רבי מאיר אברהם מטשאבע זצ"ל - פרי צדיק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יוסף שרייבער האט געשריבן:אינטרעסאנט צו באמערקען, וויפיל איך ווייס איז נישט דא היינט בנמצא קיין שום כתב פון ר' מאיר אברהם מטשאבע א רב א בעל מחדש און דערצו א בעל משפחה איז אינטרעסאנט אז עס איז גארנישט געבליבן בכתב.

ביי אסאך רבנים זעט מען דאס, זיי האבן געקענט זיין רב אין שטעט מיט ישיבות און תלמידים, צענדליגער יארן, און ס'איז ממש נישטא קיין זכר בכתב פון זיי.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

א ריזיגען ישר כח

דו רעדסט פון הוצאת שם עולם? ביזט זיכער דארט איז דא א קאפי?
לויט וויפיל איך געדעט איז די קאפיס דארט גאר שוואך, איך האב מיר זייער גערעגט אז אין תשע"א זאל איינער איבערדרוקען א ספר תולדות הגה"ק מאונסדארף אין נישט אריינלייגען קיין איין איינציגע קאפי מכתי"ק.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

איך געדענק נישט די נאמען פון די הוצאה, איך האב נישט דעם ספר ביי מיר, אבער כפי המונח בזכרוני האב איך דארט געזען א קאפיע.
אגב איז דא א צווייטע ספר, שמואל בקראי שמי אויך תולדות הגאון מאונסדארף פון ר' שמעון הירשלער פון לאנדאן [תשסז] דארט איז יא דא כתבים פון אים. יענטץ האב איך.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אנטשולדיגט איך האב געמיינט דעם שמואל בקראי שמו, יעצט זעה איך עס איז דא איין קאפי בעמ 216-7 מכתב הג' מאונסדארף (איך זעה נישט דארט חתימת יד קדשו) אין לגבי קאפיס איז עס טאקע א שוואכע ארבעט.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יוסף שרייבער האט געשריבן:אנטשולדיגט איך האב געמיינט דעם שמואל בקראי שמו, יעצט זעה איך עס איז דא איין קאפי בעמ 216-7 מכתב הג' מאונסדארף (איך זעה נישט דארט חתימת יד קדשו) אין לגבי קאפיס איז עס טאקע א שוואכע ארבעט.

זעמיר אויף איין פעידזש.
וואס טוט זיך מיטן אנדערן חיבור אויף ר' שמואל אונסדארפער [הוצאת שם עולם תשע"א]. מ'דארף עס אפירנעמען און בודק זיין אויב ער האט א כת"י פון פרי צדיק.
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

ווילוויסן האט געשריבן:איך האב עס נישט יעצט
אינטערעסאנטע זאך, מ'האט נישט געוואוסט וויאזוי זיין פאטער האט געהייסן, מ'איז עס געוואויער געווארן טאקע דורך די חתימה.

וועגן בריוו, איך געדענק אז אין פרי צדיק איז דא א קאפיע, ס'איז אינטערעסאנט וואס דו זאגסט אז דו האסט נישט געזען זיין נאמען. דארף מען טאקע בודק זיין.
אבער אין דעם ספר תולדות רבינו שמואל מאונסדארף האבן זיי אריינגעלייגט א גאנצע בריוו פון אים, דארט איז דאכט זיך קלאר.
איך הער אז ס'איז דא נאך עפעס אין פריוואטע הענט.


דא האסטו א סקען דערפון, איך זע נישט קלאר זיין חתימה,

פרי צדיק_522x768.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

גוט אז דו האסט עס ארויפגעלייגט
דאס איז א מיאוסן טעות!
דער כתב יד איז פון ר' משה אפרים ברוין הנקרא ר' אפרים טשאבא. שהי' אב"ד טשאבא, רבו של הגאון ר' שמואל אונסדארפער
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ווילוויסן האט געשריבן:גוט אז דו האסט עס ארויפגעלייגט
דאס איז א מיאוסן טעות!
דער כתב יד איז פון ר' משה אפרים ברוין הנקרא ר' אפרים טשאבא. שהי' אב"ד טשאבא, רבו של הגאון ר' שמואל אונסדארפער

גיבטס א קוק וויאזוי זאכן גייען, אפאר יאר צוריק איז דאס געדרוקט אין תולדות פון דעם גדול, מיט אלע פונקטליכע דעטאלן, וויאזוי קען אזא טעות פאסירן? איי דאונט געט איט.
אטעטשמענטס
CCI02202012_00000_788x1050.jpg
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

דאס מיין איך טאקע, דאכט זיך אז דעם בריוו האט מען אריינגעלייט אונעם פרי צדיק, וויאזוי איינער קען מיינען אז דא שטייט מאיר אברהם פארשטיי איך נישט. ר מאיר אברהם נפטר בשנת תקפ"ט די בריוו איז פון תרי"ב!
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

בפרט ווען דאס איז געדרוקט געווארן בשנת תשס"ז מיט די ריכטיגע נאמען.
מ'זעט קלאר אפרים ברי"ל, זיין טאטע האט געהייסן ר' יודא ליב ברוין. נאכדערצו ווי דו זאגסט שוין די יארן שטימען דאך נישט. פלא..

סאו ביזדערווייל האלט מיר ביי איין בריוו פון אים, וואס הייבט זיך נישט אן. ביסטאך יא גערעכט דאן.
פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2010 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל »

ווילוויסן האט געשריבן:
פייטל האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:ספר נחלה לישראל לר' ישראל זאב הלוי הורוויץ ראב"ד אוהעל בימי הישמח משה, שהדפיס נכדו ר' דוד יעקב הלוי פרידמאן בשנת תרצ"ז.
מונה יחוסו בסוף הקדמתו, שאביו ר' הלל הוא בן החסיד המפורסם ר' מאיר אברהם הלוי בן הרב החסיד המפורסם ר' יצחק יודא הלוי מליסקא חתן הגאון הקדוש איש אלקים בעל מחבר ספר הקדוש פרי צדיק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... a2&pgnum=9


ר' יצחק יהודה מליסקא האט געהייסן לאווי ווי קומט דא אריין פריעדמאן אלס בא"ב?


האסט ווארשיינליך נישט געקוקט אין דעם לינק וואס איך האב אנגעצייכנט


יא געזעהן, און די קושיא איז שטערקער געוועהן,
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

די שאלה איז אויב רעדט מען דא פונעם זעלבן ר' יצחק יודא הלוי מליסקא, קען זיין אז נאר זיין זון ר' וואלף צי ר' צבי האבן זיך גערופן לאווי, אפשר האט זיין זון ר' מאיר אברהם געהייסן פרידמאן? איך ווייס נישט איך בין סתם משער.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ווילוויסן האט געשריבן:חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא

ז. ר' משה ליבערמאן אב"ד אבראהאם, הי' חתנו מבתו מלכה, אבל נסתלק צעיר לימים, ואלמנתו נישאה בזיווג שני לבן דודו של ר' משה ה"ה ר' שמעון ליבערמאן משעניע הנ"ל.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ווילוויסן האט געשריבן:יעצט זע איך אז איך האב א קאפיע פון זיין חתימה. דאס איז ווי ער שרייבט זיך אונטער מאיר אברהם במ"י.
אין די אנדערע חתימה האט ער געהעריג ארויסגעשריבן בן משה יוזפא


דא האסטו אויך א סקען פון זיין אנדערע חתימה וואו ער דערמאנט שם אביו
ער שרייבט
שייך לי הק' מאיר אברהם בהרבני המנוח מו"ה משה יוזפא זצ"ל לע"ע מ"..[מורה הוראה?] בק'? טשאבע
אטעטשמענטס
פרי צדיק_1680x289.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ווילוויסן האט געשריבן:יעצט זע איך אז איך האב א קאפיע פון זיין חתימה. דאס איז ווי ער שרייבט זיך אונטער מאיר אברהם במ"י.
אין די אנדערע חתימה האט ער געהעריג ארויסגעשריבן בן משה יוזפא


ביי די חתימה איז אויך דא א סיום [וואס פון דעם האב איך געוואוסט אז דאס איז דער מאיר אברהם].
ער שרייבט מאיר אברהם במ"י.
נאכדעם שטייט "זצ"ל מורה צדק פה ק"ק טשאבע".
די שריפט איז זייער שוואך, עפעס וועט מען קענען זען דא.
אטעטשמענטס
פרי.jpg
פרי.jpg (18.81 KiB) געזען 3830 מאל
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

וואי,הייסט עס איר האט מגלה געווען זיין חתימה און זיין טאטעס נאמען, אינטרעסאנט אויב עס איז טאקע דא עפעס בריוו אין פריוואטע הענט.

ר' מאיר אברהם אליין האט נאר געהאט טעכטער אבער וואס טוהט זיך ביי די איידימער און אייניקלעך איז דא ביי זיי די נאמען משה יוזפא?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:


יישר כחכם וברוכים הבאים, דארט איז דא עטליכע בלעטער איבער ר' מאיר אברהם מטשאבא וואס איך וועל אויכעט לינקען אינעם אשכול המיוחד עליו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין די נייע אפדעיט/עדכון פון היברו-בוקס האבן זיי צווגעשטעלט דעם ספר 'מקורי מנהגים' לר' יוסף פינקעלשטיין הנ"ל ממישקאלץ חתנו של הגה"ק בעל פרי הארץ זצ"ל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אויף א ס' תוספת שבת דפו"ר.
רבוויל איר מיינט דאס האט עפעס א לחלוחית עס זאל האבען א שייכות מיט אונזער ר מאיר אברהם? איך מיין אז נישט.
אטעטשמענטס
tosfas.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

doesn't look like
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

in Liszka
אטעטשמענטס
Liszka.png
Liszka.png (147.2 KiB) געזען 3737 מאל
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ווילוויסן האט געשריבן:ר' יצחק יוסף בליך מגאווע איז בטעות אנגענומען אלס חתן הפרי צדיק, איך האב געזען זיין מצבה שטייט דערויף נכד הפרי צדיק.
זיין אייניקל ר' נתן צבי פרידמאן בעל מצר נטעי, אוצר הרבנים שרייבט אז ר' יצחק יוסף איז געווען בן ר' נתן חתן הפרי צדיק.

לכאורה נעמט זיך דער טעות פון דא (אויב עס איז טאקע א טעות).
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

שנאפס האט געשריבן:(באקומען אויף אימעיל פון א חשובן חבר, וועלכער ליינט דא אסאך אבער האט נישט קיין ניק, ער האט מיך געבעטן דאס ארויפצולייגן)

ווי איז מקום מנוחתו של הגה"ק רבי מאיר אברהם מטשאבע זי"ע בעל "פרי צדיק"?

אלס אייניקל פון הגה"ק רבי מאיר אברהם ליבערמאן זי"ע אבד"ק העלידע-טשאבע, בעל מחבר ספר "פרי צדיק" על התורה, פון די גרויסע תלמידים פון הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, וואלט איך געוואלט וויסן מער פרטים ווי אין ביה"ח אין מישקאלץ איז מקום מנוחתו? לויט ווי עס שטייט קלאר געשריבן אין זיינע תולדות אז ער האט פארלאנגט אין די צוואה אז מען זאל אים לייגן אין ביה"ח במישקאלץ אינמיטן א שיפע בארג (זעה בילד).

פארגאנגענעם חודש חשון בין איך געווען אויפן ביה"ח אין מישקאלץ, ביים ציון פון הגה"ק רבי אשר אנשיל וויענער זי"ע (זקנו של בעל "מנוחת אשר" מטשענגער זי"ע), און איך האב ארומגעזוכט די קבר פון בעל "פרי צדיק" זי"ע א לאנגע צייט, אבער איך האב עס נישט געקענט געפונען. בין איך געגאנגען צו די שומר און געבעטן אז ער זאל מיר אנווייזן די קבר, נישט פארשטייעדיג וואס איך וויל פון אים, האב איך פרובירט מסביר צו זיין אז איך זוך די מצבה פון איינער וואס קומט פון העלידע-טשאבע.. הערנדיג די ווארט "העלידע-טשאבע" האט ער מיך תיכף צוגעפירט צו די אנדערע זייט ביה"ח און אנגעוויזן אויף דריי רונדעכיגע מצבות איינס נעבן אנדערן מיט א קליינע דעכל דערויף, טאקע אינמיטן א שיפע בערגל, און געזאגט א דאס איז עס... בין איך צוגעגאנגען צו די מצבות אין פרובירט אפצוליינען די נוסח המצבה, וואס איז שוין כמעט אינגאנצען אפגעמעקט, אבער איך האב נישט געטראפן מיט וואס פעסטצושטעלן אז דאס איז טאקע די מצבה פון בעל "פרי צדיק".

ע"כ שיק איך דא אלע בילדער פון די מצבות, און וויל דא בעטן ווער ס'קען מיר צוהעלפן מיט דעם, ותבוא עליו ברכה.

הרב שנאפס גיבט א קוק ווי אזוי זאכען פארען, איר ווייסט צו זאגען פון א צוואה אז מען האט עם לכתחילה געלייגט אין מישקאלץ און זאגאר אויף א שיפע בארג. און דא האט איר א עדות מכלי ראשון פון א איד וואס האט זיך אליינס מסעתק געווען מפנה צו זיין די קברים פון ה'טשאבע קיין מישקאלץ און ער זאגט אז בשעתו האט מען שוין נישט געפינען זיין קבר. א חוץ אז מען וועט איינזעצען אז די מפנים האען נישט געוויסט אז מען האט עם לכתחילה געלייגט אין מישקאלץ אבל זה דוחק גדול, ספעציעל ווי דער אייניקעל גיבט איבער אז ער מיט אנדערע אייניקלעך האבען געזיכט אין מישקאלץ ולא מצאו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילוויסן האט געשריבן:חתני הפרי צדיק:
א. ר' פנחס דוד מביקין מנו"כ בירושלים
ב. ר' שמעי' וויזנער
ג. ר' נתן בליך מגאווע
ד. ר' יוסף פינקלשטיין שו"ב במישקאלץ
ה. ר' שמעון ליבערמאן אב"ד שעניע [דער חוזה האט אים גערופן "שעהנע רב".]
ו . ר' יצחק יודא הלוי מליסקא



ווער איז 'חתנו האברך משה בער' וואס ווערט דערמאנט צווישן די מעות קדימה פון די שטאט טשאבא אונטער 'ר' מאיר אברהם מו"ץ" אויפן ספר הר הכרמל?
http://books.google.com/books?id=okgVAA ... &q&f=false
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ר' משה דוב ליבערמאן אב"ד אבראהאם בזו"ר כמ''ש חברינו המופלג בידענות הרב מוויל שליט"א למעלה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”