ר' דובער האדמו"ר האמצעי מליובאוויטש זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' דובער האדמו"ר האמצעי מליובאוויטש זצ"ל

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 23, 2011 2:54 pm

איך זעה אז מיר פארמאגן נישט קיין באזונדערן אשכול פאר'ן מיטעלער רבי כ"ק אדמו"ר ר' דובער מליובאוויטש זצ"ל וצאצאיו, וועל איך גיין פתיחה מיט אט די אינטערעסאנטע נייעס.

מיט א צייט צוריק איז נתגלה געווארן די מציבה פון אן אייניקל פונעם מיטעלער רבי, ר' ברוך שמואל זאנוויל ב"ר יונה הכהן מזיטומיר חתן כ"ק האדמו"ר האמצעי מליובאוויטש, צופיל פרטים איבער דעם ר' יונה איז נישט באקאנט נאר דאס אז ער מיט זיין רביצין ברכה די טאכטער פונעם מיטעלער רבי זענען געבליבען וואונען אין ליובאוויטש ביז צו זייערע פטירה, היצט זעהט מען אז אויך דער זון ר' ברוך שמואל זאנוויל האט אויך דארט געוואונט ווארשיינליך ושם נטמן לאחר פטירתו ז' א[לול] תרמ"ו

בימים אלו שב הרב יוחנן גורארי' שליח הרבי ורבה של חולון, מביקור מיוחד בעיירה ליובאוויטש ובידו תגלית מדהימה.

בספרות החב"דית (בית רבי, ספר הצאצאים, קיצור תולדות חב"ד) מובא כי הרבנית ברכה בת האדמו"ר האמצעי, נישאה לרבי יונה מז'יטומיר בי"ד שבט תקס"ח, ובמהלך ימי החתונה, הסבא אדמו"ר הזקן אמר מאמרי חסידות, הנדפסים בספר המאמרים תקס"ח.

כמו כן בספר קיצור תולדות חב"ד מצויין כי הרב יונה והרבנית ברכה, התגוררו כל חייהם בליובאוויטש. אולם מלבד זאת אין עוד פרטים ביוגרפיים עליהם.

בימים אלו, במהלך עבודה מיוחדת סביב אוהל רבותינו נשיאינו ובית העלמין בליובאוויטש, אותרה מציבת בנם של הרב יונה והרבנית ברכה.

וזהו נוסח המציבה:


(בכיתוב על המציבה אין גרשיים ונקודות, והם התווספו כאן, בכדי להקל על הקריאה)


נכד אדמו"ר הר"ר

ברוך שמוא[ל] זנויל

בהר"ר יונה הכהן

חתן כ"ק אדמו"ר ר'

[דו]בער נ"ע בן נשיא

[ישר]אל הגאון והק'

[אדמ]ור שניאור זלמ[ן]

מ? נפ' יום ז' א[לול?]

[בש]נת תרמ"ו ת.נ.צ.ב.ה.


פון שטורעם.נט
http://www.shturem.net/index.php?sectio ... ys&id=2599

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג יוני 24, 2011 12:48 pm

א בילד פון די מצבה
צוגעלייגטע
1234.jpg
123.jpg
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 10:15 am

דא האט ידידינו ומאורינו הרב מסטראשעלע הי"ו אונז מהנה געווען מאוצרו הטוב מיט א בילד פון די חתימה פון אן אייניקל באח"ב פונעם מיטעלער רבי'ן פון ליובאוויטש, אונטערגעשריבען אויף א ספר 'סוגה בשושונים'.

דערויף איז געומען דען באקאנטער ידען ובקי מפענח צפונות, פקיע שמיה באתרינו מיט א יד ושם בתולדות הדורות ובקי נפלא לפענח כתבי יד עתיקים ה"ה ר' יוסף שרייבער הי"ו מיט די פונקטליכע אינפארמאציע איבער אים, איך בין מעתיק לשונו הזהב:

יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' יהודא ליב שניאורסאהן אב"ד וויעליז בן ר' שניאור בן ר' מנחם נחום בן האדמו"ר האמצעי. ר' שניאור היה בזו"ר חתן הצמח צדק ובזו"ש חתן ר' ברוך שמעון בן הצמח צדק. ר' יהודא ליב נולד מזיוגו השני.
ווערט דערמאנט דא.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=120


הרב מסטראשעלע איז דערויף מעיר:
סטראשעלע האט געשריבן:נזכר גם בבית רבי

אימתי נסתלק ?



קלער איך אז מ'זאל דא ברייטער אויסשמועסן צאצאי האדמו"ר האמצעי זצ"ל, אויסער זיין איידעם ומ"מ דער צמח צדק, ווער זענען געווען זיינע קינדער אא"וו.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:17 pm

נאך אן איידעם איז געווען הרה"ק ר' יעקב ישראל טווערסקי מ"מ ק"ק האראנסטייפל וק"ק טשערקאס, א זוהן פון הרה"ק ר' מאטעלע טשארנאבילער מזוגתו הראשונה.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:20 pm

פשיהא אזוינע שבחים און נאך פון ראביי מיללער אליינס, איך וועל נאך אנהייבען צו גלייבען..

ליובאוויטש איז מן הסתם די בעסטע רעקארדיטע חסידות עס איז נישט דא קיין סאך וואס זיי שרייבען נישט [אויב אלעס איז אמת איז שוין א שמועס פאר זיך].

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

וויעליז

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:30 pm

סטראשעלע האט געשריבן:נזכר גם בבית רבי

אימתי נסתלק ?

לאמיר מאכען א חשבון, בס' בית רבי שנדפס בשנת תר"ס ובמכתב הרש"ב מתר"ס הוא נזכר בברכת החיים ובספר אהלי שם נכתב שבשנת תרס"ה נתקבל לאב"ד וויעליז ר' אברהם דובער ריינין איז מסתבר שנפטר בין השנים תר"ס-תרס"ה.

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מיטוואך פאברואר 22, 2012 11:57 pm

א באריכט אין חבצלת ה' אדר תרמ"ח איבער די פטירת הרבנית הצדיקת מנוחה רחל סלאנים בת האדמו"ר האמצעי נ"ע

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג פאברואר 28, 2012 11:19 am

אין באבוב זינגט מען דעם מיטעלע רבי'ס ניגון לפני אכילת ה'טשולענט' ביום שבת קודש.
פארוואס פונקט דעם ניגון דייקא פארן עסן טשולענט, ווייס איך נישט.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג פאברואר 28, 2012 1:16 pm

וואס רופט איהר 'דעם מיטעלע רבי'ס ניגון'?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 29, 2012 11:54 am

שוטה האט געשריבן:וואס רופט איהר 'דעם מיטעלע רבי'ס ניגון'?


ווי אזוי קען מען מסביר זיין א ניגון אן דאס זינגען, דער ניגון האט דאך נישט קיין ווערטער, אין לויט וויפיל איך ווייס איז נאך קיינער נישט געקומען ארויפלייגען ווערטער אויף דעם ניגון, די איינציגסטע עצה איז אריין גיין צום 'טיש' אין דאס אויס הערען.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך פאברואר 29, 2012 2:24 pm

וואס איך מיין צו פרעגן איז אזוי, פונעם מיטלען רבי איז נישט דא - כפי ידיעתי - נאר צוויי תנועות און זיי האבן יא ווערטער, דערנאך איז דא איין געהעריגע ניגון אבער ס'איז נישט פון איהם אליין נאר פון זיין קאפעלע.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך פאברואר 29, 2012 4:45 pm

ביסט זיכער אז דו האסטעך נישט פארמישט מיט'ן מיטעלער באבוב'ער רב?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 29, 2012 10:42 pm

כדי קלאר צו שטעלן דאס ענין, האב איך מיך געכאפט אז עס איז יעצט נארוואס ארויס געקומען דעם נייעם ספר מגן אבות מנהגי באבוב לשבת קודש, שטייט דארט אזוי (דף תכ"ו - סעודת יום שבת קודש אות כא): וכשמביאים את המאכל [טשאלנ"ט] להשולחן נוהגים לזמר תנועה ידועה.
צייכענען זיי צו דארט באות הקטות [נה]: כשהגישו את הטשאלנ"ט על שולחנו הטהור של כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש זצוק"ל היה רבינו מתחיל לנגן תנועה (בלא תיבות), והציבור המשיך לנגן כך במשך כל זמן האכילה וחלוקת הקוג"ל עד להעמדת ה"משקה".
איהר זענט גערעכט שטייט טאקע נישט לגבי דעם אדמו"ר האמצעי פון ליבאוויטש.

אבער אזוי זוכענדיק האב איך געטראפען ביי א אנדערע מנהג (דף רנו - סעודת ליל שבת קודש אות פו):
כ"ק וכו' שליט"א משמיע דברות קדשו אחר הזמר "מה ידידות", ולאחריו מנגנים ניגון התעוררות. צייכענען זיין צו (אות קפה): כ"ק וכו' שליט"א הנהיג לזמר ניגון עתיק [שרו בחצרות צאצאי הרה"ק רבי דוב בער האדמו"ר האמצעי מליובאוויטש זי"ע], או ניגון שנהוג העולם לזמרן על "י-ה אכסוף".

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג מארטש 01, 2012 12:27 am

יש"כ.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:32 pm

שוטה האט געשריבן:וואס איך מיין צו פרעגן איז אזוי, פונעם מיטלען רבי איז נישט דא - כפי ידיעתי - נאר צוויי תנועות און זיי האבן יא ווערטער, דערנאך איז דא איין געהעריגע ניגון אבער ס'איז נישט פון איהם אליין נאר פון זיין קאפעלע.

