צדיקים אלס משיח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

לויטן חת"ס קען גאר זיין אז ס'איז איינער פון אונז...
לחיים ולברכה!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אפשר טאקע....?
the SCY is the limit
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דער חת"ס מיינט צו זאגן אז דער צדיק ווייסט נישט, אדער אז ער מוז נישט וויסן?
דהיינו מ'האט דא דערמאנט א מעשה אז משיח איז אליין איז געקומען פרעגן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

באמת איז דער ענין פון גאולה ומשיח זייער א פארוויקלטער, און לכאורה קען מען דאס פארבונדען מיט דעם וואס עס זענען געווען געוואוסע קיצין וואס צדיקים האבן פאראויס געזאגט און אנדערע האבן געפונען רמזים אויף געוואוסע צייטן אז דעמאלטס וועט זיין דער קץ הגלות, עס איז דא זייער א שטארקער ענין וואס צדיקים האבן געזאגט וועגן די קיצין, אז די זמנים זענען נישט דייקא אז דעמאלטס וועט זיין דער ענדגילטיגער קץ, נאר אין די צייטן האט זיך גערוקט דער גלות וגאולה צו א פאראויסדיגער שטאפל, וואס למעשה זענען באמת פארגעקומען מאורעות שונות אין די יאהרן אויף וועלכע מען האט ארויף געלייגט די קיצין.

הוא הענין מיט דער יעניגער וועלכע מען איז איהם 'חושד' אז ער איז משיח אדער די וועלכע האבן אויף זיך אייגנס געזאגט אז זיי האבן שייכות מיט משיח, אז זיי האבן א חלק אין ברענגען דער גאולה אבער עס איז נישט בהכרח אז זיי זענען דער ענדגילטיגער משיח.

נאך אן ענין איז דא וואס דער מאור עינים שרייבט אז יעדער מענטש האט אין זיך א חלק המשיח וואס ער דארף זיך משלים זיין דערין, עס איז דא א מעשה מיט ר' איציקל נעשחיזער אז די לעצטע יאהר פאר ער איז נסתלק געווארן האט ער נישט געזאגט קיין תחנון, האבן איינע פון די צדיקים -וואס כ'געדענק נישט אויפן מינוט ווער דאס איז געווען- געזאגט, אינטערעסאנט אז ער האט זיך אזוי משלים געווען און עס האט אין איהם געלאכטן דער הארה פון משיח אז ס'האט זיך איהם שוין געדאכטן אז אט און משיח קומט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אלף בית האט געשריבן:דער חת"ס מיינט צו זאגן אז דער צדיק ווייסט נישט, אדער אז ער מוז נישט וויסן?

דער חת"ם סופר האלט אז דער צדיק אליינס ווייסט נישט.
און זיינע חידושים אויף די סוגיא 'אין אליהו בא בע"ש' משנת תקפ"ח שרייבט ער אזוי
שמהרמב"ם סוף הל' מלכים משמע כן, שמשיח הוא א' מצדיקי הדור, וכשמגיע זמנו יתגלה אליו הקב"ה בנבואה, כמו שאירע למרע"ה שגלה
אליו בסנה לך אל פרעה לך ואספת זקני ישראל, וכל מקום וכל עיר מקומו הוא,
שאפשר הוא עמנו פה בעירנו, והוא עצמו אינו יודע
כמו שלא ידע מרע"ה עד שנגלה אליו הקב"ה
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בן בוזי האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:אלע טשערנאבלע רבי'ס האבן אסאך געפאסט, אבער דער טריסקער מגיד האט ממש נישט געגעסן משבת לשבת. ואגב האבעך לעצטנס געזעהן אז ר' וועלוועלע ראחמעסטריווקער זי"ע האט אסאך מאל געפאסט משבת לשבת, דעם כוס הבדלה האט ער שוין נישט אויסגעטרונקן, און ער פלעגט בכלל נישט עסן קיין סאך, אבער ער איז געווען דירעקט א ברייטער, מ'האט געזעהן אז ס'איז נישט קיין דבר גשמי.

תיקון טעות: ר' מאטעלע ראחמסטריווקער.

אן אינטערעסאנטער זאך וועגן פאסטן און זיין א בעל בשר, ווערט געברענגט אין היום יום אז דער מאור עינים (דער לשון נישט מדיוק) האט געזאגט אויף זיך אז ער איז געווען פעש פון אמן יהא שמי' רבה'ס.

זעהט אויס אויף א בחינה פון ויחזו את האלוקים ויאכלו וישתו.

זאגט מיר איינער אז ער איז פעש פון ברכות, נישט אזוי ווייט פון נאך-ברכות ווי פון בעפאר-ברכות.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בן בוזי האט געשריבן:בסלאנים יש סיפור שהדברי שמואל בהיותו עלם צעיר בן שמונה ביקר בהיכל קדשו של הרה"ק מקאברין (בשנה האחרונה להסתלקותו), והרה"ק שאלו ווער איז משיח, וענה הד"ש 'דער אויבערשטער' ע"ד מאה"כ 'משיח ה', וענהו הקאברינער, א איד ווי דיין זיידע (הרה"ק בעל יסוד העבודה זי"ע) וואס איז א שומר הברית ער איז משיח.

לא אמר שהוא הוא, רק שיהודי כמוהו
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך מיין אז פאר עס איז כדאי צוצוצייכענען דעם ספר חסידים (מהדורת מרגליות סי' רו)
אם תראה שמתנבא אדם על משיח דע כי היו עסקיו במעשה כשפים או במעשה שדים או במעשה שם המפורש ובשביל שהם מטריחים את המלאכים אומרים לו על משיח כדי שיתגלה לעולם (על שהטריחו את המלאכים) ולבסוף יהיה לבושת ולחרפה לכל העולם על שהטריחו המלאכים, או השדים באים ולומדים לו חשבונות וסודות לבושתו ולבושת המאמינים בדבריו.
למה זה תשאל לשמי...
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דאס איז געווען דער חרבן מיט נתן העזתי... ער איז געווען מער משוכנע אז ש.צ. איז משיח, נאך מער ווי ש.צ. אליין.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בן בוזי האט געשריבן:באמת איז דער ענין פון גאולה ומשיח זייער א פארוויקלטער, און לכאורה קען מען דאס פארבונדען מיט דעם וואס עס זענען געווען געוואוסע קיצין וואס צדיקים האבן פאראויס געזאגט און אנדערע האבן געפונען רמזים אויף געוואוסע צייטן אז דעמאלטס וועט זיין דער קץ הגלות, עס איז דא זייער א שטארקער ענין וואס צדיקים האבן געזאגט וועגן די קיצין, אז די זמנים זענען נישט דייקא אז דעמאלטס וועט זיין דער ענדגילטיגער קץ, נאר אין די צייטן האט זיך גערוקט דער גלות וגאולה צו א פאראויסדיגער שטאפל, וואס למעשה זענען באמת פארגעקומען מאורעות שונות אין די יאהרן אויף וועלכע מען האט ארויף געלייגט די קיצין.


פאר א שיינעם שמועס איבערן ענין ענין ראה בספה"ק ויואל משה לרביה"ק מסאטמאר זי"ע במאמר שלש שבועות.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

משיח האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ס'דא א מעשה ידוע איבער איינע פון די צדיקים וואס איז געקומען צום הייליגן מגיד פון טשערנאביל אז ער זאל מסכים זיין צו אים אז ער זאל זיין משיח, אבער ער האט נישט מסכים געווען ווייל אז ער אליין קומט זיך אנטראגן טויג נישט.
ווי אויך איז ידוע פארוואס דער טריסקער מגיד זי"ע האט אסאך געפאסט, ווייל ער האט אמאל געהערט א קרעכטץ פון משיח.

סאיז איין מעשה.
די מעשה גייט, אז איינמאל איז פרעמדער איד אנגעקומען צו רבי מאטעלע טשערנאבלער. און זיי האבן זיך איינגעשפארט פאר א לענגערע צייט. און צום סוף ווען דער איד איז ארויס האט ער א קרעכטץ געגעבן, און ער איז אוועק געפארן.
שפעטער האט מען געפרעגט דעם טשענאבלער מגיד. ווער דער איד איז. האט ער געזאגט אז אין יעדן דור איז דא א צדיק וואס ער איז משיח, און כדי ער זאל קענען נתגלה ווערן דארף ער האבן די הסכמה פון אלע צדיקי הדור. און דער איד וואס איז דא געווען, איז דער משיח און אונזער דור, און ער איז מיר געקומען פרעגן אויב ער קען שוין נתגלה ווערן. און אונז האמיר דן געווען אלע צדדים. און איך האב אים געזאגט אז איך בין נישט מסכים. דעריבער האט ער געגעבן א קרעכטץ.
האט מען אים געפרעגט פארוואס האט ער נישט מסכים געווען, איז דען נאכנישט די צייט? האט ער גע'ענטפערט אויב אויב קומט ער זיך אליינס אנטראגן קען ער נישט זיין משיח.
דער טריסקער מגיד פלעגט אסאך פאסטן (אלע טשעבנאבלע רבי'ס האבן מרבה געווען בתעניתים, אבער דער טריסקער מגיד פלעג נאכמער פאסטן). ווען מ'האט אים געפרעגט די סיבה דערפון. האט ער פארציילט די מעשה און צוגעלייגט, ווי אזוי קען איך עסן ווען כ'האב געהערט משיח'ן קרעכצן.


שתי נקודות,

א. דאס אז אויב ער האט זיך אליין אנגעטראגן קען ער נישט זיין משיח - האב איך קיינמאל נישט געהערט. סקווערע רבי זצ"ל האט דאס פארציילט אהן דעם שורה.
ס'קען זיין ס'איז געווען אמאל אזא זאך, אבער דא אהער קומט עס זיכער נישט. והא ראי': אויב איז יענער נישט געווען משיח, דאן האט טוריסקער מגיד נישט געהערט א קרעכטץ פון משיח... ודו"ק

ב.
אלף בית האט געשריבן:אונז האמיר דן געווען אלע צדדים. און איך האב אים געזאגט אז איך בין נישט מסכים. דעריבער האט ער געגעבן א קרעכטץ.

דאס איז א סיפור בפני עצמו, אז אמאל האט טשערנובלער מגיד געזאגט אז די שבעה רועים זענען געווען ביי מיר אז אלע זענען שוין מסכים אויף ביאת המשיח און מ'דארף נאר מיין הסכמה, און איך האב נישט מסכים געווען ווייל ס'זענען נאך דא נשמות וועלכע זענען נאכנישט מתוקן.
איז געווען דארט א רב וואס האט זיך אנגערופן: פארפאלן אויף די נשמות, כלומר: צוליב זיי דארף גאנץ כלל ישראל ליידן און גלות?, האט זיך טשערנובלער מגיד אנגערופן: פון ווי ווייסטו אז דו ביסט נישט צווישן די נשמות?!


גוט אפעגעטיילט

לאמיר נאר אצינד נאך מער אויסגראדען די מעשה.

די מעשה האט דערציילט הרה"ק ר' יעקב ישראל טשערנאבלער רבי זצ"ל אין בארא פארק (נסתלק תשמ"ח כמדומני), וואס האט דאס פארציילט אור ליום ח' כסלו בסעודת יו"ד פון זיין זיידען הרה"ק ר' אהרן מטשערנאביל (און יענעם טאג צופרי איז הרה"ק רי"י הנ"ל נסתלק געווארן), און איך האב דאס געהערט פון איינער וואס איז געווען בשעת מעשה ווי ער האט דאס פארציילט.
די מעשה בקיצור איז אז הרה"ק מטריסק האט מיט געהאלטען באהאלטענערהייט ווי יענער צדיק איז געקומען (הרה"ק מטשערנאבל האט נישט געוואלט דערציילען ווער דאס איז געווען משום כבודו של אותו צדיק), שפעטער האט אים דער טשערנאבלער מגיד ארויס באגלייט צום וואגען און נאך אביסל מיט געטאנצען מיטן וואגען בשעת די וואגען האט אנגעהויבן פארן (ביז עס איז געווארן שנעלער און שנעלער). שפעטער ווען הרה"ק ר"מ מטשענאבל האט באמערקט אז זיין זון הרה"ק מטריסק האט געזען וואס גייט פאר, האט ער אים פארציילט וואס יענער צדיק האט געוואלט, און ער האט אויסגעפירט: "ווייסט מיין קינד וואס איך האב אים געענפערט? - אז כלל ישראל ווארט שוין אזוי לאנג זאל מען זיך שוין דערווארטען אויף א בעסער'ס".
אזוי האט דאס הרה"ק רי"י מטשערנאביל הנ"ל פארציילט (ווי געזאגט א נאכט פאר זיין הסתלקות)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אלף בית, מפי מהר"א שליט"א (במדור משולחן מלכים שע"י מערכת קול התאחדתינו בבני ברק) פארציילט ער עס אין צוויי באזונדערע עובדת.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שמעלקא טויב האט געשריבן:אלף בית, מפי מהר"א שליט"א (במדור משולחן מלכים שע"י מערכת קול התאחדתינו בבני ברק) פארציילט ער עס אין צוויי באזונדערע עובדת.

וועלכע וואך?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שוין זייער לאאאאנג צוריק, לכאו' אין די ערשטע יאר פון איר ערשיינונג. אבער ס'דאכט זיך מיר אז ס'איז שוין געווען דארט מער ווי איינמאל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

יעצט געליינט אין בית רוז'ין:

צדיקים האבן געזאגט אויף הרה"ק רבי דוד משה מטשורטקוב זי"ע אז ער איז משיח. זיין פאטער הרה"ק מרוזי'ן זי"ע האט געזאגט אויף אים, אז דוד הראשון הוא דוד האחרון.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

זיס האט געשריבן:יעצט געליינט אין בית רוז'ין:

צדיקים האבן געזאגט אויף הרה"ק רבי דוד משה מטשורטקוב זי"ע אז ער איז משיח. זיין פאטער הרה"ק מרוזי'ן זי"ע האט געזאגט אויף אים, אז דוד הראשון הוא דוד האחרון.

ראה בספר :" אמרי טוב" עה"ת לדו"ז הרה"ק מהר"ן בארשטינער זי"ע, בפרשה " תשא" דף כ'ט ע"ב כ' :" ... כמו ששמעתי מפי מרן הק' והטהור איש צדיק תמים שמו נאה לו מוהר"ר דוד משה שליט"א. וזאת ידוע כי " משה " עולה :" אלקים אחרים ", כי בכוחו נמתק אלקים אחרים , "משה דוד" עולה: "שטן ",כי בכוחו להמתיק את השטן מישראל, ואז נמשך גאולה לישראל, כי: " משיח " עם הכולל עולה: " משה דוד ", ואז יקויים " ועינינו תראינה מלכותך " ע"י דוד משיח צדקך .
עכלשה"ק.[ ומביא אח"ז מעשה ששמע ממנו בשם אביו הק' מריזין על שופר של האפטער רב שקשור עם משיח].
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

שמעלקא טויב האט געשריבן:אלף בית, מפי מהר"א שליט"א (במדור משולחן מלכים שע"י מערכת קול התאחדתינו בבני ברק) פארציילט ער עס אין צוויי באזונדערע עובדת.


די מעשה אז משיח איז זיך געקומען אנטראגן וכו', האט מרן בעל ברך משה זצ"ל געהערט פון די באבע הרבנית הצ' מרת שרה מרים ע"ה אשת הה"ק ר' שלום אליעזר'ל זי"ע הי"ד, וועלכע איז געווען א טאכטער פון הה"ק ר' מאטעלע הארנסטייפלער זי"ע נכד בית טשערנאביל
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

הרה"ק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא האט געזאגט: איך מיט מיין זוהן מאיר (הרה"ק ר' מאיר'ל קרעטשנופער זי"ע) זענען אין די גורל פון משיח.
אלי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 4:10 am

הרה"ק רבי שלמה מקארלין הי"ד זצוק"ל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי »

היינט ביינאכט איז די יארצייט פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין הי"ד זצוק"ל זי"ע

איך בין נישט קיין סטאלין-קארלינער חסיד אבער אפשר קען מיר איינער געבן צו פארשטיין וואס איך האב געליינט אין די ברכה אין שטוב.

אין דעם ארטיקל פונ'ם הייליגן קארלינער איז געשטאנען אזוי: "במשך פון די וואך פון פרשת בלק פון יאר תקנ"ב האבן די רוסן איינגענומען לודמיר פון די פאלאקן, און שבת פון פרשת בלק וואס איז דאן געווען שבעה עשר בתמוז, האבן די רוסישע קאזאקן באקומען רשות פון הויפט גענעראל קאחאבסקי צו בארויבן די שטאט א צייט פון א צוויי שעה. באלד האבן זיך די רשעים ארויסגעלאזט אויף דעם אידישן געגנט און געשטעפט יעדן איד וואס זיי האבן אנגעטראפן. אידן זענען געלאפן אין שול און דארט איז געווען אינמיטן דאווענען. די גויים האבן זיי נאכגעיאגט און ווען זיי האבן דערגרייכט צו די שול איז דאן דער הייליגער קארלינער געשטאנען אנגעטון אין זיין טלית און געהאלטן אינמיטן קדושת "כתר" פון מוסף ווען זיין קאפ איז געווען אריינגעלייגט אין ארון הקודש און ער איז געשטאנען מיט גרויס דביקות נישט געזען און נישט געהערט וואס טוט זיך ארום אים און האט פלוצלונג הויך אויסגעשריגן: 'לך ה' הגדולה והגבורה כי לך ה' הממלכה'..."

מיין שאלה איז, אויב ער האט טאקע נישט געוואוסט וואס טוט זיך ארום, וואו קומט ער צו זאגן 'לך ה' הגדולה והגבורה כי לך ה' הממלכה' אינמיטן כתר?
גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער יחסן »

זיס האט געשריבן:ווי באקאנט זענען געווען פילע צדיקים וועמען מען האט באטיטלט אלס משיח, דורך אנדערע גדולים אדער דורך זייערע חסידים אדער אמאל דורך זיך אליין.

לאמיר דעריבער א קוק געבן און זען וועלכע צדיקים זענען באקרוינט געווארן אלס משיח. איך וועל אנהויבן:

בעל שם טוב
ר' שלמה אפרים בן הרה"ק מברסלב (משיח בן יוסף)
אור החיים הקדוש (משיח ה' שמו חיים)
ר"ש אסטראפאלער
ר"ש קארלינער (משיח בן יוסף)
הרה"ק מריזשין זי"ע
בעל צמח צדיק מויז'ניץ
בעל אהבת ישראל מויז'ניץ

נו, ווער נאך?

אין קובץ "בית אהרן וישראל (איך געדענק נישט וועלכער) איז פאראן א בריוו פון הגה"ח ר' ברוך מנדלבוים דער טוראוער רב וואס ער שרייבט צו די סטאלינער חסידים נאך וואס רבי אשר (השני) פון סטאלין איז נסתלק געווארן און איבער געלאזט דעם "ינוקא" רבי ישראל. דארט אין בריוו שרייבט ער ממש אפן אז זיין זיידע דער "בית אהרן" האט געזאגט אויף איהם אז ער איז נשמת משיח. ווער ס'קען ארויף בריינגען דעם בריוו וועט זעהן ממש וונדרליכע זאכן וואס ס'שווער אפילו איבער זאגן
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

גרויסער יחסן האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:ווי באקאנט זענען געווען פילע צדיקים וועמען מען האט באטיטלט אלס משיח, דורך אנדערע גדולים אדער דורך זייערע חסידים אדער אמאל דורך זיך אליין.

לאמיר דעריבער א קוק געבן און זען וועלכע צדיקים זענען באקרוינט געווארן אלס משיח. איך וועל אנהויבן:

בעל שם טוב
ר' שלמה אפרים בן הרה"ק מברסלב (משיח בן יוסף)
אור החיים הקדוש (משיח ה' שמו חיים)
ר"ש אסטראפאלער
ר"ש קארלינער (משיח בן יוסף)
הרה"ק מריזשין זי"ע
בעל צמח צדיק מויז'ניץ
בעל אהבת ישראל מויז'ניץ

נו, ווער נאך?

אין קובץ "בית אהרן וישראל (איך געדענק נישט וועלכער) איז פאראן א בריוו פון הגה"ח ר' ברוך מנדלבוים דער טוראוער רב וואס ער שרייבט צו די סטאלינער חסידים נאך וואס רבי אשר (השני) פון סטאלין איז נסתלק געווארן און איבער געלאזט דעם "ינוקא" רבי ישראל. דארט אין בריוו שרייבט ער ממש אפן אז זיין זיידע דער "בית אהרן" האט געזאגט אויף איהם אז ער איז נשמת משיח. ווער ס'קען ארויף בריינגען דעם בריוו וועט זעהן ממש וונדרליכע זאכן וואס ס'שווער אפילו איבער זאגן


דער גאון ר' שכנא רבו של רמ"א האט געזגט, בהמשך צו דעם לשון הגמרא גבי שמו של מלך המשיח - 'ואני אומר שכנא שמו'.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

'אלף בית' האט דאס שוין געברענגט, קוק צוריק פריערדיגע בלאט.
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

דממה דקה האט געשריבן:'אלף בית' האט דאס שוין געברענגט, קוק צוריק פריערדיגע בלאט.


שכוייעך, איך האב טאקע ניט געזען.
איך האב גיעהרט פון א איש נאמן וואס האט ער עס גיעהרט פון הגאון ר' שלו' בראנדער זצ"ל ר"י בעלזא, אז ביי דער צייט פון שר שלום, האבן דער חסידים געהאלטן אז, דער שר שלום זיע"א איז גווען משיח.
און אגב, איך האב גיזען אז כמה צדיקים האבן מגלה גווען, אנדערע פשט און דברי האוה"ח הק הידועים, אז זייין כוונה אז נישט גווען צו זאגן אויף זיך אז ער איז משיח ה', נאר דער פשט איז, אז דער כח פון משיח איז כשמו, [וואס ער קען מחיה זיין יידישע קינדער], ואיני זוכר עכשיו מקורו.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

צדיק אלס משיח. דחיקת הקץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אינעם ספר שומרים לבוקר פון הרב ישראל ברוך מעסינגער (ארויסגעקומען פאריאר צו צולייגן די ענין פון קנאות והמסתעף) וויל ער זאגן אז יעדע מאל וואס מען זאגט אויף איינעם אז ער איז משיח איז דאס דחיקת הקץ, ער ברענגט אויף דעים ראיות.

ויש לי להאריך בזה ואין עתי בידי כעת, אבער בקיצור נמרץ אז ער איז נישט גערעכט מיט דעים. דאס איז אמת די ראיות וואס ער ברענגט דארט אז אויב מען שרייט אויף איינעם אז ער איז משיח איז דאס דחיקת הקץ, אבער דאס איז נאר אויב מען זאגט אז דאס איז משיח "וואס איז שוין געקומען אונז אויסצולייזן" און ער האט שוין אנגעהויבן אונז אויסצולייזן, אזוי ווי עס איז געווען ביי כת ש"ץ ימש"ו אז ער האט זיך אויפגעפירט ווי א מלך און אלע זיינע מעשים תעתועים האבן ארויסגעשריגן אז מיר זענען שוין אויסגעלייזט האלבוועגס, ער האט נאר געזאגט אז מען ווארט אויף די סיום וכו', אבער באופן כללי האט ער שוין מחייב געווען זיינע נאכפאלגער'ס זיך צו פירן גאולה'דיג, אויסרייסנדיג דעם תשעה באב און נאך און נאך כידוע ומפורסם.

משא"כ אויב מען זאגט אויף א צדיק אז ער איז משיח באופן צו זאגן "אז ער איז ראוי צו זיין משיח" דאס הייסט נישט קיין שום דחיקת הקץ, און דאס איז נישט קיין שום צושטעל צו די מקורות וואס ער ברענגט דארט אין שומרים לבוקר.

עס איז געווען אויף כמה וכמה צדיקים אז מען האט געזאגט אויף זיי אז זיי זענען משיח, צו זיי אליינס האב עטוואס מרמז געווען אזוי (כמובא מהישמח במחנ"ה לא אוכל לגלות הרמז בזה, וצדיקים אמרו כי מרומז בזה שמו), אויף דעים צמח צדיק פון וויזשניץ האט מען געזאגט אויף אים אז ער איז משיח, און אפילו ביי די באקאנטע בריוו פון דעם הייליגן דברי חיים ווי ער נעמט זיך אן אז מען טאר נישט רודפ'ן א רב וואס האלט נישט אזוי, דערמאנט נישט קיין ווארט אז די עצם רעיון אזוי צו זאגן איז אקעגן די יסודות הגאולה. וואס לויט דעים שומרים לבוקר וואלט דאך די ערשטע זאך דער דברי חיים געדארפט שרייבן אז עס איז די ערגסטע זאך אזוי צו זאגן אויף איינעם אז ער משיח.

ועוד יש להביא ראיות אז צו זאגן אויף איינעם אז ער איז משיח, בשעת די עיקר כוונה איז אז ווען השי"ת וועט וועלן שיקן משיח, וועט דער צדיק דאס זיין, דאס איז נישט קיין שום דחיקת הקץ, לא מיני' ולא מקצתי'.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואס זענען זיינע ראיות?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”