ר' יוסף ראזין מדווינסק זצ"ל - הראגאטשובער - י"א אדר תרצ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

ר' יוסף ראזין מדווינסק זצ"ל - הראגאטשובער - י"א אדר תרצ"ו

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג פאברואר 15, 2011 1:14 am

נולד בשנת תרי"ח בעיר ראגאטשאוו לאביו רבי אפרים פישל שהיה מחסידי ליבאוויטש. בהיותו ילד בירכו האדמו"ר הצמח צדק ב" לומדות".
מגיל צעיר נראו אצלו כשרונות עצומים בלימוד. אביו שלחו ללמוד אצל רבי יוסף בער סאלאווייטשיק מבריסק שהיה אז בסלוצק, ולמד גם עם בנו רבי חיים.
אח"כ למד אצל המהרי"ל דיסקין זי"ע בשקלאוו. הרבנית שלו היתה ממשפחת גארפינקל מווארשא. רבי שלמה זלמן מקאפוסט מינהו לרב החסידים בדווינסק. הוא היה גאון הגאונים והיה מיחידי הדור בידיעת כל התורה כולה, לכלליה ולפרטיה ולפרטי פרטיה.שיטתו מזכירה את שיטת הגר"ח: ירידה לעומק המושג, וחלוקת הדין לגורמיו. דרכו בלימוד התורה היתה מופלאה : כל התורה כולה היא ענין אחד, וממילא אפשר להראות איך הכל קשור אחד עם השני. ענה תשובות לאלפים לשואלים אותו, ונודע בהתמדתו העצומה בתוה"ק. ספריו: " צפנת פענח " שו"ת , ועה"ת. הם מלאים כולם ב "עיין'ס" רבים שמציין בהם לכל התורה כולה, והוקם מכון שעוסק בפיענוחם.
חתניו : רבי ישראל אבא ציטראן, ורבי אבא דוד גאלדפיין שהיה רב במאסקווא. הם נפטרו לפני המלחמה, אבל נשיהם ובניהם נהרגו עק"ה.
זי"ע ועכ"י.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג פאברואר 15, 2011 2:46 am

קטע ממכתב של הגאון מראגאטשאוו: " אודות כת המעוקשה אשר מכנים עצמם בשם ציונים. לא לחינם, רק משום דציון חוץ לירושלים .והוא שוק העליון וזה קצרן של גוים כי המינים הידועים היו בשוק העליון בכל מקום". [מכתבו לירחון "הפלס", עמ' 480 , ברלין תרס"א].
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג פאברואר 15, 2011 2:56 am

רב א' ביקש ממנו ברכה. א"ל הגאון: איני רבי ואין דרכי בכך. א"ל הרב: ומה אם אמרו חכמים שאל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך, קל וחומר הברכה שלך? ענה לו הגאון: עד שאתה רוצה שאברך אותך עם קל וחומר, ברך אתה אותי בלי קל וחומר..
-------
מספרים שפעם אמר ביאליק , שמהמוח של הגאון אפשר לחצוב 2 איינשטיינים. כשסיפרו זה להגאון, אמר: כן, ומהפירורים הנושרין אפשר לעשות כמה ביאליקים..
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דינסטאג פאברואר 15, 2011 3:36 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן: מספרים שפעם אמר ביאליק , שמהמוח של הגאון אפשר לחצוב 2 איינשטיינים. כשסיפרו זה להגאון, אמר: כן, ומהפירורים הנושרין אפשר לעשות כמה ביאליקים..

אמת אז אזוי ווערט געברענגט די מעשה אינעם בוך הרוגצובי (אוצר החכמה) אבער איך האב דאס געהערט אז דאס האט געזאלט פארגעקומען מיט איינשטיין אליין, אז נאכן אים באזוכן זייענדיג אונטערען רושם פון זיינע געוואלדיגע כשרונות, האט ער זיך אנגערופן אז פון אים קען מען אויסהאקן צוויי אינשטיינ'ס, און אויף דעם האט דער ראגעטשאווער רעאגירט נישט אזוי! נאר פון איינשטיין קען מען אויסהאקן א האלבע ראגעטשאווער...

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג פאברואר 15, 2011 7:30 pm

די ראגאטשאווער גאון איז אמאל געווען אין א בית החיים אין ער האט גערעדט אין לערנען האט אים איינער אויפגעמערקט, רבי עס גייט אריין אין גדר פון "לועג לראש" רופט זיך אן דער ראגעטשאווער עה אפילו ווען זיי וואלטן געלעבט וואלטן זיי אויך נישט פארשטאנען וואס איך רעד!

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך פאברואר 16, 2011 7:24 am

זיינע תשובות איז זייער שווער צו לערנען ווייל ער ברענגט נישט ארויס וואס ער וויל, מ'דארף האבן א ידיעה אין כל התורה כולה צו פארשטיין, משא"כ ווען ער האט גערעדט האט ער געהאט א געוואלדיגע כוח הסברה, ר' חיים קרייסווירטה ז"ל שרייבט אז אלס קינד איז ער געפארן אויף א באן מיטן ראגעטשאווער און ער האט גערעדט אין לערנען און ער האט פארשטאנען יעדעס ווארט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 16, 2011 1:01 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:זיינע תשובות איז זייער שווער צו לערנען ווייל ער ברענגט נישט ארויס וואס ער וויל, מ'דארף האבן א ידיעה אין כל התורה כולה צו פארשטיין, משא"כ ווען ער האט גערעדט האט ער געהאט א געוואלדיגע כוח הסברה, ר' חיים קרייסווירטה ז"ל שרייבט אז אלס קינד איז ער געפארן אויף א באן מיטן ראגעטשאווער און ער האט גערעדט אין לערנען און ער האט פארשטאנען יעדעס ווארט.

מען זאגט טאקע אז דאס איז געווען דער חילוק צווישן דעם ראגאטשאווער מיט רבי יוסף ענגל, ר' יוסף ענגל האט זיך בעסער מסביר געווען אין שריפט ווי מונדליך, און דער ראגאטשאבער פארקערט.

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מיטוואך פאברואר 16, 2011 3:38 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:קטע ממכתב של הגאון מראגאטשאוו: " אודות כת המעוקשה אשר מכנים עצמם בשם ציונים. לא לחינם, רק משום דציון חוץ לירושלים .והוא שוק העליון וזה קצרן של גוים כי המינים הידועים היו בשוק העליון בכל מקום". [מכתבו לירחון "הפלס", עמ' 480 , ברלין תרס"א].


המכתב במילואו באור לישרים (ווארשא תר"ס), המחברת הראשונה שיצא לאור נגד כת הציונים ממחנה היראים, כולל בעיקר מכתבים מגדולי רבני רוסיא, ומעוניין הוא שהגאון הראגאטשאווער כבר נחשב אז בין גדולי הדור

מערקווירדיג איז אן עדות פון איינעם פון די ציוניסטישע רייען אז דער ראגאטשאווער איז פאררעכנט געווען פון די אויסגעשפראכענע קעגנער צום רעיון הציונות בראשית צמיחתה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 1:44 pm

'עטליכע מסכתות האב איך געלערנט אזויפיל ווי 900 מאל! זאגט דער ראגאטשובער אויף זיך
http://www.shturem.net/index.php?sectio ... es&id=2502

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מיטוואך פאברואר 23, 2011 11:58 am

סטראשעלע האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:קטע ממכתב של הגאון מראגאטשאוו: " אודות כת המעוקשה אשר מכנים עצמם בשם ציונים. לא לחינם, רק משום דציון חוץ לירושלים .והוא שוק העליון וזה קצרן של גוים כי המינים הידועים היו בשוק העליון בכל מקום". [מכתבו לירחון "הפלס", עמ' 480 , ברלין תרס"א].


המכתב במילואו באור לישרים (ווארשא תר"ס), המחברת הראשונה שיצא לאור נגד כת הציונים ממחנה היראים, כולל בעיקר מכתבים מגדולי רבני רוסיא, ומעוניין הוא שהגאון הראגאטשאווער כבר נחשב אז בין גדולי הדור

מערקווירדיג איז אן עדות פון איינעם פון די ציוניסטישע רייען אז דער ראגאטשאווער איז פאררעכנט געווען פון די אויסגעשפראכענע קעגנער צום רעיון הציונות בראשית צמיחתה

אולי גם בגלל שלהגאון הראגאטשאווער היה קשר חזק עם הגה"ק אדמו"ר מוהרש"ב מליבאוויטש, שהוא כידוע היה לוחם מאד חזק נגדם.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מאי 03, 2011 12:51 pm

א בילד פון ר' ישראל אבא ציטרון חתן הגאון מראגאטשאוו ואב"ד עיר פתח תקוה בארה"ק, דעטאלן פונעם בילד ווערט אנגעגעבן, אז דאס איז ווי ער שפילט דער שאכמאט שפיל מיטן בריטישער מאנדאט קיין ירושלים מר ראנאלד הענרי עמהערסט סטארס, דער בריטישער מאנדאט איז געווען א גרויסער טשעמפיאן אין דעם שאך שפיל, און הרב ציטרון איז אויך געווען א גרויסער ליבהאבער פון דעם שפיל, ביי דעם שפיל אבער האט הרב ציטרון געוואונען איבער דעם מאנדאט, און זיי האבן דאדורך אנגעקניפט נאנטע פריינטשאפט וועלכע ער האט אויסגענוצט לטובת הישוב.

הרב ציטרון איז געבוירן געווארן אום ט"ו שבט שנת תרמ"א אין דווינסק צו זיין פאטער ר' גרשון אן אייניקל פון ר' רפאל האמבורגער. געלערנט האט ער אין טעלז און אין וואלאזשין און אויסגעוואקסן אין לערנען כאחד הגדולים ביז ווילאנג ער איז געגאנגען לערנען ביים גרויסער גאון פון דווינסק, ר' מאיר שמחה און איז געווארן פון זיינע נאנטסטע תלמידים, אזוי אויך האט ער געלערנט ביים ראגאטשאווער גאון וועלכע איז נאך דאן געווען אין דווינסק און האט איהם אויך גענומען פאר אן איידעם צו זיין טאכטער רחל.

הרב ציטרון איז געווען א גרויסער אוהב ארץ ישראל, און האט דעריבער אנגענומען דאס רבנות אין פתח תקוה -וועלכע איז ליידיג געווארן בפטירת הרב אהרן ארלאנסקי- כאטש ס'איז געווען א קליין שטעטל און אין רוסלאנד האט ער געהאט בעסערע פארשלאגן, עס איז געווען אין יאהר תרע"א ווען ער איז געווען בלויז 30 יאהר אלט (אויך איז ער באקאנט מיטן העברעעישער ווערסיע פון זיין נאמען "קטרוני").

ער איז געווען תמיד א קראנקער מענטש און איז פלוצלינג נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון בלויז 46 יאהר בי"ב אלול תרפ"ז, נישט איבער לאזנדיג קיינע קינדער ל"ע.

זיין פטירה האט ערוועקט א גרויסער דין ודברים צווישן די רבנים, צוליב דעם וואס ער האט איבערגעלאזט א קינדערלאזע אלמנה, און זיינע ברודער וועלכע האבן געדארפט חולץ זיין זענען געווען ווייט פון תורה ומצוות, באזונדער איז געווען דער פראבלעם מיט דער עלטסטער ברודער פון וועמען עס האט זיך דאס ערשטע פארלאנגט חליצה וועלכע איז זאגאר געוועזן א משומד. זי איז נעבעך איבער געבליבן אן עגונה כל ימי חייה.

זי האט לאחר פטירתו פון איר מאן געדרוקט זיינע חידושים וועלכע זי האט ארויסגעגעבן מיטן נאמען חידושי מהרי"א ציטרון (עיי"ש גם קצת מתולדות חייו בקצרה), און זי איז צוריק געפארן קיין דווינסק צו דרוקן איר גרויסער פאטער'ס חידושים. און ליידער געהרג'ט געווארן דורך די דייטשן ימ"ש אין דווינסק.

באזונדערס איז דא א ספר גיא החזיון וועלכע איז א ליקוט ההספדים אויף הרב ציטרון.
צוגעלייגטע
Untitled.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך מאי 04, 2011 8:40 am

איך האב אמאהל געהערט אז ר' מאיר שמחה זצ"ל האט זיך אמאהל אויסגעדריקט אויף'ן ראגאטשאווער זצ"ל אז ער האט נישט געהאט קיין שטארקע זכרון נאר עס איז נישט דא עפעס וואס ער האט פונקט יעצט נישט געלערנט..
אויך געדענק איך אז ער האט געלאזט ווילד וואקסען זיין האר ווייל עס איז איהם געווען א שאד דאס זיצען ביים שעהרער און נישט מעהגען לערנען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » מיטוואך מאי 04, 2011 4:56 pm

msp האט געשריבן:איך האב אמאהל געהערט אז ר' מאיר שמחה זצ"ל האט זיך אמאהל אויסגעדריקט אויף'ן ראגאטשאווער זצ"ל אז ער האט נישט געהאט קיין שטארקע זכרון נאר עס איז נישט דא עפעס וואס ער האט פונקט יעצט נישט געלערנט..
אויך געדענק איך אז ער האט געלאזט ווילד וואקסען זיין האר ווייל עס איז איהם געווען א שאד דאס זיצען ביים שעהרער און נישט מעהגען לערנען


שמעתי ג"כ כזה, ועוד שמעתי אז האט זיך געהאלטן פאר א נזיר, און האט קיינמאל נישט געגעסן טרויבען אדער געטרינקען וויין

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך מאי 04, 2011 6:59 pm

ויש אומרים אז צוליב א הויט מחלה אויף זיין קאפ, האט ער זיך נישט געקענט שערן.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג מאי 05, 2011 4:39 am

יא אמת, איש האמת, איך האב ערגעץ געליינט עפעס אזא זאך אז וועגען עפעס א מימרא פון צמח צדק איבער נזירות האט ער מחמיר געווען צו האלטען נזירות....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 29, 2011 3:18 pm

'הזמן' תרס"ו
צוגעלייגטע
getimage.png
getimage.png (4.93 KiB) געזעהן 1805 מאל

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » מיטוואך יוני 29, 2011 4:25 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:זיינע תשובות איז זייער שווער צו לערנען ווייל ער ברענגט נישט ארויס וואס ער וויל, מ'דארף האבן א ידיעה אין כל התורה כולה צו פארשטיין, משא"כ ווען ער האט גערעדט האט ער געהאט א געוואלדיגע כוח הסברה, ר' חיים קרייסווירטה ז"ל שרייבט אז אלס קינד איז ער געפארן אויף א באן מיטן ראגעטשאווער און ער האט גערעדט אין לערנען און ער האט פארשטאנען יעדעס ווארט.



הרב קרייזווירט איז נישט געווען דעמאלטס א קינד, ער איז שוין געווען א בחור'ל פון 15 יאהר, אין האט שוין דאן געשמ'ט אלס דער קראקאווער עילוי.
למעשה פלעגט הרב קרייזווירט פארציילען אז ווען ער האט גערעדט אין לערנען האט ער אלעס קלאר מסביר געווען אז יעדער זאל קענען פארשטיין נישט אזוי ווי זיין תורה שבכתב, וואס איז זייער שווער צי פארשטיין

נאך האט הרב קרייזווירט פארציילט פין יענע נסיעה אז די ראגטשאווער איז דעמאלטס געווען אויפ'ן וועג קיין וויען צי א דאקטער פאר א'ן אפעראציע, האט ער זיך אויסגעדריקט, עטס ווייסט פארוואס די יסורים קומען אויף מיר ווייל איך האב מיר גענומען דעם רמב"ם פאר א רבי, אין איך בין ווייניג עוסק אין אנדערע ראשונים, אבער איך בין מקבל די יסורים באהבה ווייל דאס איז די ריכטיגע דרך הלימוד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוקטובער 25, 2011 4:16 pm

איך האב געהערט אז ער פלעגט נישט לערנען קיין אחרונים און ווען ער האט געלערענט שלחן ערוך האט ער ארויפגעלייגט זיינע הענט אויך די נושא כלים. איינמאל האט זיך אביסעל אראפ געגליטשט זיין האנט און ער האט געכאפט א בליק, גיט ער א שריי אויס "וואס טומולט איר מיר". ו

נאך האב איך געהערט אז ביי די הקפות פלעגען זיי שטיין צוזאמען דער ראגטשאווער און רבי מאיר שמחה, פלעגען זיי זיך מתוכח זיין וויפיל מאל עס שטייט אביי ורבא און ש"ס וכדומה
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

שוטה
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 12:32 am

שמעתי מפי החסיד הישיש התמים ר' מנחם מענדל מאראזוב שיחי' [בנו של החסיד הנודע ר' אלחנן (חאניע) מאראזוב הי"ד – מזכירו של הרבי הקודם מליובאוויטש] אז אלץ אינגל איז ער געווען א געוויסע תקופה אין פעטערבורג און דער ראגאטשאווער איז אויך געווען דארט [כמדומה מחמת מלחמת העולם הראשונה] און זיי האבן ביידע געדאווענט אינעם זעלבן בית המדרש, דער ראגאטשאווער האט געהאט א מקום קבוע פארן שטענדער פונעם בעל תפלה, און זייענדיג א קליין געוואקסענער האט מען איהם קוים ארויסגעזעהן.

איין אינדערפרי ביי שחרית איז דער ראגאטשאווער געשטאנען ביי זיין מקום קבוע, און ער – ר' מענדל – איז געשטאנען ביים מערב וואנט, און ס'איז צוגעגאנגען א איד צום עמוד און אנגעהויבן זאגן די ברכות הויעך אויפן קול [אצל חסידי חב"ד אומרים הברכות בבית ולא בבהמ"ד], איז דער ראגאטשאווער ארויסגעלאפן פון זיין פלאץ און איז צוגעלאפן צו ר' מענדל ביים אנדערען עק בהמ"ד און ווייזענדיג אויפן בעל תפלה האט ער געשריגן 'אינגעלע קוק א מתנגד, קוק א מתנגד'.

עוד שמעתי מפי הנ"ל ששמע מחסיד אחד ר' מיכאל שמו אז דער פריערדיגער רבי [הריי"ץ] האט איהם געשיקט איין אינדערפרי ער זאל גיין רופן דעם ראגאטשאווער [כ"ז הי' בהיותם בפעטערבורג], ווען ער איז אנגעקומען צום ראגאטשאווער אינדערהיים האט איהם די רעביצין געזאגט אז ער איז נאכנישט אהיים געקומען פון שחרית און קודם דארף ער עסן פרישטאג [כמדומה שהכינה לו כמה ענבים וכוס חלב].

ווען דער ראגאטשאווער איז אהיים געקומען און געהערט די שליחות האט ער געזאגט 'אז דער נשיא רופט דארף מען שוין גיין', אראפקומענדיג אין גאס האט ר' מיכאל געווינקען פאר א פערד און וואגן מיינענדיג אז דאס איז א טעקסי, האט דער ראגאטשאווער איהם געזאגט אז די פערד באלאנגען פאר פלוני בן פלוני [גביר מפורסם, כמדומה שר' מענדל פירש בשמו].

ווען ער איז אנגעקומען צום פריערדיגן רבי'ן האט ר' מיכאל געזעהן אז דער רבי פרעגט עפעס בענין ירושת הבת במקום שאין בן און דער ראגאטשאווער האט גענטפערט אפאר מינוט צוזאם ווארפענדיג כל התורה כולה דערנאך האט דער רבי עפעס צוריק געפרעגט דערויף און דער ראגאטשאווער האט ווייטער גענטפערט כנ"ל, והחסיד ר' מיכאל הנ"ל איז נישט געווען קיין גרויסער ידען אין נגלה, און ער האט נאר אויפגעכאפט וואו דער רבי זאגט 'משה רבינו איז דאך געווען א עצמי' [מן הסתם לענין בנות צלפחד].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 4:50 am

עס איז מעהר מסתבר אז ביאליק איז געגאנגען אויף א וויזיט ענדערש ווי איינשטיין אליין
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 12:18 pm

אוודאי אזוי, איינשטיין האט נישט געוויסט ווי א קאץ אן עק פארבינדען, האט ער געוויסט זיך צו טרעפען מיטען ראגאטשאווער? ו

אגב, איין דור פארען ראגאטשאווער איז געווען דער שאוולער גאון רבי יוסף שטערן זצ"ל וואס האט פארמאגט אזא סארט מח ווי דער ראגאטשאווער, האט געקענט כל התורה כולה אויף אויסענווייניג און פלעגט שרייבען בריוו צו אלע צייטונגען ווייזען וואסארע עם הארצים די משכילים זענען און דקדוק, תנ"ך, און היסטאריע. עס וואלט געווען כדי אז מען זאל עפענען אן אשכול אויף אים
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 3:44 pm

SPUSMN האט געשריבן:איך האב געהערט אז ער פלעגט נישט לערנען קיין אחרונים און ווען ער האט געלערענט שלחן ערוך האט ער ארויפגעלייגט זיינע הענט אויך די נושא כלים. איינמאל האט זיך אביסעל אראפ געגליטשט זיין האנט און ער האט געכאפט א בליק, גיט ער א שריי אויס "וואס טומולט איר מיר". ו


דאס איז געווען ביי מפרשי הירושלמי.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 3:48 pm

SPUSMN האט געשריבן:אגב, איין דור פארען ראגאטשאווער איז געווען דער שאוולער גאון רבי יוסף שטערן זצ"ל וואס האט פארמאגט אזא סארט מח ווי דער ראגאטשאווער, האט געקענט כל התורה כולה אויף אויסענווייניג און פלעגט שרייבען בריוו צו אלע צייטונגען ווייזען וואסארע עם הארצים די משכילים זענען און דקדוק, תנ"ך, און היסטאריע. עס וואלט געווען כדי אז מען זאל עפענען אן אשכול אויף אים


הגאון ר' יוסף זכרי' שטערן זצ"ל איז געווען אן אויסטערלישער בקי, כמעט לא נראה כדוגמתו. אבער גאר אן אנדערער סארט מוח (ואופן הלימוד) ווי דער ראגאטשאווער.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18116
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 7:09 pm

אוהב חכמה האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:איך האב געהערט אז ער פלעגט נישט לערנען קיין אחרונים און ווען ער האט געלערענט שלחן ערוך האט ער ארויפגעלייגט זיינע הענט אויך די נושא כלים. איינמאל האט זיך אביסעל אראפ געגליטשט זיין האנט און ער האט געכאפט א בליק, גיט ער א שריי אויס "וואס טומולט איר מיר". ו


דאס איז געווען ביי מפרשי הירושלמי.

שטימט פיל בעסער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 8:44 pm

farshlufen האט געשריבן:
אוהב חכמה האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:איך האב געהערט אז ער פלעגט נישט לערנען קיין אחרונים און ווען ער האט געלערענט שלחן ערוך האט ער ארויפגעלייגט זיינע הענט אויך די נושא כלים. איינמאל האט זיך אביסעל אראפ געגליטשט זיין האנט און ער האט געכאפט א בליק, גיט ער א שריי אויס "וואס טומולט איר מיר". ו


דאס איז געווען ביי מפרשי הירושלמי.

שטימט פיל בעסער.


נאכמער, אין הרוגוצ'ובי ברענגען זיי מפי עד ראי', אז דער ראגאטשאווער האט גאר געקענט קצות בעל פה!
(ווער ס'גלייבט נישט איז נישט קיין אפיקורס).
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט