בלאט 2 פון 4

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 2:52 pm
דורך באמבאסטיש
והוא פלאי האט געשריבן:מי נעשה ממלא מקום?

בנו הגדול ר' יצחק מרדכי שליט"א

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:17 pm
דורך מיללער
וואו האט מען אים געלייגט?

מציבת אביו האדמו"ר ר' דוד מקשאנוב-ארה"ב בביה"ח בקרית יואל:

http://kevarim.com/rebbe-dovid-halberstam-2/

מציבת חותנו האדמו"ר ר' אלעזר שפירא מקיוויאשד בניו זשערסי בעמח"ס שאר ישוב:
http://kevarim.com/rebbe-elozer-shapiro/#comment-28961

מודעה מפטירת חותנו והכתרתו כממלא מקומו בהמאור תמוז תשל"ג:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 6&pgnum=25

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:18 pm
דורך שנאפס
מנו"כ אין קיוויאשד חלקה אין ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:25 pm
דורך farshlufen
שנאפס, קיוויאשד או פאפא?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:32 pm
דורך שנאפס
קוק איבער מיין הודעה

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:48 pm
דורך הלשון
farshlufen האט געשריבן:שנאפס, קיוויאשד או פאפא?

דאכצעך אז אלו ואלו אמת. לפי ידיעתי איז די שטח פון קיוויאשד ממש בתוך החלקה של פאפא. קען זיין כהיום הזה איז עס שוין אפילו עמטליך אפגעקויפט.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:51 pm
דורך farshlufen
שנאפס האט געשריבן:קוק איבער מיין הודעה

און?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 5:24 pm
דורך פליגל
farshlufen האט געשריבן:ווער האט און ווען איז געגרינדעט געווארן די קיוויאשדער תלמיד תורה וואס איז געוועזן אויף 234 קיעפ סטריעט?

274 קיעפ, דארט ווי פאפא האט היינט די מיידל סקול.

קיוויאשד האט פארמאגט א תלמוד תורה און א ישיבה קטנה, אויב די זכרון דינט מיר גוט איז'ס שוין געשטאנען בחיי חותנו זצ"ל און ער איז געווען ראש ישיבה.

עס האט זיך פארמאכט אין די פריע מ' יארן.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 5:41 pm
דורך geek
הפטורה במנחה תשעה באב תשע"א

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 5:45 pm
דורך הלשון
dovidal האט געשריבן:פון אים איז דא די ווייניגסטע בילדער
אדרבה. נישטערט, וועט איר דאס געוואר ווערן.

ביי די חתונה פון אן אייניקל.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 5:48 pm
דורך farshlufen
די דיעד טרענספער פון די ת"ת בנין פון מיינע ארכיוון:

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 6:06 pm
דורך geek
הלשון האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:פון אים איז דא די ווייניגסטע בילדער
אדרבה. נישטערט, וועט איר דאס געוואר ווערן.

ביי די חתונה פון אן אייניקל.


לכוראה איז דאס ביי א חתונה ביי זיין נעפיו הרה"ג אברהם האלברשטאם ראה"כ טארטיקוב

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 6:07 pm
דורך פליגל
פארשלאפן, וועלכע אדרעס שטייט דארט?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 6:33 pm
דורך farshlufen
וואס איז די פראגע? 274 דער בנין שנבנה ע"י קהל בית אלקים ולא הי' שם מחיצה מעולם.

דארטן האב איך געלעקט האניג און געלערנט א"ב.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 6:38 pm
דורך דארפסמאן
איך האב געלערנט אלץ יונגעל און קיוויאשד ת"ת (עס איז נאר געווען אפען פאר א קורצע צייט) איך האב געהאט די זכיה צו שמיסען מיט אים און אים טראגען מיט מיין קאר און באגלייטען, און ער איז געווען סנדיק ביי איינע פון מיינע קינדער

קנאות

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 8:12 pm
דורך dovidal
איז דער קיווישדער געווען א בחור ביי די מעשה מיט שרייבער אין בית מדרש עליון אדער איז ער געווען א משגיח?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 8:42 pm
דורך והוא פלאי
בחור

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 10:21 pm
דורך פליגל
farshlufen האט געשריבן:וואס איז די פראגע? 274 דער בנין שנבנה ע"י קהל בית אלקים ולא הי' שם מחיצה מעולם.

די פראגע איז דאס:
פליגל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווער האט און ווען איז געגרינדעט געווארן די קיוויאשדער תלמיד תורה וואס איז געוועזן אויף 234 קיעפ סטריעט?

274 קיעפ, דארט ווי פאפא האט היינט די מיידל סקול.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 10:28 pm
דורך farshlufen
ס'איז מיין ערשטע טייפאו?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 11:24 pm
דורך פליגל
דער אמת איז אז ס'יז יש מקום לטעות ווייל 234 קיעפ איז אויך דעווען עפעס א גרויסע זאך (ואכמ"ל). ממילא האב'ך געוואלט זיכער מאכן אז אונז זעמיר אויף איין טרעק, און אז ס'טאקע נאר א טייפא.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2011 12:09 am
דורך שאץ מאץ
באקומען אין אישי:


קען זיין אז די ישיבה קטנה איז שוין געשטאנען בחיי חותנו זי"ע, אבער לכאורה האט זיך די תלמוד תורה געעפנט שוין נאך די פטירה פון זיין שווער.

פארוואס איך זאג "לכאורה", ווייל איך האב אנגעפאנגען גיין אין חדר שוין נאך די פטירה פון זיין שווער, (אלס חשש "גילוי" עלעך דיר נישט זאגן גענוי וויפיל יאר נאך זיין פטירה...) און אין די גאנצע צייט וואס איך האב דארט געלערנט בינעך אלעמאל געווען אין די עלטסטע כיתה, הגם ס'איז מעגליך אז ווען איך בין געווען אין נוירסערי (אויב מ'האט דאס יענע צייט בכלל אזוי גערופן...) איז יא געווען א כיתה עלטער פון מיר, אבער פון ווען איך געדענק מיינע חדר יארן, זעמער געווען די "גרויסע" קינדער...

עניוועי, לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין. לאמיר דיר געבן נאך עטליכע פאקטן: דער בילדינג אויף קיעפ סטריט איז שוין געווען דער צווייטער בנין פון די ת"ת, דער ערשטער בנין איז געווען אויף דעוויזשאן עוועניו קארנער ראבלינג, דארט וואו עס געפינט זיך היינט "קארנער פארמאסי". די גראונד פלאר וואו עס איז יעצט די פארמאסי איז געווען צעטיילט אין צוויי, דארט איז געווען די כיתה א' [ר' חיים יעקב פאלאק] און כיתה ב' [ר' אשר אנשיל גאנדל],

(אגב, דארט אינעם גראונד פלאר אין די בעק איז אויך געווען א מצה-אויווען, און בעפאר פסח (אפשר נאר ערב פסח) האט דארט דער קיוויאשדער רב מיט די קינדער און נאך אנדערע געהאט א כיתה פאר מצות באקן)

אויף די פארלער פלאר איז געווען א גרעסערע קלאס רום פאר די קינדערגארטן אדער נוירסערי, [דער פאיער שמש און מוכר ספרים ר' שלמה רובינפעלד איז דארט געווען א מלמד פאר די קליינע קינדערלעך] איך געדענק שוין נישט וויאזוי מ'האט עס דעמאלט גערופן און אויב בכלל צי ס'איז געווען אפילו אפגעטיילט.

ווען די תלמוד תורה קינדער זענען געוואקסן און מ'האט אלס צוגעלייגט נאך עלטערע כיתות, זענען די כיתה ג' [ר' ??? האלצער] און כתה ד' [ר' הערש ראלניצקי ז"ל] געווען אויף די צווייטע אדער דריטע שטאק אין יענעם בנין. דער מנהל איז צוערשט געווען ר' מאיר טייטלבוים און שפעטער איז געווארן דער מנהל הרה"ג ר' פנחס חיים רובינפעלד. מנהל גשמי איז געווען יוסף אלי' שלעזינגער.

אנפאנג געדענק איך אז מ'איז געפארן אין חדר מיט א ווען, און ס'איז געווען א גאנצע שמחה ווען מ'האט געקויפט דעם ערשטן באס, שווארץ פון שווארץ-באסעס איז דארט געווען דער באס דרייווער עטליכע יאר.

ווען מ'האט געזען אז מ'וואקסט שוין אויס דעם בנין, איז געלונגען פאר קיוויאשד אפצוקויפן די קיעפ סטריט בנין, אין קיעפ סטריט איז שוין צום ערשטן מאל געווען א כיתה ה' [ר' שמואל דוד ווייזער] מ'האט נאר גענוצט דעם בעסימענט פאר א לאנטש רום, און די ערשטע שטאק פאר די קלאסן, זיי זענען שפעטער אנגעקומען ביז כיתה ז' אבער די קינדער פון די עלטערע כיתות האבן זיך צוביסלעך אנגעפאנגען צו צוגיין, און די ת"ת איז געווארן פוחת והולך ביז ס'האט זיך פארמאכט.

איך קען נישט גלייבן אז ס'האט זיך אנגעזאמלט אז לאנגער באריכט. די גירסא דינקותא ארבייט גוט... אויפן מינוט דערמאן איך זיך נישט עפעס מער.

די ישיבה קטנה מיין איך אז זיי האבן זיך עווענטועל קווארטירט אין די קיוויאשדער בילדינג אויף פען סטריט. עפעס ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן א קורצע צייט געלערנט אינעם בנין אין קיעפ סטריט. איין זאך געדענק איך אז בעפאר פורים האבן זיי איין יאר געשפילט א פלעי פאר די ת"ת קינדער אין אונזער לאנטש רום...

וואס נאך זאל איך דיר פארציילן?...

אה, לאמיך עפעס רעדן פונעם קיוויאשדער רב ז"ל אליינס.

איך געדענק אז ער פלעגט אפט קומען פארהערן די קינדער אין חדר. ס'איז געווענליך נישט געווען קיין שווערער פארהער, ער פלעגט זייער ליבליך און מיט א שמייכל אויסהערן ווי די קינדער ענטפערן אויף זיינע שאלות אדער זאגן אפ דעם פסוק חומש אדער א שטיקל גמרא.

איך געדענק ווי ער איז געקומען פ' בשלח אויסהערן ווי די קינדער האבן געזינגען די בארימטע "ירושלימ'ער אז ישיר" וואס ר' הערש ראלינצקי פלעגט אויסלערנען פאר זיין קלאס, און ער האט אויסגעדרוקט זיין התרגשות פון דעם ניגון און געזאגט אז מ'שפירט די הייליגקייט פון דעם ניגון ווען די תינוקות של בית רבן זינגען דאס אזוי ערליך וכו', [איך געדענק שוין נישט גענוי די ווערטער, אבער בערך אזוי]

קנאות

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2011 12:23 am
דורך dovidal
והוא פלאי האט געשריבן:בחור

דער רבי ווען ער האט אויסגעכאפט די עלי איז דאן געווען א משגיח אין די ישיבה
מפי בני המשפה
אגב הם לא אומרים שרביה"ק נתן טעם לבקש מחילה כיון שהוא נכד החסם סןפר

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2011 2:33 am
דורך ביקסאד
פליגל האט געשריבן:דער אמת איז אז ס'יז יש מקום לטעות ווייל 234 קיעפ איז אויך דעווען עפעס א גרויסע זאך (ואכמ"ל). ממילא האב'ך געוואלט זיכער מאכן אז אונז זעמיר אויף איין טרעק, און אז ס'טאקע נאר א טייפא.

אריין אין דעם שנירל פון טוישען די באנוץ פון א קירכע בנין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2011 6:10 am
דורך פליגל
ביקסאד; כ'אב טאקע דאס געמיינט מיט'ן "ואכמ"ל".

שאץ; זאג דיין חבר ער זאל געדענקן נאך זאכן,
די אלע זאכן פלעג'ך אויך נאר הערן פון איינעם, מילא קען זיין אז געוויסע פרטים האביך נישט אזוי גוט פארשטאנען.

די ישיבה קטנה איז זיכער געווען אפען בחיי חותנו, עס איז דוכציך מיר געווען טאקע אין דעם בנין אויף דעוויזשאן עוו און ר' וואלף גליק פון ק"י (אדמיניסטראטאר פון די ארטיגע מוסדות הק') איז געווען מגי"ש/משגיח.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 26, 2011 9:35 am
דורך יהיה כן
שאץ מאץ האט געשריבן:באקומען אין אישי:


איך געדענק ווי ער איז געקומען פ' בשלח אויסהערן ווי די קינדער האבן געזינגען די בארימטע "ירושלימ'ער אז ישיר" וואס ר' הערש ראלינצקי פלעגט אויסלערנען פאר זיין קלאס, און ער האט אויסגעדרוקט זיין התרגשות פון דעם ניגון און געזאגט אז מ'שפירט די הייליגקייט פון דעם ניגון ווען די תינוקות של בית רבן זינגען דאס אזוי ערליך וכו', [איך געדענק שוין נישט גענוי די ווערטער, אבער בערך אזוי]



די צוויי האבן אויף דער עלטער טעגליך געלערנט בחברותא יארן לאנג אין קיוויאשדער ביהמ״ד