רבי בנציון קאהן זצ"ל אב"ד סענפעטער בעל אבני ציון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

רבי בנציון קאהן זצ"ל אב"ד סענפעטער בעל אבני ציון

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 12:31 pm

רבי בנציון ב"ר אלי' קאהן זצ"ל אב"ד סענפעטער בעל אבני ציון

ברשות כל הקהל הקודש

אין איינע פון די היזיגע אשכולת האט אונזער ידיד וידיד כל בית ישראל הרב בןהרחמן ערווענט אז מ'וואלט געדארפט עפענען אן אשכול איבער דעם גרויסן גאון וצדיק רבי בנציון הכהן קאהן זצ"ל, באקאנט אלץ סענפעטער רב. בכן, אזוי ווי מ'האמיר די זכיה געהאט צו האבן קרבות משפחה מיטן רב זצ"ל, עפענען מיר אן אשכול לזכרו.

דער סענפעטער רב ז"ל איז מערסטנס באקאנט אין די וועלט מיט זיינע גאונישע חיבורים, שו"ת אבני ציון ד"ח, קרבן ציון על מס' מעילה, תורת ציון על התורה, ועוד.

ביי אונז אין וויליאמסבורג האט מען געוויסט אז סענפעטערער רב האט אן אוצר הספרים פון איבער "פערציג טויזענט ספרים" און אסאך רבנים גאונים און תלמידי חכמים פלעגן גיין צו אים אין שטוב לערנען אין זיינע ספרים וואס ער האט געלאזט בחפץ לב. ער האט געוויסט יעדע פון זיינע צענדליגע טויזענטער ספרים פונקטליך ווי זיי ליגן, און ס'איז אפשר נישט קיין גוזמא צו זאגן אז ער האט געוויסט וואס ס'שטייט דערין אויך...

אויב כ'דענק גוט פלעגט ער חול המועד זאגן א פלפול אין סאטמאר ביהמ"ד אויף ראדני סטריט און דער עולם פלעגט שפרינגן פון זיין חריפות.

דער עולם ווערט געבעטן ממשיך צו זיין.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 12:49 pm

איך בין געווען ביי א בר מצוה ווי ער איז געווען, אפאר וואכען פאר ער איז נפטר געווארען, און ער האט געזאגט א פשטיל (איך האב נישט פארשטאנען) אבער גרויסע לייט האבען געשפרינגען.
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 12:59 pm

יעדן מיטל נאכט יום טוב פלעגט ער זאגען א פשט'ל גג על גג אין ביהמ"ד קיוויאשד, מיט די באטייליגונג פון למדני וחריפי העיר.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 1:12 pm

אויף דער עלטער געדענק איך כ'בין געגאנגען צי אים בארגן א ספר, האט ער געהאט דעם 'בית עקד ספרים' פון פרידבורג, דארט איז געווען פארצייכנט מיט א טשעק יעדן ספר וואס ער האט געהאט אין זיין אוצר

יאך וואלט עם מגדיר געווען אלס א אונגארישער געבוירענער און פוילישער חריף....

בעיקר דארף פארצייכנט ווערן זיין סבר פנים יפות פאר יעדן צורבא מרבנן וועלכער איז געקומען צו אים בארגן א ספר, מיט וואס פארא תשואות חן ער האט יעדן פראבירט ציפרידן צישטעלן, סיי אן עלטערן און סיי או יונגערמאנטשיקל, גענוי ווי די גמרא זאגט אין כתובות וצדקתו עומדת לעד זה הכותב ספרים ומשאילן לאחרים
יהא זכרו ברוך

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 1:35 pm

דאכט זיך אז אין די פריערדיגע יארן איז ער געווען א שטיקעל ריעל עסטעיט סוחר און ער פלעגט אליין ארומפארן מיטן "סובוועי" צו קאלעקטן די רענט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 2:24 pm

נולד בשנת תרע"ד לאביו הגאון ר' אלי' קאהן אב"ד וואשאר-נאמעני (חתנו בזוו"ר של הגאון ר' שלמה סופר אב"ד בערעגסאז, והוא נולד לזוו"ש).
בימי בחרותו הלך ללמוד לדעברעצין אצל הגאון ר' שלמה צבי שטערן זצוק"ל, ובפרעסבורג אצל הגאון בעל דעת סופר זצוק"ל.
כשהגיע לפרקו נשא את בתו של הגאון ר' משה חיים גרינפעלד אב"ד סענט-פעטער - בעמח"ס שו"ת חיים ברצונו. אחר חתונתו ישב על התורה ועל העבודה ושימש בהוראה אצל חמיו.
אחר שנות הזעם נשא בזיוו"ש את בתו של ר' שאול יחזקאל רייך מסענט-פעטער נכד ר' שאול ליטשיקער זצ"ל. באותו תקופה נתמנה לכהן פאר בתור אב"ד סענט-פעטער עד שנסע לארה"ב.
נפטר י"ד תמוז שנת תשנ"ט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 3:49 pm

רבי בנציון האט מיר אליינס געזאגט אז ער האט שוין אלס בחור "געקענט כל ספרי ר' יוסף ענגיל בעל פה" איר הערט א גאונות!!

ער פלעגט נישט פירן אן אייגן ביה"מ, ער האט געזאגט אז "ער וויל נישט זיין קיין מקוה איד" ודפ"ח! אנשטאט פלעגט ער פירן שלש סעודות און צעלימער ביה"מ אינטען בשעת די צעלימער רב האט געפירט אויבן!! און קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז עס איז עפעס א פראבלעם, דאס איז געווען צהעלימער רב'ס מידות!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 3:53 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:רבי בנציון האט מיר אליינס געזאגט אז ער האט שוין אלס בחור "געקענט כל ספרי ר' יוסף ענגיל בעל פה" איר הערט א גאונות!!


ער האט נאך אין אייראפע ארויסגעגעבן עפעס א חיבור מיט 50 תירוצים אויף א קשיא פון מהר"י ענגיל, איר דענקט דעם נאמען?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 4:35 pm

דאכט זיך שערי ציון
ער האט דערויף אויב איך דענק גיט די הסכמה פון ר' מנחם זעמבא הי"ד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 4:40 pm

יאסל האט געשריבן:דאכט זיך שערי ציון
ער האט דערויף אויב איך דענק גיט די הסכמה פון ר' מנחם זעמבא הי"ד


ווי אויך פון פרעשבורגער רב און טשעבינער רב זי"ע. דאכט זיך אז ער איז נאך געווען א בחור?!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 3:12 pm

ייש"כ הרב רבי שמעלקא בן-יונה פארן פאלגן מיין עצה און גיין פתיחה מיט א שמועס איבער דעם גרויסן גדול בתורה וואס האט זיך געדרייט בתוכינו מיט אזא פשטות און גארנישט געמאכט פון זיך.

יעצט וועל איך צולייגן אביסל מיינע פאר צענט.

ב"ה מיר האבן געהאט די זכי' צו זיין ביי דעם גרויסן גאון וחריף אין שטוב עטליכע מאהל בארגן ספרים און רעדן בדברי תורה, עס איז ממש נישט צו באגרייפן און נאך היינט ווען איך טראכט צוריק פון דעם בלייב איך ערשטוינט פון די עניוות ושפלות רוח פון דעם גדול וענק בתורה, וויאזוי ער האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן קליינעם טוטער און זיך מטריח געווען אויפצוזוכן די ספרים וואס יענער האט געוואלט בארגן, דער עיקר איז געווען ביי איהם די תורה הקדושה און אז איינער איז געקומען צו איהם און געוואלט האבן א ספר צום לערנען האט ער עס צוגעשטעלט פאר איהם און עס האט געמעגט זיין אפילו א בר מצוה בחור'ל.

דאס ערשטע מאהל וואס איך בין געווען ביי איהם אין שטוב בארגן א ספר בין איך געווען א אינגער בחור'ל, איך בין דאן געגאנגען בשליחות פון מיין פאטער זז"ג וואס האט בעפאר דעם גערעדט מיט איהם אויפן טעלעפאן און געזאגט די עטליכע ספרים וואס ער ברויך, און בין געווען דער שליח לקבלה, א שטיקל צייט שפעטער אפשר א יאהר דערנאך איך בין נאכאלץ געווען א בחור'ל איז מיר אויסגעקומען צו טוהן אין א געוויסע סוגיא און איך האב געדארפט נאכקוקען אין עטליכע ספרים וואס זענען נישט געווען בנמצא, (איך האב נאכנישט געהאט דעמאלס קיין אוצר החכמה און אוודאי נישט קיין היברו-בוקס), פלעג איך דעמאלס אריבערגיין עטליכע מאהל צו איהם און געבארגט די ספרים וואס האבן מיר אויסגעפעלט, איך געדענק נישט צו דאן האב איך אויך געבעטן מיין פאטער זז"ג ער זאל איהם אנרופן דאס ערשטע מאהל ווען איך בין געגאנגען פאר מיינע ענינים, אדער איך בין גלייך אליין געגאנגען אויפן קרעדיט פונעם סאמע ערשטע מאהל ווען בין נאר געווען א שליח לקבלה, עכ"פ די אלע איבריגע מאהל בין איך זיכער אליין געגאנגען.

עס איז נישט צום באגרייפן וויאזוי אזא גאון עצום בכל התורה כולה און נאכדערצו איז ער שוין געווען א זקן מופלג (איך רעד דא אין די מיטעלע נ' יארן וואס איז געווען נישט צו לאנג פאר ער איז אוועק פון דער וועלט), זאל זיך אזוי מטריח זיין פאר א יונגן בחור'ל אלעס כדי ער זאל קענען האבן די ספרים וואס ער דארף נאכקוקען, איך קען מיך נאך היינט נישט בארוהיגן דערפון.

וועל איך דא טאקע שרייבן אפאר קורצע שטריכן פון מיינע באזוכען ביי איהם.

קודם דערמאן איך מיך יעצט בשעת'ן שרייבן א שטארקע געדאנק וואס ער האט מיר געזאגט ביי איינע פון מיינע ערשטע באזוכן ביי איהם, איך געדענק נישט צו ער האט עס נאכגעזאגט פון איינע פון זיינע רבי'ס אדער עס איז געווען זיין אייגענע מימרא, עכ"פ זאגט ער מיר אזוי, אז יעדער איינער דארף האבן דריי ש"ס'ין, איינס א גרויסע ש"ס צו לערנען דערין, דאס צווייטע ש"ס א קליינע ש"ס ווען מען דארף נאכקוקען אין אנדערע מסכתות, די דריטע ש"ס דארף מען האבן אין קאפ, עכת"ד.

יעצט וועל איך אביסל פארציילען איבער זיין אוצר הספרים און דער סדר פונעם בארגן, דער אוצר הספרים איז געווען צוטיילט אין עטליכע פלעצער, א גרויס חלק האט ער געהאט אין זיין דירה (דאכט זיך עס איז געווען אויפן צווייטן שטאק פונעם בנין, דאס הייסט איין שטאק ארויף) איינגעטיילט אין עטליכע שטובער אנגעפולט אין שענק כמעט ביזן דאך, די איבריגע ספרים האט ער געהאט אונטן אין קעלער, דער סדר פון בארגן די ספרים איז צוגעגאנגען אזוי, אויבן אין די דירה האט ער געהאט א סעט בית עקד ספרים און דארט האט ער געהאט אריינגעצייכנט (מיר ליגט נישט אין קאפ קיין טשעק ווי איינער האט אויבן געשריבן, איך געדענק אז עס איז געווען אנגעצייכנט א פינטל) וועלכע ספר ער האט, עס ליגט מיר נאך אין זכרון ווי יעדעס מאל ווען איך האב געבעטן א ספר האט ער ארויסגענומען דעם בית עקד מיט די רויטע דעקל און דארט נאכגעקוקט, (פון דארט האב דעמאלס באקומען א תאוה צו האבן דעם בית עקד, און איך האב עס טאקע אלץ בחור געקויפט ווען איך האב עס געזעהן אמאל ביי א ספרים סעיל), דערנאך האט ער געזאגט ווי דער ספר ליגט צו אויבן אין די דירה אדער אונטן אין קעלער.

דאן איז מען געגאנגען נעמען די ספרים, קודם די וואס ער האט געהאט אויבן אין די דירה, די ספרים וואס זענען געליגן אין די הייך האט ער מיר געהייסן מיט א בענקל אדער לייטער אראפנעמען, דערנאך איז מען געגאנגען נעמען פון אונטן אין בעיסמענט, און כמה פעמים איז אויסגעקומען אז דער ספר וואס איך האב געזוכט איז געליגן אונטן אין בעיסמענט-קעלער, און ער האט מיט אזא פשטות און אזא שפלות רוח זיך אראפגעשלעפט אונטן אין קעלער אויפצוזוכן א ספר פאר מיר א יונגער בחור'ל, איך האב דעמאלס עטליכע מאהל איהם פרובירט צו זאגן אז אפשר קען איך אליין אראפגיין און ער זאל זיך נישט דארפן מטריח זיין אראפצושלעפן, אבער ער האט עס אוועקגעמאכט און געזאגט אז ער טוט דאס זייער גערן דער עיקר איז ער קען העלפן צו לימוד התורה, וחוץ מזה האט ער לכאורה נישט געוואלט מען זאל אליין זיך דרייען ביי די ספרים אן זיין אויפזיכט.

צומאל ווען עס פלעגט איהם טאקע אנקומען שווער פונקט דעמאלס אראפצוגיין למשל אויב ער איז שוין געווען אונטן עטליכע מאהל יענעם טאג וכדו', און איך האב געדארפט א ספר וואס איז געליגן אין בעיסמענט, האט ער אפגעשריבן די נאמען פון די ספר\ספרים וואס איך האב געבעטן און ער האט געזאגט איך זאל צוריק קומען אין א טאג צוויי וועט ער עס האבן גרייט אויבן ביי זיך.

ווען מען האט שוין געהאט אנגעגרייט די ספרים וואס מען וויל בארגן, האט ער ארויסגענומען זיין ספר הפקדונות, דאס איז געווען א קלענערע סייז לוסליעף פאלדער (נישט די געהעריגע סייז לוסליעף נאר אביסל קלענער בערך די סייז פון א סידור) וואס מען קען צולייגן און ארויסנעמען די בלעטער, און דארט האט ער אריינגעשריבן די נאמען און טעלעפאן פונעם שואל און די ליסט פון די ספרים וואס ער בארגט, און ער האט געזאגט א צייט ווען מען זאל צוריק ברענגן די ספרים (איך געדענק נישט צו דאס האט ער אויך אראפגעשריבן אדער נישט), געווענליך מיין איך אז ער פלעגט לאזן האלטן די ספרים פאר עטליכע טעג בערך 3-4 טעג, אויב מען האט וויכטיג געדארפט פאר אביסל לענגער האט ער געלאזט פאר א וואך אדער אפאר טעג מער, ער האט זייער ליב געהאט ווען מען ברענגט צוריק די ספרים באצייטנס און מען שלעפט נישט ארום און מען האלט עס נישט צו לאנג ביי זיך, דאס ארומשלעפן האט איהם זייער אנגעצויגן, ער האט מיר איינמאל געזאגט אז איך האב גוטע קרעדיט ביי איהם ווייל איך האב אלץ צוריק געברענגט באצייטנס.

זיין חריפות ובקיאות התורה איז געווען ממש להפליא, אין אלע לומד'ישע ענינים איז ער געווען אויסגעקאכט ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, איך געדענק ווי אמאל ביי איינע פון די ענינים וואס איך האב עוסק געווען עפעס א לומדישע ענין, האב איך איהם געבעטן ער זאל מיר אנצייגן עטליכע מראי מקומות צו ספרים וואס רעדן ארום דערפון, האט ער מיר תיכף אויסגערעכנט עטליכע ספרים וואס רעדן דערפון און ער האט אויך ארויסגענומען א ספר פון שאנק און ער מישט מיר אויף צו די הסכמות אז דער מהרש"ם אין זיין הסכמה צו דעם ספר רעדט אויך פון דעם ענין, איך בין ערשטוינט געווארן צו זעהן וויאזוי ער געדענקט אפילו די הסכמות פון די גדולים און זייערער ענינים וואס זיי רעדן דארט ארום.

איך האב דעמאלס ביי איינע פון מיינע באזוכן געקויפט פון איהם זיינע ספרים די שו"ת אבני ציון ג' חלקים.

זיין ערשטע ספר שערי ציון איז דא אויף היברו-בוקס http://hebrewbooks.org/2979
מען קען דארט זיין די אלע חשובע' הסכמות וואס ער האט באקומען, און נישט סתם הסכמות נאר כמעט אלע זענען זיך נושא ונותן מיט איהם אין די ענינים וואס ער האט דארט געדרוקט, (דארט זעה איך אז ער פארופט זיך יא אלץ אייניקל פונעם חת"ס, ווידער פריער דא אויבן האט מען געשריבן אז ער געווען מזיוו"ש פון זיין פאטער און ער איז נישט געווען קיין אייניקל פונעם בערעגסאזער רב, גראדע אינעם הסכמה פון זיין רבי הגאון רבי עקיבא סופר בארופט ער זיך נישט צו איהם אלץ קרוב משפחה).

==

ער האט געהאט נאך א אונטערנעמונג אין די ערשטע יארן אין אמעריקא וואס מען האט נאכנישט דערמאנט דא, דאס איז געווען דאס איבערדרוקן אלטע לומדישע ספרים, וואס ער האט אסאף ספרים איבערגעדרוקט פון זיין אוצר עס זאל זיין צו באקומען פארן ציבור, א טייל פלעגט ער איבערדרוקן און ארויסשרייבן זיין נאמען אלץ דער מו"ל, און ביי א טייל האט ער גענוצט אנדערע נעמען אבער אויף דעם אדרעסס 613 בעדפארד עוו. קען מען זעהן אז ער האט דאס ארויסגעגעבן, פון די נעמען וואס ער האט גענוצט צו דרוקן די ספרים זענען געווען דאכט זיך הרב אלתר קאהן, און אויך נאך א נאמען איך געדענקט נישט אויף די מינוט, איך האב אינדערהיים עטליכע פון די ספרים וואס ער האט געדרוקט (איך האב זיי געקויפט יארן פאר די אוצר החכמה איז געווען א באשעפעניש) איך וועל בל"נ נאכקוקען אין א נאנטע געלעגענהייט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 3:26 pm

יישר-כח בן הרחמן פאר די פרטים און די אינטערעסאנטע באשרייבונג איבער זיין אוצר הספרים. מיר האבן ליידער נישט געהאט די זכי' צו קענען דעם גדול (א בילד האט קיינער נישט?) וועמענס נאמען ווערט דערמאנט מיט פארכט און רעספעקט אונטער אזעלכע אויסדרוקען ווי 'דער חתם סופר בדורינו' (לשונו של אחד הרבנים) און ענליכעס.

עס האט מיר דערציילט א אינגערמאן וועלכע איז געווען מיט א חשוב'ען רב וואס איז געווען אין וומ"ס פאר א פאר שעה, רופט ער זיך אן צו זיין באגלייטער; דא וואונט דער סענפעטערער רב לאמיר ארויפגיין צונעם. ארויפקומענדיג איז דער סענפעטערער רב געזיצען און געלערנט ער האט נישט ארויסגעקוקט פון די גמרא נאר געלערנט אויפן קול מיט א פלייסיגקייט (מ'רעדט שוין אויף די עלטערע יארען) און נישט באמערקט ווער דער גאסט איז.

דער גאסט האט זיך צוגעזעצט און אנגעהויבען מיטלערנען מיט אים, אזוי האבן די צוויי געלערנט פאר א האלבע שעה אנע דעם וואס דער סענפעטערער רב זצ"ל זאל אפי' קוקען ווער זיין חבר איז נאר איז געווען פארטיעפט אין די סוגיא. ווען זיי זענען געקומען צו אן אפשטעל הייבט דער רב אויף זיינע הייליגע אויגען און דערקענט דעם גאסט, זאגט ער 'אה איר זענט דאס' ברענגטס אריין פירות א ברכה צו מאכען.

די מעשה איז לדעתי זייער א באלערנדע, עס האט מיך שטארק באנומען.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 3:45 pm

הרב בןהרחמן, כ'בין שפראך-לאז!

-

ער שרייבט נכד החת"ס ביי זיין טאטע, אפשר אנצודייטן אז ער איז געווען אן איידעם ביי אן אייניקעל, זיין טאטע האט דאך געהאט קינדער פון דעם זיוויג.

-

מילער, און דער רב האט זיך אויסגעדרוקט פאר ער איז אריין (ס'שוין געווען ממש פון זיינע לעצטע וואכן) אז דא וועט מען קענען זעהן פשט אז תלמידי חכמים כל זמן שמזקינים דעתן מתישבת עליהן.
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא טויב אום דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 5:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 4:03 pm

פון די הסכמה פון אשפצינער רב זצ"ל, מערקט ווי ער האט ארויסגעגעבן זיין חיבור נאך אלץ בחור.
צוגעלייגטע
Sharei Tzion.jpg
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 5:17 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:רבי בנציון האט מיר אליינס געזאגט אז ער האט שוין אלס בחור "געקענט כל ספרי ר' יוסף ענגיל בעל פה" איר הערט א גאונות!!


ער האט נאך אין אייראפע ארויסגעגעבן עפעס א חיבור מיט 50 תירוצים אויף א קשיא פון מהר"י ענגיל, איר דענקט דעם נאמען?


א מודעה פונעם הוצאה לאור פונעם ספר 'שערי ציון' מערקט די ווערטער 'הב' החו"ב החרוץ וכו' פון 'הנשר' תרצ"ט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 56&hilite=
צוגעלייגטע
untitled.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 27, 2017 11:19 am

ללמוד וללמד האט געשריבן:נולד בשנת תרע"ד לאביו הגאון ר' אלי' קאהן אב"ד וואשאר-נאמעני (חתנו בזוו"ר של הגאון ר' שלמה סופר אב"ד בערעגסאז, והוא נולד לזוו"ש).
בימי בחרותו הלך ללמוד לדעברעצין אצל הגאון ר' שלמה צבי שטערן זצוק"ל, ובפרעסבורג אצל הגאון בעל דעת סופר זצוק"ל.
כשהגיע לפרקו נשא את בתו של הגאון ר' משה חיים גרינפעלד אב"ד סענט-פעטער - בעמח"ס שו"ת חיים ברצונו. אחר חתונתו ישב על התורה ועל העבודה ושימש בהוראה אצל חמיו.
אחר שנות הזעם נשא בזיוו"ש את בתו של ר' שאול יחזקאל רייך מסענט-פעטער נכד ר' שאול ליטשיקער זצ"ל. באותו תקופה נתמנה לכהן פאר בתור אב"ד סענט-פעטער עד שנסע לארה"ב.
נפטר י"ד תמוז שנת תשנ"ט


קונטרס "זכר צדיק לברכה" לתולדות הרה"צ מסענפעטר זצ"ל בספרו אבני ציון ח"ד שי"ל לאחר פטירתו:
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=11

האחים ר' אלי' שלמה ור' מענדל קאהן הי"ו זענען לפי"ז פלימעניקעס פונעם סענפעטערער רב ז"ל - נאר נישט פון די זעלבע זיווג פונעם נאמעני רב, ד.ה. זיי זענען פון זוו"ר און דערפאר זענען זיי אייניקלעך פונעם הייליגען חת"ס אבער דער סענפעטער רב ז"ל איז געווען מזוו"ש.

האט עמיצער א בילד פונעם סענפעטער רב זצ"ל?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 27, 2017 11:32 am

מצבת הגה"צ מסענפעטער זצ"ל - על הביה"ח בקרית יואל
viewtopic.php?p=813833#p813833
בילד

מצבת אחיו ר' שמחה בונם קאהן ע"ה הנ"ל - שם
viewtopic.php?p=814245#p814245
בילד

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מוצ"ש יוני 24, 2017 2:56 pm

סאיז דא א בילד פון סענפעטער רב זצ"ל??

joegreen
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » זונטאג יולי 09, 2017 3:45 am

היינט געווען די יארצייט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 09, 2017 10:50 am

מיללער האט געשריבן:יישר-כח בן הרחמן פאר די פרטים און די אינטערעסאנטע באשרייבונג איבער זיין אוצר הספרים. מיר האבן ליידער נישט געהאט די זכי' צו קענען דעם גדול (א בילד האט קיינער נישט?) וועמענס נאמען ווערט דערמאנט מיט פארכט און רעספעקט אונטער אזעלכע אויסדרוקען ווי 'דער חתם סופר בדורינו' (לשונו של אחד הרבנים) און ענליכעס.

עס האט מיר דערציילט א אינגערמאן וועלכע איז געווען מיט א חשוב'ען רב וואס איז געווען אין וומ"ס פאר א פאר שעה, רופט ער זיך אן צו זיין באגלייטער; דא וואונט דער סענפעטערער רב לאמיר ארויפגיין צונעם. ארויפקומענדיג איז דער סענפעטערער רב געזיצען און געלערנט ער האט נישט ארויסגעקוקט פון די גמרא נאר געלערנט אויפן קול מיט א פלייסיגקייט (מ'רעדט שוין אויף די עלטערע יארען) און נישט באמערקט ווער דער גאסט איז.

דער גאסט האט זיך צוגעזעצט און אנגעהויבען מיטלערנען מיט אים, אזוי האבן די צוויי געלערנט פאר א האלבע שעה אנע דעם וואס דער סענפעטערער רב זצ"ל זאל אפי' קוקען ווער זיין חבר איז נאר איז געווען פארטיעפט אין די סוגיא. ווען זיי זענען געקומען צו אן אפשטעל הייבט דער רב אויף זיינע הייליגע אויגען און דערקענט דעם גאסט, זאגט ער 'אה איר זענט דאס' ברענגטס אריין פירות א ברכה צו מאכען.

די מעשה איז לדעתי זייער א באלערנדע, עס האט מיך שטארק באנומען.

געהערט א ענליכע מעשה (אדער אפשר איז עס גאר די זעלבע מעשה) האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א איז איינמאל זעענדיג אין וומסב"ג רופט ער זיך אן צו זיין באגלייטער, ווילסט זען בדורינו איינער וואס ווען ער לערנט איז ער נישט דאהי, לאמיר ארויפגיין צום סענפעטער רב, דער רבי איז אריינגעקומען און דער רב איז געזעסן און געלערנט, דער רבי כאפט א בליק וואו ער האלט אין גמרא און ער פרעגט אים א קשיא און ער ענטפערט און דער רבי פרעגט עס אפ, אזוי האט זיך אנגעהויבן א משא ומתן בפלפול א שטיק צייט, דער רב האט ניטאמאל געקוקט ווער ס'רעדט צו אים, אינמיטן געבט זיך דער רב א הייב אויף דעם קאפ און ער זעט דעם רבין, רופט ער זיך אן, אה איר זענט דאס, נו זעצט אייך אראפ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יולי 09, 2017 10:53 am

מיללער האט געשריבן:יישר-כח בן הרחמן פאר די פרטים און די אינטערעסאנטע באשרייבונג איבער זיין אוצר הספרים. מיר האבן ליידער נישט געהאט די זכי' צו קענען דעם גדול (א בילד האט קיינער נישט?) וועמענס נאמען ווערט דערמאנט מיט פארכט און רעספעקט אונטער אזעלכע אויסדרוקען ווי 'דער חתם סופר בדורינו' (לשונו של אחד הרבנים) און ענליכעס.

עס האט מיר דערציילט א אינגערמאן וועלכע איז געווען מיט א חשוב'ען רב וואס איז געווען אין וומ"ס פאר א פאר שעה, רופט ער זיך אן צו זיין באגלייטער; דא וואונט דער סענפעטערער רב לאמיר ארויפגיין צונעם. ארויפקומענדיג איז דער סענפעטערער רב געזיצען און געלערנט ער האט נישט ארויסגעקוקט פון די גמרא נאר געלערנט אויפן קול מיט א פלייסיגקייט (מ'רעדט שוין אויף די עלטערע יארען) און נישט באמערקט ווער דער גאסט איז.

דער גאסט האט זיך צוגעזעצט און אנגעהויבען מיטלערנען מיט אים, אזוי האבן די צוויי געלערנט פאר א האלבע שעה אנע דעם וואס דער סענפעטערער רב זצ"ל זאל אפי' קוקען ווער זיין חבר איז נאר איז געווען פארטיעפט אין די סוגיא. ווען זיי זענען געקומען צו אן אפשטעל הייבט דער רב אויף זיינע הייליגע אויגען און דערקענט דעם גאסט, זאגט ער 'אה איר זענט דאס' ברענגטס אריין פירות א ברכה צו מאכען.

די מעשה איז לדעתי זייער א באלערנדע, עס האט מיך שטארק באנומען.

א שטיקל סתירה מיט'ן סקרענטאנע שיטה ביי ראגאטשאווער שערורי', והדברים עתיקין.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג יולי 09, 2017 12:46 pm

ס'איז נישטא קיין בילד פון דער סענפעטערער רב?

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג יולי 10, 2017 12:59 pm

היתכן? אזא חשוב'ע רב, וואס האט געלעבט אין אונזערע דור [נאכנישט 20 יאהר פון זיין פטירה], אין קיין בילד פון איהם איז נישט בנמצא???

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יולי 26, 2017 10:31 am

אבן יקרה האט געשריבן:היתכן? אזא חשוב'ע רב, וואס האט געלעבט אין אונזערע דור [נאכנישט 20 יאהר פון זיין פטירה], אין קיין בילד פון איהם איז נישט בנמצא???

דא האט איר א שיין בילד ווי הגאון רבי פנחס הירשפרונג פון מאנטריאל באזוכט ביים רב
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (116.06 KiB) געזעהן 2484 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יולי 26, 2017 10:33 am

ברחובות וומסב"ג
צוגעלייגטע
Capture2.JPG
Capture2.JPG (38.35 KiB) געזעהן 2480 מאל
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט