רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

אבן יקרה האט געשריבן:ערשינען גליון "צאנז" תצ"ט
אינערהאלט פולע תוכן פון די ערשטע יאהרן פון אדמו"ר הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע אין וויליאמסבורג, די ארבעט אנצונדן מאנטרעאל חסידישע ברען, און א שיינע באריכט ארום סיגעט, לכבוד הילולא קדישא פון עצי חיים:

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 72696F5336

די לינק האט שוין עקספייערט - איז נאך דא א מעגליכקייט דאס צו באקומען ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אטעטשמענטס
הכרת הטוב על קדיש11.jpg
הכרת הטוב על קדיש11.jpg (425.46 KiB) געזען 2210 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

ווידאו:
הכרזת הרעיון של "מפעל הש"ס"
ללמוד ולהיבחן
ע"י הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע
בחגיגת הסיום הש"ס של 'כולל ש"ס' תשמ"ג
ובשיעור חורש"י קרח תשמ"ג
צו זעהן קליקט דא

https://www.dropbox.com/s/ggus2a44jfv1y ... 3.mp4?dl=0
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

ברוך דיין האמת
בארה"ב נפטרה הרבנית מצאנז מרת נחמה האלברשטאם ע"ה
בת כ"ק הרב רבי שמואל דוד אונגאר אב"ד נייטרא זצ"ל
אשת חבר של מרן השפע חיים מצאנז זי"ע
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

הזמנה של החתונה של כ"ק אדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל
אטעטשמענטס
IMG-20200404-WA0038.jpg
IMG-20200404-WA0038.jpg (103.16 KiB) געזען 1621 מאל
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

מקום קבורתה של הרבנית מצאנז ע"ה
אטעטשמענטס
IMG-20200405-WA0101.jpg
IMG-20200405-WA0101.jpg (120.77 KiB) געזען 1519 מאל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אינטערסאנט אז זי איז אוועק אינעם זעלבען טאג וואס ער האט קובע יאהרצייט געווען פאר זיין מאמע הי''ד.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

אין צאנז האט מען נישט געלייגט די רעבעצינ'ס אין די אוהל, פארוואס דא יא?
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

אביסל היסטארישע קאפיטלען פון רבי'ן לכבוד די יארצייט קומענדיגע מיטוואך ט' תמוז

"על אכילת מצה" אינ'ם 'מילדארף' לאגער
עס איז חודש ניסן תש"ה, ביי די צווייטע וועלט מלחמה, אינ'ם 'מילדארף' קאנצענטראציע לאגער. דער הייליגער רבי זי"ע גרייט זיך אויפ'ן יו"ט פסח.
טראץ די אלע צרות וואס דער רבי זי"ע האט מיטגעמאכט, האט ער זיך געהאלטן פעסט אין זיין אמונה אין הייליגן באשעפער.
דער רבי האט זיך צוזאמגעקליבן אביסל קארטאפל, וואוסנדיג ביי זיך אז ער וועט בשום אופן נישט ארייננעמען אין מויל א זאך וואס האט נאר א חשש חמץ, טראצדעם וואס ע"פ דין איז עס געווען מותר אלס פיקוח נפש.
ווען פסח איז געקומען נענטער, האט דער רבי אויסגערופן מיט א זיכערקייט אז די אידן אין לאגער וועלן זוכה זיין צו מאכן די ברכה "על אכילת מצה". ווען עטליכע אידן האבן זיך געוואונדערט אויפ'ן קול: "ווי אזוי וועלן מיר אריינבאקומען מצות אין דעם גיהנום?", האט דער רבי געענטפערט מיט א פעסטקייט: "מיר וועלן האבן".
א צובראכענע איד, ר' משה אליעזר איינהארן, האט זיך אנגערופן מיט ביטערניש: "ווי אזוי פונקטליך וועלן מיר דא באקומען מצות? וועלן זיך די הימלען עפענען און ס'וועט זיך נעמען אראפרעגענען מצות?" דער רבי האט אים געענטפערט מיט א זיכערן טאן: "איר וועט נאך זעהן, מיל וועלן האבן מצות!"
און דאן האט פאסירט די אומגלויבליכע נס.
א פלאטע פון אליאירטע קאמפס-פליגער האבן זיך אראפגעלאזט אויף די גאנצע געגנט און באמבארדירט דייטשע סטראטעגישע צילן, אריינגערעכנט די באן סטאנציע פונ'ם מילדארף וואלד-לאגער. די דייטשן האבן באפוילן א גרופע אידן צו גיין אויפרוימען די ברוכווארג.
די אידן זענען ערשטוינט געווארן ווען צווישן די צעשמעטערטע טראנספארט-וואגאנען האבן זיי געפונען זעק פול מיט ווייץ! צו זייער פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ, זעענדיג וואו דעם רבי'נס ווערטער זענען מקויים געווארן און זיי וועלן האבן מצות פאר פסח. זיי האבן זיך אנגעפולט די טאשן מיט ווייץ און אזוי זיך צוריק אריינגעשווערצט אין לאגער.
באקן די מצות אין די באראקן, איז געווען א באזונדערע מסירות נפש. די אידן האבן געוואוסט אז די נאציס ימ"ש קענען אריינשפאצירן יעדע מינוט און זיי אלע אויס'הרג'ענען.
צווישן די אידן האט זיך געפונען איינער א משומד. ווי באקאנט האט דאס גארנישט געהאלפן, וויבאלד די נאציס האבן פארשיקט צו די לאגערן אפילו איינער וואס האט נאר געשטאמט פון אידן. אין לאגער האט דער איד תשובה געטוען, און יעצט האט ער ארויסגעהאלפן מיט'ן באקן די מצות. דער רבי זי"ע האט אים געלאזט באקן, אבער פאר זיך אליין האט דער רבי מקפיד געווען נישט צו עסן פון די מצות וואס דער משומד האט געבאקן. דער רבי האט זיך אליין געבאקן זיינע אייגענע מצות.
פסח ביינאכט, זענען זיך צוזאמגעקומען א גרופע פון צאנז'ער און וויזניצ'ער חסידים צו דאווענען מעריב אין די באראקן פון ר' מאיר הערשקאוויטש, וועלכער איז געשטעלט געווארן אלס הויפט פון איינע פון די מילדארף באראקן. דער רבי זי"ע איז פארבעטן געווארן צוצוגיין צום עמוד. כדרכו בקודש האט דער רבי מאריך געווען מיט א לאנגע מעריב, פארגעסנדיג אינגאנצן פון די שרעק וואס האט זיי ארומגענומען.
נאכ'ן דאווענען זענען געבליבן בערך פופצן אידן צו פראווענען צוזאמען דעם סדר. דער רבי איז געזעסן אויבנאן. צו זיין רעכטע זייט איז געזעסן הגה"צ רבי חיים יהודה מאיר האגער זצ"ל – דער ווישעווער רבי, און צום רבי'נס לינקע זייט זענען געזעסן הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים זצ"ל אב"ד נירבאטור און הגה"צ רבי יהודה ג-טליעב זצ"ל אב"ד מישקאלץ.
דער רבי זי"ע האט נאכגעזאגט די גאנצע הגדה פון אויסנווייניג, זיין געוויין האט אויפגעשאקלט אלע ארומיגע ארעסטאנטן, וועלכע האבן זיך שטילערהייט צוגעהערט ווען טרערן רינען פון זייערע אויגן. פארשטייט זיך אז ס'נישט געווען קיין ארבע כוסות, אבער ביים עסן די מצה זענען די אידן געווען מלא שמחה.
ביים סדר האט זיך געפונען א פרייער פויליש'ער איד וועלכער האט גארנישט געוואוסט פון קיין אידישקייט. ער איז געזעסן שטיל און זיך צוגעקוקט די גאנצע צייט. מיטאמאל האט זיך דער איד אויפגעשטעלט, נישט קענענדיג זיך מער איינהאלטן, און אויסגערופן: "אידישע ברודער! אויב איך וואלט נישט געזען אזא הערליכע סצענע מיט מיינע אייגענע אויגן, וואלט איך נישט געגלייבט אז אזא זאך איז בכלל מעגליך... אז אידן זאלן מקיים זיין די מצוה פון אכילת מצה אונטער די נאז פון די דייטשע מערדער, זעענדיג דעם טויט פאר די אויגן. איך וואלט עס קיינמאל נישט געגלייבט!"
א טאג נאך פסח, נאכדעם וואס דער רבי איז דורכגעגאנגען זיבן טעג כמעט אן קיין עסן, האט זיך דער רבי געוואנדן צו איינער פון די קיך ארבעטער, יעקב אליעזר דירנפעלד, און אים געפרעגט אויב ער קען אים פארשאפן עפעס צו נעמען אין מויל אריין. דער רבי האט אים געזאגט אז ער פילט ממש אז זיינע כוחות לאזן זיך אויס.
"מיין הארץ זאגט מיר", האט דער רבי צוגעלייגט, "אז אונזער ישועה איז זייער נאנט. ס'וועט זיין א גרויסע שאד אויב איך וועל נישט אנהאלטן ווייטער מיין באשלוס נישט צו עסן קיין טרפה'נע עסן ביז'ן סוף. איך בין געווען אזוי פארזיכטיג דורכאויס די אלע שווערע טעג נישט צו עסן אפילו א ברעקל נישט כשר'ס."
טראץ די ריזיקעס, האט יעקב אליעזר גענומען אפאר ירקות און אנדערע כשר'ע עסן פונ'ם קיך, און עס געגעבן פאר'ן רבי'ן זיך צו דערכאפן דאס הארץ.
דריי וואכן שפעטער האט די אמעריקאנער ארמיי דערגרייכט די מילדארף לאגער און באפרייט די אידן.
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איז נישט דער רבי געווען אויף א טויט מארטש?
דביה תחדי נפשא
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

די טויט מארש איז געווען פריער. דער רבי איז געפירט געווארן פון אוישוויץ קיין ווארשע מיט נאך א גרופע אידן אויפצורוימען די חורבנות פון די ווארשע געטא אויפשטאנד. נאך מ'האט געענדיגט דארט די ארבעט האבן די רשעים גענומען די אידן, אריינגערעכנט דעם רבי'ן אויף א טויט מארש פון ווארשע, פולין, אריבער ביז די דאכאו לאגער אין דייטשלאנד. ביי יענע טויט מארש האט זיך אפגעשפילט די באקאנטע נס מיט'ן גראבן פאר די וואסער. מילדארף איז געווען א וואלד לאגער נעבן דאכאו, וואו דער רבי איז געווען ביז'ן באפרייאונג.
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

חמרא טבא האט געשריבן:איז נישט דער רבי געווען אויף א טויט מארטש?

סיפורים דערציילט דורך כ"ק אדמו"ר הגה"ק מצאנז קלויזענבורג שליט"א אויף זיין טאטן:
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

כ''ק מרן מצאנז קלויזענבורג זי''ע.PNG
כ''ק מרן מצאנז קלויזענבורג זי''ע.PNG (445 KiB) געזען 955 מאל
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

kl.jpg
kl.jpg (222.9 KiB) געזען 917 מאל
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

טייל פון די מוסדות וואס דער רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט אין דייטשלאנד נאכ'ן קריג:

תלמוד תורה אין פערנוואלד
Capture05.jpg
Capture05.jpg (248.23 KiB) געזען 912 מאל

כולל שארית הפליטה מוסראלפינגן
Capture08.jpg
Capture08.jpg (166 KiB) געזען 912 מאל

כולל שארית הפליטה באמבערג
Capture11.jpg
Capture11.jpg (161.48 KiB) געזען 912 מאל
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

Capture10.jpg
Capture10.jpg (163.17 KiB) געזען 906 מאל

כולל שארית הפליטה, אולם
Capture09.jpg
Capture09.jpg (140.36 KiB) געזען 906 מאל

Capture07.jpg
Capture07.jpg (141.79 KiB) געזען 906 מאל
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

שפאצירנדיג מיט תלמידים אין דייטשלאנד נאכ'ן קריג

Capture04.jpg
Capture04.jpg (221.43 KiB) געזען 899 מאל

ביי א חופה פון א תלמיד נאכ'ן קריג, רעכטס ווערט געזען הגה"צ רבי פישעלע הערשקאוויטש זצוק"ל אב"ד האליין וחבר הביד"צ צאנז קלויזענבורג
Capture14.jpg
Capture14.jpg (147.69 KiB) געזען 899 מאל

טאנצנדיג ביי א חתונה נאכ'ן קריג
Capture03.jpg
Capture03.jpg (200.45 KiB) געזען 899 מאל
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ביים בילד פון באמבערג ווערט געזען דער סטראפקובער רבי אויפטרעטן

רבי דעסק האט כאן געמאכט עפעס צו די יארצייט אדער דרס איז אלטע זאכן?
דביה תחדי נפשא
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

חמרא טבא האט געשריבן:ביים בילד פון באמבערג ווערט געזען דער סטראפקובער רבי אויפטרעטן

רבי דעסק האט כאן געמאכט עפעס צו די יארצייט אדער דרס איז אלטע זאכן?

כאן האט געמאכט א לאנגע ווידיאו פאריאר אדער צוויי יאר צוריק איבער דעם רבי'ן ביים יום השואה, ווי זיי קאווערן אויך א חתונה אין צאנז פול מיט אינטערוויוס אא"וו, זייער שיין.
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

סיפורי קודש דערציילט דורך בנו כ"ק אדמו"ר הגה"ק מצאנז קלויזענבורג שליט"א:

אפי' דער גוי כאפט התפעלות פון די עבודת הקודש
ביים הייליגן טאטן זי"ע האט מען געזען ווי אזוי ער ברענט און פלאקערט ביי עבודת ה'. דאס איז געווען זיין גאנצע חִיוּת. ער האט געלעבט פון א חיות דקדושה, נישט פון קיין חיות גופניות! זיין עבודת הקודש האט אזוי שטארק געווירקט אויף אלע וואס האבן דאס צוגעזען, אז אפילו עמי הארץ, גוים און דאקטורים וועלכע האבן אמאל געזען דעם הייליגן טאטן, זענען געווארן אינגאנצן ערשטוינט, שאקירט און איבערגענומען דערפון.
איינע פון די יארן אין די הייליגע טעג, האט מען געדארפט האבן ביים טאטן א דאקטער אויפן פלאץ. ביים דאווענען איז דער גוי'ישער דאקטער געשטאנען נעבן טאטן. דער גוי איז געווארן אזוי פארגאפט פון דעם טאטנס עבודה, אז ער האט נישט אראפגענומען קיין אויג. ער האט נישט געקענט משיג זיין אז א הארץ-קראנקער מענטש וואס האלט פאר אן ערנסטע אפעראציע, קוים וואס ער לעבט און קוים וואס ער רירט זיך, זאל דאווענען מיט אזא התלהבות, מיט אזעלכע בכיות און מסירות נפש בפועל. ער האט אליין איינגעזען אז דאס איז למעלה מדברך הטבע.
אויך האט א גוי'ישער דאקטער געשריבן פאר אן אנדערע דאקטער איידער מען האט אפערירט דעם טאטן [אויף זייער שפראך]: "יעצט געפונט זיך ביי אונז זייער א הייליגער מענטש!" זעט מען אז אפילו דער גוי האט באמערקט די קדושה פון דער צדיק, ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כח י) 'וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך'.
(מתוך דב"ק רעד"ר בהר תשע"ד)

ממשיך געווען די עבודה זונטאג פארטאגס
עס איז געווען אן ערליכע איד וואס פלעגט קומען צו פארן צום טאטנס שלש סעודות יעדע וואך מיט מסירות נפש, ער איז געווען א ארבייטער וואס האט געארבעט שווער א גאנצע וואך, צו פאררעכטן מאשינען פון א פאבריק וואו מען וועבט, אכט אזייגער אינדערפרי האט ער שוין געדארפט זיין ביים ארבעט - אפילו זונטאג.
איין שבת אין די זומער, דאכט זיך ערגעץ אין חודש אלול, האט דער איד געוואלט אריינגיין צום טאטן מיט א קוויטל נאך שלש סעודות. יענע וואך האט מען געענדיגט הבדלה דריי אזייגער פארטאגס, האט אים דער טאטע געזאגט אז ער וועט אים גיזעגענען אינדערפרי. ווען דער איד האט געזאגט פארן גבאי'ן אז ער דארף שוין זיין ביי די ארבעט אכט אזייגער, האט דער טאטע געזאגט אז ער זאל זיין ביי אים פינף אזייגער.
דער איד האט קוים געכאפט א דרימל און ער איז ארויפגעגאנגען צום טאטנס צימער פינף אזייגער. די פענסטער פונעם טאטנס צימער איז געווען אפן און עס האט זיך ארויסגעהערט א הויכע קול תורה פונעם הייליגן טאטן, דער טאטע איז שוין געזעצן ביי די הייליגע גמרא נאכן מקוה און געלערנט. ווען ער איז אריינגעקומען האט אים דער טאטע געזאגט: "זעסט, איך ווארט שוין אויף אייך..." דאס איז געווען מעשים בכל יום.
(מתוך דב"ק רעד"ר בהעלותך תשע"ד / בלק תשע"ד)

תורה געבט לעבן
אמאל האבן עסקנים אפגעשמועסט מיטן טאטן א צייט ווען זיי וועלן קומען צו אים אויף א וויכטיגע אסיפה לטובת איינס פון די מוסודות, [דאכט זיך אז דאס איז געווען פאר די לניאדו שפיטאל]. ווען זיי זענען געקומען צום טאטן האבן זיי נישט געטראפן דעם טאטן ביי אים אין צימער, נאר ער האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען א טיפע שיעור.
ווען דער טאטע האט געענדיגט די שיעור און זיך געטראפן מיט די עסקנים, האט ער זיך אנטשולדיגט פאר זיי אויפן טויש פון די באשטימטע צייט, זאגנדיג: "אויפאמאל האב איך באקומען אזעלכע שרעקליכע יסורים אז איך האב געשפירט אז איך קען דאס נישט איבערטראגן, בין איך געגאנגען פארלערנען א שיעור כדי די יסורים זאלן מיר ווערן לייכטער!"
(מתוך רעד"ר בלק תשע"ד)
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

"איך בין נישט קיין פראפעט. אויב דו פרעגסט מיר וואס וועט זיין מיט מיר פערזענליך, צו איך וועל איבערלעבן די קריג צו נישט, אויף דעם קען איך נישט ענטפערן, איך ווייס נישט וואס מען האט אפגעשריבן אויף מיר אין הימל, אבער ווען דו פרעגסט מיר וועגן 'כלל ישראל', זאג איך דיר אז 'דאס אידישע פאלק' וועט זיכער ווייטער בלייבן אויף אייביג!"
די ווערטער וואס כ"ק הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע האט געזאגט פאר'ן גוי'אישן דאקטער אין אוישוויץ אונטער די שווערסטע אומשטענדן, דערציילט דורך בנו כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א
200px-Sanz-kl.jpg
200px-Sanz-kl.jpg (20.73 KiB) געזען 1210 מאל

איין נאכט אין די שווערע תקופה אין אוישוויץ, ווען דער טאטע (זאל זיין געזונט) [זי"ע] איז שוין געווען אפגעשוואכט אין די באראק נאך א גאנצע טאג שווערע ארבעט, איז א גוי, א ראמענישע דאקטער צוגעקומען צום טאטן מיט א רייצונג און געזאגט: "ראבינער, וואס וועט זיין די סוף פון אידן?" האט אים דער טאטע געענטפערט אויפן רגע: "היטלער וועט פארשווינדן ווערן און כלל ישראל וועט ווייטער עקזיסטירן און בלייבן!"
צו הערן אזעלכע ווערטער, מיט אזא בטחון און שטארקייט, אין אוישוויץ, אין א צייט וואס האט זיך געדאכט אז עס איז עק וועלט פאר די אידן ח"ו, האט דער גוי דאס נישט געקענט משיג זיין און פארשטיין, האט ער געפרעגט: "ראבינער, זענען זי א פראפעט [נביא]?"
האט אים דער טאטע געזאגט: "איך בין נישט קיין פראפעט. אויב דו פרעגסט מיר וואס וועט זיין מיט מיר פערזענליך, צו איך וועל איבערלעבן די קריג צו נישט, אויף דעם קען איך נישט ענטפערן, איך ווייס נישט וואס מען האט אפגעשריבן אויף מיר אין הימל, אבער ווען דו פרעגסט מיר וועגן 'כלל ישראל', זאג איך דיר אז 'דאס אידישע פאלק' וועט זיכער ווייטער בלייבן אויף אייביג!
"איך וועל דיר געבן צו פארשטיין" האט דער טאטע ממשיך געווען, "יעצט איז נאכט. אויב איך וועל דיר זאגן אז מארגן גייט די זין אויפשיינען און עס וועט ווערן טאג, וועסטו מיר פרעגן אויב איך בין א פראפעט? זיכער נישט! ווייל אזוי גייט שוין די וועלט טויזענטער יארן, זייט די וועלט איז באשאפן געווארן ווערט כסדר געטוישט נאכט צו טאג, נאכט צו טאג.
"דו ביזט דאך א געלערנטע דאקטער, דו האסט דאך אוודאי געלערנט היסטאריע. זייט די וועלט שטייט איז שוין געווען גרויסע פעלקער, גרויסע וועלטס-מאכטן, ווי למשל די רומיים, די יוונים און נאך, וואס מיט זייער קולטור און מיט זייער גבורה האבן זיי איינגענומען די גאנצע וועלט, זייער אסאך אומות זענען געווען אונטער זיי, און אט די אלע פעלקער האבן אויך געוואלט חלילה מאבד זיין און מכלה זיין כלל ישראל. זאג מיר נאר דאקטער, וואס איז געווארן צום סוף? עס איז שוין צוויי טויזענט יאר וואס פון די אלע אומות העולם ווייסט קיינער נישט, מען רעדט נישט וועגן זיי און זיי זענען שוין פון לאנג פארלוירן געווארן, אבער אידן לעבן און עקזיסטירן נאך ביז צום היינטיגן טאג!
"ביי אונז אידן זאגט מען: 'אֵין חכם כבר נסיון', א קלוגער איז דער וואס קוקט אויף ערפארונג. דעריבער, מיין לעבנס-ערפארונג און אונזער היסטאריע לערנט אונז אזוי! גרעסערע און שטערקערע פון היטלער ימ"ש זענען געשטאנען אויף אונז און מיר האבן זיי איבערגעלעבט, די זעלבע וועלן מיר אים אויך איבערלעבן!"
דער דאקטער איז געזיצן פארטראכט ביי זיך און איז געווען אריינגעטון אין די ווערטער וואס ער האט יעצט געהערט. נאך אפאר מינוט קומט ער צו צום הייליגן טאטן און זאגט: "ראבינער, פילייכט האבן זי רעכט!"
אפילו דער גוי האט דאס נישט געקענט אפלייקענען!
אוודאי ברענט נאך ביז היינט די פייער פון די זעקס-מיליאן-אידן וועלכע זענען נעבעך אומגעקומען על קידוש ה'. אוודאי ווייטאגט נאך ביז היינט פאר די עם שרידי חרב, די גרויסע בראך וואס האט פאסירט מיט כלל ישראל אין דעם דור, וואס אזא זאך איז נאך קיינמאל נישט געווען מאז היתה יהודה לגוי. אוודאי טוט וויי דאס הארץ פון די שארית-הפליטה-אידן אויף דעם, און מען קען נישט פארגעסן אפילו פאר א רגע דעם גרויסן אומגליק וואס איז געווען אין אונזער דור. אבער סוף כל סוף האט דער רשע ימ"ש נישט דורכגעפירט! היטלער איז פארשווינדן געווארן און כלל ישראל לעבט ווייטער! די פּאָר אודים מוצלים מאש האבן ווייטער אויפגעבויעט אידישקייט באלד נאך וואס זיי זענען ארויסגעקומען פון דעם פייער און האבן טאקע זוכה געווען אויפצושטעלן כלל ישראל וואס איז א נצחיות עד ביאת גואל צדק במהרה!
(מתוך דב"ק במעמד ועידת 'אגודת ישראל' בארה"ב, מוצשב"ק פר' תולדות תשנ"ב)
לעצט פארראכטן דורך דעסק אום דינסטאג יוני 30, 2020 11:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

דעסק האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:ביים בילד פון באמבערג ווערט געזען דער סטראפקובער רבי אויפטרעטן

רבי דעסק האט כאן געמאכט עפעס צו די יארצייט אדער דרס איז אלטע זאכן?

כאן האט געמאכט א לאנגע ווידיאו פאריאר אדער צוויי יאר צוריק איבער דעם רבי'ן ביים יום השואה, ווי זיי קאווערן אויך א חתונה אין צאנז פול מיט אינטערוויוס אא"וו, זייער שיין.

וואו קען מען דאס זעהן?
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

פאלגנד איז א תפילת שחרית פון רבי'ן מיט השתפכות הנפש וואו דער רבי טייטשט איבער די ווערטער אויף אידיש כבן המתחטא לפני אביו, צוזאמגעשטעלט און ארויסגעגעבן געווארן היינט לכבוד די יומא דהילולא מארגן.

https://www.dropbox.com/s/57ka68l9q8ce4 ... l.mp4?dl=0

https://drive.google.com/file/d/10NJQ1X ... sp=sharing
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

דעסק האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1xoVmlhvV6FCxqG5Fx3FeiC-b6qz7IkIh/view?usp=sharing

ווארענונג: ס'איז א ווידיאו געמאכט דורך א פרייע מידיע קאמפאני, אויף זייער פרייע סטייל

ייש"כ
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”