רבי יששכר דוב בעריש ווייזער זי"ע מסיסקאב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שבתי משורר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 15, 2011 2:43 pm

רבי יששכר דוב בעריש ווייזער זי"ע מסיסקאב

תגובהדורך שבתי משורר » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:49 am

רבי יששכר בעריש ווייזער הנודע בשם ר' בעריש סיסקאווער נולד לאביו ר' חיים מסוואליווע, אביו הגה"ק ר' חיים מופיע במפקד האוכלוסין של משלמי המיסים באזור מונקאטש רבתי לשנים 1813-1817 מהעיירה סוואליווע http://www.jewishgen.org/Hungary/Data.htm.

בהגיעו לפרקו נשא את מרת האדיא בת ר' אריה ליב נכד המהרש"א ורבי יהודה החסיד, נולדו לו ילדים, ואלו הם, א) ר' אלעזר, ב) ר' יעקב, ג) מרת דרעזיל.

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג יוני 09, 2014 2:07 pm

שבתי משורר האט געשריבן:רבי יששכר בעריש ווייזער הנודע בשם ר' בעריש סיסקאווער נולד לאביו ר' חיים מסוואליווע, אביו הגה"ק ר' חיים מופיע במפקד האוכלוסין של משלמי המיסים באזור מונקאטש רבתי לשנים 1813-1817 מהעיירה סוואליווע http://www.jewishgen.org/Hungary/Data.htm.

בהגיעו לפרקו נשא את מרת האדיא בת ר' אריה ליב נכד המהרש"א ורבי יהודה החסיד, נולדו לו ילדים, ואלו הם, א) ר' אלעזר, ב) ר' יעקב, ג) מרת דרעזיל.

איז ער דער זיידע פון רבי בעריש ווייזער פון ניו יארק ?

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג יוני 09, 2014 3:14 pm

מיינסט פון מאנסי?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג יוני 09, 2014 3:17 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מיינסט פון מאנסי?

שוין מברר געווען רובו או כל משפחת ווייזער הם נכדיו

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יוני 10, 2014 3:18 pm

נעכטן געפרעגט אן אייניקל
יא, ער איז די זיידע פון רבי בעריש ווייזער פון ניו יארק
אויך דערציילט ער מיר, אז הה"ק ר' בעריש איז געווען א תלמיד פון חוזה מלובלין, און איז נפטר געווארן פון א קפידא פו הייליגן אפטער רב, געווען איז דאס ביי א חתונה וואס די צדיקים הרב מאפט וגם העטרת צבי מזידיטשוב זי"ע היו מחותנים שם, וטרם נכנס הה"ק העט"צ קרא ר' בעריש בקול, אה דער רבי קומט אריין, והה"ק מאפט הביט עליו בקפידא [על שקורא 'רבי' להעט"צ בפניו], ואותו הקפידא נפטר זמן קצר אח"כ, והה"ק העט"צ גידל את צאצאיו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 10, 2014 4:23 pm

שבתי משורר האט געשריבן:רבי יששכר בעריש ווייזער הנודע בשם ר' בעריש סיסקאווער נולד לאביו ר' חיים מסוואליווע, אביו הגה"ק ר' חיים מופיע במפקד האוכלוסין של משלמי המיסים באזור מונקאטש רבתי לשנים 1813-1817 מהעיירה סוואליווע http://www.jewishgen.org/Hungary/Data.htm.

בהגיעו לפרקו נשא את מרת האדיא בת ר' אריה ליב נכד המהרש"א ורבי יהודה החסיד, נולדו לו ילדים, ואלו הם, א) ר' אלעזר, ב) ר' יעקב, ג) מרת דרעזיל.



על הבת דרעזיל ובעלה ר' שלמה יהודא לייב מאיער מווערעצקי ומשפחתם יש לנו אשכול נפרד:
viewtopic.php?p=498869#p498869

לאמיר הערן
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 15, 2015 8:53 am

תגובהדורך לאמיר הערן » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 11:49 am

ווי איך ווייס, אלא ווייזער'ס אין אמעריקא [חסידי סאטמאר ספינקא ועוד] און אין ענגלאנד און אויך אין ארץ ישראל זענען אייניקלאך פון הרה"צ ר' בעריש סיסקיווער זי"ע,

די ווייזער'ס וואס זיי זענען לוויים שטמען אויך פון איהם? ווייל די ווייזער'ס וואס שטאמען פון איהם זענען ישראלים?

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך יולי 06, 2016 4:05 pm

ווייסט איינער די יחוס למעב"ק פון רבי ישכר בעריש סיסקיווער?

מפי השמועה איז רבי בעריש סיסקיווער געווען א גרויסע יחסן.

(איך בין אן אייניקל פון זיין טאכטער דרעזל אשת רבי שלמה יהודה לייב מאייער מווערעצקיא הנזכר באשכול)

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 1:36 pm

איינער האט מיר היינט געזאגט אז רבי בעריש איז געוועהן אן אייניקען פון די בעל שם טוב. מישהו שמע מזה ויודע היחוס?

אחד מעיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

תגובהדורך אחד מעיר » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 4:23 pm

לכאורה נישט אמת

אחד מעיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

תגובהדורך אחד מעיר » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 4:28 pm

עוד חתן של רבי ישכר בעריש היה,
רבי מאיר ממונקאטש שהיה חותנו של ה'אמרי יוסף' בזיווגו השני

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » דינסטאג ינואר 02, 2018 1:04 pm

אחד מעיר האט געשריבן:עוד חתן של רבי ישכר בעריש היה,
רבי מאיר ממונקאטש שהיה חותנו של ה'אמרי יוסף' בזיווגו השני

גערעכט, זיין רביצין איז געווען חנה פעסיל בת ר' ישכר בעריש.
כמו שכתבתי באשכול רבי יוסף מאיר ווייס ה'אמרי יוסף' מספינקא זצ"ל -ו' אייר תרס"ט

אחד מעיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

תגובהדורך אחד מעיר » דינסטאג ינואר 02, 2018 3:04 pm

מה היתה משפחתו של ר' מאיר?

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:57 pm

למב"ק זעה איך נישט מער ווי זיין טאטע
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג יולי 08, 2019 3:32 pm

דער פלוני האט באשלאסן אז ר'בעריש סיסקאווער'ס מאמע איז א אייניקל פון פני יהושע, ווייסט עמיצער אויב ס'איז דא עפעס האפט דערין?
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

לאמיר הערן
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 15, 2015 8:53 am

תגובהדורך לאמיר הערן » מיטוואך יולי 10, 2019 9:09 am

נישט לאנג צוריק האב איך געזען אין א קונטרס אז הגה"צ הרב אליעזר ווייזער ז"ל אב"ד בוויען האט מעיד געווען אז הער האט בקבלה אז הער שטאמט פון פני יושע, אפשר האט עס שייכות דער מיט?

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך יולי 10, 2019 10:42 am

געווען אין די לעצטיגע עלי זכרון א מאמר אויף משפחת ווייזער

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך יולי 10, 2019 3:27 pm

בראשית ברא האט געשריבן:געווען אין די לעצטיגע עלי זכרון א מאמר אויף משפחת ווייזער


דארט דערמאנען זיי גארנישט פון זיין יחוס ארויף, נאר זיין טאטע ר' חיים, און אז ס'איז דא א קבלה אז זיין מאמע -וואס דער וואס כ'האב אויבן געברענגט וויל זאגן אז זי איז א אייניקל פון פני יהושע- איז א אייניקל פון מהרש"א.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך יולי 10, 2019 3:39 pm

לאמיר הערן האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האב איך געזען אין א קונטרס אז הגה"צ הרב אליעזר ווייזער ז"ל אב"ד בוויען האט מעיד געווען אז הער האט בקבלה אז הער שטאמט פון פני יושע, אפשר האט עס שייכות דער מיט?



וועלכע ר' אלעזר ווייזער? איר מיינט מסתמא נישט ר' אליעזר ווייזער זצ"ל דער שווער פון הרה"ק ר' סענדר ליפא פון זידיטשוב.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

קליינווארדיין
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 11:13 am

סיסקאב

תגובהדורך קליינווארדיין » מיטוואך יולי 10, 2019 3:42 pm

וואו איז סיסקאב ?

היכן מנו"כ פון ר' בעריש ז"ל ?

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך יולי 10, 2019 5:07 pm

מחשב האט געשריבן:דער פלוני האט באשלאסן אז ר'בעריש סיסקאווער'ס מאמע איז א אייניקל פון פני יהושע, ווייסט עמיצער אויב ס'איז דא עפעס האפט דערין?

איך האב מיך פארבינדען צו "דער פלוני", און געפרעגט אויף זיין מקור.
האט ער געענפערט אז זיי האבן מקובל אז די מאמע פון רבי בעריש סיסקאווער איז געווען אן אייניקל פון פני יהושע, און די נעמען אין די צוויי משפחות שטימען, האט ער משער געווען אז דאס איז די קשר.
ער האט נישט ג'חלום'ט אז איינער וועט דאס זעען, און דאס אננעמען אלס א קראנטע פאקט, און וויבאלד איך האב אים אנגעפרעגט, האט ער דאס באלד אויסגעמעקט.

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך יולי 10, 2019 5:10 pm

מחשב האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:געווען אין די לעצטיגע עלי זכרון א מאמר אויף משפחת ווייזער


דארט דערמאנען זיי גארנישט פון זיין יחוס ארויף, נאר זיין טאטע ר' חיים, און אז ס'איז דא א קבלה אז זיין מאמע -וואס דער וואס כ'האב אויבן געברענגט וויל זאגן אז זי איז א אייניקל פון פני יהושע- איז א אייניקל פון מהרש"א.

רבי בעריש'ס רעביצין איז א אייניקל פון מהרש"א, נישט זיין מאמע.
הנ"ל איז מייחס רבי בעריש'ס מאמע צום פני יהושע.
דארט אין עלי זכרון ווערט דערמאנט פון רבי אליעזר ווייזער אז זיי האבן מקובל אז זיי זענען אייניקלך פון פני יהושע, אבער זיי ווייסן נישט ווי אזוי און פון וועלכע באבע אדער זיידע.

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך יולי 10, 2019 5:27 pm

מחשב האט געשריבן:
לאמיר הערן האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האב איך געזען אין א קונטרס אז הגה"צ הרב אליעזר ווייזער ז"ל אב"ד בוויען האט מעיד געווען אז הער האט בקבלה אז הער שטאמט פון פני יושע, אפשר האט עס שייכות דער מיט?



וועלכע ר' אלעזר ווייזער? איר מיינט מסתמא נישט ר' אליעזר ווייזער זצ"ל דער שווער פון הרה"ק ר' סענדר ליפא פון זידיטשוב.

רבי אליעזר ווייזער אב"ד נייפעסט\וויען (נפ' כ"ז אייר תשנ"ג)
בן רבי יודא צבי מקיש-קערעש (נפ' ה' טבת ת"ש)
בן רבי אברהם דוד ממונקאטש (נפ' כ"ד סיון תרפ"ה)
בן רבי משה יהודה ממונקאטש
בן רבי ישכר בער ווייזער מסיסקאב

די שווער פון רבי סענדר ליפא מזידיטשוב האט געהייסן רבי אלעזר, ער איז געווען א זון פון רבי ישכר בער ווייזער מסיסקאב.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך יולי 10, 2019 5:59 pm

יישר כח mar0was פארן טוען די ארבייט.

אינטערעסאנט.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

ליפשיטץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am

Re: רבי יששכר דוב בעריש ווייזער זי"ע מסיסקאב

תגובהדורך ליפשיטץ » דאנארשטאג מאי 07, 2020 10:49 am

שבתי משורר האט געשריבן:רבי יששכר בעריש ווייזער הנודע בשם ר' בעריש סיסקאווער נולד לאביו ר' חיים מסוואליווע,

בהגיעו לפרקו נשא את מרת האדיא בת ר' אריה ליב נכד המהרש"א ורבי יהודה החסיד, נולדו לו ילדים, ואלו הם, א) ר' אלעזר, ב) ר' יעקב, ג) מרת דרעזיל.
mar0was האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
לאמיר הערן האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האב איך געזען אין א קונטרס אז הגה"צ הרב אליעזר ווייזער ז"ל אב"ד בוויען האט מעיד געווען אז הער האט בקבלה אז הער שטאמט פון פני יושע, אפשר האט עס שייכות דער מיט?



וועלכע ר' אלעזר ווייזער? איר מיינט מסתמא נישט ר' אליעזר ווייזער זצ"ל דער שווער פון הרה"ק ר' סענדר ליפא פון זידיטשוב.

רבי אליעזר ווייזער אב"ד נייפעסט\וויען (נפ' כ"ז אייר תשנ"ג)
בן רבי יודא צבי מקיש-קערעש (נפ' ה' טבת ת"ש)
בן רבי אברהם דוד ממונקאטש (נפ' כ"ד סיון תרפ"ה)
בן רבי משה יהודה ממונקאטש
בן רבי ישכר בער ווייזער מסיסקאב

די שווער פון רבי סענדר ליפא מזידיטשוב האט געהייסן רבי אלעזר, ער איז געווען א זון פון רבי ישכר בער ווייזער מסיסקאב.


דא האט איהר צוגעלייגט נאך א קינד פא רבי ישכר בעריש, 'ר' משה יודא' , און עס גייט דא אריבער 'בשתיקה'.

ולפי דעם איז דאס די רשימה
אלו הם בני רבי ישכר בעריש סיסקאווער:
א) ר' אלעזר, וזוג' מרת פייגא בת ר' אהרן מנחם מענדיל האלפערט.
ב) ר' יעקב, וזוג' מרת אסתר מלכה בת רבי אברהם עביר רוזנברג מזאווידקא.
ג) ר' משה יודא ממונקאטש
ד) מרת דרעזיל, אשת רבי שלמה יהודה לייב מאיער מווערצקי.
ה) מרת חנה פעסיל, אשת רבי מאיר ליכטנשטיין. חותנו של ה'אמרי יוסף מספינקא זי"ע'.


דארפמען יעצט וויסן אויב איז דעס ריכטיג, אדער איז עס נאר השערות.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט