תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
פרייטאג ספטמבר 16, 2011 12:41 pm
גראף פאטאצקי
עשרה הרוגי מלכות
רבי ארי' ליבוש הי"ד דיין ודרשן בפוזנא, א זוהן פון יסוד יוסף זצ"ל, צוזאם מיט ? ווער ווייסט ? ו
רבי שמשון מאוסטראפאלע הי"ד און די אלע וואס זענען געהארגעט געווארען ביי גזירות ת"ח ות"ט
די אלע געהארגעט ביי פעטלורע'ס פאגראם'ס
די אלע געהארגעט און די צווייטע וועלט מלחמה
Advertisement
שבת ספטמבר 17, 2011 10:04 pm
רבינו יעקב (ר"י) מאורליינש, פון די בעלי התוספות, א תלמיד פונעם רבינו תם, נעק"ד אין לאנדאן ביים קרוינונג פונעם ענגלישן קעניג ריטשארד דער לייבן הארץ. היינט י"ט אלול איז זיין יארצייט
שבת ספטמבר 17, 2011 10:10 pm
ר' אמנון ממאגענצע - בעל הפיוט ונתנה תוקף.
שבת ספטמבר 17, 2011 10:17 pm
רבינו מרדכי ב"ר הלל בעל המרדכי
דער מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט ערגעץ אין דברי תורה, א קבלה בשם זקינו בעל הבני יששכר, אז רוב בעלי התוספות זענען אומגעקומען עקה"ש, און דער לאנגער תוספות אין בבא קמא דף עח, איז געמאכט געווארן אין תפיסה א נאכט פארן אומקום עקה"ש, הי"ד
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 10:10 am
האחים הקדושים לבית רייצעס מלבוב הי"ד
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 10:52 am
SPUSMN האט געשריבן:רבי ארי' ליבוש הי"ד דיין ודרשן בפוזנא, א זוהן פון יסוד יוסף זצ"ל, צוזאם מיט ? ווער ווייסט ? ו
ער איז געהרג'ט געווארען מיט השתדלן הגדול רבי יעקב מפוזנא. נאך זיבען אידען פון פוזנא זענען געווען פארשפארט ביז מען האט זיי ארויס געלאזט
דער מעשה איז געדרוקט און עמודי עולם, ברלין תק"א, דא איז א לינק
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =3&hilite=
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 3:14 pm
בחורהזעצער האט געשריבן:ר' אמנון ממאגענצע - בעל הפיוט ונתנה תוקף.
ווערט דעם ראש השנה טויזענט יאר פון די שרעקליכע הריגה.
מיטוואך ספטמבר 21, 2011 7:27 am
אין אור הצפון דעם חודש שרייבען אז רבי שלום בעלזער'ס פאטער - רבי אלעזר - איז געווען א קדוש פןו די קדושי פראגא (פראג שבפולין).
מיטוואך ספטמבר 21, 2011 11:03 am
קיינמאל נישט געהערט פון די קדושי פראגא. וואס און ווען איז דאס געווען? ו
מיטוואך ספטמבר 21, 2011 11:26 am
עס האט עפעס מיט בערעק יאסעלעוויטש הי"ד און דער פוילישער ווידערשטאנד, כמדומני.
מיטוואך ספטמבר 21, 2011 11:31 am
קיינמאל נישט געהערט פון בערעק יאסעלעוויטש הי"ד. מען רעדט דא און די תקצדיק'ס? ווען דער חדושי הרים'ס שווער האט זיין גאנץ פארמעגען געמוזט אוועק געבען פאר דער פוילישער ווידערשטאנד קעגען רוסלאנד? ו
מיטוואך ספטמבר 21, 2011 11:34 am
ער האט אנגעפיהרט א יידישער רעגימענט פון'ם פולישער ארמיי. מער ווייס איך נישט - קוקט עס נאך, ער איז באשריבן אין פיל ערטער.
מיטוואך ספטמבר 21, 2011 11:42 am
און די רוסען האבען אים געהאנגען? ו
עס איז געווען שווערע צייטען און ווארשא פוילין און די תקצדיק'ס, אז א איד איז געגאנגען און גאס איז אדער איז ער פארדעכטיגט געווארען אז ער איז א רוסישער שפיאן און די פאליאקען האבען אים געהאנגען, אדער איז ער פארדעכטיגט געווארען אז ער איז א פוילישער שפיאן און די רוסען האבען אים געהאנגען
דינסטאג ספטמבר 27, 2011 2:42 am
חברון.
נקום לעינינו נקמת דם עבדיך בב"א
מאנטאג אוקטובר 03, 2011 11:43 pm
הריגי כמעלניצקי שר"י
הרוגי סטאלין (צווישן די 3 מיליאן מענטשן וואס ער האט געהרג'עט. זענען א ריזיגע פראצענט דערפון געווען יודן)
הרן. אברהם אבינו'ס ברודער...(ער איז נישט ניצול געווארן פון דעם קאלעך אויוון)
עשרה הרוגי מלכות.
דינסטאג אוקטובר 04, 2011 1:41 am
דארף מען נאך וויסן צו דאס איז טאקע געווען על קידוש ה'
דינסטאג אוקטובר 04, 2011 4:53 pm
גדלי' בן אחיקם
חור
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:04 am
מיללער האט געשריבן:האחים הקדושים לבית רייצעס מלבוב הי"ד
א הערליכע מאמר געשריבען דורך דעם באקאנטן חוקר היוחסין וספרא רבה, הרב רינ"ה קוואדראט פון לאנדאן, איבער די אחים הקדושים 'רייצה'ס' פון לעמבערג שנעקד"ה הי"ד.
דער מאמר איז געווען געדרוקט אינעם אויסגאבע
שערי ציון גליון ל"ג - סיון-תמוז תשע"ב, מיר זענען עס דא מפרסם מיט רשות.
לייענט, האט הנאה און זייטס מגיב!
- עטעטשמענטס
-
- שערי ציון לג - סיון תמוז תשעב.pdf
- (7.01 MiB) געדאון לאודעד 66 מאל
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:47 pm
י''ב פרנסים דעיר ווירמייזא שנעקדה''ש בגזירת תתנ''ו.
זונטאג ספטמבר 02, 2012 9:49 am
מיללער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:האחים הקדושים לבית רייצעס מלבוב הי"ד
א הערליכע מאמר געשריבען דורך דעם באקאנטן חוקר היוחסין וספרא רבה, הרב רינ"ה קוואדראט פון לאנדאן, איבער די אחים הקדושים 'רייצה'ס' פון לעמבערג שנעקד"ה הי"ד.
דער מאמר איז געווען געדרוקט אינעם אויסגאבע
שערי ציון גליון ל"ג - סיון-תמוז תשע"ב, מיר זענען עס דא מפרסם מיט רשות.
לייענט, האט הנאה און זייטס מגיב!
ארויסגעדרוקט, אהיים געטראגן, אפגעלייענט און מזכה געוועזן די בני בית אויך.
א סיפור נורא, דאס אראפלייגן מיט גענויע מקורות גוט אסאך צו.
וע"מ שכתב שם:
"5) דער סטריער רב, (עס איז אונז נישט באקאנט ווער עס האט דאן פונקציאנירט דארט אלס רב"
איז נישט געוועזן דאן רב אין סטריא ר' בעריש בן ה' ר' משה חריף אב"ד לבוב?
זונטאג ספטמבר 02, 2012 11:23 am
גם אני עשיתי כן, הדפסתיו וקראתיו בנשימה אחת, והוא מאמר נאה.
איך געדענק אז אין הקדמה צום 'פני יהושע' מהדורת אור החכמה, שרייבט ער אז ווען מ'האט אפגעאזגט דעם פני יושע פון זיין רבנות בעיר לבוב כידוע, ונשאר רק רב בחוץ לעיר, דעמאלט'ס איז הגאון רבי משה חיים נתקבל געווארן על מקומו, און מ'האט דאס תולה געווען אין דעם. ווי אויך געדענק איך אז אין קובץ 'גינת ורדים' איז געווען א מאמר איבער די שטאט פפד''א, און דארטן ליגט כמדומה איינער פון די קינדער פון הגרמ''ח, און דאך ווערט נשיט דערמאנט אויף זיין מבצה ווער זיין טאטע איז געועון, אדער מפני מוראה של מלכות אדער ווייל זיי האבן דאס תולה געווען איבער דעם וואס ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף שטול פונעם פני יהושע.
זונטאג ספטמבר 02, 2012 2:23 pm
הרה"ק ר"ש מקרלין זי"ע
ר' שלמה מולכו
רבנים שנספו בשואה
זונטאג ספטמבר 02, 2012 2:26 pm
יישר כח מיללער
farshlufen האט געשריבן:ארויסגעדרוקט, אהיים געטראגן, אפגעלייענט און מזכה געוועזן די בני בית אויך.
א סיפור נורא, דאס אראפלייגן מיט גענויע מקורות גוט אסאך צו.
דינסטאג ספטמבר 04, 2012 12:09 pm
מאמרו של רנ"א ווקשטיין לקראת יום תשעה באב שעברה עלינו, שפירסמה בהמודיע, המאמר כולל ענינים ופרטים על גדולי הדורות שנעקד"ה, תשוח"ח לו.
- עטעטשמענטס
-
- ויתילדו - 131 - למשלוח.pdf
- (127.69 KiB) געדאון לאודעד 28 מאל