בלאט 2 פון 5

מצבת המחנה היים

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:07 pm
דורך בונמס זיידע
מצבת המחנה חיים.jpg
מצבת המחנה חיים.jpg (13.65 KiB) געזעהן 3661 מאל
בבית ההיים החדשה בפ"ב אף שנפטר ב "ב"פ "

מרגלותיו איז אויסגעקריצט אן אינטערסאנטער נוסח לפי בקשת ק"ק בודאפעשט מיין פאטא דערפין איז נישט געלונגען
בערך דער "משמעות" אז נישט ח"ו וועגען _____ נאר ער האט געוואלט ליגען אצל אבותיו

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:16 pm
דורך יוראפ
מצבת הכתב סופר זי"ע בבית החיים החדש

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:18 pm
דורך יוראפ
די אנדערע זייט פון די מצבה פונעם מחנה חיים זי"ע

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:22 pm
דורך יוראפ
אריינגאנג צום ריזיגן בית החיים החדש

מ'האט מיר שוין מקדים ג'ווען

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:25 pm
דורך בונמס זיידע

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:52 pm
דורך יוראפ
בונמס זיידע האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=376031#p376031

נישט געפערליך, דא רעדט מען פון פרעשבורג, איז עס דא אויך אינטערסאנט
בד"וו דיין בילד איז פיל שענער

געשריבן: פרייטאג ינואר 20, 2012 2:23 pm
דורך מירונער
אריינפארנדיג אין די שטאט קיין פרעשבורג, בראטיסלאווא וואו עס ווערט גערופן היינט צוטאגס, זעט מען אויפן שפיץ בארג א ריזיגן היסטארישן פעסטונג (כ'האב גראדע נישט קיין בילד דערפון) ווייסט עימיצער די היסטאריע דערפון, ווי אלט דאס איז און ווען דאס געבויט געווארן, און צו זענען די רבני עיר פרעשבורג אמאל געקומען אין בארירונג מיט דעם (מעגליך אויב עס האט באלאנגט צו די מלוכה)?

געשריבן: דינסטאג ינואר 31, 2012 2:06 pm
דורך יוסף שרייבער
חתימה 'פינחס הכהן מפ"ב', איך קלער אז דאס איז ר' פינחס בן ר' מנחם מענדל כ"ץ סופר הבד"ץ ונאמן הקהילה בפרעשבורג. ר פינחס מילא מקומו ואח"כ עלה לירושלים, נפטר כ"ז חשון תרנ"א.

קען דאס איינער מאשר זיין?

געשריבן: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:05 am
דורך יוסף שרייבער
בהמשך צו וואס איך האב געשריבען אויבען, זעהט דא באריכות גדול, שומו שמים וואספארא צרות און שטיק מען האט אפגעטוהן פאר דעם הייליגע חת"ס.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=69

געשריבן: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:12 am
דורך יוסף שרייבער
אויך גאנץ אינטרעסאנט צו ליינען וואס דער מנחת אלעזר זצ"ל שרייבט עם. http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=116

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2012 6:06 pm
דורך וויצע ראש הקהל
למרגלות המחנה חיים

געשריבן: מאנטאג יוני 18, 2012 9:49 am
דורך וויצע ראש הקהל

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2012 12:05 pm
דורך מיללער
אין די לעצטערע יארן פאר די קריג בימי שבתו של הדעת סופר על כס הרבנות האבן משמש געווען בדיינות אין פרעשבורג די פאלגנדע דיינים ומורי הוראה וצדק וואס איך טרעף:

ר' דוד וועסעלי
ר' ישעי' קאליש
ר' שמעון לעבאוויטש
ר' שמעון הירשלער
ר' יאקב בעער
ר' שלמה זלמן אונסדארפער

ווער עס קען צולייגען פרטים אויף די דיינים תבא עליו ברכה

פון ידידיינו היקר באנשים הרב בנן של גדולים ר' מנחם שלום הי"ו מאייראפא האמיר ערהאלטן א שיין בילד פון ר' שמעון הירשלער ז"ל אב"ד מאדערין דומ"ץ פרעשבורג, נפטר באבו בשנת תרצ"ב (זעה בייגעלייגט מודעת אבל פון ירחון שערי אורה) ר' מנחם שלום איז מוסיף אז דער באקאנטער דיין אין לאנדאן וסופר נכבד הרב ר' שמעון הירשלער שליט"א איז דעם פרעשבורגער דיינ'ס אן אייניקל און טראגט זיין נאמען.

יהא זכרו ברוך וזכותו יעמוד לימין ר' מנחם שלום הי"ו תשוח"ח לו

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2012 12:22 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:אין די לעצטערע יארן פאר די קריג בימי שבתו של הדעת סופר על כס הרבנות האבן משמש געווען בדיינות אין פרעשבורג די פאלגנדע דיינים ומורי הוראה וצדק וואס איך טרעף:

ר' דוד וועסעלי
ר' ישעי' קאליש
ר' שמעון לעבאוויטש
ר' שמעון הירשלער
ר' יאקב בעער
ר' שלמה זלמן אונסדארפער

ווער עס קען צולייגען פרטים אויף די דיינים תבא עליו ברכה


ר' דוד וועסלי נולד לאביו ר' ברוך אליהו מבאניאד, למד בפרעשבורג אצל רבו בעל שבט סופר, כשהגיע לפרקו נשא את בת ר' אבא חייא הירש ראב"ד סעריט, מילא מקום חותנו כדיין בסערעט לאחר פטירתו בשנת תרנ"ג ובשנת תר"פ נקרא לכהן פאר בתור דומ"ץ הראשי וראב"ד בפרעשבורג כמו"כ הרצה שיעורים לפני בחורי הישיבה הרמה תחת נשיאותו של הדעת סופר עד פטירתו, הניח אחריו ברכה בכתובים ספרו שמן ורד שנדפסה בשנת תשנ"ח ע"י ר' יו"ט ליפמאן ראקאוו חתנו של ר' יעקב סניידערס אב"ד באזעל חתנו בזוו"ר של המחבר:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?159639&
ס'לוינט צו כאפן א בליק אין די הסכמות פון די רבנים וואס האבן נאך געדענקט דעם פרעשבורגער דיין פון פאר די קריג, מ'כאפט התפעלות, גם תולדותיו נכתבו שם באריכות

יהא זכרו ברוך

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2012 11:18 am
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:אין די לעצטערע יארן פאר די קריג בימי שבתו של הדעת סופר על כס הרבנות האבן משמש געווען בדיינות אין פרעשבורג די פאלגנדע דיינים ומורי הוראה וצדק וואס איך טרעף:

ר' דוד וועסעלי
ר' ישעי' קאליש
ר' שמעון לעבאוויטש
ר' שמעון הירשלער
ר' יאקב בעער
ר' שלמה זלמן אונסדארפער

ווער עס קען צולייגען פרטים אויף די דיינים תבא עליו ברכה


זאגט איר אז עס זענען יא דא פאראינטערעסירטע, גוט העמיר פרובירען.

אין שו"ת חת"ס ח"א זי' ז' איז דא א תשובה צו ר' יאקב בעער אב"ד ברוסיק, איינער האט דא דעם 'אישים' האנטליך צו טרעפן מער אינפא איבער אים? עס שיינט מיר אז ער איז געוועען דער זיידע פאר דעם דארמאנטן ר' יאקב בעער דיין בפרעשבורג בימי הדעת סופר, וואס אגב איז דא א תשובה אין שו"ת דעת סופר ח"א סי' כ"ג צו זיין איידעם ר' חיים דוב סג"ל חתן ר' יאקב בעער מנטורי קרתא פק"ק פרעשבורג.

וראה זה דבר חדש, שמצאתי אתר מעניין (אשר ארחיב יותר אודותיו אי"ה ובל"נ) עם נוסח מציבת האשה ריזל אשת מו"ה ר' יאקב בעער בעיר Bydžov Nowy בטשעכסלאוואקיע, ומענין אם מדובר באשת ר' יאקב הנ"ל, נפטרה בשנת תרי"ז, למי פתרונים, הנה הנוסח:

פט
האשה החשובה מרת רייזל
אשת מהו יאקב בעער זל
מתה ביום ב ך אדר תריז
מנוחתה תהי שלום


http://www.chewra.com/keshetnew/kweb/to ... 1464&kid=0

געשריבן: דאנארשטאג יוני 28, 2012 10:58 pm
דורך שוטה
מיללער האט געשריבן:העמיר גיין ווייטער, אין פרעשבורג איז געווען ידוע הג"ר ר' יחיאל שלעזינגער ז"ל מתלמידי מרן הח"ס רב ומגיד מישרים בחברת מחזיקי הדת בעיר פרעשבורג בימי הכת"ס ובנו השב"ס, ר' יחיאל איז געווען דער פאטער פון הגאון הנפלא ר' עקיבה יוסף של"ז בעל לב העיברי וועלכער איז נאך געבוירען על ברכי של החת"ס נאך די פטירה פון זיין שווער רעק"א ועל שמו נקרא עפ"י הדרכתו של מרן ז"ל, אויך איז ר' יחיאל געווען דער שווער בזוו"ש פון הרה"ק ר' הילל קאלאמייער זצ"ל, אן אנדערע איידעם איז געווען ר' אבא הערצל ז"ל מ"מ דק"ק פרעשבורג ומח"ס שפתי חכמים עמ"ס הש"ס

ר' יחיאל איז נפטר געווארן בשנת תרנ"א ונטמן בביה"ח החדש דפרעשבורג הארט נאנט צום הייליגען כתב סופר זצ"ל, ועל קברו העמידו מציבה נפלאה עם תוארים מגודל פעלותו כנהוג.

לדאבון לבם פון די משפחה און אנדערע מוקירי זכרו איז געגאנגען עמיצער און אויף די אייגענע האנט גענומען א גוי אדער א איד אן ע"ה ל"ע און געבעטן ער זאל נאך די קריג איבערפארבן די מציבה אז עס זאל זיין לעזבאר, ליידער האט דער שליח מקלקל געווען און מעוות געווען באופן נורא ובזיון אז די מציבה קוקט היינט אויס ווי א שטיין מיט א געמויזעכטס פון אותיות ממש א ווארט קען מען נישט ארויסלייענען ווי עס באדארף צו זיין, דאס הארץ צוגייעט זעהנדיג דעם בזיון וחירוף קעגן אזא גדול.

ס'איז אינטערעסאנט אז אויף די אנדערע זייט פונעם מצבה איז אויך אנגעשריבן א גאנצע מגילה בדברים שלא שמעתן אוזן מעולם [כפשוטו], און דארט ווערט דערמאנט ר' הילל קאלמייער, ס'איז די איינציגסטע דריי ווערטער וואס מ'קען ליינען [מסתמא ווייל ס'איז געשריבן אביסל גרעסער האבן זיי עס ריכטיג אפגעליינט] 'ר' הילל אב"ד בקאלעמייא'.

----

אויף די מצבה פון ר' דוד הערש חתן החת"ס האבן זיי אויך געמאכט [כמעט] דעם זעלבן חורבן [אויך אין פרעשבורג], אבל שמעתי אז ס'איז דא ערגעץ דער ריכטיגער נוסח.

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2012 10:42 am
דורך מיללער
ממש א בכי' לדורות, ווי איז דא די ריכטיגע נוסח און פ"וו פארעכטן עס נישט די מאטעסדארפער אייניקלעך נכדי ר' דוד הרש?

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2012 11:10 am
דורך ולא מיין
נישט צו פארשטיין וואו מ'קען אזוי פארפאטשעקענען א נוסח המצבה, יא ריכטיג בנין נערים סתירה.

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2012 3:49 pm
דורך שוטה
מיללער האט געשריבן:ממש א בכי' לדורות, ווי איז דא די ריכטיגע נוסח און פ"וו פארעכטן עס נישט די מאטעסדארפער אייניקלעך נכדי ר' דוד הרש?

דאכציך אז מ'רעדט שוין יאהרן פון פארעכטן, קדירא דבי שותפי.

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2012 11:59 am
דורך ללמוד וללמד
שוטה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ממש א בכי' לדורות, ווי איז דא די ריכטיגע נוסח און פ"וו פארעכטן עס נישט די מאטעסדארפער אייניקלעך נכדי ר' דוד הרש?

דאכציך אז מ'רעדט שוין יאהרן פון פארעכטן, קדירא דבי שותפי.

רבותי! מנעי קולך מבכי! ושבו בנים לגבולם צום מציבה פון זייער גרויסן זיידן מקור מחצבתם הטהורה, און האבן עס ב"ה פארראכטן.
נישט לאנג האב איך דארט באזוכט. נאט אייך א בילד פונעם נייע מציבה

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2012 3:09 pm
דורך ללמוד וללמד
מיללער האט געשריבן:אין די לעצטערע יארן פאר די קריג בימי שבתו של הדעת סופר על כס הרבנות האבן משמש געווען בדיינות אין פרעשבורג די פאלגנדע דיינים ומורי הוראה וצדק וואס איך טרעף:

ר' דוד וועסעלי
ר' ישעי' קאליש
ר' שמעון לעבאוויטש
ר' שמעון הירשלער
ר' יאקב בעער
ר' שלמה זלמן אונסדארפער

ווער עס קען צולייגען פרטים אויף די דיינים תבא עליו ברכה


מציבת הג"ר דוד וועסעלי זצ"ל בפרעשבורג (לא נספד כהלכה מחמת חמת המציק וצוק העתים הקשים...)
וועסעלי.JPG

מציבת הג"ר שמעון לעבאוויטש זצ"ל בפרעשבורג. וראה אודותיו ואודות אביו הג"ר משה יודא לעבאוויטש אב"ד זענטא
לעבאוויטש.JPG

מציבת הג"ר שמעון הירשלער זצ"ל בפרעשבורג (שיין קלאר באשריבען זיין לעבענס געשיכטע אויפן מציבה)
הירשלער.JPG

געשריבן: זונטאג יולי 08, 2012 7:38 pm
דורך יוסף שרייבער
על ר' שמעון הירשלער ראה בס' משפחת השמעוני לנכדו הרה"ג ר' שמעון הירשלער מ"מ בלאנדאן.

געשריבן: מאנטאג יולי 09, 2012 2:44 pm
דורך ללמוד וללמד
ער איז געוועהן אן אייניקל פון הר"ר משה נחום הירשלער פון וויען אן אייניקעל פון הג"ר משה נחום ראזענבוים (גראדע בא"ב נאר געטוישט די נאמען) אב"ד וואשאן אבי הגה"ק ר' עמרם חסידא

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:00 pm
דורך שנאפס
א מצבה לע"נ די קדושים פון די צווייטע וועלט מלחמה בביה"ח החדש

IMG_3431-2.jpg

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:12 pm
דורך שנאפס
מצבת בעל השבט סופר נעבן כתב סופר, אויף די רעכטע זייט פון כתב סופר זעט מען די מצבה פון ר' זלמן באנהארד (ווערט דערמאנט אין די ערשטע תגובה פון דעם אשכול), פארנט זעט מען די מצבה פון ר' יחיאל שלעזינגער

(די בילדער זענען אלט איבער פיר יאר, איך שרייב עס ווייל עס קען זיין אז די מצבה פון ר' יחיאל שלעזינגער איז שוין פארראכטן)

IMG_3432.jpg