חיס » פרייטאג מארטש 23, 2012 5:06 am

דערציילונגען פון די גרויסקייט און הייליגקייט פון מרן בעל ה"ישועות משה" זי"ע
צוגעלייגטע
א.gif
ב.gif

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » פרייטאג מארטש 23, 2012 6:31 pm

ווען איז געווארן דעי ישעות משה ? סהאט מיר גענומען 2 מניט צי כאפען ווער דאס איז
יאנקעל די פופציגער

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

וויקפעדע

תגובהדורך חיס » מאנטאג מארטש 26, 2012 6:36 am


אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובהדורך בערטשע » זונטאג אפריל 01, 2012 11:35 pm

האב איך געהאט די זכי' צו הערן כמה פעמים זיינע שמועסן, און עס איז געווען מתוק מדבש אז עס בענקט זיך נאך.
העמיר דערציילן איין קלייניגקייט ווואס מ'האמיר געהאט די זכי' צו הערן מפה קדשו: אזוי רעדנדיג איבער די פארשפרייטונג פון די מאדעס האט ער דערצייילט אז אינדערהיים איז ער אמאל געווען ביי א אסיפה איבער די פראבלעם פון די דעמאלס'דיגע מאדעס (היינטיגע כווייס נישט וואס....) ביים סוף אסיפה האט מען אים געפרעגט: נו, וואס זאגט איר וויז'ניצע רב, האט ער געענטפערט: איך האלט אז בעפאר מ'איז דן צו מ'מעג יא גיין מיט די מאדעס צו נישט דארף מען צוערשט קלארשטעלן ווער איז אט דער וואס פאבריצירט די מאדעס? לאמיר געבן א קוק ווי דער האלט אויף דער וועלט, גייט ער און מקוה יעדן טאג? לייגט ער ערליך תפילין? לערנט ער א שטיקל חובת הלבבות טעגליך? און דערנאך וועט מען קענען באשליסן צו ממעג אזא איינעם נאכגיין צו נישט......
א זיסע שפראך געהאט... זכותו יגן עלינו
לעצט פאראכטן דורך בערטשע אום מאנטאג אפריל 02, 2012 1:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג אפריל 02, 2012 3:01 am

נלע"ד אז מען זאל דעם שנירל צו-זאם באהעפטן מיט בד"ה - אדמו"ר מוויזניץ ב"ב זצ"ל.


אויך זאל מען צו-לייגן צו דעם קעפל דעם דאטום פון יום הסתלקותו, כ אדר.

אויב וויל מען אויך גיבן א היימישע געפיל פאר זיינע תלמידים און חסידים, אז זיי זאלן זעך דא שפירן איין-גענעם צו וועלן ראגירן,
דאן זאל מען נישט ארויס שרייבן זיין נאמען נאר ענדערש כ"ק אדמו"ר בעל ישועות משה מויזניץ זצ"ל - כ' אדר תשע"ב
ועמך כולם צדיקים

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג אפריל 02, 2012 7:50 am

ביקסאד האט געשריבן:אויב וויל מען אויך גיבן א היימישע געפיל פאר זיינע תלמידים און חסידים, אז זיי זאלן זעך דא שפירן איין-גענעם צו וועלן ראגירן, דאן זאל מען נישט ארויס שרייבן זיין נאמען נאר ענדערש כ"ק אדמו"ר בעל ישועות משה מויזניץ זצ"ל - כ' אדר תשע"ב


א זייטיגע הערה/שאלה?
וואס איז דער נייע מאדע, אז מען טאר נישט שרייבען דער נאמען פון א רבי?
ביז נישט לאנג צוריק האט אין יעדער צייטונג פיגורירט דער נאמען, און עס האט נישט פארמינערט זייער כבוד בכי הוא זה, היינט ווען מען לעזט א צייטונג, דארף מען זיך צומאל ברעכן קאפ צופארשטיין, פון וועמען עס האנדעלט זיך דא?
איך פארשטיי א חסיד וויל נישט שרייבן זיין רבי'ס נאמען, אבער א צעטאראלע פובליק פלאץ, ווי דא, אדער א צייטונג... איך פארשטיי נישט.
עפענט אן אלטער צייטונג און צייגט אייך איבער...

אפשר דארף דאס אן אשכול פאר זיך...

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג אפריל 02, 2012 12:46 pm

איטשע קענסט דאך פרעגען בעסער, הלמאי די וועלט טוהט נישט אזוי ווי באבוב וואס האט נאכגעמאכט בעלזא מיטען ריפען די ערשטע רב די מיטעלע רב די פריערדיגע רב וכו.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5388
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אפריל 02, 2012 12:50 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:איטשע קענסט דאך פרעגען בעסער, הלמאי די וועלט טוהט נישט אזוי ווי באבוב וואס האט נאכגעמאכט בעלזא מיטען ריפען די ערשטע רב די מיטעלע רב די פריערדיגע רב וכו.


בעלזא כמדומה לי איז די איינציגסטע רביסטווע וואס איז געבליבען איינס, ממילא איז שייך צו זאגען די ערשטע רב די מיטעלע וכו', משא"כ אנדערע קהילות האבען זיך צוטיילט.

אויב מאך איך נישט קיין טעות, איז אין באבוב היינט די שפראך די ערשטע רב, די טאטע, די שווער, די זיידע והבן.
די קראך פון די טשעק. יוש!!

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג אפריל 02, 2012 1:10 pm

אזוי אויך אין ליובאוויטש, ניין?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג אפריל 02, 2012 9:27 pm

קען זיין איר זענט גערעכט, טראכטענדיג באמערק איך אז אין ליובאוויטש ריפט מען דער אלטער רבי און די מיטעלע רבי וואס בדורם זענען זיי געווען די איינציגסטע חב"ד רביס, שפעטער ריפט מען דעם צמח מיט דעם רבין מהר"ש און דער רש"ב ווייל בדורם זענען יא געווען עטליכע אנדערע אייניקלעך מכהנים באדמורות חב"ד ממילא זאגט מען דעם נאמען מען זאל קלאר וויסען פון וועם מען רעדט, ביז צום ריי"ץ וואס מן ריפט דער פריערדיגער רבי און דער לעצטער רבי ווייל בדורם איז שוין געווען שטארק אפגעשוואכט די אנדערע ענפי חב"ד ביז זיי זענען גענצלך פארשוינדען געווארען.

דאס איז מיין אייגענע סברה אבער אולי איז עס אמת.

אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 9:58 pm

תגובהדורך אננעמער » מאנטאג אפריל 02, 2012 10:35 pm

כ'ווייס נישט וואס די גאנצע חקירה דא איז.
די זאך איז זייער פשוט. אין וויז'ניץ רופט מען דעם אמרי חיים "דער רבי ז"ל", יעצט אז דער לעצטע רבי איז נפטר געווארן איז אביסל שווער מבחין צו זיין פון וועלכע "רבי ז"ל" מ'רעדט, על כן האט מען עס א נאמען געגעבן קלארער צו מאכן. און אפילו דער ספר "ישועת משה" עקזיסטירט נאכנישט, איז שוין דא פון אים תורות אפגעדרוקט אין גרויסן, און ס'פעלט נישט אויס מער ווי מסדר זיין לדפוס געהעריג.

אזוי טוט מען אויך אין אנדערע פלעצער, חוץ אין פלעצער ווי ס'איז נישטא קיין ספרים פון די רבי'ס למשל סקווירא רופט ביי די נעמען: ר' דוד'ל סקווערער, ר' איציקל סקווערער. באבוב און בעלז מוטשענען זיך טאקע אז סתם פרעמדע מענטשן דארפן טאקע איבערפרעגן 'וועלכע רב ז"ל', אדער 'וועמען רופסטו פריערדיגע רב'.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג אפריל 03, 2012 6:10 am

איך האב נישט גערעדט לגבי די חסידים זעלבסט צווישען זיך, איך לגבי א צייטונג פון א צווייטן קרייז וואס קעיטערעד די גענעראלע פובליק...
צווישן די חסידים, איז פארשטענדליך איז מען וויל נישט רופען ביים נאמען...
אז איך ליין די צייטונג, און עס שטייט אדמו"ר מבאבוב, געוואלד וועלכע באבוב, אדמו"ר מסאטמאר - וועלכע סאטמאר? שרייבטס קלאר
אדמו"ר רבי בן צייון הלברשטאם מבאבוב, אדמו"ר רבי אהרן טייטלבוים מסאטמאר, אדמו"ר רבי יעקב אלטר מגער, אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח מבעלז, מען שפארט זיך איין פאליטיק און עגמת נפש, הן פאר עדיטאר'ס הן קאפוויי פאר די ליינער.....

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג אפריל 03, 2012 2:32 pm

- - - - פארפארן אינגאנצן - - - -

- - - - -

זיין שמירת עינים איז געווען א שם דבר נאך אין די יונגע יאהרן.

עס איז כדאי צו אנמערקן א נקודה, אז ווען ער האט איבערגענומען דעם שרביט הנהגה לאחר הסתלקות אביו זצ"ל, האט ער משנה געווען דאס פלאץ וואו דער טאטע איז געזעסן ביי קבלת קהל. דער פאטער פלעגט זיצן מיטן פנים צום טיר (נישט ביים טיר, נאר ביים אנדערן זייט צימער און דער פנים איז געווען נוכח פני הדלת), ווען ער האט איבערגענומען די הנהגה האט ער זיך געזעצט מיטן רוקן צום אריינגאנג, אזוי אז ווען נשים קומען אריין זאלן זיי שטיין אונטער איהם, און נישט דארפן זיי זעהן אריינקומען.

אזוי אויך איז פיל באקאנט אויף איהם איבער 'שמירת עינים' אין די יונגע יאהרן.
לחיים ולברכה!

אידישעהיסטאריע
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 12:52 pm

תגובהדורך אידישעהיסטאריע » מאנטאג מאי 14, 2012 8:51 pm

די רבי זצ"ל געבט שריים פאר'ן ברידער כ"ק אדמו"ר שליט"א פון מונסי
צוגעלייגטע
rdrd.jpg
אויב איר נוטיגט זיך אין בילדער פון א ספעציפישען צדיק אדער איר האט אומאידענטיפעצירטע בילדער פארבינד זיך מיט מיר אויף JewishCollector@Gmail.com
איך וועל אייך גערן ארויסהעלפן.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג מאי 14, 2012 9:42 pm

על פי תורה איז נישט אויסגעהאלטן צו לייגן א בילד פון א פערזאן וואס איז נישט מסכים אז מען זאל מפרסם זיין זיינע בילדער. לויטן תורה איז דאס ריין גניבה.

בפרט אז ער איז אן אדם גדול וואס האט געזאגט אז ער איז נישט מוחל דערויף בזה ובבא...

הזהרו בגחלתן.

אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובהדורך גובערנאטור » מאנטאג מאי 14, 2012 10:06 pm

זיס האט געשריבן:על פי תורה איז נישט אויסגעהאלטן צו לייגן א בילד פון א פערזאן וואס איז נישט מסכים אז מען זאל מפרסם זיין זיינע בילדער. לויטן תורה איז דאס ריין גניבה.

בפרט אז ער איז אן אדם גדול וואס האט געזאגט אז ער איז נישט מוחל דערויף בזה ובבא...

הזהרו בגחלתן.

אפשר וואלסטו מבאר געווען פון ווי דו נעמסט די "הלכה פסוקה"?

חוץ פון דעם דאס נישט מוחל זיין בזה ובבא איז נישט געווען געשריבן פארן כלל לויט ווי איך געדענק, אפשר האט ער דאס געמיינט אבער ס'שטייט נישט אזוי.

אידישעהיסטאריע
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 12:52 pm

תגובהדורך אידישעהיסטאריע » מאנטאג מאי 14, 2012 10:40 pm

בזה ובבא האט די רבי געשריבן נאר פאר די צייטונגען און בילדער אויסגאבעס כפי שעיני ראו בצמן

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג מאי 14, 2012 11:20 pm

פארוואזשע קלערט איר אז איי וועלט איז אנדערש?

ר' גיבאנטור; אויב ברענג איך אייך פוסקים וואס פסק'ענען אזוי, וועט איר אראפנעמען דעם בילד?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט