בלאט 8 פון 12

געשריבן: מאנטאג פאברואר 29, 2016 3:33 pm
דורך רבי מנשה
מיט די הייליגער ריבניצער רבי זי"ע

געשריבן: דאנארשטאג יוני 29, 2017 11:57 pm
דורך חיימ'ל
איך זיך א תורה פונ'ם רבי'ן אויף פ' תולדות ווי ער רעדט שטארק אז בהכרח דארף מען יא נעמען געלט פון די גאווערמענט און טייטשט עס אריין אין פסוק בא אחיך במרמה.

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 6:09 am
דורך אבן יקרה
היינט נאכט איז יארצייט, זי"ע

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 8:22 am
דורך דריידל
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וועלכע יאר איז קלויזענבורגער רב געווארן רב אין קלויזנבורג?

אלפסי און נאך אנדערע ברענגען אראפ אז דאס איז געווען בשנת תרפ"ו, דאס מיינט ווען ער איז אלט געווען איין און צוואנציג יאר האט מען אים אויפגענומען אלטס רב און קלויזענבורג.

ער איז נישט געווען שטאט'ס רב, נאר פון א קליינע קהילה אין קלויזענבורג. אין קלויזענבורג איז געווען אן אנדערע רב.
איך מיין נישט ח"ו אים צו מאכן קלענער נאר איך וויל בלויז קלאר שטעלן

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 9:01 am
דורך ויתן לך
דריידל האט געשריבן:

די חסידישע קהילה, דארט האבן אים די נאסאד רב און סאטמערע רב געארבעט ער זאל ווערן רב

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 10:53 am
דורך אבן יקרה
ויתן לך האט געשריבן:

די הויפט רב פון קלויזנבורג איז געווען א מזרחיסט ציוניסט, גראדע א חת"ס אייניקל, אבער. וועגן דעם זענען די ערליכע חסידישע אידן פורש געווען פון די אלגעמיינע קהילה, אין מ'האט אויפגענומען דעם קלו"ב רב זצ"ל, אלס רב "קהל ספרד" אזוי ווי ס'איז געווען אין עטליכע שטעט אין אונגארן. טאקע דער סאטמארער רב איז געווען דער עיקר אונטערשטיצער.

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 11:29 am
דורך דריידל
פון וויפול מענטשן איז באשטאנען די חסידישע קהילה?

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 11:59 am
דורך ויתן לך
לכל היותר 300 מענטשן

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 12:13 pm
דורך שמואל בארג
אבן יקרה האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וועלכע יאר איז קלויזענבורגער רב געווארן רב אין קלויזנבורג?

אלפסי און נאך אנדערע ברענגען אראפ אז דאס איז געווען בשנת תרפ"ו, דאס מיינט ווען ער איז אלט געווען איין און צוואנציג יאר האט מען אים אויפגענומען אלטס רב און קלויזענבורג.

ער איז נישט געווען שטאט'ס רב, נאר פון א קליינע קהילה אין קלויזענבורג. אין קלויזענבורג איז געווען אן אנדערע רב.
איך מיין נישט ח"ו אים צו מאכן קלענער נאר איך וויל בלויז קלאר שטעלן

די חסידישע קהילה, דארט האבן אים די נאסאד רב און סאטמערע רב געארבעט ער זאל ווערן רב

די הויפט רב פון קלויזנבורג איז געווען א מזרחיסט ציוניסט, גראדע א חת"ס אייניקל, אבער. וועגן דעם זענען די ערליכע חסידישע אידן פורש געווען פון די אלגעמיינע קהילה, אין מ'האט אויפגענומען דעם קלו"ב רב זצ"ל, אלס רב "קהל ספרד" אזוי ווי ס'איז געווען אין עטליכע שטעט אין אונגארן. טאקע דער סאטמארער רב איז געווען דער עיקר אונטערשטיצער.

מונח בזכרוני.