ניטא קיין ניגון פון מיטעלער רבי אליין ניט מיט ווערטער און ניט אהן ווערטער.
עס איז דא ניגונים פון דער קאפעלע
איינער אהן ווערטער וואס איז אנגערופען "דער מיטעלער רביס קאפעליע"
דער ניגון צו ברכת כהנים
ניע זוריטשי חלאפצי א ניגון מיט רוסישע ווערטער
עס איז אויך דא ניגונים פון חסידי אדמו"ר האמצעי
א ניגון אויף אנא עבדא דקודשא בריכו וואס החסיד ר' זלמן טייבל פלעגט זינגן ביים רבין זי"ע
און דער באקאנטע ניגון פדה בשלום נפשי וואס חב"ד זיגט אויף י"ט כסלו מיט י' כסלו און י"ב תמוז

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:38 pm

פדה בשלום דאכטסעך איז זיך מתיחס צו אלטן רבי׳ן דער בעל התניא, ס׳איז דאך פון די עשרה ניגונים, נישט אזוי?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:49 pm

סטראשעלע האט געשריבן:א באריכט אין חבצלת ה' אדר תרמ"ח איבער די פטירת הרבנית הצדיקת מנוחה רחל סלאנים בת האדמו"ר האמצעי נ"ע

דער לינק צום חבצלת ארבעט שוין נישט (גייט עס טאקע אזוי אז לינקס הערען אויף צו ארבעטען נאך א פאר יאר?)

ביטע אויב איינער קען עס אפדעיטען מיט א נייער לינק, ותודה למפרע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 3:09 pm

zugurnish האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:וואס איך מיין צו פרעגן איז אזוי, פונעם מיטלען רבי איז נישט דא - כפי ידיעתי - נאר צוויי תנועות און זיי האבן יא ווערטער, דערנאך איז דא איין געהעריגע ניגון אבער ס'איז נישט פון איהם אליין נאר פון זיין קאפעלע.

ניטא קיין ניגון פון מיטעלער רבי אליין ניט מיט ווערטער און ניט אהן ווערטער.
עס איז דא ניגונים פון דער קאפעלע
איינער אהן ווערטער וואס איז אנגערופען "דער מיטעלער רביס קאפעליע"
דער ניגון צו ברכת כהנים
ניע זוריטשי חלאפצי א ניגון מיט רוסישע ווערטער
עס איז אויך דא ניגונים פון חסידי אדמו"ר האמצעי
א ניגון אויף אנא עבדא דקודשא בריכו וואס החסיד ר' זלמן טייבל פלעגט זינגן ביים רבין זי"ע
און דער באקאנטע ניגון פדה בשלום נפשי וואס חב"ד זיגט אויף י"ט כסלו מיט י' כסלו און י"ב תמוז

שובו שובו.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 3:38 pm

Graphic24 האט געשריבן:פדה בשלום דאכטסעך איז זיך מתיחס צו אלטן רבי׳ן דער בעל התניא, ס׳איז דאך פון די עשרה ניגונים, נישט אזוי?

ניין.

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 3:39 pm

שוטה האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:וואס איך מיין צו פרעגן איז אזוי, פונעם מיטלען רבי איז נישט דא - כפי ידיעתי - נאר צוויי תנועות און זיי האבן יא ווערטער, דערנאך איז דא איין געהעריגע ניגון אבער ס'איז נישט פון איהם אליין נאר פון זיין קאפעלע.

ניטא קיין ניגון פון מיטעלער רבי אליין ניט מיט ווערטער און ניט אהן ווערטער.
עס איז דא ניגונים פון דער קאפעלע
איינער אהן ווערטער וואס איז אנגערופען "דער מיטעלער רביס קאפעליע"
דער ניגון צו ברכת כהנים
ניע זוריטשי חלאפצי א ניגון מיט רוסישע ווערטער
עס איז אויך דא ניגונים פון חסידי אדמו"ר האמצעי
א ניגון אויף אנא עבדא דקודשא בריכו וואס החסיד ר' זלמן טייבל פלעגט זינגן ביים רבין זי"ע
און דער באקאנטע ניגון פדה בשלום נפשי וואס חב"ד זיגט אויף י"ט כסלו מיט י' כסלו און י"ב תמוז

שובו שובו.


שובו שובו איז א תנועה פון רבי מהר"ש
http://www20.chassidus.com/audio/nigun/ ... eginah.mp3

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 12, 2019 7:29 pm

מצבה פון אן אייניקל פונעם מיטעלער רבי'ן זצ"ל אנטדעקט אין די שטאט ניעזשין:


https://anash.org/remarkable-revelation-in-nyezhin/


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט