משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו - י”ט שבט תר”צ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

נו וואדע האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
דער שווארצער וואסקא האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:הרב פאלאק פון לאנדסבערג איז א נעפיו פון מהרש"ג [א קליין שטיק צייט האט ער געלערנט ביי אים]. אבער דער סעמיהייער רב פון יוז סט. איז יא אן אייניקל פון מהרש"ג.
דער מהרש"ג'ס איידם איז א ברודער פון ר' פנחס שלום מקאסאן ברונקס.


לא נכון האבא שלהם של הרב מוואדקערט והרב מלאנדסברג היה חתן אצל אצל ר' יודא גרינפעלד הקול יהודא זאת אומרת שהרב ר' ישעי'פאללאק הרב מוואדקערט היה גיס של המרש"ג ואגב להמרש"ג לא היה ילדים אז כולם הם רק אחיינים שלו

דער מהרש"ג האט יא געהאט קינדער מהם הגאון ר' מרדכי און א איידעם ר' שלמה אליעזר ראטענבערג ז"ל.

און נאך א זון אין אמעריקא וואס איז אוועק בלי בנים ל"ע, וידוע הסיפור, שבא בחלום לאחד מתלמידיו שילכו לבדוק מה בנו עושה, ומצאו בביתו בלי רוח חיים והם טיפלו בו ובכך בא לקבר ישראל.

ראה לעיל בהאשכול.

ר' יחיאל קערפל ז"ל [בנו הוא חסיד באבוב 45 ומלמד תשב"ר] היה חתן ר' שלמה אליעזר ראטענבערג ז"ל.
ולענין הרב מסמיהייא מרחוב יוז, כתבתי שהרב מלאנדבערג הוא רק בן אחות של המהרש"ג, אבל הרב מס"ה אמר לי שהוא נכד המהרש"ג. ואולי...

גערעכט נאר הרב קערפעל איז א אייניקל און ער האט טאקע געהאט א יד אין איבערדרוקן די שו"ת פון זיין גרויסן זיידן , ער האט אפאר קינדער דאכצעך החיים עמנו לאויש"ט

יא, ער האט צום ערשט איבער געדרוקט מהרש"ג, זיין זוהן באלאנגט ביי באבוב 45, ער איז א מלמד דארט.
דרך אגב, די תלמידים פון מהרש"ג זענען ממש געווען אדוק אין זיין דרך לימודו (נישט אין זיין שלש סעודות תורה, אדער זיין ווייענען ביי רבון העולמים, כדרך שאר...) נאך זיין פטירה האבן זיי נישט געקענט גיין צו קיין שום רבי, האבן זיי פון זיך געמאכט א ישיבה און געשטלעט בראשו זיין תלמיד מובהק דער מאקעוווע רב הרב הגאון ר' משה נתן לעמבערגער זצ"ל וואס דערנאך האבן ער געגעבן זיין זוהן א נאמען נאך אים כ"ק אדמו"ר הגה"צ ר' שמעון ממאקאווע שליט"א.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען רעדט שוין פונעם מהרש"ג'ס דרך הלימוד; האט דער מאקאווער רב איבערגעזאגט בשם זיין רבי אז ווען רש"י זאגט אין דער משנה בגמרא מפרש לה; מיינט עס אז אויב האסטו קיינמאל נישט געלערענט דער גמרא, איז גיי ווייטער; ווייל די וועסט עס נישט פארשטיין ביז די וועסט האבען געלערענט דער גמרא אויף דער משנה.

רש"י זאגט דיר; פארברענג נישט קיין צייט, נאר גיי שוין ווייטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

SPUSMN האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פונעם מהרש"ג'ס דרך הלימוד; האט דער מאקאווער רב איבערגעזאגט בשם זיין רבי אז ווען רש"י זאגט אין דער משנה בגמרא מפרש לה; מיינט עס אז אויב האסטו קיינמאל נישט געלערענט דער גמרא, איז גיי ווייטער; ווייל די וועסט עס נישט פארשטיין ביז די וועסט האבען געלערענט דער גמרא אויף דער משנה.

רש"י זאגט דיר; פארברענג נישט קיין צייט, נאר גיי שוין ווייטער.