עס איז געשיקט געווארן אן הזמנה צום סאטמארער רב צו ווערן רב אין קהל הספדים פון קלויזענבורג ער האט דאס נישט אנגענומען אבער איז געבליבן א שטיקל אויטאריטעט אויף די קהלה, שפעטער האט ער אהינגעשיקט חתן-אחיו דעם עצי חיים'ס איידעם צו ווערן רב.

נאך הרב מ"ש גלאזנער דער הויפט רב האט אים זיין זוהן ר' עקיבא איבערגענומען און ער האט שוין נישט אזוי שטארק געשטיפט דעם מזרחי וואגן, רמ"ש פארמאגט חשוב'ע אייניקלעך בתוך כלל ישראל.

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 12:18 pm
דורך ויתן לך
רבי עקיבא האט דאך ברבים צוריק געצויגן פון מזרחי

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 12:24 pm
דורך שמואל בארג
ויתן לך האט געשריבן:רבי עקיבא האט דאך ברבים צוריק געצויגן פון מזרחי

מיט עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען זייער א שיינער בוך איבערן שטאט קלויזענבורג דוכט זיך אז דער מו"ל הייסט שעהר א זוהן פון ר' עזריאל שעהר פון מאנסי, ער שרייבט דארטן זייער אסאך פרטים איבערן שטאט בכלל און איבער דעם קהל הספרדים בפרט, היפש באלאנסירט.

מיר האבן דאס געלעזט ביים ארויסקומען לאור עולם, כ'געדענק שוין נישט פונקליך אלע פרטים.

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 12:27 pm
דורך אבן יקרה
דאכט זיך מיר, אז ר' עקיבא דער הויפט רב פון קלויזנבורג אלגעמיינע קהילה, מיט'ן קלויזנבורגר רב זצ"ל, האבן שוין אויך בשלום געלעבט. ר' עקיבא איז געווען אויפ'ן קאסטנער באן, צוזאמען מיט דער סאטמארער רב, אין שפעטער געוואוינט אין שווייץ

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 10:56 am
דורך מיללער
אבן יקרה האט געשריבן:דאכט זיך מיר, אז ר' עקיבא דער הויפט רב פון קלויזנבורג אלגעמיינע קהילה, מיט'ן קלויזנבורגר רב זצ"ל, האבן שוין אויך בשלום געלעבט. ר' עקיבא איז געווען אויפ'ן קאסטנער באן, צוזאמען מיט דער סאטמארער רב, אין שפעטער געוואוינט אין שווייץ

פארהאן אן אשכול איבער משפחת גלאזנער עיי"ש

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 11:20 am
דורך חמרא טבא
וואס זאגט ד'עולם צו אזא מציבה הפלא ופלא

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 11:29 am
דורך farshlufen
וואס זאל מען זאגן? זייער שטארק, נאר די ע"פ צוואתו געהערט נישט דארט.

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 11:30 am
דורך משהלע
דאס הארץ ציפּט. נאך א יאהר איז אריבער אָן דעם גאון וקדוש. זי"ע.
עס איז שוין 23 יאהר. צייט לויפט.

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 11:39 am
דורך טראבל מעיקער
farshlufen האט געשריבן:וואס זאל מען זאגן? זייער שטארק, נאר די ע"פ צוואתו געהערט נישט דארט.

כ'זעה עס כסדר אויף מצבות

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 11:43 am
דורך בראשית ברא
נאכן זען וואס מ'טוט מיט זיי, האבן שפעטער ערליכע אידן געמוזט צו שרייבן אין צוואה, גם לא לכתוב נכתב ע"פ צוואתו.
דאס איז דאך די שפיץ אז נכתב ע"פ צוואתו..

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 12:30 pm
דורך פרשיסחא
איך האב געזעהן אמאל (אפשר אין סדר שנה אחרונה) אז דער מונקאטשער רב זצ"ל האט געבעטן ביי זיין צוואה אז מען זאל נישט שרייבן קיין טיטלעך אויף זיין מצבה, און צו שרייבן צו דעם אז דאס איז געמאכט געווארן עפ"י צוואתו.

זיי שרייבן דארט אז דער טעם צו דעם איז, אז עס זאל נישט זיין ח"ו קיין תביעה אויף תלמידים וואס האבן זיך מתרשל געווען בכבודו של צדיק, דעריבער אנטשולדיקן זיי זיך אויף די מצבה און שרייבן אז דאס איז עפ"י צוואתו.

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 12:35 pm
דורך אבן יקרה
ביים באבובער רב זצוק"ל איז אויך אזוי

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 12:38 pm
דורך חמרא טבא
אבן יקרה האט געשריבן:ביים באבובער רב זצוק"ל איז אויך אזוי

אבער ער'ט געשריבן אין די צוואה אז מ'טאר נישט שרייבן אז ס'איז עפ"י צוואתו

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 12:39 pm
דורך פרשיסחא
אין 'עולמו של אבא' שטייט אז ביי די ארטאדאקסישע קהילה איז געעוען 15 טויזענט נפשות, און די חסידישע ספרדישע קהילה איז געווען פון 150 משפחות, און הרב גלאזנער האט קיינמאל נישט געקענט איינשלינגען דעם קיום פון די ספרדישע קהילה.

איך האב דערציילט אמאל פאר א קלויזענבוגער חסיד דעם פרט, האט ער מיר געזאגט אז מיט דעם אסאך פון די ארטאדאקסישע קהילה האבן זייער געהאלטן פונעם קלויזענבורגער רב זצ"ל און פלעגן זיך שואל עצה ביי אים.

ר' עקיבא גלאזנער איז געווען א זון פון ר' משה שמואל גלאזנער ממייסדי המזרחי, ר' משה שמואל איז ארויף אין ארץ ישראל און זיין זון האט ממשיך געווען, ר' עקיבא איז טאקע שפעטער ארויס פון מזרחי, און ער האט זיך אויך באטייליגט ביי די כנסיה הגדולה השלישית פון אגו"י אין מארינבאד, אבער נאך די מדינה האט ר' עקיבא געלאזט רעדן עפעס דיבורים וועגן די מדינה אין זיין ספר.

למעשה היינט צו טאגס איז דא זייער חשוב'ע משפחות אייניקלאך פון משפחת הרבנים גלאזנער.

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 12:40 pm
דורך וואנאוויטשער
געטראפן ביי א דרשה פון זיין תלמיד הגאון רבי אשר ווייס שליט"א
וואס זאגט איר אויף דעם ?

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 12:41 pm
דורך מיללער
פונקט יענע וואך געהערט נאך א רעקארדירטע סליחות דרשה פונעם קלויזנבורגער רב זצ"ל עס רייסט שטיקער, ער מאנט און פאדערט, ער פארלאנגט און איז מעורר בקול בכי ולב רגש, וואס נעמט דורך די ביינער ויורד לחדרי בטן, און נאכדעם הערט מען קטעים פון די אמירת סליחות זעלבסט, ווי ער פארטייטשט די ווערטער כבן המתחטא לפני אביו, עס ציפט.

זכותו יגן עלינו

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 12:47 pm
דורך שמעלקא טויב
מיללער האט געשריבן:פונקט יענע וואך געהערט נאך א רעקארדירטע סליחות דרשה פונעם קלויזנבורגער רב זצ"ל עס רייסט שטיקער, ער מאנט און פאדערט, ער פארלאנגט און איז מעורר בקול בכי ולב רגש, וואס נעמט דורך די ביינער ויורד לחדרי בטן, און נאכדעם הערט מען קטעים פון די אמירת סליחות זעלבסט, ווי ער פארטייטשט די ווערטער כבן המתחטא לפני אביו, עס ציפט.

זכותו יגן עלינו

אפשר איז מען אונז מזכה מיט די דרשה?