ווער קען די מעשה?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

ווער קען די מעשה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

מיין טאכטער דארף מארגן האבן אין סקול א מעשה פון תפלה, וויל איך איר דערציילן די מעשה הידוע ביים בעש"ט פון דעם וואס האט נישט געקענט קיין עברי און ער איז געווען אזוי צובראכן ווען אלע האבן געדאוונט אז ער האט זיך גענומען שרייען די א-ב און דער בעש"ט האט געזאגט אז ס'האט בוקע רקיעים געווען.

די זאך איז אבער אז איך געדענק נישט פונקטליך די מעשה, ווער ס'קען ביטע מיר צוצייכענען א מקור, אדער מער פרטים פון די מעשה וועל איך מכיר טובה זיין.

יישר כח
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אין די סעריע פון 'דערציילונגען פון צדיקים' דאכט זיך איז דא די מעשה.

דאס בילד פונם אינגעלע מיטן סידור אין די האנט און די אויגן צום הימל, איז איינגעקריצט פון די גירסא דינקותא....
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

שוין, מ'האמיר זיך שוין אן עצה געגעבן, כ'האב איר דערציילט די מעשה פון ר' עקיבא אייגער מיטן פייגל וואס ער האט פארשאפט פארן חולה, בשעת דער קעניגליכער דאקטאר האט געזאגט אז נאר פארן קעניג קען מען עס פארשאפן האט ער עס אנגעברענגט מיט א קאפיטל תהלים.

דאנקע שיין פאר אלע וואס האבן געוואלט ארויסהעלפן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

גראדער האט געשריבן:מיין טאכטער דארף מארגן האבן אין סקול א מעשה פון תפלה, וויל איך איר דערציילן די מעשה הידוע ביים בעש"ט פון דעם וואס האט נישט געקענט קיין עברי און ער איז געווען אזוי צובראכן ווען אלע האבן געדאוונט אז ער האט זיך גענומען שרייען די א-ב און דער בעש"ט האט געזאגט אז ס'האט בוקע רקיעים געווען.

די זאך איז אבער אז איך געדענק נישט פונקטליך די מעשה, ווער ס'קען ביטע מיר צוצייכענען א מקור, אדער מער פרטים פון די מעשה וועל איך מכיר טובה זיין.

יישר כח

די מפעל אור החיים האט געהאט פאריגע וואך א ענליכע אינטערסאנטע מעשה פון א איד וואס האט געבענטשט זיינע קינדער "אלו ואלו נשרפין בבית הדשן" מיינענדיג אז דאס איז עפעס געוואלדיגע ברכות.

די מעשה ווערט געברענגט אויך אין בן איש חי.

ווער קען עס דערציילן באריכות?
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

שיק מיר א לינק אדער א קאפיע, וועל איך עס בלי"נ צושמירן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גראדער האט געשריבן:מיין טאכטער דארף מארגן האבן אין סקול א מעשה פון תפלה, וויל איך איר דערציילן די מעשה הידוע ביים בעש"ט פון דעם וואס האט נישט געקענט קיין עברי און ער איז געווען אזוי צובראכן ווען אלע האבן געדאוונט אז ער האט זיך גענומען שרייען די א-ב און דער בעש"ט האט געזאגט אז ס'האט בוקע רקיעים געווען.

די זאך איז אבער אז איך געדענק נישט פונקטליך די מעשה, ווער ס'קען ביטע מיר צוצייכענען א מקור, אדער מער פרטים פון די מעשה וועל איך מכיר טובה זיין.

יישר כח

דאכט זיך אז עירוב פרשיות חזינא הכא

דער אינגל האט מעלה געווען די תפילות דורך ארויסנעמען א פייפערל ביי נעילה און אריינפייפן ביזן זיבעטן הימל

און דער בעש"ט אליינס איז געהאלפן געווארן פון די רויבער אין איסטאנבול אויפן וועג קיין א"י נאכן פארלירן אלע מדריגות, דורכדעם וואס דער זוהן רבי הערש האט אים דערמאנט די אלף בית און זיי האבן אינאיינעם געזאגט "אלף בית גימל דלת" וכו'
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

קיין שום עירוב פרשיות, מיטן בעש"ט איז איין מעשה, מיר רעדן פון אן איש פשוט וואס איז זייער איבערגענומען געווארן ווי דער ציבור דאווענט און ער האט נעבעך נישט געקענט קיין עברי האט ער זיך גענומען שרייען די א-ב, און דער בעש"ט האט געזאגט אז זיין תפלה בתמימות האט מבטל געווען אלע גזירות. כ'געדענקט נישט די פרטים פונקטליך, באלד וועט זיך זיכער איינער אויפוועקן און טרעפן דעם מקור, לאמיר ווארטן מיט געדולד.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מיר ליגט אין קאפ עפעס א מעשה איך געדענק עז נישט קלאר אבער בערך אזוי, אז עס איז געווען א אראנדער מיט זיין פרוי וואס איז אוועק פון א מגיפה כמדומה, זייער איינציג קינד איז געבליבן אליין, די פריץ האט רחמנות געהאט אין אים אריין גענומען, ווען ער איז עלטער געווארן האט אים די פריץ געזאגט ווער ער איז אז ער איז א איד, און געגעבן א סידור וואס איז געבליבן בירושה פון זיינע עלטערן, איינמאל האט ער געזען ווי אידן גיין ערגעץ האט ער געפרעגט ווי גייט מען, האבן זיי אים געזאגט אז מארגן איז יו"כ און זיי גייען אין שטאט דאווענען, ער האט זיך מיטגעכאפט מיט זיי, און פארשטייט זיך מיטגענומען זיין ירושה סידור, און אין שול האט ער פארשטייט זיך גארנישט געקענט דאווענען, איז ער אזוי געזיצן און זיך צוגעקוקט ווי די עולם דאווענט און עס האט אים גאר שטארק געכאפט אבער ער האט דאך נישט געוויסט וויזוי צו דאווענען, האט ער אנגעכאפט די סידור און געשריגן רבונו של עולם, איך ווייס נישט וויזוי צו דאווענען איך בעט דיר דא האסטו די סידור דאווען די פארמיר, נאך יו"כ האט דער ?בעש"ט? געזאגט אז דורך דעם איז ?נתעלה געווארן תפילות? ?בטל געווארן א גזירה?.
מיינסט דאס?
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איך געדענק אויך די מעשה מיטן סידור, איך מיין ס'איז נישט געווען ביים בעש"ט, אפילו אויב יא, איז דא נאך א מעשה מיט די א-ב, דער עם הארץ האט געזאגט די א-ב און האט געזאגט רבש"ע, איך גלייב אז פון די אותיות וועסטו שוין קענען צוזאמשטעלן עפעס ווערטער פון א תפלה. כך שמעתי לפני כמה שנים. און איך געדענק נישט פונקטליך.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

גראדער האט געשריבן:, אפילו אויב יא, איז דא נאך א מעשה מיט די א-ב, דער עם הארץ האט געזאגט די א-ב און האט געזאגט רבש"ע, איך גלייב אז פון די אותיות וועסטו שוין קענען צוזאמשטעלן עפעס ווערטער פון א תפלה. כך שמעתי לפני כמה שנים. און איך געדענק נישט פונקטליך.

איך האב אמאל געהערט א דרשה פון א רב אין איינע פון די רוסישע שטעטלעך, האט ער דערציילט אז צוויי וואכן נאכן צוזאמפאל פונעם סאוויעטן פארבאנד, איז געווען ר"ה, און ער איז אהין געפארן ווערן רב. ס'איז געווען א געפאקטער שוהל מיט אידן וועמענ'ס נשמה האט געלעכצט צוריק צו קומען צו אידישקייט, אבער רובם ככולם האבן ליידער נישט געקענט דאווענען. בעפאר קריאת התורה האט ער געזאגט א דרשה, וואו ער האט פארציילט די מעשה - וואס דו דערמאנסט. (לפי זכרוני איז עס נישט געווען דער בעש"ט אבער כ'געדענק נישט ווער יא) אז איינמאל בעפאר תקיעת שופר האט ער זיך זייער לאנג פארזוימט, און האט שפעטער פארציילט אז ערגעץ וואו איז געווען א יונגל וואס קען נישט דאווענען, האט ער געזאגט "באשעפער, איך וועל זאגן אלע אלף בית און דו זאלסט עס צוזאם שטעלן פאר תפלות", האט דער ... געזאגט אז די מלאכים זענען געווען פארנומען צוזאמען צו שטעלן דעם בחור'ס תפלות, דעריבער האט ער אויסגעווארט מיט תקיעת שופר.

דער רב האט דאן געזאגט פאר די מתפללים, אז מיר קענען אויך נישט דאווענען, לאמיר זאגן אלף בית! האט זיך פלוצלינג געהערט א קול פון אן עלטערן איד "רבי, און אויב קען מען נישט קיין א"ב אויך נישט?" האט ער געכאפט אז ס'איז דא אזאלכע וואס ווייסן ניטעמאל דעם אלף בית, האט ער געזאגט אז מ'זאל מיט זאגן מיט אים. פארציילט ער אז ווען מ'האט געהאלטן ביי "ה" האט דער גאנצער ביהמ"ד געוויינט, און ווען מ'האט געהאלטן ביי "ח" איז שוין געווען אזאלכע בכיות אז מ'האט געמוזט ענדיגן און גיין ווייטער צו קריאת התורה...

ס'קען זיין אז איך פארצייל עס נישט 100% פונקטליך, די מעשה האב איך געהערט פון יענעם רב מיט בערך 15 יאר צוריק. שוין אסאך פארלאפן זייט דעמאלטס... אבער בערך דאס איז געווען די מעשה.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

נאר צו ליינען די מעשה קאסט א טרער...

איך בין אויך נישט זיכער אז ס'איז געווען ביים בעש"ט, אבער קודם יש ראי' לדבר אז אזא מעשה האט אמאל פאסירט, צוביסלעך ווערט שוין עפעס...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

די מעשה פון די סידור איז געווען ביים בעש''ט אין די מעשה איז געווען אזוי :
איינמאל איז די בעש''ט געקומען און ביהמ''ד צום תפילת כל נדרי און מען האט געזעהן אויף זיין פנים א מורא'דיגע אנגעצויגענקייט שלא כדרך הטבע, נאכן זאגן כל נדרי, האט ער זיך אפגעריעט אויף א שעה צייט, און נאכדעם איז אריינגעגאנגען אין אים א נייע גייסט און א מורא'דיגע פרייד האט אים ארוםגענומען, מיט א מורא'דיגע שמחה האט ער אנגעהויבן צו זינגן ברכו:, נאך יום הקדוש זענען די תלמידים אים געגאנגען פרעגן וואס דא איז פארגעגאנגן האט די בעש''ט פארציילט די מעשה שהיה:

אין א שטאט נישט ווייט, איז געווען א איד אן ארענדער, וואס זיין הער די פריץ זיינעם האט אים זייער שטארק ליעב געהאט, ווען די ארענדער אין זיין ווייב זענען אוועק פון די וועלט, איז איבערגעבליבן א קליינעם יונגעלע זייער יונג און שטוב, די פריץ האט זיך דעבראמעט אויף אים און ער האט גענומען די קינד און ער האט אים אויפגעצויגן, און דער פריץ איז געווארן זיין טאטע און דער פריץ האט זיך אייביג אויפגעטוהן מיט'ן קינד, און דער קינד האט פון קיין אידישקייט נישט געוויסט צו זאגן, איין טאג האט אים דער פריץ פארציילט אז וויסן זאלסטו אז דיין טאטע און מאמע זענען געווען אידן, און איך פריץ האט בלויז רחמנות באקומען און איך האב דיר אויפגעצויגן פאר מיין קינד, און ער האט אפילו אנגעוויזן פאר'ן קינד אז דא אין די ווינקל פונעם הויז ליגט דארט חמשים מיט סידורים און אויך עפעס א דיקע ספר [קרבן מנחה סידור] וואס דיין מאמע פלעגט אייביג און דעם דאווענען:

געווען איז דעמאלטץ און די צייט פון ימי הרחמים והסליחות, און די צייט וואס אלע אידישע קינדער בעטן זיך אויס פאר א גוט יאר, זעהט די קינד וואו די אידישע מענטשן פון די דערפער פארן מיט די וועגענער,פרעגט זיי די קינד וואו פארט עטץ ?, האבן זיי אים פארציילט אז זיי פארן יעצט צו א גרויסע שטאט צו מתפלל זיין מיט א ציבור, ווייל יעצט אום ראש השנה שרייבט מען אלעס אן אין הימל און וואו פארכטיג איז די טאג, אבער אונזער באשפער הערט אויס אסאך מער תפילות בציבור, און פון יענע רגע האט עפעס רוח השם אריינגעגאנגען אונעם קינד ווייל יעצט האט ער שוין געוויסט אז ער איז איד.

ס'קומט באנאכט זעהט די קינד זיין טאטע און מאמע אין חלום, און זיי זאגן אים גיי צוריק פון ווי די שטאמסט, און צו דיין ריכטיגע אידישע אמונה ווייל די ביסט א איד, אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט, אגאנץ עשרת ימי תשובה און ער האט קוים געקענט דרומלען, און זיין הארץ האט אנגעהויבן צו נאגן, און ער האט אנגעהויבן צו רעדן צום פריץ, און דער פריץ האט אים אנגעהויבן צו זאגן אז די חלומות זענען פאלטשע איינגערעדטע זאכן וכו', און דא קומט די טאטע און מאמע ווייטער און חלום באנאכט: אויב דו וועסט נישט צוריקגיין אויפן אידישן וועג, גייט מען אים דערשטיקן רח''ל.
סקומט ערב יום הקדוש, און דער קינד זעהט ווייטער ווי אלע דארפישע אידן פארן שוין ווייטער אריין אין שטאט, און ער פרעגט זיי ווי פארט עטץ ?, ענטפערן זיי, היינט איז די טאג אויף וואס אונז האף מיר, די טאג וואס די באשעפער איז אונז מוחל אלע עבירות, דער קינד איז געווארן זייער דערביטערט און ער האט ביי זיך אפגעמאכט וואס ער גייט טוהן, ער לאט זיך ארויס מיט זיין מאמע עליו השלום'ס קרבן מנחה סידור, און ער לאט זיך ארויס, אנטלויפענדיג צום גרויסן שטאט, ער קומט אריין און ביהמ''ד בשעת כל נדרי און ער זעהט דארט ווי די גאנצן עולם איז איינגעהילט מיטן קיטל און טלית און די מחזורים און די הענט און מען דאווענט, און דא דער קינד האט אנגעהויבן שרייען, דאווענען האט ער דאך נישט געקענט.

יענע מינוטן איז געווארן א רעש אין הימל, ווייל ס'איז געווען א גרויסן קטרוג רח''ל אויף די אידישע קינדער, און דער קינד רופט רופט זיך אן "רבש''ע איך ווייס נישט וואס צו דאווענען, איך ווייס נישט וואס צו זאגן, דא האסטו רבש''ע דו גאנצע סידור", אזוי עפענט ער אויף די סידור, אויף די עמוד דארט, און ער ווארפט ארויף זיין קאפ אויפן סידור, און ער האט אנגהויבן וויינען און תשובה טוהן, און זיין תשובה איז נתקבל געווארן, און ער איז געבליבן א איד, און דעמעלטץ האט די בעש''ט זיך געפריידט און ער האט געקענט זאגן ברכו ווייל קיטרוגים זענען אראפ גענומען געווארן.
לעצט פארראכטן דורך moshele11211 אום מיטוואך יאנואר 12, 2011 6:00 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

שמערי דאכצעך אז יענע רב (?) האצעך גענומען זינגען א ניגון גראד נאכען פארציילען די מעשה.....
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

אפשר מיינסטו די מעשה?

עס איז געווען א מעשה ביים הייליגן בעל שם טוב הקדוש זי״ע, עס איז
איינמאהל נישט געווען קיין רעגן און מען האט גוזר תענית געווען און
מתפלל געווען אז השי״ת זאל העלפן מיט רעגן, אבער ליידער איז קיין רעגן
נאך אלץ נישט געקומען און מען איז נישט געהאלפן געווארן.

צווישן דעם עולם וואם האט שטארק מתפלל געווען האט דער הייליגער
בעל שם טוב זי״ע באמערקט א איד א פשוט׳ע מענטש נישט קיין תלמוד הכם
ווי ער וויינט זייער שטארק ווען ער זאגט קריאת שמע און ווען ער האט
געהאלטן ביי ״ועצר את השמים ולא יהיה מטר״, האט ער דאס געזאגט מיט
גרויס כוונה און הויך געשריגן און געוויינט, האט דער בעל שם טוב איהם
געפרעגט וואס איז געווען דיינע כוונת ווען די האסט געזאגט דעם פסוק,
האט דער איד געזאגט אז ער האט נאר אינזין געהאט דעם פשט פון פסוק אז
״ועצר את השמים״ השי״ת זאל אויסקוועטשן דעם הימל וואס איז אנגעפילט
מיט רעגן וואסער, ״ולא יהיה מטר״, אז עס זאל נישט בלייבן קיין רעגן
וואסער אין הימל, נאר אלעס זאל פאר אונז קומען אויף די וועלט.

האט דער בעל שם טוב זי״ע געזאגט אז יעצט וועלן מיר געהאלפן ווערן,
ווייל השי״ת ווייסט אז דער איד האט אמת׳דיג מיט זיין גאנצע הארץ
מתפלל געווען אז עס זאל קומען די רעגן, און באלד דערנאך איז געווען
א גרויסער רעגן.
לעצט פארראכטן דורך א אידעלע אום מיטוואך יאנואר 12, 2011 5:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ניין ער רעדט נישט פון די מעשה, ער רעדט פון די מעשה וואס כ'האב געברענגט פריער נאר שטייצעך מיט פונקטליכערע פרטים.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

גם אני שמעתי די מעשה פון שמערל בערל פארציילט,
לויט ווי איך געדענק איז עס געווען א בעל תפילה וועלכע איז געקומען צו פארן פון אמעריקא צו דאווענען אין קיעוו אדער מאסקעווע, ווי ס'האבן זיך צוזאמגענומען א גרויסע ציבור פון פארלוירענע און פארבלאנדזעטע תינוקות שנשבו, צו אפרעכטן א ראש השנה צום ערשטן מאל אין זייער לעבן.
איך געדענק נישט די חלק פון די אות ה און אות ח',
איך געדענק נאר אז דער בעל תפילה האט נאך די סיפור אויסגעפירט:
איך בין שוין א בעל תפילה אין די הייליגע טעג אסאך אסאך יארן און פארשידענע קהילות, אזוינע בכיות האב איך נאך קיינמאל נישט מיטגעלעבט!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

שמערי בערי האט געשריבן:ניין ער רעדט נישט פון די מעשה, ער רעדט פון די מעשה וואס כ'האב געברענגט פריער נאר שטייצעך מיט פונקטליכערע פרטים.


דער שמערי פארשטייט פונקטליך וואס איך וויל...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

משה'לע איך האב געהערט די מעשה גענוי ווי דיר. זייער שיין אראפגעלייגט.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

גראדער, איך האב די מעשה וואס דו זוכסט אין גראמען.
איך וועל עס אפיר זוכן אינדערהיים בל"נ, און -לְכְּשֶׁאֶמצָאֵהוּ- אהער שטעלן.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

יישר כח
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך וויל פארשטיין האט געשריבן:משה'לע איך האב געהערט די מעשה גענוי ווי דיר נאר נישט געדענקט. זייער שיין אראפגעלייגט.
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

גראדער אפשר מיינסטו די מעשה, אמאל האט דער בעש"ט געוויילט אין א דערפל, און ער האט דארט געזען א פשוט'ער איד נישט קיין קליינע מן הארץ דאווענט יעדען טאג אין זיין סידור מיט גרויסע בכיות, אבער זיין סדר התפילה איז געווען אז ער הייבט אן ווי ער האט נעכטן געענדיגט אין זיין סידור, למשל זינטאג האט ער אנגעהויבן ביי מודה אני, מאנטאג ישתבח, א אנדערע טאג האט ער שוין געהאלטן ביי הלל, נאכדעם די ראש השנה דאווענען, נאכדעם קריאת התורה א א וו.
איז דער בעש"ט צוגעגאנגען צו איהם און מסדר געווען וואס מען דאווענט יעדן טאג, און ער האט אריינגעלייגט צעטעלעך אין יענעמס סידור צו מאכן סימנים, דער איד האט זיך אזוי געפרייט אז יעצט וועט ער שוין קענען דאווענען די עכטע סדר.
דער בעש"ט איז שוין געווען אויפן וועג ארויס זעט ער ווי דער איז קומט צו לויפן מיט געפערליכע בכיות אז די צעטעלעך זענען ארויס געפאלען פון זיין סידור און ער ווייסט נישט וואס צו דאווענען, האט איהם דער בעש"ט געזאגט אז זעט אויס אז מן השמים האט מען אזוי צוגעפירט אז עס זאל ארויספאלען צו ווייזען אז דער אייבירשטער האט זייער ליב די תמימות פון א יעדן איד, און דאווען ווייטער ווי ביז יעצט.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

רבותי איר ברענגט אלע גאר שיינע מעשיות, אבער איך מיין איך האב קלאר ארויסגעברענגט די פונקטליכע מעשה וואס איך זוך.

חוץ אז מ'טוישט דעם קעפל, "תפלות פון עמי הערצים בימי הבעש"ט''...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

הרב גראדער איך ווייס אז נישט דעס מיינסטו איך האב עס פשוט געטראפן לייג איך עס ארויף, נישט ווייט פונעם ענין!! אט אט קומסטו שוין אן !

דורך זיידעניו » מאנטאג פבואר 25, 2008 1:28 am

ווען דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע איז געפאהרן אויפן וועג קיין ארץ ישראל באגלייט פון זיין חסיד ר' צבי סופר זצ"ל. דער בעש"ט האט זיך געוואלט באגעגענען מיט'ן אור החיים הקדוש זי"ע, און צוזאמען ארבעטען מקרב צו זיין די גאולה אז משיח זאל קומען, דער צייט פון דער גאולה איז אבער נאך נישט אנגעקומען, האט דער שטן אונטערגעלייגט פארשידענע שטערונגען אויפן וועג אז דער בעל שם טוב זי"ע האט געמוזט צוריק אהיים פאהרן.
אינמיטען וועג האבן רויבערס זיי געכאפט און געבינדען אין קייטען און זיך געגרייט זיי צו פארקויפן פאר קנעכט. פון גרויס ווייטאג האט דער בעל שם טוב זי"ע פארלוירן זיין רוח הקודש און אלע הויכע מדריגות. האט איהם ר' צבי סופר געפרעגט: "רבי, פארוואס טוהט איהר גארנישט קעגען זיי"? האט דער בעש"ט זי"ע געענטפערט אז ער האט פארלוירן זיינע אלע הויכע מדריגות, און ער האט שוין נישט מער קיין כוח קעגען זיי ווייל ער האט אלעס פארגעסען.
האט דער בעש"ט זי"ע געבעטן ר' צבי סופר ער זאל איהם דערמאנען די "אלף-בית". דער בעש"ט זי"ע האט נאכגעזאגט מיט קדושה און גרויס ברען און התלהבות די אלע 22 אותיות פון דער א-ב, אז פון די קדושה האט זיך אויפגעריסן די שטריק און די רויבערס זענען אנטלאפען.
דאס קען זיין דער רמז: "ושאינו יודע לשאול" דער וואס קען שוין גארנישט רעדן ווייל ער האט אלעס פארגעסן, - "א-ת" (דאס מיינט מען די אותיות פון "אלף" ביז "תיו") "פתח לו", ווערט פאר איהם געעפענט די אלע טויערן פון הימל און די ישועה קומט שנעל.
לעצט פארראכטן דורך moshele11211 אום מיטוואך יאנואר 12, 2011 6:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איך האב שוין געזאגט וועלכע מעשה ער מיינט, ער דארף נאר פונקטליכער די מעשה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”