מיללער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:א הילכיגען ייש"כ כבוד הרב מאייראפא פאר'ן בילד והעתקת מציבת זקיני זצ"ל הרה"ק ר' שמואל שמעלקא ב"ר יהושע הארוך הלוי איש הורוויץ, תשוח"ח לו.
עס איז כדאי אריינצוגיין אין די פרטים ליחוסו שמוטל בספק, דאס הייסט עס איז נישט קלאר געהעריג בן מי היה אביו ר' יהושע הארוך זעה דא, די מבוכה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=313ועדיין הדבר צריך תלמוד.
דאס איז זיכער אז דע
ר זון פון ר' שמעלקא איז געווען ר' מאיר הלוי הורוויץ מטיקטין אבי הגאונים;
1) ר' יעקב יוקל הורוויץ מגלוגא (אבי ר"י מהאמבורג ועוד)
מאמר נפלא מאת הרב יונ"ה קוואדראט הי"ו מ'לאנדאן יצ"ו,לתולדות הגה"ק המהר"ם טיקטין זצ"ל, שראה אור בירחון 'שערי ציון' שבט-אדר תשע"ג העעל"ט.
תושח"ח להרב על אדיבתו להנות בהם בני אדם, שיזכה עוד רבות בשנים להרבות פעלים לתורה ולתעודה.
אז מ'רעדט דא פון ר' יוקל פון גלינא, האב איך מיר דערמאנט א'מעשה, אז ער האט אמאל געשריבן א'בריוו צו א'עם הארץ מיט די נאמען שלום, מיט די פסוק "אתה שלום ושמך שלום וכל אשר לך שלום" האט זיך יענער באליידיגט און צוריק געשריבן "
אתה יוקל ושמך יוקל וכל אשר לך יוקל".איך האב געוואלט אויפמערקזאם מאכן אפאר באמערקונגען וועגן די הייליגע משפחה.
א'). ערשטענס א'גרויסן דאנק פאר חברינו "יוראפ" פארן צושטעלען די הערליכע בילדער פון די מציבה און די יחוס לויט פארשידענע ווערסיעס,לויט עטרת צבי זיע"א שטאמען זיי בן אחר בן צום של"ה הקדוש זיע"א ,לויט אנדערע ראפשיצער רב זיע"א בלויז א'פלימעניק,
וועגן דעם ווענד איך מיר צו די קענער'ס אין יוחסין למשפחות בית ישראל צו דאס איז "נחוניא" צו נטיעות" אדער "איטשע" , וואס גייט דא פאר?.האט איר א'קלארקייט דערונען ?.
ב'). ווי דערמאנט אויבן האט הרב יונה קוואדראט הי"ו געשריבן א'הערליכע ארטיקעל בטוב טעם ודעת אויף הגה"ק ר' מאיר פון טיקטין זיע"א , ליינענדיג די ארטיקעל בין איך געוואויר געווערן א'אינטערסאנטע זאך ,אז צאנזער רב זיע"א האט געשטאמט פון מהר"ם פון טיקטין זיע"א,און ער מיט זיין רבי ראפשיצער רב זיע"א וואס וואלט געקענט זיין זיין זיידע זענען געווען די זעלבע דור צו אים .
ג').איך זעה אז סיי ר' יהושע מיט זיין זון ר' שמעלקע זענען געווארן שבת העכער מיט א'קאפ,
ד'). דאס וואס "יוראפ" צייכנט צו
אז זיי זענען געווען בן אחר בן צום "בעל המאור" זיע"א ,אזוי ווערט אראפ געברענגט אין די באססטאנער סדור און נאך פלעצער,אבער א'גרויסע קענער אין יחוס לבית ישראל איז מפקפק דערויף,וואלט איינער געהאט א'קלארקייט דערונען?.