חלושי הכשרון שנתעלו ונתגדלו לאילני רברבי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

חלושי הכשרון שנתעלו ונתגדלו לאילני רברבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

איך עפן די אשכול, פשוט צו מאכען א רשימה פון אלע גאונים גדולים וקדושים, וואס מ'ווייסט אז זיי האבן געהאט שוואכע קעפ,
ווי מרופט עס פאטעטאי קאף, און היינט וואלטן זיי נישט געהאט א מקום אריינצוגיין, און ווער ווייסט ווי אזוי די וועלט וואלט אויסגעזעהן אן זיי??

און וכל המוסיף הרי זה משובח, נאכדערצו ווער ס'קען צולייגען די מראי מקומות, און דער עובדות,

הרה"ק המקובל רבי שמשון אוסטרפאליא זצ"ל הי"ד
הנשר הגדול הרמב"ם זצ"ל
הרה"ק רבי אביש'ל פראנקפורטער זצ"ל
הגאון המהר"ם שיק זצ"ל

ווער ווייסט נאך??
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

הרב וואזנער אליין דער בעל שבט הלוי איז געווען א שוואכע קאפ
כך שמעתי מפי הר"ר משה עמרם גראד ז"ל פון קרית יואל ער האט דערציילט אז ער האט געלערנט מיט אים און אים ארויסגעהאלפן

ואולי צוליב דעם נעמט אריין די שוואכע אויך, כי אין חכם כבעל הנסיון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ס'איז טאקע ידוע, אבער און אמת'ן אריין, האט עים טאקע מורו רבי מאיר שפירא זצ"ל
נישט געוואלט אריין נעמען, נאר ווען ער האט געזעהן גודל התמדותו ווען ער האט געלערנט
לאור הלבנה כידוע, האט ער אים אריינגענומען

שמעתי עוד שגם הגאון הגדול פוסק הדור רבי יחזקאל ראטה ה' יאריך ימיו ושנותיו בנעימות בעל עמק תשובה
האט אויך געהאט גאר א שוואכע קאף, ביז ער האט עס אויסגעשארפט בגודל ידיעתו בתורה ובהתמדתו,,

אבער כ'האב לכתחילה געעפענט דער אשכול, צו מאכן א רשימה פון די גאר פריעדיגע, ווער ס'קען מוסיף זיין?
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

הרב וואזנער, ר חיים ק. ועוד
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

הגאון הצדיק אבדק''ק שארמאש שליט''א
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

עפעס אזוי געדענק איך האב איך אמאל געהערט אויף הרה"ג ר' קלמן זאב גראס שליט"א אב"ד ווייצען אויף פרענקלין, און מחבר ספרי פרי הגן אויף פרי מגדים.

איך געדענק נישט קיין פרטים נאר אז עפעס האט זיך זיין מלמד אמאל אויסגעדרוקט אויף אים, עפעס וואס איז א שארפע קאנטראסט מיטן מחבר זיין אזאנע וואונדערליכע ספרים - וואס איז שטארק אנגענומען אין די ישיבות אין כוללים.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אברהם שלמה האט געשריבן:ר חיים ק.

איר זענט זיכער? שמעתי עליו פלאות מקטנותו.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אויף די נצי"ב איז באוויסט אזא מעשה
.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אויף די נצי"ב איז באוויסט אזא מעשה

מיט די שוסטער וכו'.

אגב, ר' אברהם יהושע בריסקער האט אמאל געזאגט איבער א געוויסן גדול אז ווען ער וועט ארויפקומען אויפן עולם העליון און ווייזן זיינע חיבורים, וועט מען אים פרעגן, וואו איז די שיך ?...
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
אברהם שלמה האט געשריבן:ר חיים ק.

איר זענט זיכער? שמעתי עליו פלאות מקטנותו.

פלאות פון התמדה אדער אין עילו'שאפט, ודוק.
ס'הייסט עפעס אז דער חזו"א האט אים געזאגט ער זאל לערנען אסאך בקיאות.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
אברהם שלמה האט געשריבן:ר חיים ק.

איר זענט זיכער? שמעתי עליו פלאות מקטנותו.

בפורום האוצר פרסמו מכתב מדודו החזו"א זי"ע שכותב עליו בימי בחרותו 'מרא דכולא תלמודא' (כמדומה המכתב נכתב אודות שידוך)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

פון ווי איז דער מקור איז דער מהר"ם שיק איז געווען א שוואכע בעל כשרון, אין די הקדמה זעהט אויס אז ער איז זייער יונג געווען א גרויס בעל כשרון
למה זה תשאל לשמי...
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

אין די בליץ דע חודש איז דא די מעשה פון רמב''ם אז ער איז געווען א שוואכער קאפ און זיין טאטע רבי מימון ע"ה האט עם ארויסגעווארפן פונדערהיים ער איז אנגעקומען צו הר"י מיגאש און אויסגעוואקסען די גרויסער רמב"ם

במחילת כבודם - איך געדענק אז אינעם משפחה מאגאזין מיט בערך א יאר צוריק האבן אסאך אפגעוואנדן די מעשה אז סאיז א בזיון פארן רמב"םס טאטע
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מי יודע האט געשריבן:הרב וואזנער אליין דער בעל שבט הלוי איז געווען א שוואכע קאפ
כך שמעתי מפי הר"ר משה עמרם גראד ז"ל פון קרית יואל ער האט דערציילט אז ער האט געלערנט מיט אים און אים ארויסגעהאלפן

ואולי צוליב דעם נעמט אריין די שוואכע אויך, כי אין חכם כבעל הנסיון

הרב היקר הבלתי נשכח ר' משה עמרם ז"ל חזר לבסוף ימיו לאנדאן הבירה, געוועזן א רעכטער תלמיד חכם, זיין עצם באנעמונג האט אסאך אריינגעלייגט אין די קינדער.

ווען און וואו האט ער געלערנט מיט יבלח"ט הרב וואזנער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]

אן אלטער שמועס דאהי איבער ר' משה עמרם גראד ז"ל:
viewtopic.php?p=225114#p225114
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

והוא פלאי האט געשריבן:פון ווי איז דער מקור איז דער מהר"ם שיק איז געווען א שוואכע בעל כשרון, אין די הקדמה זעהט אויס אז ער איז זייער יונג געווען א גרויס בעל כשרון

שמעתי איש מפי איש, ביז'ן מהר"ם שיק אליין'ס,

אויב דער קוטשער איז אייך גענוג א גוטע מקור, והמעשה ידוע, און איך מיין שוין היינט געדריקט.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

דער מהר"ם שי"ק איז ידוע, ער האט עס אליינס דערציילט, אז ער האט געהאט היפוך פון דעת,
און האט אמאל געזאגט פונקט ווי הלל מחייב העניים, איז ער מחייב האטומים,

נישט געוויסט ס'נאך דא א בזמנינו א שארמאש'ער רב? און וואס איז די מעשה מיט אים?

איז נישטא מער פון די פריעדיגע גדולים וגאונים וואס מ'ווייסט??

וואס איז די מעשה מיט רבי יוסל'ע סלוצקער זצ"ל, ??
איז דער מעשה וואס רבי לייבוש לאנגער שליט"א פארציילט אויף זיין באקאנטע טעיפ אמת?

איך נעם די נושא זייער פרעזענליך, ווייל אין חכם כבעל נסיון? און מיך האט מען אויך נישט געוואלט אריין נעמן און די ישיבות,
און קוק'טס וואס איז געווארן פון מיר, ליידער, והוא רחום יכפר עון
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

כ"ק מרן אדמו"ר מויז'ניץ ב"ב שליט"א.

אויפן רמב"ם איז מיר א פלא, איינס ווייל מעולם לא שמעתי, און בכלל איז דאס זייער שווער צו גלויבן, וויבאלד ער איז געווען א פילאזאף און טיפער חוקר, נישט סתם א מתמיד וואס איז אויסגעשטיגן. שווער צו זאגן אויף איינעם וואס האט זיך געשלאגן מיט די גרעסטע אין זיין דור און זיך אויסגעצייכנט מיט זיין שארפקייט און טיפזיניגקייט אזעלכע זאכן.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער קוטשער האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:פון ווי איז דער מקור איז דער מהר"ם שיק איז געווען א שוואכע בעל כשרון, אין די הקדמה זעהט אויס אז ער איז זייער יונג געווען א גרויס בעל כשרון

שמעתי איש מפי איש, ביז'ן מהר"ם שיק אליין'ס,

אויב דער קוטשער איז אייך גענוג א גוטע מקור, והמעשה ידוע, און איך מיין שוין היינט געדריקט.

אבל עיין ההקדמה שנדפס שם, מהמו"ל, וואס ער האט געקענט ביי די צען ועוד
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:הרב וואזנער אליין דער בעל שבט הלוי איז געווען א שוואכע קאפ
כך שמעתי מפי הר"ר משה עמרם גראד ז"ל פון קרית יואל ער האט דערציילט אז ער האט געלערנט מיט אים און אים ארויסגעהאלפן

ואולי צוליב דעם נעמט אריין די שוואכע אויך, כי אין חכם כבעל הנסיון

הרב היקר הבלתי נשכח ר' משה עמרם ז"ל חזר לבסוף ימיו לאנדאן הבירה, געוועזן א רעכטער תלמיד חכם, זיין עצם באנעמונג האט אסאך אריינגעלייגט אין די קינדער.

ווען און וואו האט ער געלערנט מיט יבלח"ט הרב וואזנער?

דאכט זיך אין ישיבת חכמי לובלין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

זיס האט געשריבן:כ"ק מרן אדמו"ר מויז'ניץ ב"ב שליט"א.

אזוי? קיינמאל געהערט דערפון
הנותן לשכוי בינה...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קענטעלאופ האט געשריבן:אין די בליץ דע חודש איז דא די מעשה פון רמב''ם אז ער איז געווען א שוואכער קאפ און זיין טאטע רבי מימון ע"ה האט עם ארויסגעווארפן פונדערהיים ער איז אנגעקומען צו הר"י מיגאש און אויסגעוואקסען די גרויסער רמב"ם

במחילת כבודם - איך געדענק אז אינעם משפחה מאגאזין מיט בערך א יאר צוריק האבן אסאך אפגעוואנדן די מעשה אז סאיז א בזיון פארן רמב"םס טאטע

זעה דא:
אם המעשה על ילדותו של הרמב"ם יתכן להיות אמת?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ר' שמעון זעליחובער, רצה שילמדו קבלה, אמר די לובלינער בחורים זענען בעלי גאות, זיי מיינען זיי קענען אלס, זאלן זיי אז איין זאך קענען זיי נישט
הקאזיקלובער אמר, כשר' מאיר שפירא רצה להנהיג יונעפארם, מה הוא חושש שלא יהיו גלחים, בין כך יהיו גלחים
עוד?...
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הרה"ק ר' נחום אהרן רוקח ממאגרוב זצ"ל נכד רבי יהושע'לע מבעלזא
איז כידוע געוועהן גאר א שוואך קאפ אין דער קינדער יארן אין דורך א מעשה איז ער שפעטער אויסגעוואקסן א גדול בתורה כידוע.

דאס האט הגה"צ ר' משה ניישלאס זצ"ל אב"ד דשיכון סקווירא האט דאס אליינס געהערט פין רבי נחום אהרן זצ"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
יארצייטן
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2010 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יארצייטן »

והוא פלאי האט געשריבן:ר' שמעון זעליחובער, רצה שילמדו קבלה, אמר די לובלינער בחורים זענען בעלי גאות, זיי מיינען זיי קענען אלס, זאלן זיי אז איין זאך קענען זיי נישט
הקאזיקלובער אמר, כשר' מאיר שפירא רצה להנהיג יונעפארם, מה הוא חושש שלא יהיו גלחים, בין כך יהיו גלחים
עוד?...

שיינע ווערטלעך,

און פיר אויס ביטע, היינט זיבעציג יאר שפעטער, זעהט מען טאקע אז עס זענען ארויס פון דארט גאר אסאך גלחים און קארדינאלן....

א שטייגער רבי פנחס הירשפרונג, דער דשזימיגראדער בעל ארי' שאג, הרב וואזנער, רב דאמב און נאך אסאך תלמידי חכמים מופלגים וואס היטלער האט פארשיקט אויפ'ן ישיבה של מעלה, הצד השוה שבכולם שגאים בתורתם, און כלל ישרא' איז מתגאה בהם,
לעצט פארראכטן דורך יארצייטן אום מיטוואך אוגוסט 17, 2011 12:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”