אוי איז דאס עכט מהרש"ג.
א פלפול ספר קען מאכן א גאנץ פשעטיל וואס האט רש"י געוואלט לאפוקי וכולי...
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

דער רב האט געשריבן: די תלמידים פון מהרש"ג זענען ממש געווען אדוק אין זיין דרך לימודו (נישט אין זיין שלש סעודות תורה, אדער זיין ווייענען ביי רבון העולמים, כדרך שאר...)


דיין תגובה וואלט געקענט זיין אינטערעסאנט אן די איינגערינגעלטע אויך, ס'האט אינגאנצען נישט אויסגעפעלט...
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

חדשות האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פונעם מהרש"ג'ס דרך הלימוד; האט דער מאקאווער רב איבערגעזאגט בשם זיין רבי אז ווען רש"י זאגט אין דער משנה בגמרא מפרש לה; מיינט עס אז אויב האסטו קיינמאל נישט געלערענט דער גמרא, איז גיי ווייטער; ווייל די וועסט עס נישט פארשטיין ביז די וועסט האבען געלערענט דער גמרא אויף דער משנה.

רש"י זאגט דיר; פארברענג נישט קיין צייט, נאר גיי שוין ווייטער.

אוי איז דאס עכט מהרש"ג.
א פלפול ספר קען מאכן א גאנץ פשעטיל וואס האט רש"י געוואלט לאפוקי וכולי...

וויפיל מיליאנען שעה זענען געגאנגען לאיבוד ווייל מען האט פרובירט צו פארשטיין אין אריין טייטשען אין דער משנה וואס דארט שטייט נישט? וויפיל מיליאנען מאל האט זיך א איד געזעצט לערנען און אויף געגעבען אין מיטען, נישט פארשטייענדיג וואס דער משנה וויל.

זאגט דיר רש"י; פארברענג נישט קיין צייט, נאר גיי שוין ווייטער. די וועסט "יא" פארשטיין, אבער לערען קודם די גמרא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

און צום בר אוריין זאגט רש"י; א שאד די צייט, באמיטשע נישט, גיי ווייטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

אז ס'איז געווארען דא א שמעוס פונעם מהרש"ג, האב איך ארויסגענומען א שו"ת מהרש"ג און סתם געבלעטערט, האב איך געזען אז אויסער צו דעם שואל הדור ווי חדשות האט דא צוגעברענגט, איז אויך דא אסאך תשובות בהלכות סת"ם צו א סופר בנירבאטיר ושמו ר' שלום יוסף, און אויך אסאך תשובות צו הרה"ג ר' ישראל שלמה טייטכטאהל, איך מיין אז ס'דארף דא צו זיין אן אשכול איבער אים,

אויך האב איך געזען איז דא דארט א תשובה צום חקל יצחק זצ"ל, איבער א שוחט וואס א צווייטער רב האט געפסל'ט עיין שם.
---------------
עוד רגע אדבר
ס'איז דא באקאנט איינע פון די רבנים למשפחת גרינפעלד וואס איז געווען דאכצעך מיר דער גרעסטער סומך אין אונגארען ער האט געגעבן סמיכה פאר רוב אויב נישט פאר אלע באקאנטע רבנים אין אונגארען, איך קען מיך נישט דערמאנען דעם נאמען,
אפשר איז עס גאר געווען דער מהרש"ג? אדער א צווייטער?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אז ס'איז געווארען דא א שמעוס פונעם מהרש"ג, האב איך ארויסגענומען א שו"ת מהרש"ג און סתם געבלעטערט, האב איך געזען אז אויסער צו דעם שואל הדור ווי חדשות האט דא צוגעברענגט, איז אויך דא אסאך תשובות בהלכות סת"ם צו א סופר בנירבאטיר ושמו ר' שלום יוסף, און אויך אסאך תשובות צו הרה"ג ר' ישראל שלמה טייטכטאהל, איך מיין אז ס'דארף דא צו זיין אן אשכול איבער אים,

אויך האב איך געזען איז דא דארט א תשובה צום חקל יצחק זצ"ל, איבער א שוחט וואס א צווייטער רב האט געפסל'ט עיין שם.
---------------
עוד רגע אדבר
ס'איז דא באקאנט איינע פון די רבנים למשפחת גרינפעלד וואס איז געווען דאכצעך מיר דער גרעסטער סומך אין אונגארען ער האט געגעבן סמיכה פאר רוב אויב נישט פאר אלע באקאנטע רבנים אין אונגארען, איך קען מיך נישט דערמאנען דעם נאמען,
אפשר איז עס גאר געווען דער מהרש"ג? אדער א צווייטער?

אינדיווידיאלע תשובות איז דא כמעט צו יעדעם, מנחת אלעזר, רבי שלום לעזער, לבושי מרדכי ועוד ועוד.

איר רעדט פילייכט פונעם מהרש"גס פאטער, רבי יהודה, וואס האט געגעבן סמיכה פאר רבה"ק מסאטמאר, ואחיו העצי חיים, און נאך א געוואלד מיט גדולים. דער מהרש"ג אליינס איז אויך גווען א גרויסער סומך כידוע האט ער מסמיך גווען דעם ברך משה ועוד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איז אויך דא אסאך תשובות בהלכות סת"ם צו א סופר בנירבאטיר ושמו ר' שלום יוסף

פשטות היינו בעל קול סופרים ודרך הטובה והישרה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

רעדען אין לערנען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

געהערט פונעם תלמיד פון מאקאווער רב זצ"ל אז א גביר האט א שידוך געטוהן מיט זיין טאכטער צו א בחור א תלמיד חכם, און זיך וועלען אויף טוהן מיטען איידעם האט ער געבעטען דער מהרש"ג זאל רעדען מיט אים אין לערענען. ער שיקט אריבער דעם חתן צום מהרש"ג און דער מהרש"ג שמועסט מיט אים אלעס חוץ אין לערענען. האט דער בעל הבית געהאט טענות פארוואס האט איר נישט גערעדט מיט אים אין לערענען?

האט דער מהרש"ג גע'ענעפערט; איך קען אדער לערענען אדער רעדען; רעדען אין לערנען קען איך נישט!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נאך געהערט, אז דער מהרש"ג איז געווען א תלמיד מובהק פוענם מהר"ם שיק זי"ע. און געווענליך זענען בחורים געקומען לערנען ביי אים ביי די 17-18 און געלערענט ביי אים ביז די 23-24 ביז די חתונה (ביז די 24 האט מען געדארפט דינען אין מיליטער און נישט געקענט ליגאל חתונה האבען).

דער מהרש"ג איז געקומען לערענען ביים מהר"ם שיק ביי די 9 יאר נאך דעם וואס דער מהר"ם שיק האט אים פארהערט די שב שמעתתא אויף אויסענווייניג.

ביי די 15 איז ער שוין געווען א חתן. א גרויסע גביר, דער ראש הקהל פון מונקאטש האט אים איין געקויפט פאר א איידעם און באצאלט 20,000 קרוינען נדן!

נאך די חתונה האט דער מהרש"ג געוואלט לערענען מיט תלמידים, אבער היות ער איז נאר געווען 15 יאר אלט האט ער נישט געקענט באקומען עלטערע בחורים זאלען לערנען ביי אים, האט ער געלערענט מיט קינדער. (הרב ליבערמאן זצ"ל מנהל פון צעהלים'ער ישיבה איז געווען איינע פון די תלמידים).

האט מען געטשעפעט זיין שווער; אז פאר 20,000 קרוינען האט ער זיך איין געקויפט א מלמד'ל!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זיין דרך הלימוד (אדער כאטש א חלק דערפון) האט ער זיכער איבער גענומען פון זיין רבי דער מהר"ם שיק.

דער מהרש"ג האט געשיקט זיין זוהן לערענען ביים ערוגת הבושם (כנהוג אז גדולי ישראל האבען געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי אנדערע גדולי ישראל און נישט ביי זיך).

האט זיין זוהן אהיים געשיקט צום טאטע א שיינע פשעטיל וואס ער האט מחדש געווען. האט זיין טאטע אים צוריק געשיקט א בריוו זאגענדיג; מיין קינד, ברענג נישט אפ דיין צייט מיט דברים בטלים; לערען גמרא, רש"י, מיט פשט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

די דריי גרעסטע משיבים אין אונגארן זענען געווען; דער מעשי למלך, דער לבושי מרדכי, און דער מהרש"ג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתיר עגונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז דער מהרש"ג מיט דער ראדימישלער רב געווען די עיקר מתיר עגונות אין אונגארן, אבער כאטש דער מהרש"ג פלעגט געווענליך קלאר פסק'ענען יא אדער ניין, און געשפירט אז ער האט די פלייצעס דערצו; אבער דא פלעגט ער פארלאנגען אז דער ראדימישלער רב זאל מסכים זיין מיט אים.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג יאנואר 23, 2017 12:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

חדשות האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אז ס'איז געווארען דא א שמעוס פונעם מהרש"ג, האב איך ארויסגענומען א שו"ת מהרש"ג און סתם געבלעטערט, האב איך געזען אז אויסער צו דעם שואל הדור ווי חדשות האט דא צוגעברענגט, איז אויך דא אסאך תשובות בהלכות סת"ם צו א סופר בנירבאטיר ושמו ר' שלום יוסף, און אויך אסאך תשובות צו הרה"ג ר' ישראל שלמה טייטכטאהל, איך מיין אז ס'דארף דא צו זיין אן אשכול איבער אים,
.


צ"ל ר' ישכר שלמה טייכטהאל, ראב"ד פישטיאן מח"ס שו"ת משנה שכיר
viewtopic.php?f=31&t=7282&hilit=%D7%9E%D7%A9%D7%A0%D7%94+%D7%A9%D7%9B%D7%99%D7%A8#p210005
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

עס איז דא א ספר פון מהרש"ג אויף מסכת שבועות וואס ער האט געשריבן אין זיינע צוואנציגער יארן. איך האב נישט באוויזען צולייגען א האנט אויף דעם ספר, איך מיין אז מען האט עס די לעצטע מאל געדריקט 40 יאר צוריק (זעט אויס דער עולם פארשטייט נישט דערצו). אויב איינער ווייסט ווי מען קען עס טרעפן, א הארטע קאפי אדער אנליין.

נאך א נקודה איבערן מהרש"ג, אין סוף חלק ג' איז דא שיעורים אין ישיבה אויף בבא מציעא וואס א תלמיד האט אראפגעשריבן און איך האב באמערט גאר אן אינטרעסאנטע זאך, אז זיינע שיעורים וואס ער האט געגעבן פאר זיינע תלמידים אין ישיבה איז פונקט די זעלבע מהלך ווי דאס וואס ער שרייבט אין זיינע תשובות להלכה, גארנישט מער פלפול. (ביי אסך גדולים איז יא גווען א חילוק ואכמ"ל). און מען טרעפט טאקע אסך פון די זעלבע חידושים ביי די שיעורים און די תשובות.

אזוי אויך שרייבן זיי אין די הקדמה אז אסך מאל ווען ער פלעגט באקומען שאלות אין הלכה פלעגט ער עס אויסארבעטען מיט זיינע תלמידים צוזאמען. זיין גאנצע מהות איז גווען די אמת לאמתו פון די תורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא מיט א ישרות, אזוי ווי ער אליין שרייבט כמה פעמים אז דאס איז דאס אסך מער חשוב ווי פשעטלעך וכולי.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך מיין אז דער מהרש"ג אויף שבועות איז שיין איבערגעדרוקט, כ'ווייס מען לערנט דאס היינט אין ישיבות.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

SPUSMN האט געשריבן:(הרב ליבערמאן זצ"ל מנהל פון צעהלים'ער ישיבה איז געווען איינע פון די תלמידים).

האט מען געטשעפעט זיין שווער; אז פאר 20,000 קרוינען האט ער זיך איין געקויפט א מלמד'ל!

ער איז גיווען די חוזר ביי איהם
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

לכאורה האט געשריבן:איך מיין אז דער מהרש"ג אויף שבועות איז שיין איבערגעדרוקט, כ'ווייס מען לערנט דאס היינט אין ישיבות.

וועמיר זיך מער אינטרעסירען. אין בתי מדרשים האב איך עס נישט געזען אין ערגעץ. אמאל געזען ערגעץ אז רבי אהרן קאטלער...האט געזען אמאל דעם ספר און עס האט אים שטארק געפאלען און ער האט משתדל גווען מען זאל עס איבערדריקען... האב נישט קיין אנונג צו עס איז אמת.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

לכאורה האט געשריבן:איך מיין אז דער מהרש"ג אויף שבועות איז שיין איבערגעדרוקט, כ'ווייס מען לערנט דאס היינט אין ישיבות.

http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 18#p154218
וראה עוד כאן
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

פייערמאן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך מיין אז דער מהרש"ג אויף שבועות איז שיין איבערגעדרוקט, כ'ווייס מען לערנט דאס היינט אין ישיבות.

http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 18#p154218
וראה עוד כאן

גלייבט מיר ברודער, איך האב אמאל געפארן מיט א ראש ישיבה פון די ליטווישע לאגער, שמוסען'דיג מיט אים פרעג איך אים וואס לערענט מען אין ישיבה? שבועות, ענפערט ער. וועלכע ספרים ניצט מען? אויף די חלק וואס איז שייך מיט נדרים איז דאך דא... דער חלק וואס האט נישט מיט נדרים, איז דאך דא מהרש"ג, אויב מען האט אים דארף מען גארנישט! עכ"ל.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מספר פניני סוגיות מר' יעקב משה שורקין מלעיקוואד נכד להרב יעקב משה שורקין תלמיד הח"ח ור"י ר"ח ברלין
אטעטשמענטס
פניני סוגיות.JPG
פניני סוגיות.JPG (16.31 KiB) געזען 3564 מאל
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

חדשות האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך מיין אז דער מהרש"ג אויף שבועות איז שיין איבערגעדרוקט, כ'ווייס מען לערנט דאס היינט אין ישיבות.

וועמיר זיך מער אינטרעסירען. אין בתי מדרשים האב איך עס נישט געזען אין ערגעץ. אמאל געזען ערגעץ אז רבי אהרן קאטלער...האט געזען אמאל דעם ספר און עס האט אים שטארק געפאלען און ער האט משתדל גווען מען זאל עס איבערדריקען... האב נישט קיין אנונג צו עס איז אמת.

http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 17#p154217
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

פייערמאן האט געשריבן:מספר פניני סוגיות מר' יעקב משה שורקין מלעיקוואד נכד להרב יעקב משה שורקין תלמיד הח"ח ור"י ר"ח ברלין


עס האט אפשר געוויסע ענליכקייטן במושכל ראשון, אבער ווייט נישט דאס זעלבע.

ביים מהרש"ג, סתם סבבברות וואס כאפט נישט קיין נ"מ להלכה איז בכלל נישט קיין ארטיקל, און זיינע סברות זענען פארשטענדליך לכל און נישט קיין קאמפליצירטע לומדישע מושגים. אויסער דעם האט דער מהרש"ג א קונץ אין הסברה אראפצולייגן קאמפליצירטע זאכן און סברות אזוי גוט צולייגט און און מיט אזא פשטות, צומאל נאך מיט א משל אז עס קוקט ממש ווי א סברה פשוטה. שווער צו טרעפן בדומה לו אין דעם פרט פון הסברה.

למשל טאקע זיין תלמיד דער מאקאווער רב פראבירט גיין אויפן זעלבען שניט ווי זיין רבי, אבער מען קען עס בכלל נישט פארמישען מיט א ליטוויש ספר.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אין מהרש"ג חלק ד' אין א תשובה צו רבי עקיבא בלוי, האט ער א שמועס וועגן משלוח מנות זאכן פרטים וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט אין מחבר ונו"כ, אבער קען אמאל זיין נוגע למעשה.

א. שיעור משלוח מנות ברענגט ער 3 שיטות, כזית, ג' ביצים, חתיכה הראויה להתכבד אזוי ווי אין יו"ד.
ב. צוויי מנות פונעם זעלבען מין איז גוט.
ג. איין גרויסע מנה וואס קען ווערן צוטיילט און עס זאל בלייבן שיעור פאר יעדע איז מען יוצא 2 מנות.
ד. אויב איז די מנה גענוג גרויס אז עס בלייבט נאך איבער עקסטער אפילו מען זאל אראפנעמען די צוויו מנות, קען מען שוין יוצא זיין מיט דעם אויך מתנות לאביונים אויב שיקט מען דאס פאר אן עני.

מיט דעם איז ער מסביר די גמרא אין מגילה אז מען האט יוצא גווען מיט איין מאל שיקן ביידע מצוות.

אינטרעסאנט איז אז אסך פון די היינטיגע תשובה ספרים (געזען אראפברענגען צי"א און הר צבי) זענען דן איבער די שאלות, אבער דערמאנען נישט דעם מהרש"ג, וויבאלד חלק ד' איז געדריקט געווארן נישט לאנג צוריק.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”