רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אטעטשמענטס
GetImage (13).jpg
GetImage (13).jpg (48.31 KiB) געזען 3738 מאל
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

ארויפגעבראכט לרגל יומא דהילולא קדישא היום - 20 שנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

זי"ע ועכ"י
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

אדמו"ר שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דער וואס זיצט לעבן רבי'ן זיע"א איז בנו הרה"צ רבי שמואל דוד האדמו"ר מ'צאנז קלויזענבורג שליט"א.
אטעטשמענטס
קלןוויזענבורג..jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:דער וואס זיצט לעבן רבי'ן זיע"א איז בנו הרה"צ רבי שמואל דוד האדמו"ר מ'צאנז קלויזענבורג שליט"א.

און אינטער אים איז הרה"צ רבי דוד קאהן האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

לעבן תולדות אהרן רבי שליט"א איז הרה"צ אבד"ק לינז זצ"ל
און מיט די שטריימל איז החתן הרה"צ רבי העניך טייטעלבוים שליט"א כ"ק אדמו"ר מ'סאסוב מאנסי .
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה זי''ע ועכי''א
א ריכטיגע צאנזער געשטעל א גאר גרויסע מענטש
איך האב זוכה געוועהן צו באקומען א ברכה פין איהם בימי ילדותי
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ברוך ה' געהאט די זכיה צו זען צורת קודשו אפאר מאל, זיין הייליגע צורה האט ממש געשיינט און געלאכטן.
געהערט זיין חומש רש"י שיעור און ירושלים עיה"ק ,געווען ביי להיבלחט"א זיין אינגסטע טאכטער'ס חתונה,און אויך אריין מיט א'קוויטעל לעת זקנתו בערוב ימיו און להבלחט"א בנו הרה"צ אבד"ק צאנז שליט"א האט פארגעליינט די קוויטעל און די רבי האט מיר געוונטשען בזה הלשון ברכה מן השמים.

ויהי רצון אז ברכת קודשו זאל מקוים ווערן במלא מובן המילה.
און זיין הייליגע זכות זאל מגין זיין אויף גאנץ כלל ישראל מיט רפואות און ישועות בכל מילי דמיטב
און זוכה זיין צו משיח'ס אנקומען במהרה בימנו אמן.


די בילד איז בנו הרה"צ אבד"ק צאנז שליט"א משטתח על ציון אביו הקדוש ביום ההילולא דהאי שעתא תשע"ד לפ"ק.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
אטעטשמענטס
אדמור מצאנז משטח.jpg
האדמור-השפע-חיים-מקלויזנבורג-זיע.jpg
משטתח על ציון אביו מצאנז.jpg
משטתח על ציון אביו מצאנז.jpg (9.46 KiB) געזען 3439 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:49 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

דרשה נגד משנאי ה' ושותפיהם המזרחי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

בדרך אגב וועל איך מצטט זיין א'שטיקל פון א'אינטערסאנטע דרשה וואס בנו להבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א (מארה"ב) האט געהאלטן און ארץ ישראל נישט לאנג צוריק וועגען די רדיפת הדת בענין גיוס בני הישיבות ועוד ,וואס ווערט פראקטעצירט דורך משנאי ה' וגורריהם המזרחי בארצנו הקדושה.
וזה תוכנו.
די טפשות פון די כופרים אז פאר יעדען איינעם געבען זיי כל טוב וטוב הן פאר די אראבער און הן פאר די גוים נאר די פרומע אידן זענען וואו א'דארען און זייערע אויגן.

מיין טאטע זצוק"ל (הרה"ק מ'צאנז קלויזענבורג זיע"א). האט געזאגט פאר פופציג יאר צוריק אז די כופרים פארופען זיך כסדר אויף מאמר חז"ל אז ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא.
אבער דאס ווייסן זיי נישט אז ישראל אף על פי שלא חטא ישראל הוא
.
און די רבי שליט"א האט געהאקט און ארינטער געריסן די פרייע כופרים אז זייער ציל מיט גיוס בני הישיבות צום מיליטער זייערע איז משמיד זיין די אלע פרומע אידן מיט פארשידינע תחבולות.

אויך געהאקט קעגען זייערע שותפים די פרומע מזרחי וואס שטיצט זיי מיט די מערכה זאגענדיג אז די סיבה אז זיי גייען געשטריקטע קאלירטע קאפלעך ווייל זיי קומען מיט אסאך קאלירען אמאל מיט א'קאליר פון תורה אמאל א'קאליר פון קאמאניזעם חוץ פון א'קאליר פון א'ערליכע איד וואס זיי קומען נישט.
חז"ל זאגען אז א'קאפעל ברענגט יראת שמים און זייערע געפלויכטענע קאפלעך איז דא לעכער לעכער צו ווייזען אז זיי האבען נישט קיין יראת שמים,און זיי זוכען קולות שבכל התורה כולה און וואו זיי טרעפן א'קולא האלטן זיי דאס אן און פעלשען די תורה
.

און נישט נאר די כופרים גאנבענן אונזערע געלט דורך גרויסע שטייערן וואס זיין לייגען אויף אונז,און זיי געבען אונז נישט גארנישט נאר זיי ווילן צווינגען אונז צו שמד'ען און געבען תפיסה ל"ע ווער ס'גייט נישט און מיליטער.
וואו איז געהערט געווארן אזא זאך?.
אויף א'מסית ומדיח טאר מען נישט מלמד זכות זיין ווייל אויב ער אליינס וויל נישט דינען דעם אייבערשטען פארוואס גיט ער נישט מנוחה א'צווייטען.
אטעטשמענטס
AdmorYekutielYehudaTZANZ.jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך יולי 09, 2014 8:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דאכט זיך אז די ווערטער האט ער געזאגט ביים שיעור פון ארגון שיעורו תורה אין בארא פארק חוה"מ, אזוי מיינעך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מורגל בפיו:

"א מענטש מעג טוישען א מיינונג! נאר א בהמה טראכט די זעלבע יעדן טאג"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עוד שמעתי בשמו:
שיתנו להפאנדרעיזער לכל הפחות שבעים אחוזים, כדי שאז נהיה בטוח ששלשים אחוזים יגיע להמוסד....
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

אמר פעם:
האלטס נישט ביים לערנען?
זאלסטע גיין ארבעטען פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט,
וועסטו אהיימקומען א פייגער,
וועסטו נישט האבן קיין צייט און כח צו זינדיגען,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אמר פעם:
האלטס נישט ביים לערנען?
זאלסטע גיין ארבעטען פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט,
וועסטו אהיימקומען א פייגער,
וועסטו נישט האבן קיין צייט און כח צו זינדיגען,

עיין בהחתימה של ידידינו "לכאורה".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

א'צווייטע דברי חיים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרה"צ רבי אלחנן היילפרין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא ער געדענקט ווען הרה"ק מקלויזענבורג זיע"א איז געקומען צו זיין זיידע הגאון האדיר רבי שמואל ענגעל זצ"ל גאב"ד ראדאמישלא צו נעמען די הוראה האט ער אויסער ווי געווענדליך זיך געפרייט אז א'אייניקל פון זיינע רבי'ס הרה"ק מצאנז זיע"א ובנו הרה"ק מ'גארליץ זיע"א וואקסט אויס א'גאון וגדול לתפארת בית ישראל.

און זיין זיידע האט געזאגט אז די וועלט וועט זוכה זיין וועט ארויסוואקסען א'צווייטע דברי חיים.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

התורה עצמו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט נאך הגה"צ רבי אלחנן היילפרין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא געהערט פון ש"ב אבד"ק ליעזש שליט"א ומפי הרה"צ רבי משה דייטש זצ"ל אבד"ק קאטאמאן וואס האבן געהערט פון א'פארלעסליכער מענטש וואס איז געווען אויף הרה"ק קלויזענבורגער רב זיע"א צווייטע חתונה (מיט בת הגאון רבי שמואל דוד הלוי אונגאר זצ"ל אבדק"ק נייטרא יצ"ו).און די שטעטל מאנט קיסקא.
דער חתן איז געזעצען צווישען הרה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל און הרה"ק רבי מענדל'ע מ'סטראפקאוו. זיע"א האט סטראפקאווער רב זצ"ל געזאגט צום חתן ער זאל זאגען דיברי תורה האט סאטמארער רב זצוק"ל געזאגט אז די עיקר סיבה פון זאגען תורה אז ס'זאל נישט זיין שנים שישבו ואין ביניהם דבר תורה הרי זה מושב ליצים.
אבער צווישען אונז זיצט א'חתן וואס איז די תורה אליינס איז גענוג אזוי.


האט די חתן געזאגט אז מ'קען מפרש זיין פשט און די משנה ואין ביניהם אז דער וואס ס'זיצט איז בבחינת אין ואפס א'גארנישט מיט נישט דארף יא זאגען תורה .
און ער האט געזאגט פילפולי דאורייתא גג על גג פאר ארום צוויי שעה ביז סטראפקאווער רב זצוק"ל האט אים מפסיק געווען און געזאגט אז ער האט שוין יוצא געווען ידי חובתו.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

קרעפלקאפ האט געשריבן:מתוך דרשת הרבי מקלויזנבורג, במחנה העקורים פלדפינג, יום הכיפורים תש"ו, 1945 [איבערזעצונג אויף אידיש] :
yadvashem.org/yv/he/exhibitions/rosh_hashana/museum_collection03.asp

"אשמנו?" האט ער זיך געוואונדערט און געפרעגט.

"בגדנו"? צו האבן מיר דען ח"ו בוגד געווען אין הייליגען באשעפער?

"גזלנו"? פון וועמען האבן מיר דען גע'גזל'ט אין אוישוויץ און מיהלדארף?...

"מרדנו"? אין וועמען האבן מיר דען מורד געווען? אין דיר, רבונו של עולם?...

דער דאזיגער ווידוי איז נישט געאייגענט פאר אונז.

- און ער האט פארמאכט דעם מחזור.


"אבער" - האט ער געדונערט מיט זיין שטימע - "מיר האבן געזינדיגט מיט חטאים וואס שטייען נישט אין מחזור. ווי סאך מאל האבן מיר געבעטן, רבוש"ע, כ'האב נישט מער קיין כח, נעם שוין אוועק די נשמה און כ'וועל מער נישט דארפן זאגען אינדערפרי מודה אני לפניך"...

מיר דארפן בעטן א מחילה סליחה וכפרה, און בעטן השי"ת זאל אונז צוריק געבן די אמונה און בטחון בשלימות, בטחו בה' עדי עד... שפכו לפניו לבכם...

איך וועל אויספירן די ענדע פון די דרשה דעמאלטס (וואו ס'עווערט געברענגט און ספר לפיד אש תולדות הרה"ק מ'צאנז קלויזענבורג זיע"א).
ביי גזלנו האט ער געזאגט אז ער איז טאקע א'גזלן און ער איז זיך מתודה.

איין טאג ווען איך קום צוריק פון א'ביטערע שווערע טאג ארבעט בין איך צאם געפאלן אויף מיין בעטל און מיין הויט האט זיך אנגעכאפט צווישען ביידע העלצער און איך האב מיך נישט געקענט רירען.איך האב מיך פראבירט באפרייען מיט געוואלד מיט מיין לעצטע כוחות און מיין הויט האט זיך צעריסן פון מיין ביינער און בלוט האט אנגעהויבן צו גיסען.

האב איך מיך צו קרעכצט און צו שריגען "אוי" וועגען דעם בין איך א'גזלן איך האב גע'גזל'ט שלאף פון א'מענטש וואס איז מיד און דאס איז די איינציגסטע גזילה וואס איך בין נכשל געווארען. און איך בין זיך מתודה באגרוף ליבי "חטאתי.

"דיברנו דופי?".סאיז אונז נישט געבליבן כח צו רעדן, די ביסל כח וואס ס'איז אונז געבליבן האבן מיר דאס געהאלטן פאר די נוגשים די אכזרים אס אס ימ"ש אז מזאל זיי ענטפערן זייערע שאלות.

"העוינו"? "הרשענו?" ווער ? אונז? "לצנו?" ווער האט דען בכלל געקענט מאכן לצנות דארט'ן "מרדנו?" האבן אונז ווידער געשפעניגט און דיר באשעפער? אונז האבען דאך געקריגן און דערהאלטן מיט הכנעה א'יעדען שמיץ און שמיץ וויסענדיג אז די ביסט "א'צדיק על כל הבא עלינו".האבען אונז מורד געווען און די רשעים? האבן אונז דען געקענט מורד זיין אפילו מיר האבען געוואלט?.

און אזוי האט ער געליינט פסוק ביי פסוק ביי "אשמנו און ביי "על חטא" און ער שטיפט אוועק די עבירות איינס איינס פון די גאנצע עולם דארטן, מיר האבן נישט מרשיע געווען און נישט פושע געווען.
די ווידוי איז נישט פאר אונז געשריבן געווארן.

און די רבי האט פארמאכט די מחזור און די גאנצע עולם האט געשטוימט און געוונדערט פון זיינע רייד.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

געטאס מיט ארבעטס לאגערן און אמעריקא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

איך ציטיר פון א'שמועס וואס האט געהאלטן כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א באזוכענדיג הרה"ח רבי שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין שיחי' און תפיסה לא עלינו,
שהמקום ירחם עליו ויוציאו מצרה לרוחה מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן.

ובתוך הדברים האט ער נאך געזאגט פון זיין טאטע הרה"ק מ'צאנז קלויזענבורג זיע"א ער וועט זיך נישט וואנדערן אויב מ'וועט אים פארציילען אז די אמעריקאנער גוים וועלן נאך און א'שיינעם טאג אויפשטעלן געטאס מיט ארבעטס לאגערן אויס צו ראטען און אויס הארגענן דאס אידישע פאלק ל"ע.
וייל זיי זענען די זעלבע רשעים און אנטעסעמיטן אזוי וואו די גוים ימ"ש און אייראפע און די ביטערע שווערע יארן
.

און בכלל פלעגט מיין טאטע זיע"א רעדן פון די רשעות מיט שלעכטסקייט פון די אמעריקאנער גוים און דעמאלטס האט מען עס נישט פארשטאנען אבער ליידער היינט פארשטייט מען אים.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:58 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:איך ציטיר פון א'שמעוס וואס האט געהאלטן כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א באזוכענדיג הרה"ח רבי שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין און תפיסה לא עלינו,
שהמקום ירחם עליו ויוציאו מצרה לרוחה מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלע ובזמן קריב .

ובתוך הדברים האט ער נאך געזאגט פון זיין טאטע הרה"ק מ'צאנז קלויזענבורג זיע"א ער וועט זיך נישט וואנדערן אויב מ'וועט אים פארציילען אז די אמערקאנער פאלק וועט נאך א'שיינעם טאג אויפשטעלן געטאס מיט לאגער'ס אויס צו הארגענען און אויס ראטען דאס אידישע פאלק ל"ע.
וייל זיי זענען די זעלבע רשעים און אנטעסעמיטן אזוי וואו די גוים ימ"ש און אייראפע און די ביטערע שווערע יארן
.

און בכלל פלעגט מיין טאטע זיע"א רעדן פון די רשעות מיט שלעכטקייט פון די אמערקאנער גוים און דעמאלטס האט מען עס נישט פארשטאנען אבער ליידער היינט פארשטייט מען אים.

געהערט פון איינער פון באי ביתו פון הרה"ק ר' הערשעלע מ'ספינקא זצ"ל אז ער פלעגט זאגן זייער ענליכע ווערטער, אז ווען מ'זאל גוט אריינטראכטן וועט מען זעהן אז די אמעריקאנער זענען נאך אין א געוויסען זין ערגער ווי די רוסן.
---
LYI
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך LYI »

בשבילי נברא האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:איך ציטיר פון א'שמעוס וואס האט געהאלטן כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א באזוכענדיג הרה"ח רבי שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין און תפיסה לא עלינו,
שהמקום ירחם עליו ויוציאו מצרה לרוחה מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלע ובזמן קריב .

ובתוך הדברים האט ער נאך געזאגט פון זיין טאטע הרה"ק מ'צאנז קלויזענבורג זיע"א ער וועט זיך נישט וואנדערן אויב מ'וועט אים פארציילען אז די אמערקאנער פאלק וועט נאך א'שיינעם טאג אויפשטעלן געטאס מיט לאגער'ס אויס צו הארגענען און אויס ראטען דאס אידישע פאלק ל"ע.
וייל זיי זענען די זעלבע רשעים און אנטעסעמיטן אזוי וואו די גוים ימ"ש און אייראפע און די ביטערע שווערע יארן
.

און בכלל פלעגט מיין טאטע זיע"א רעדן פון די רשעות מיט שלעכטקייט פון די אמערקאנער גוים און דעמאלטס האט מען עס נישט פארשטאנען אבער ליידער היינט פארשטייט מען אים.

געהערט פון איינער פון באי ביתו פון הרה"ק ר' הערשעלע מ'ספינקא זצ"ל אז ער פלעגט זאגן זייער ענליכע ווערטער, אז ווען מ'זאל גוט אריינטראכטן וועט מען זעהן אז די אמעריקאנער זענען נאך אין א געוויסען זין ערגער ווי די רוסן.


גהערט איינער האט געפרעגט האדמו"ר מחב"ד זצוק"ל
Do you think a holocaust could ever happen here in the United States?
האט ער גענפערט איין ווארט
OVERNIGHT
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שרעקליך די ווערטער!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דברים פשוטים
אלץ איז דאך פון באשעפער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
לוי אלטער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי אלטער »

האט איינער אפשר א בילד פון הרה"ק מקלויזענבורג זצ"ל צוזאמען מיט זיין ערשטע קאזין הרה"ק ר' ארי' לייבוש הלברשטאם זצ"ל מצאנז זמיגראד
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

לוחם לשיטת ר"ת.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרה"ק מ'קלויזענבורג זצוק"ל אז הרה"ק רבי חנה הלברשטאם הי"ד אבד"ק קאלשיטץ האט געדרוקט א'ספר קונטרס דבי שמשא (בין השמשות) וואס איז מברר באריכות אלע פוסקים וואס האלטן בשיטת רבינו תם ז"ל לגבי כניסת ויציאת השבת בשנת תרפ"ז און קראקא , (הרה"צ רבי יחזקאל וואגשהאל שליט"א האט עס איבער געדריקט מיט הוספות בשם דברי חנה בשנת תשי"ב און נוא יארק).

און ער האט אים עס געגעבן צו מגיה זיין, וכך הוה און ווען ער האט עס צוריק געברענט מיט די הגהות האט ער זיך אנגערופן בזה הלשון
איך זע אז זלמן לייב'לע וועט נאך זיין א'גרויסע לוחם פאר שיטת רבינו תם.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

דער מעשה איז ליגענט, ער האט עס איבערגעגעבן לתלמידו רבי רפאל זילבער זצ"ל אב"ד פריימאן בעל מרפא לנפש עס מגיה צו זיין, און דייקא נישט געוואלט געבן פאר אים,
און האט דערביי געזאגט זיך אויסגעדרוקט עפעס אנדערש אויפ'ן קלויזענבורג.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ראש הקהל האט געשריבן:דער מעשה איז ליגענט, ער האט עס איבערגעגעבן לתלמידו רבי רפאל זילבער זצ"ל אב"ד פריימאן בעל מרפא לנפש עס מגיה צו זיין, און דייקא נישט געוואלט געבן פאר אים,
און האט דערביי געזאגט זיך אויסגעדרוקט עפעס אנדערש אויפ'ן קלויזענבורג.


גארנישט קיין ליגענט
מהיכן דנת?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”