אלס קינד האט ער מקבל געווען תורה פון זיין טאטן רבי יוסף זצ"ל, שפעטער ווען ער איז עלטער געווארן איז ער געגאנגען לערנען ביי הגאון רבי אהרן שמעון שפירא זצ"ל מפראג, ווי ער האט זיך שטארק משלים געווען בתורה ויראה טהורה, דערנאך האט ער געלערענט ביי זיין זון הגאון רבי בנימין זאב וואלף שפירא אב"ד דמדינת פיהם [בעהמען] (נפטר ז' שבט תע"ה), ביי וועם ער איז געווארן שפעטער א איידעם.
זיין געוואלדיגע חריפות און בקיאות האט גע'שמ'ט איבער די גאנצע ארום, און נאך זייענדיג גאר אינג אונטער די צוואנציג יאר, האבן זיך שוין געקלאמערט תלמידים ארום אים, און ער איז אויפגענומען געווארן אלס "ראש הדיינים" אין די עיר ואם בישראל "פראג" יצ"ו.
אין יענע תקופה – שנת תמ"ט לפ"ק – אלט זייענדיג אינגאנצן 19 יאר, האט ער ארויסגעגעבן זיין ערשטן חיבור "מנחת יעקב" אויפן תורת החטאת להרמ"א.
שפעטער אין יענעם יאר, ג' תמוז שנת תמ"ט לפ"ק, אום 1:00 מיטאג, האט אויסגעבראכן א גרויסע שריפה אין די שטאט פראג, ווי אין בלויז איין שעה איז פארברענט געווארן קרוב צו צוויי טויזענט הייזער, פארניכטענדיג רובא דרובא הייזער פונעם אידישן קווארטל, צווישן זיי 12 אידישע שוהלן רח"ל. אויך האט עס געקאסט פילע נפשות רח"ל, און מער ווי 300 מענטשן, אידן און להבדיל גוים, זענען פארברענט געווארן אין די שריפה.
די הויז פונעם גאון רבי יעקב ריישער זצ"ל איז אויך נישט פארשוינט געווארן, און צענדליגע חידושים וביאורים על כל מקצועות התורה זענען ליידער פארברענט געווארן בשעת די שריפה, נאר ממש א קליין ביסל איז געבליבן פון וואס די תלמידים האבן געהאט אפגעשריבן. עס איז שפעטער געדרוקט געווארן צום סוף פון זיין ספר "שו"ת שבות יעקב ח"א" מיטן נאמען "פאר יעקב", אזוי ווי רבי יעקב שרייבט אין די הקדמה פון שבות יעקב ח"א: "בשנת תמ"ט לפ"ק היתה לשריפת אש כל חידושי על הש"ס והרוני לענה, ואפר יעקב מי מנה, רק מעט מזעיר אשר לקטתי מפי כתבי ותלמידי אחת הנה והנה, אמרתי הלא מצער היא אשר תחת ידי עדנה, וקראתי אותם בשם "פאר יעקב" ע"ש פא"ר תחת אפ"ר".
עטליכע יאר שפעטער, שנת תנ"ו לפ"ק, אלט זייענדיג 26 יאר, האט ער זוכה געווען ארויסצוגעבן זיין גרויסן חיבור "חק יעקב" אויף הל' פסח, וועלכע איז בליץ שנעל אויפגעכאפט געווארן צווישן די לומדים.
אין שנת תס"ט האט ער ארויסגעגעבן זיין חיבור "שו"ת שבות יעקב ח"א", ווי אויך איז ער יענעם יאר אויפגענומען געווארן אלס רב אין מדינת "אנשבך", ווען עס איז נפטר געווארן דער פריערדיגער רב הגאון רבי יששכר בערמאן זצ"ל בעל מטה יששכר ואב"ד מדינת אנשבך, ער איז אבער פארבליבן וואוינען אין די שטאט פראג.
אויך האט ער געדינט אלס רב אין די שטאט "ריישא" (עס זענען דא וואס זאגן אז צוליב דעם איז געבליבן זיין משפחה נאמען "ריישער") עס איז אבער נישט קלאר אין וועלכע תקופה עס איז געווען.[זעה די הסכמה פון זיין שוואגער הגאון רבי דוד אפענהיים זצ"ל אויף שו"ת שבות יעקב ח"א, וואס ער האט געשריבן אום י"ב טבת שנת תס"ט לפ"ק, וז"ל: "וכעת מזלו קבוע פה ק"ק פראג... ונתקבל לאב"ד ור"מ במדינת אנשבך". און אזוי שרייבט ער זיך אויך אונטער בהקדמת ספרו שו"ת שבות יעקב ח"א: "הקטן יעקב בן ה"ה מוהר"ר יוסף נר"ו ומצודתי פרוסה בכל מדינת אנשבך מפ"ק פ"ו מדינה וישיבתי לא פסקה בק"ק פראג יע"א"].
אין שנת תע"ג לפ"ק האט אויסגעבראכן א גרויסע עפידעמיע אין די שטאט פראג, און די גוים האבן באשולדיגט די אידן אז זיי זענען שולדיג דערין, און זיי זענען געווען אין א גרויסע סכנה (עיין שו"ת שבות יעקב ח"ב, תשובה פ"ד), צוליב דעם האט רבי יעקב געמוזט אנטלויפן פון שטאט, און ער איז געפארן קיין בעהמען [פיהם], און דעמאלס בשעת'ן וואנדערן אין די פרעמד האט ער אנגעהויבן מחבר צו זיין די ספר "עיון יעקב" אויף "אגדת עין יעקב".
שפעטער איז ער צוריק געגאנגען קיין פראג, ביז עס איז אים פארטונקעלט געווארן דאס לעבן, ווען זיין זון הגאון רבי שמעון ריישער זצ"ל אב"ד ור"מ רוזניץ ובעל מחבר ספרי שמן למנחה וסולת למנחה, איז ליידער נפטר געווארן בחצי ימיו, אום כ' אלול שנת תע"ד לפ"ק.[ציטאט פונעם לשון פון רבי יעקב בהקדמתו לשו"ת שבות יעקב ח"ב: "ספרי עיון יעקב אשר התחלתי לחבר בשנת תע"ג בהיותי בשעת הרעש במדינת פיהם על הכפר... ותפלתי לאל חי שאזכה עוד לגמור ספרי אשר עודנם תחת ידי לכבוד זה רעי וזה דודי, ויעלה לרצון על מזבח הדפוס, זה שמי וזכרי לדור ודור...".
נאך שרייבט ער אין די הקדמה צו זיין ספר עיון יעקב: "בשנת תע"ג בהיותי בק"ק פראג שקט ושאנן, כזית רענן, נגע בנו יד ה' ושלח ביעקב דבר, והייתי מוכרח לטלטל גבר, בלי חובר חבר, כי אין אומן בלא כלים כי הייתי שטף ועובר, מכפר לכפר בכל פינה ועבר, על כן אמרתי לבקש שבר, ולא לבטל הזמן בלא דבר, ונתתי אל לבי ללמוד דברי אגדה ומה שחדשתי לפי קט שכלי כתבתי לי לזכרון ובשם עיון יעקב יכונה"].
אינעם דריטן טאג פון די שבעה איז מען אים געקומען איבערגעבן די כתב רבנות צו דינען אלס רב אין די עיר ואם בישראל "ווירמייזא", וואס ער האט אנגענומען מיט גרויס שוועריגקייט, נישט וועלענדיג איבערלאזן זיין אלטן טאטן רבי יוסף, און זיין שווער הג"ר בנימין וואלף שפירא וועלכע האבן נאך דאן געלעבט, אבער טראץ דעם האט ער עס אנגענומען, און אין אנהייב פון יאר תע"ה האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין "ווירמייזא".
דארט אין ווירמייזא האט ער געעפענט א גרויסע ישיבה, און עס האבן געשטראמט צו אים פילע תלמידים פון איבעראל נהנה צו זיין מבאר תורתו, און מען האט אים אנגעפרעגט שאלות להלכה פון אלע עקן וועלט.[אייניגע ציטאטן פונעם לשון פון רבי יעקב איבער יענע תקופה, בהקדמתו לשו"ת שבות יעקב ח"ב: "הנה אם אמרתי עם הספר לספר כל ההרפתקאות, ההומה והמגרעת, המאורעות והמקראות... אחר כל הטירחות והיגיעות שיגעתי בצער גידול בנים כיעקב אשר בו בחר, ודין גרמא דעשרה ביר, על זאת גרוני נחר, ולבי עזבני וסחרחר, בני יחידי אשר גדלתי מאס ברע ובטוב בחר, ידע למשקל ולמטרח לעמוד בקשרי מלחמה של תורה בחריפתו... לאב"ד ור"מ בק"ק רוזניץ נבחר, ומשם עלה לדרשן בק"ק פראג... כשהגיע לחצי ימיו בשנת יוסיף דע"ת יוסיף מכאוב נלקח מאתי... ובשרי עלי יכאב, ועל זאת לבי דואג ודואב, ועשיתי אבל יחיד יום ד' כ' אלול כמשנכנס אב, כי מאוד מאוד גדל הכאב".
נאך שרייבט ער דארט: "ויהי ביום השלישי בימי אבלי כאשר הייתי מתאונן ומקונן לאמור אללי, גילה ברעדה נתבשר לי להעמיד במרחב רגלי ולא מעדו קרסולי, אמרתי אחישה מפלט לי, אולי יסיר ה' כל מדוה וכל חלי... ונקבלתי לקהל עדת ישורון ק"ק וורמייזא... ובכן אמרתי לעבור שמה... אף שהיה הדבר קשה אלי להניח אבא מרי המופלא לעת זקנתו לאמור הפרד נא מעלי לילך מבית אבי ומארץ מולדתי, ומבית אדוני מורי ורבי חמי הגאון... ובצלו חמדתי וישבתי מנעורי ועד עת זקנתי, אך אמרתי מאת ה' היתה זאת אחר בלותי, לאמור לך לך מארצך מקום מולדתי, והוי גולה למקום תורה חשתי ולא התמהמהתי..."
נאך שרייבט ער אין די הקדמה צו זיין ספר עיון יעקב: "כאשר סר הדבר וחזרתי לבית מדרשי לפראג כבראשונה, נתקבלתי לאב"ד ור"מ לקהל עדת ישורון ק"ק ווירמייזא ואגפיה וישבתי שם כמו שלש שנה"].
זיין מנוחת הנפש האט אבער נישט אנגעהאלטן צו לאנג, ווען געוויסע אינשי דלא מעלי וועלכע האבן נישט געקענט פארגינען זיין גרויס כבוד און פראכט ווי עס פאסט פאר א גדול בישראל כמותו, האבן זיי אויסגעטראכט פאלטשע בלבולים אויף אים, אבער בחסדי השי"ת האבן זיי נישט געהאט קיין שליטה אויף אים.
ארום דריי יאר איז ער געזיצן על כסא הרבנות אין די שטאט "ווירמייזא", ביז ער איז אין שנת תע"ח לפ"ק אויפגענומען געווארן אלס רב אין די עיר ואם בישראל "מיץ", ווי ער האט דארט פילפאכיג פארגרעסערט זיין ישיבה, און אלס דאנק צו השי"ת האט ער ארויסגעגעבן אום שנת תע"ט לפ"ק די צווייטע חלק פון שו"ת שבות יעקב.[ציטאט פון זיין לשון בהקדמתו לשו"ת שבות יעקב ח"ב: "מקצוי ארץ באו תלמידים הגונים ללמוד בישיבתי, וכמה רבנים גדולים חקרי לב מסכימים לבוא בצל קורתי, ולרוץ אלי אגרותיהם כשואל מדעת לסמוך על הוראתי, ותהי זאת נחמתי... אך עדיין לא שלותי ולא שקטתי באשר פגעו בי שונאי חנם ששמעו וראו מאשר יקרתי ונתכבדתי... לדבר עלי סרה ושקר עותותי..."].
בערך אין יאר שנת ת"פ לפ"ק זייענדיג רב אין מיץ איז ער ל"ע נישט געזונט געווארן אויף די אויגן, און איז כמעט גענצליך בלינד געווארן, ער האט דאן צוגעזאגט אז אויב וועט ער געזונט ווערן וועט ער דרוקן זיין ספר "עיון יעקב" וואס ער האט אנגעהויבן צו שרייבן אום שנת תע"ג לפ"ק כנ"ל.[ציטאט פון זיין לשון בהקדמתו לשו"ת שבות יעקב ח"ב: "ה' ראה בעניי ושמע שועתי, וקנא את קנאתי, ונבאשו ונכלמו חפיצי רעתי... ואני לגדולה עלה עליתי, ולעיר ואם בישראל ק"ק מיץ לאב"ד ור"מ נתקבלתי, ומשלחן גבוה זכה זכיתי, למקום תורה ועיר מלאה חכמים וסופרים טוב אחרית מראשיתי, כי כל זה מגמתי, להרבות גבולי בתלמידים עד בא חליפתי... על כל זאת אודה י"ה ובתוך רבים אהללנו אשר לא הסיר חסדו ותפלתי מאתי, ובמקום קרבן תודתי, באתי להדפיס חלק שני מספרי שבות יעקב..."].
דער אויבערשטער האט טאקע געהאלפן אז אין יאר ת"פ-תפ"א האט א גרויסער בארימטער דאקטער געטראפן א רפואה צו זיין מחלה און עס האט זיך צוריקגעקערט די שיין פון זיינע אויגן, און ער האט טאקע דאן זיך גענומען ארבעטן צו פארענדיגן דעם חיבור "עיון יעקב", און אום שנת תפ"ט איז עס געדרוקט געווארן.
בערך אין יענע צייט האט ער ווידער געהאט אויסצושטיין רדיפות פון שלעכטע מענטשן וועלכע האבן ווידער אויסגעטראכט א בלבול אויף אים, און אים געוואלט אריינלייגן אין תפיסה, אבער מיט די הילף פון השי"ת איז זייער פלאן צושטערט געווארן, און אלס דאנק צו השי"ת האט ער צוגעגרייט צום דרוק די דריטע חלק פון שו"ת שבות יעקב.[ציטאט פון זיין לשון אין די הקדמה צו זיין ספר עיון יעקב: "ויבא עלי רוגז ותרגז בטני כי בא לי כאב עינים ועלה הסנוור על עיני שמאלי וימיני ועולם הולך וחשך בעדני, אמרתי ח"ו אבדה תקותי ממני... מתוך צרה קראתי ושועתי אל ה' שתרפאני... ובשנת ת"פ ותפ"א נשמע תפלתי וחנני, לשלוח לי רופא מומחה להסיר ממני מכת הסנוור משמאלי ומימיני, על כן אמרתי לשלם נדרי אשר נדרתי בעת צרה ליעקב כי דלתני, לשלם עין תחת עין להשלים חיבורי עיון יעקב על כל עין יעקב..."].
עס איז אבער למעשה נישט געדרוקט געווארן ביז אין יאר תרנ"ח, ווען זיין אייניקל ר' זלמן ריישער האט עס געדרוקט אין לעמבערג.
רבי יעקב ריישער זצ"ל איז פארבליבן רב אין "מיץ" ביזן טאג פון זיין פטירה, ו' טבת שנת תצ"ג לפ"ק (וי"א תצ"ד) ומנו"כ שם.[ציטאט פון זיין לשון בהקדמתו לשו"ת שבות יעקב ח"ג: "באותו זמן ועידן נעשה לי עוד נס נפלא, הפלא ופלא, שקמו עלי זדונים תקיפא כפרזלא שונאי חנם להכחידני בשקר עלילה לתפוס אותי ח"ו בבית הכלא, ואתה ה' רחמיך לא תכלא, ברוך ה' אשר פדה את יעקב וגאלו מיד חזק ממנו, ומעריצים תמלטנו, ברוך ה' אשר מידם הצלתנו... על כן אמרתי להקריב עוד על מזבח הדפוס ספרי שו"ת שבות יעקב חלק שלישי"...].
עטליכע חיבורים איז געבליבן בכת"י: "ישועות יעקב" און "משפט יעקב" אויף שו"ע חו"מ. און "יגל יעקב" און "באר יעקב" אויף שו"ע אבן העזר.
אין ירושלים אין ביה"ל געפינט זיך אויך א חיבור "ספר הדרושים" בכת"י, מס' 40992.