ר' רפאל הכהן אב"ד דקהלות אה"ו- כ"ז חשוון תקס"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

ר' רפאל הכהן אב"ד דקהלות אה"ו- כ"ז חשוון תקס"ד

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 4:28 pm

אין יארע תקס"ד אין אזא וואך ווי יעצט איז האמבורג געווען צוטרייסלט, וואס איז געשעהן?

כ"ד חשוון איז דער אלטער רב ר' רפאל האמבורגער אלט געווארן 81 יאהר און צומארגנס
כ"ה חשוון איז דער רב ל"ע אוועק געפאלן אויפן קראנקען בעט און ס'האט נישט געדויערט צו לאנג און בלויז אויף צומארגנס
כ"ז חשוון איז שוין דער רב נסתלק געווארן, אבער מ'האט נאך צוגעווארט אויפן מארגנדיגער טאג
כ"ח חשוון ווען מ'האט געברענגט דעם גרויסער רב לקבורה

דאס אלסדינג איז אינטערעסאנט אז מ'האט עס פארשריבן אויפן מציבה, איך ברענג עס טאקע אהער דעם בילד
צוגעלייגטע
מצבת רבי רפאל.jpg
לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 5:12 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 4:51 pm

ווי איז זיין מנה"כ און האמבורג ? וואס איז זיין היסטאריע ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 5:23 pm

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 6:11 pm

בן בוזי האט געשריבן:אין יארע תקס"ד אין אזא וואך ווי יעצט איז האמבורג געווען צוטרייסלט, וואס איז געשעהן?

כ"ד חשוון איז דער אלטער רב ר' רפאל האמבורגער אלט געווארן 81 יאהר און צומארגנס
כ"ה חשוון איז דער רב ל"ע אוועק געפאלן אויפן קראנקען בעט און ס'האט נישט געדויערט צו לאנג און בלויז אויף צומארגנס
כ"ז חשוון איז שוין דער רב נסתלק געווארן, אבער מ'האט נאך צוגעווארט אויפן מארגנדיגער טאג
כ"ח חשוון ווען מ'האט געברענגט דעם גרויסער רב לקבורה

דאס אלסדינג איז אינטערעסאנט אז מ'האט עס פארשריבן אויפן מציבה, איך ברענג עס טאקע אהער דעם בילד

תיקון טעות אויפן מציבה שטייט ביום ו' ך"ו מרחשון . . ונקבר ביום א' ך"ח מרחשון, ער איז נפטר געווארן עש"ק און זעהט אויס אז מען האט נישט געקענט מקבר זיין קודם כניסת השבת ממילא האט מען מקבר געווען זונטאג (אויפן איבער-מארגנדיגן טאג).

נאך איז אינטערעסאנט דאס וואס איז פארשריבן אויף זיין מצבה אז פיר אהאלב יאר פאר זיין פטירה האט ער שוין אויפגעגעבן זיין רבנות כדי ארויפצוגיין קיין אר"י נאר ער האט נישט געקענט פארן צוליב מלחמות צושטאנד.

ראה עוד ספר זכר צדיק הכולל שתי דרשותיו האחרונים, וההספדים שנאמרו עליו, וגם תולדותיו.

זעה אויך תולדותיו בספר אוה למושב דארט איז אויך באשריבן ווען ער האט אויפגעגעבן זיין רבנות.

מספריו בהיברו-בוקס:
תורת יקותיאל על יו"ד, מרפא לשון, שו"ת ושב הכהן (מהדורא חדשה), דעת קדושים - דרשות.

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 11:58 pm

שמעתי שהגה"ק רבי רפאל האמבורגער זי"ע היה מתלמידי המגיד הק' ממעזריטש, או מהנוסעים אליו.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 10:20 am

בן בוזי, דערצייל אונז עפעס מער איבער דעם מאורע.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 22955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 11:17 am

אויב איך געדענק גוט איז פארהאן היינט ערליכע אפשטאמיגע פון ר' רפאל הכהן מהאמבורג, אפשר קען מען אויסרעכענען די קינדער פון ר' רפאל?

איך האב מיך פערצופאל אנגעשטויסען אין א סאציאליסטישע פרייע אידישע זשורנאל 'די צוקונפט' וואס אין איינע פון אירע אויסגאבעס ווידמעט זי עטליכע ארקטיקלען איבער א גרויסען פרייער דיכטער און שרייבער בשם אברהם וואלט-ליעסין, ליעסין איז געבוירען געווארן אין מינסק, ווייס-רוסלאנד בשנת תרל"ב-1872 זיין מטוער איז געווען אן אייניקל פון ר' רפאל הכהן מהאמבורג, ער אזי ערצויגען געווארן אין א ערלכיע שטוב געלערנט אין חדר און שפעטער אין וואלאזשין אבער ליידער האבן די השכלה'ישע ווינטען אים פארשלעפט און ער האט אלעס פארלאזט און געקומען קיין אמעריקא 1897-תרנ"ז ווי ער איז געווארן א שרייבער אין 'פארווערטס' און געווען א גרויסער אנפירער פון די סאציאליסטישער באוועגונג, ליעסין איז געשטארבן אין ניו יארק אין יאר 1938-תרצ"ח.

ערכו בוויקי העברית:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%99%D7%9F

א בילד פון ליעסין אין יאר 1936:
http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr12/tmr12019.htm

-

איין טאכטער פון ר' רפאל, פרומט, האט חתונה געהאט מיט אליעזר (לצרוס) ריסער-קצנלבויגען ב"ר יעקב קאצענעלנבויגען, זייער זון גבריאל ריסער איז אויך אויסגעוואקסען א פרייער איד און א דייטשער פאליטיקאנט.

ערכו בוויקי העברית:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%92%D7% ... 7%A1%D7%A8

SPUSMN
שר שבעת אלפים
תגובות: 7906
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 11:59 am

מיר דאכט זיך אז אליעזר ריעסער איז געווען פון די מייסדים און תקע"ט און האמבורג פון דער ערשטער ריפורם שוהל און די היסטוריא, אויף וואס איז ארויס געקומען יענעם יאר דער ספר "אלה דברי הברית" מיט א מחאה פון דער חת"ס, רע"א, רבי מרדכי בנעט, רבי משה מינץ, און נאך. ו

בקהלם אל תחד כבודי איז לאמיר טרעפען רבי רפאל הכהן מהאמבורג זצ"ל ערליכע אייניקלעך

דא
רעדט מען וועגען דער ספר
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 3:04 pm

ר' רפאל איז געווען רב אין אסאך שטעט מימי נעוריו, דערנאך איז ער געווען דריי אין צוואנציג יאר אין קהלת אה"ו (אזוי שטייט אויפן מציבה), פיר יאר פאר ער איז אוועק האט ער אויפגעגעבן די רבנות כנ"ל, און דער קעניג האט אים געגעבן א מעדאל אפצוצייכענען די כמעט זעכציג יעריגע הרבצת התורה.
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:שמעתי שהגה"ק רבי רפאל האמבורגער זי"ע היה מתלמידי המגיד הק' ממעזריטש, או מהנוסעים אליו.

לויט געוויסע ווערסיעס (לכאורה ליבאוויטש), איז ער געווען א תלמיד פונעם הייליגן גר"א, איינמאל האט דער הייליגער מעזריטשער מגיד פארגעלערנט פאר זיינע תלמידים א שווערע סוגי' און ער האט פארענטפערט א שווערע קושיא, דערנאך האט ער געשיקט איינע פון זיינע תלמידים צו די שטאט ווי ר' רפאל איז געווען דארט רב, ר' רפאל איז געזיצן אין ביהמ"ד אין פארגעלערנט די זעלבע סוגי', אינמיטן איז שווער געווארן די קושיא וואס די מגיד הק' האט פארענטפערט, האט זיך די תלמיד פונעם מגיד אויפגעשטעלט און געזאגט פשט, ר' רפאל איז זייער נתפעל געווארן און האט אים געפרעגט פון וואו ער נעמט זיין פשט, האט ער געזאגט פון זיין רבין דער מגיד, אזוי איז ר' רפאל איינמאל געפארן צום הייליגן מגיד. דערנאך איז ער מער נישט געפארן נישט צום מגיד און נישט צום גאון, ער האט נישט געוואלט אינטערשרייבן אויף די ח' הידוע.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 3:12 pm

דער ערשטער ארויסצוקומען קעגן מענדלזאהן'ס חומש איז געווען ר' רפאל'ס איידעם ר' צבי הירש יאנוב זצ"ל אבד"ק פירדא, א חודש שפעטער איז ר' רפאל אויך ארויסגעקומען זייער שארף און געווארנט מיט א חרם (י"א אז ער האט למעשה געמאכט א חרם), דאס אלעס איז נאך געווען פאר די חומש איז ארויסגעקומען, מען האט נאך צוזאמענגענומען חתימות.

קהילת אה"ו איז יענע צייט געווען אין דענענמארק, מענדלזאהן האט זיך געוואנדן צו זיינע פריינד אין דענענמארק, וואס זענען געווען נאנט צום קעניג אז מען זאל שתדלן ביים קעניג אז ער זאל זיך אויך איינשרייבן אין די פרענומעראנטען, די שפיצל האט געארבעט און ר' רפאל האט עמטליך געמוזט צוריקציען פון זיין התנגדות עס זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי מרידה.

עס איז באקאנט אז ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער איז זיך אזוי מתנגד צו מענדלזאהן האט ער געענטפערט אז ער איז מרומז אינעם פסוק "מ'שחתם ב'ם מ'ום בם" ר"ת מ'שה ב'ן מ'נחם.

gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 9:38 pm

תגובהדורך gamyuchad » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 3:37 pm

דארפסמאן האט געשריבן:ווי איז זיין מנה"כ און האמבורג ? וואס איז זיין היסטאריע ?


ער ליגט האמבורג, נישט האמבורג גופא נאר אלטונא, ס'איז בערך א צען מינוט פארן פון די מעין גאס פון האמבורג, איך בין געווען דארט נישט לאנג צוריק, פונקט האבן דאן די ארטיגע ערלים איבערגעשטעלט אלע האלב איינגעפאלענע מצבות און שיין איבערגעשטעלט. רוב מצבות אינעם בית החיים שטייען זייער שיין און עס איז נאך אריגינאל מיט די אויפשריפטן, אפילו עס איז שוין אלט עטליכע הונדערט יאר. ס'איז מיר נאר געווען א פלא פארוואס דייקא דעם ערוך לנר'ס מצבה איז האלב צובראכן געווען, [ס'איז איבערגעמאכט מיט שרעקליכע גרייזן], דער ערוך לנר ליגט אבער ביי די לינקע זייט נעבן די ספרדים, וואס דארט געפינט זיך ליגעדיגע מצבות פון די שין יארן...

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 22955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 3:56 pm

מציבת הרבנית תמר אלמנת ר' רפאל הכהן מהאמבורג זצ"ל:
צוגעלייגטע
1249_EL_0110150216.jpg

SPUSMN
שר שבעת אלפים
תגובות: 7906
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 4:25 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ר' רפאל'ס איידעם ר' צבי הירש יאנוב זצ"ל אבד"ק פירדא


איז ער נישט געווען אן אייניקעל פון בית שמואל אויף אבן העזר וואס איז פריער געווען רב און פיורדא? אויך, מען זאגט אז רבי אביש'ל פון פראנקפורט איז געווען אן אייניקעל פון בית שמואל דורך אויך א ר' צבי הירש. איך געדענק אז איך האב זיך אמאל געמוטשעט אויף דעם און נישט ארויס געקראכען, ווייסט איינער? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 9:25 pm

ר' צבי הירש איז געבוירן אין ליסע, פוילן, ער האט גארנישט געהאט מיט פיורדא פאר מען האט אים גערופן דארט ווערן רב, זיין פאטער ר' אברהם איז געווען א אדם חשוב, די יחוס העכער איז נישט באקאנט, אבער אויף זיין מציבה שטייט "התורה מחזרת על אכסניא שלה", זעהט אויס אז ער איז געווען פון א רבנישע משפחה.
SPUSMN האט געשריבן:בקהלם אל תחד כבודי איז לאמיר טרעפען רבי רפאל הכהן מהאמבורג זצ"ל ערליכע אייניקלעך

פון ר' צבי הירש הנ"ל איז געבליבן איין טאכטער וואס איז געווארן א שנור ערגעץ אין די אייגער משפחה, פון זיי איז היינט דא אייניקלעך שותו"מ (מער פרטים עי' ספר הישיבה בפיורדא).

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 22955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 9:41 am

ר' רפאל האט אויך געהאט א זוהן ר' צבי הירש כ"ץ אב"ד קראטשין (הספדו על אביו נדפס בזכר צדיק הנ"ל)

SPUSMN
שר שבעת אלפים
תגובות: 7906
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 14, 2011 5:54 pm

א יישר כח פאר ביידע, איך וועל מוזען צוריק קומען צו מיין ר' צבי הירש איין מאל איך טרעף וואס איך האב זיך פארשריבען. גיי טרעף... א נידעל און א העיסטעק. ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יוני 07, 2013 3:54 pm

מיללער האט געשריבן:ר' רפאל האט אויך געהאט א זוהן ר' צבי הירש כ"ץ אב"ד קראטשין (הספדו על אביו נדפס בזכר צדיק הנ"ל)

דא איז דא א הסכמה פון ר' צבי הירש אויף א ספר מנחת כהן.

דער מחבר פון דעם ספר הייסט ר' מיכאל כ"ץ דיין ומגיד ק"ק קראטשין, פון די קעפל פון די הסכמה "הסכמת 'אמ"ו' הרב", זעט עפעס אויס ווי ער איז א זון פון ר' צבי הירש, אבער אין די חתימה אויפן הקדמה שרייבט ער הקטן מיכאל בן כהר"ר ברוך כ"ץ, ווייס איך שוין נישט צו זיי זענען געווען קרובים.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4584
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש יוני 08, 2013 10:02 pm

אמ"ו=אדוני מורי ורבי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 22955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 11:25 pm

געהערט פונעם וואודריזשער רב שליט"א אז אינעם ספר 'מרפא לנפש' פון רבי רפאל זצ"ל איז דא געדרוקט א מורא'דיגע הספד אויף אים פון זיין איידעם אליקים געץ, און ליידער א קורצע צייט שפעטער איז דער איידעם געווארן פון די ראשי ההשכלה רח"ל און ער האט לוחם געווען קעגן ערליכע אידן און די קינדער זיינע האבן זיך שוין ל"ע גע'שמד'ט.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 12:00 am

דער האמבורגער רב האט געהאט איין איידעם אליעזר (קאצנעלנבויגן) ריסער, און לויט וואס איך געדענק איז ער געוועהן דער איידעם דער משכיל וואס זיינע קינדער זענען אראפ פון'ם יידישן וועג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 22955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 12:19 am

הסרפד האט געשריבן:דער האמבורגער רב האט געהאט איין איידעם אליעזר (קאצנעלנבויגן) ריסער, און לויט וואס איך געדענק איז ער געוועהן דער איידעם דער משכיל וואס זיינע קינדער זענען אראפ פון'ם יידישן וועג.

זעה אויבן, דער איידעם ריסער האט מען שוין דא דערמאנט, דערפאר האב איך געברענגט מה ששמעתי מכבוד הרב שליט"א כהערה והוספה, ברויך מען נאכצוקוקן אינעם מרפא לנפש.

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 6:06 am

ספר זכר צדיק אינעווייניג איז דער הספד פון איידעם הגיון לבי

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 22955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 15, 2015 11:48 am

SPUSMN האט געשריבן:מיר דאכט זיך אז אליעזר ריעסער איז געווען פון די מייסדים און תקע"ט און האמבורג פון דער ערשטער ריפורם שוהל און די היסטוריא, אויף וואס איז ארויס געקומען יענעם יאר דער ספר "אלה דברי הברית" מיט א מחאה פון דער חת"ס, רע"א, רבי מרדכי בנעט, רבי משה מינץ, און נאך. ו

בקהלם אל תחד כבודי איז לאמיר טרעפען רבי רפאל הכהן מהאמבורג זצ"ל ערליכע אייניקלעך

דא
רעדט מען וועגען דער ספר



דער מארגן זשורנאל שנת תרע"ד דערצייל אז דר. יאקאב ריעסער פון דייטשלאנד, א געניאלער פינאנציער קומט נאך ניו יארק, און ער איז אן אייניקל פון רבי רפאל האמוברגער:
בילד
בילד
בילד


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ריזשינער חסיד און 8 געסט