רבי בנציון קאהן זצ"ל אב"ד סענפעטער בעל אבני ציון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יולי 26, 2017 10:56 am

איז ער ארי קאהן'ס טאטע?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 26, 2017 11:10 am

חמרא טבא האט געשריבן:ברחובות וומסב"ג

עם בנו ונכדיו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מיטוואך יולי 26, 2017 11:20 am

זיין איידעם הרה"ג רבי יושע העשל וואלהענדלער ז"ל

מצבתו
בילד
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

נאך א בילד

תגובהדורך חלה » מיטוואך יולי 26, 2017 12:38 pm

Senpater Ruv 1.jpg
Senpater Ruv 1.jpg (97.04 KiB) געזעהן 2316 מאל
Senpater Ruv 2.jpg
Senpater Ruv 2.jpg (90.64 KiB) געזעהן 2308 מאל
לעצט פאראכטן דורך חלה אום מיטוואך יולי 26, 2017 12:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » מיטוואך יולי 26, 2017 12:43 pm

El Rushbo האט געשריבן:איז ער ארי קאהן'ס טאטע?

יא

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4971
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יולי 26, 2017 12:51 pm

farshlufen האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:ברחובות וומסב"ג


עם בנו ונכדיו.

עם בנו הגאון ר' אלי' קאהן שליט"א מימין ובני ר' אלי' משמאלו
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך יולי 26, 2017 2:00 pm

חלה האט געשריבן:
Senpater Ruv 1.jpg
Senpater Ruv 2.jpg

בילד
דער מיטן מייק זעט אויס ר' אלי' שלמה קאהן נ"י מנהל בית רחל קר"י, איז עס טאקע ער?

איז ער משפחה מיט סענפעטער רב?
זוכט איר דוי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 26, 2017 2:32 pm

דונש האט געשריבן:
חלה האט געשריבן:
Senpater Ruv 1.jpg
Senpater Ruv 2.jpg

בילד
דער מיטן מייק זעט אויס ר' אלי' שלמה קאהן נ"י מנהל בית רחל קר"י, איז עס טאקע ער?

איז ער משפחה מיט סענפעטער רב?

זעה דעם אשכול פון אנהייב - דער סענפעטער רב זצ"ל איז געווען א פעטער פאר ר' אלי' שלמה

אין דעם בילד איז ביים מייק דער ברודער פון ר' אלי' שלמה - ר' מענדל קאהן שליט"א פון וומ"ס
בילד
לינקס איז דאכציך דער ביקסאדער רבי זצ"ל פון וומ"ס

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יולי 26, 2017 2:34 pm

נא_שכל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:ברחובות וומסב"ג


עם בנו ונכדיו.

עם בנו הגאון ר' אלי' קאהן שליט"א מימין ובני ר' אלי' משמאלו


מימין לשמאל:
בנו ר' אלי' קאהן שליט"א
הרב זצ"ל
נכדו ר' משה נתן קאהן
אחיו ר' יוסף יעקב
אחיו ר' מאיר מרדכי קאהן
(בני ר' אלי' הנ"ל)

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך יולי 26, 2017 2:43 pm

חמרא טבא האט געשריבן:דא האט איר א שיין בילד ווי הגאון רבי פנחס הירשפרונג פון מאנטריאל באזוכט ביים רב
בילד


איי, מלא חן!

ווען אזעלכע צוויי גאוני עולם האבן זיך צוזאם געטראפן, איז זיכער געווען א ריתחא דאורייתא איינס אין די וועלט! ס'געגאנגען "פייער פון די באלאטעס!"
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יולי 26, 2017 2:57 pm

רבי אליהו קאהן פון נייטרא לאוי"ט איז אויך א קרוב?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5756
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יולי 26, 2017 3:07 pm


ווער איז דער אנדערע שיינע איד אויפ'ן אויבן אן?
לעצט פאראכטן דורך חמרא טבא אום מיטוואך יולי 26, 2017 3:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דביה תחדי נפשא

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יולי 26, 2017 3:08 pm

El Rushbo האט געשריבן:רבי אליהו קאהן פון נייטרא לאוי"ט איז אויך א קרוב?

.
לעצט פאראכטן דורך זבחי צדק אום זונטאג יולי 30, 2017 3:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך יולי 26, 2017 3:13 pm

חמרא טבא האט געשריבן:ווער איז דער אנדערע שיינע איד אויפ'ן אויבן אן?


מיללער האט געשריבן:לינקס איז דאכציך דער ביקסאדער רבי זצ"ל פון וומ"ס
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 26, 2017 10:33 pm

דער רבי אויפן בר מצוה בילד איז דער ביקסאדער רבי זצ"ל

דער בר מצוה בחור איז הרב מנשה קאהן בן הרב מנחם יודא (מענדל) קאהן שליט"א
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 7:19 pm

איך געדענק ווען ער פלעגט רעדן יעדן חוה"מ א דרשה אין סאטמאר ביהמ"ד אין ראדני סטריט. עס פלעגט זיין א גרויסער עולם, ער פלעגט רעדן חידושים, פולפולים, גג על גג, מיט א שטארקע בקיאות און חריפות, דער עולם איז געשטאנען מיט אפענע מיילער, צו זעהן ווי א איד וואס כל התורה כולה מונח לפניו. יהא זכרו ברוך.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יולי 27, 2017 11:57 pm

יעדן מיטל נאכט יום טוב פלעגט ער דרש'נען אין קיוויאשדער בית המדרש
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » פרייטאג יולי 28, 2017 3:20 am

שכויח אויף אלעס.

באקומען אין אישי א אלטע באשרייבונג, איך האב נישט קיין אנונג ווען און ווי איז דאס ערשינען, און ווער איז דער שרייבער:

א שטארק מערקווירדיגער עפיזאד וואס צייגט אויפן מורא'דיגן באגריף פון זקני תלמידי חכמים כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת עליהם, האט אונז דערציילט איינער פון די מקורבים ביי כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א וועלכער האט זוכה געווען אליין בייגעוואוינען דעם פאלגענדן עפיזאד.
געווען איז דאס בשנת תשנ"ט לפ"ק ווען איינער פון די גדולי וזקני הרבנים אין וויליאמסבורג איז ל"ע נישט געווען בקו הבריאות, ווען ער איז אהיימגעקומען און אנגעהויבן צוריק צו קומען צום סדר היום איז דער קרית יואל'ער רב איז אריינגעפארן אים מבקר חולה זיין און פארברענגען אין לערנען.
זיצענדיג און פארברענגענדיג האט דער קרית יואל'ער רב מעלה געווען על שולחן הדיונים פארשידענע שאלות בהלכה וואס זענען לעצטענס אויפגעקומען אין די שטאט, וואס די גדולי האחרונים זענען שטארק פארנומען דערמיט, ווילענדיג הערן דעם חוו"ד להלכה פון דעם רב, וועלכער איז אלע יארן געווען פון די גדולי הפוסקים וידיו רב לו אין הלכתא גבירתא בפרט אין אזעלכע סארט שאלות. יענער רב אבער לגודל חולשתו, אין א בחינה פון שברי לוחות מונחים בארון, האט זיך נישט געקענט מצמצם זיין צו ענטפערן, און ער האט בכלל נישט געוואוסט צו צוטירן קיין שום מראה מקום איבער דעם ענין וואס איז זייער א ברייטער שמועס אין די פוסקים.
עס איז געווען א שטארק ווייטאגליכער מאמענט זעהנדיג ווי אן עלטערער רב א גדול בתורה איז אין אזא צושטאנד, איז דער שמועס פארקירעוועט געווארן צו סיפורי צדיקים וכדומה.
נאכן באזוך האט זיך אנגעזעהן אויפן קרית יואל'ער רב א שטארקע צובראכענקייט און אויפטרייסלונג פון דעם וואס ער האט יעצט מיטגעלעבט, אזוי אויך די באגלייטער וואס זענען מיטגעגאנגען זענען געווען זייער צוטראגן זעהנדיג אזא ווייטאגליכער מצב.
זעהנדיג דעם צוגעלייגטן שטימונג רופט זיך דער קרית יואל'ער רב אן "לאמיר גיין זעהן וואס עס הייסט זקני תלמידי חכמים, לאמיר אריבערגיין צום סענפעטער רב אין שטוב".
ווען דער קרית יואל'ער רב שליט"א איז אריינגעקומען צום רב אין שטוב - ווי דערמאנט איז דאס געווען א קורצע צייט פארן הסתלקות לחה"ה ווען זיין חוש הראי' און דער חוש השמיעה איז אים שוין ל"ע געווען אזוי שוואך - איז דער רב געזעסן אינעם דיינונג רום איבערגעבויגן איבער א שו"ת הרשב"א, ווען דער לעקטער מיטן פארגרעסערונג גלאז העלפן אים ליינען די קליינע אותיות. זייענדיג פארזינקען אין די סוגיא פון "טבח ומכר ביום הכיפורים", נישט מערקענדיג אפילו אז מענטשן זענען אריינגעקומען אין שטוב.
נאך עטליכע מינוט ווען זיי זענען דארט געשטאנען הארט נעבן אים, האט ער זיך אויפגעכאפט פון זיין פארטיפטקייט, און ער האט באמערקט אז מענטשן שטייען נעבן אים, דער קרית יואל'ער האט באלד אנגעהויבן דעם שמועס אויף דעם תשו' הרשב"א אין די סוגיא, און נאך איידער זיי האבן בכלל געטוישט עטליכע ווערטער איז א פייערדיגער פלפול של תורה געלאזט געווארן אין גאנג, ווען דער רב וועלכער איז אזוי קראנק און שוואך קעמפט ווי א לייב און עס גיסט זיך פון אים ממעינה של תורה.
נאך א לענגערע צייט זיך מפלפל זיין האקט דער רב איבער דעם שמועס "איר זענט אפשר רבי אהרן?!...". עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט ביז איצט ניטאמאל געכאפט מיט וועמען ער רעדט אין לערנען, נישט זעהנדיג געהעריג אויף די אויגן, און עס האט אים ניטאמאל אינטערעסירט מיט וועמען ער רעדט, ווייל אויב איז דאס א משא ומתן בהלכה אדער בפלפולא דאורייתא, וואס איז דאס אייגענטליך א נפקא מינה צו עס איז א רב מפורסם אדער א יונגער בחור'ל, דער עיקר אז מען רעדט אין לערנען.
דערציילט דער באגלייטער "איבער צוויי שעה נאכאנאנד האט געדויערט דער פלפול בתורה, ווען דער סענפעטער רב זעהט אויס ווי א יונגערמאן, זיין מויל שפרודעלט, עס גיסט זיך מראה מקומות, מימרות, א מעיין המתגבר ונהר שאינו פוסק, עס שפרונגט זיך פון איין סוגיא צו די צווייטע, און עס זעהט אויס ווי כל התורה כולה, איבער אלע סוגיות, אלע מקצועות גיסט זיך דא אויפן טיש, ווען תוך כדי דיבור איז ער מחדש חידושים נפלאים, און נאר ווען עס איז געווארן דער זמן מנחה האט זיך דער שמועס געמוזט איבערהאקן".
ארויסגייענדיג פון שטוב רופט זיך דער רב אן צו די באגלייטער "דאס הייסט א תלמיד חכם!...".

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » פרייטאג יולי 28, 2017 4:37 am

זבחי צדק האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:רבי אליהו קאהן פון נייטרא לאוי"ט איז אויך א קרוב?

ניין,
גערעכט

[סאנפעטער קאהן זענען כהנים, ר' אלי' פון נייטרא איז א ישראל]
איך מיין אז איר זענט אייך טועה, ער איז אויך א כהן.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » פרייטאג יולי 28, 2017 4:46 am

מיללער האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:
חלה האט געשריבן:
Senpater Ruv 1.jpg
Senpater Ruv 2.jpg

בילד
דער מיטן מייק זעט אויס ר' אלי' שלמה קאהן נ"י מנהל בית רחל קר"י, איז עס טאקע ער?

איז ער משפחה מיט סענפעטער רב?

זעה דעם אשכול פון אנהייב - דער סענפעטער רב זצ"ל איז געווען א פעטער פאר ר' אלי' שלמה

אין דעם בילד איז ביים מייק דער ברודער פון ר' אלי' שלמה - ר' מענדל קאהן שליט"א פון וומ"ס
בילד
לינקס איז דאכציך דער ביקסאדער רבי זצ"ל פון וומ"ס


יא יא, דאכט זיך אז די ערשטע בילד איז הרב שפיגעל?

אגב, די בילדער זענען גענומען געווארן אין א היסטארישע טאג, איך מיין הרב מיללער וועט געדענקן.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:53 am

וויאזוי הייסט די שטאט סענפעטער אין גוי'ש?
וואו איז עס אויף די מאפע?

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » דאנארשטאג מאי 03, 2018 8:45 pm

שואלכענין האט געשריבן:וויאזוי הייסט די שטאט סענפעטער אין גוי'ש?
וואו איז עס אויף די מאפע?


שאיא סעינט פיטער
Sajószentpéter

סאיז בגלילות פון מישקאלץ

https://www.google.co.uk/maps/place/Saj ... 20.7092248

https://en.wikipedia.org/wiki/Sajószentpéter
לעצט פאראכטן דורך מאקאווער אום דאנארשטאג מאי 03, 2018 9:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » דאנארשטאג מאי 03, 2018 8:48 pm

סאיז אויך בגלילות פון שאיא קערעסטיר Sajókeresztúr

https://www.google.co.uk/maps/place/Saj ... cf64413072
d!8m2!3d48.1695201!4d20.7768631
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג מאי 04, 2018 3:15 pm

תודה רבתי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט