גדלות---הנהגה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

איך וועל פארבירען ציא שרייבען אפאהר נקודות ....אין בין מכריז ומודיע אז איך מיין קיינעם נישט נאר צים פאינט ...ס'איז ידוע אז דער מחבר אין שו''ע פסקנ'ט אז אפילו ס'איז דא א ישיבה אין איין שטאט מעג א צווייטער עפענען א צווייטע ישיבה . אין עהר האט דאס אריין געלייגט אין חלק יורה
דעה נישט אין חלק חושן משפט לגבי השגת גבול נאר אין דיני תלמוד תורה ...ווייל אמאליגע צייטען איז חוץ דיא לימוד התורה אין השקפה וואס דאס איז אגב א חלק פין תורה .נישט געווען דיא אויפ גאבע פין דעם ראש ישיבה . עהר האט נישט געהאט קיין בנין וויא מע לערנט ווייל אדער האט עהר
פארגעלערנט בייא זיך אין שטוב . אדער אין שטאט בית מדרש . אין אויך האט עהר נישט געהאט קיין בנין פין א פנמי' ''דארמאטארי ''בלע''ז .
משא''כ באורך הזמן האט דאס מציאות געברענגט ...אז כדי דיא בחורים אין קינדער אין קליינע קינדער זאל'ן קומען לערנען דארף מען בויען דאס
שענסטע אין דאס בעסטע ..אין כדי ציא בויען איז ידוע אז מען דארף געלט ..אין געלט קומט פין בעלי בתים ..אין פאר וואס געט א בעל הבית
געלט ווייל דער רב גיט איהם דאס מיסע ווארט ...וואס אלע ווילען אין דארפען אין זענען זעך מבזה דערויף '''''''''כבוד'''''' [אגב דער פריערדיקער
בעלזער רב ז''ל מהרי''ד האט געזאגט אז אויב איין עושר האט נישט ליעב קיין כבוד דארף מען איהם מסביר זיין וויא גיט דאס איז ]עכ''פ נחזור לעניינו
היינט ציא טאג וויא יעדעס קינד לערנט אין א מוסד וואס באלאנגט .ציא איין ארגענעזאצי' אין דיא ארגענעזאצי' דארף געלט . אין וועהר איז דיא
הויפט פין ארגענעזאצי' איז אדער איין באוויסטער ראש ישיבה אדער איין גרויסער רעבע .זענען זייא שוין אטאמאטיש מנהיגים . נישט נאר גיטע
שיעור זאגער'ס אדער הייליגע יודען וואס האבען אינזין נאר גאט ב''ה .ווייל זייא פירען אהן איין ארגענעזאצי' .אין ווען אזא רבי אדער ראש ישיבה
גייט ל''ע פין דעם עולם הגשמי לעולם הנצחי לאט עהר איבער נכסים וואס דיא יורשים דארפען זעך מטפל זיין דערמיט . אין ווייטער ממשיך
זיין בעבודת הקודש .אין זייא ווערען תיכף מנהיגים .אין אויב א צווייטער וויל זיך מאכען א ישיבה אדער מוסד פאראלעל ציא איהם . שאט דאס
איהם אז עהר זאל נישט קענען ממשיך זיין ציא טראגען דעם עול הגשמי ..ווייל יענער גייט ציא דיא זעלבע מענטשען וויא עהר . אין עהר איז
איהם פשוט משיג גבול ...ממילא היינטיגע צייטען וואלט דער הייליגער ר' יוסף קארו דער מחבר דאס אריין געלייגט אין חלק חושן משפט .אין
הלכות משיג גבול .נחזור לעניינו היינט ציא טאג לערנט יעדעס יונגעל אין יעדעס מיידעל אין רעבינ'ס מוסד אין דאוויניט אין רעבינ'ס בימד''ר
אדער שטיבעל אדער קלויז ..ממילא איז דער רבי א מנהיג . פאר דיא קריג האבען רובא דרובא פין חסידשע אדער ליטווישע בחורים נישט
געלערנט אין רעבינ'ס אדער ראש ישיבה'ס מוסד .נאר איש כל הישר בעיניו יבחר .ביים יטב לב וואס עהר איז געווען דער ערשטער חסידישער
רבי וואס האט געפירט איין ישיבה האבען געלערנט אנדערע חסידים ..וויא למשל קאסיב ..וויזניץ..פין דיא געגענט ויש הרבה להאריך בדבר
עכ''פ בייא דיא ערשטע רעבי'ס איז נישט געווען שיין ירושה ....ווייל זייא האבען גאהרנישט פארמאגט בגשמיות
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

רבבה האט געשריבן:[אגב דער פריערדיקער בעלזער רב ז''ל מהרי''ד האט געזאגט אז אויב איין עושר האט נישט ליעב קיין כבוד דארף מען איהם מסביר זיין וויא גיט דאס איז ]


והעושר והכבוד מלפניך.

רבבה האט געשריבן: עכ''פ בייא דיא ערשטע רעבי'ס איז נישט געווען שיין ירושה ....ווייל זייא האבען גאהרנישט פארמאגט בגשמיות


ס'דאך פארט געוועהן די מעמדות, און די גבאי צדקות ארץ ישראל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

קען מען זיך ביטע פארשטיין, מ'רעדט פון אלעמען אבער נישט צו דער זאך.

דער שאלה איז צו איז דאס א פעלער אז א גדול וצדיק זאל נישט זיין קיין מנהיג. און אנדערע ווערטער אויב מ'וועט זאגן אויף א געוואוסער גדול אז אין הנהגה איז ער געווען שוואך צו דאס איז א באליידיגונג. דער אשכול ווערט באצויגן צו א פריערדיגער ענין ווי מען האט געוואלט אוועק מאכן דער חלק ההנהגה פון א געוואוסער גדול וצדיק און די אנהענגער פון יענעם האבן זיך געפילט געטראפן.

איז יעצט צום פונקט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

בן בוזי האט געשריבן:קען מען זיך ביטע פארשטיין, מ'רעדט פון אלעמען אבער נישט צו דער זאך.

דער שאלה איז צו איז דאס א פעלער אז א גדול וצדיק זאל נישט זיין קיין מנהיג. און אנדערע ווערטער אויב מ'וועט זאגן אויף א געוואוסער גדול אז אין הנהגה איז ער געווען שוואך צו דאס איז א באליידיגונג. דער אשכול ווערט באצויגן צו א פריערדיגער ענין ווי מען האט געוואלט אוועק מאכן דער חלק ההנהגה פון א געוואוסער גדול וצדיק און די אנהענגער פון יענעם האבן זיך געפילט געטראפן.

איז יעצט צום פונקט.


צום פונקט? די באטראפענדע וועלן זיך פיהלן באטראפן אפילו אויב דו וועסט מגלה זיין אז יענער גדול וצדיק איז נישט געגאנגען אין קיין ווייסע זאקן אום שב"ק....
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”