רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 12, 2019 11:54 am

ווער האט מער ידיעות וועגען דעם פלאן?


איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » פרייטאג יולי 12, 2019 1:04 pm

האב געהערט א צייט צוריק 2 גוטע ממעשיות פונעם בעל ההילולא, איך ווייס נישט אויב איינער האט עס שוין געברענגט.

1. ער איז אמאל געווען ביי א באנקעט און ס'איז אויך געזעצן דארט א ראביי, נישט די גרעסטע תלמיד חכם און נישט די קלענסטע עם הארץ, און ווען די ראביי האט גערעדט האט ער סוף פון זיין דרשה זיך בעדאנקט פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די באנקעט, און ער האט זיך אויך באדאנקט פאר אלע פרויען וואס האבן צוגעהאלפן און ער האט אויסגערעכנט די פרויען ביי די נעמען, אוןער האט זיי אנגעווינטשן מיט די פסוק ויעש להם בתים האט ער עפעס אמאל געהערט אז דאס מיינט בתי כהונה לוי' און בתי מלכות (וואס דאס איז א בפירושע רש"י) עכ"פ וואס דאס מיינט זאלן זיי דאס באקומען, נאכדעם האט מען מכבד געווען דעם קלויזענבורגע רב צו רעדן האט ער געזאגט אז ער קען נישט די קאפ טוט אים וויי, זאגט ער אז ער האט געלערנט חומש רש"י ווי רש"י איז מסביר וויאזוי די אפוד האט אויסגעזעהן, און רש"י זאגט אז ס'איז אזוי ווי דאס וואס די שרות די הערענטעס גייען אנגעטוהן, איז אים אלס שווער געווען וויזוי ווייסט רש"י וויאזוי די פרויען גייען אנגעטוהן??? ביז איך בין געקומען צו די מסקנא אז רש"י איז געווען א פרוי.... אבער יעצט אז איך זעה אז די ראביי קען אלע פרויען אבער א פשוטע רש"י קען ער נישט ווייס איך שוין נישט פשט אין די רש"י ממילא טוט מיר די קאפ וויי.................

2. איינמאל איז ער געווען אינטערוועגנס אין מאנטריאל, ס'איז געווען שפעט ביינאכט ווינטער גוט קאלט געווען אינדרויסן, און די דרייווער האט געבלאנדזשעט, אינמיטן איז דורכגעגאנגען א גוי מיט א הוילן קאפ, זאגט ער פארן דרייווער שטעל דיר אפ און פרעג אים ווי צו גיין, זאגט ער אבער איך קען דאך נישט קיין פראנצויזיש, זאגט ער שטעל דיר אפ איך וועל שוין רעדן צו אים, ער אמכט אויף די פענסטער אן ער גיט א פרעג אויף אידיש זג נאר וויאזוי קומט מען אהן צום אידישן געגענט, דער גיט א קוק און ער רופט זיך אן אין אידיש גיי דארט און דארט וכו', נאכדעם גיט דער יעניגער א פרעג זאג נאר וויאזוי וווייסטו אז איך בין א איד? זאגט ער אים זאג נאר וועלכע גוי גייט מיט א הוילן קאפ אין אזא פרעסט????
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » פרייטאג יולי 12, 2019 2:20 pm



צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט