ר' שלמה הכהן כ"ץ-ראזענבערג מטאשנאד ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' שלמה הכהן כ"ץ-ראזענבערג מטאשנאד ומשפחתו

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 11:22 am

נאכען עוסק זיין לעצטענס איבער אונגארישע רבנים אין די פאראייניגטע שטאטן פאר די קריג, האט מיר א חשוב'ער אינגערמאן צוגעפירט צו נאך א משפחה פון רבנים פון אונגארן וועלכע האבן משמש געווען ברבנות דאהי, ותשוח"ח להנ"ל על החומר.

-


ר' שלמה הכהן כ"ץ ראזענבערג בעמח"ס חידושי הרשב"ש על הש"ס איז געבוירען בשנת תר"א צו זיין פאטער ר' שרגא הכהן אין שטאט באנאווצא, ער איז געווען א תלמיד פון ר' ירמי' לעוו מאיהעל ור' מנחם א"ש מאונגוואר, כשהגיע לפרקו בשנת תרכ"א נשא את הרבנית רבקה ונתקבל לרב אין די שטאט גינז (מחוז זעמפלען) און שפעטער בשנת תרל"ד איז ער אריבער קיין טאשנאד אין זיבערבערגען ווי ער האט משמש געווען ברבנות ביז צו זיין פטירה בשנת תרנ"ח ושם מנ"כ.

בשנת תשכ"א האט זיין אייניקל געדרוקט די צוויי חלקים 'חידושי הרשב"ש' איינס אויף מס' חולין און דאס צווייטע על סוגיות הש"ס עם תולדות ומפתחות
http://www.hebrewbooks.org/40887
http://www.hebrewbooks.org/40889

זיין זון ר' שרגא הכהן ראזענבערג איז אויפגעוואקסן על ברכי אביו און ער איז געווען א תלמיד פון ר' אלעזר לעוו, ר' יהודא גר"וו מסאטמאר ושאר גאוני אונגארן, כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי ר' אהרן ווילהיים אב"ד פעזינג ווי ר' שרגא איז טאקע געווארן שפעטער ממלא מקום חותנו, פון דארט איז ער אריבער קיין נאוועמעסטא (עיר-חדש) ביז שנת תרפ"א ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן רב אין די 'אוהב צדק' שול אין יאנקערס נ.י.

ר' שרגא איז געווען א שארפער אונגארישער רב אויפגעצויגען געווארן אונטערן גייסט פון ארטאדאקסיע און קאמפראמיסלאזע אידישקייט, אויך דא אין אמעריקא האט ער געקעמפט קעגן רעפארם און מאדערנע איינריכטונגען, א זאך וואס האט אים פארשאפט היבש צער און עגמ"נ מיט טייל פון זיין קהילה לייט אין יאנקערס, נאך פיר יאר איז ער בשנת תרפ"ה אריבער קיין קליוולאנד, אהייאו ווי ער איז געווארן רב אין די ארטיגע 'כנסת ישראל' שול און ער איז דארט נפטר געווארן ביום ד' אדר תשי"ח.

ר' שרגא האט געדרוקט זיינע חידושים עה"ת מיט באזונדערע נעמען; אבני שיש, בגדי שרד, כנפי שחר און ענבים במדבר (נמצאים בהיברו-בוקס), ער האט איבערגעלאזט זיין זון ר' שלמה הכהן ראזענבערג חתן ר' יודא לייב היידען הי"ד גבאי דחברה ש"ס בעיר בודאפעסט, וועלכע האט איבערגענומען דאס רבנות אין יאנקערס ביז זיין פטירה ביום ב' דסוכות תשל"ג.

די קינדער פון ר' שלמה (השני) ווערן דערמאנט אינעם דערמאנטן חי' הרשב"ש שהו"ל והם; בניו הרב יעקב קאפל, הב' משה אהרן, וחתנו ר' יוסף אלימלך בוימגארטן.

-
אן אנדערע זון פון ר' שלמה הכהן ראזענבערג פון טאשנאד, איז געווען הרבני ר' דוב כ"ץ-ראזענבערג וועמענס מציבה עס איז געפונען געווארן אין שטאט טשעטשאוויץ ווי ער האט ווארשיינליך געוואונט ונפטר שם ביום ה' אדר א' תרכ"ז.

מציבת ר' דוב הכהן ב"ר שלמה כ"ץ-רז"ב אב"ד טאשנאד
צוגעלייגטע
Katz_rosenberg.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 12:00 pm

מיללער האט געשריבן: ער האט איבערגעלאזט זיין זון ר' שלמה הכהן ראזענבערג חתן ר' יודא לייב היידען הי"ד גבאי דחברה ש"ס בעיר בודאפעסט, וועלכע האט איבערגענומען דאס רבנות אין יאנקערס ביז זיין פטירה ביום ב' דסוכות תשל"ג.

די קינדער פון ר' שלמה (השני) ווערן דערמאנט אינעם דערמאנטן חי' הרשב"ש שהו"ל והם; בניו הרב יעקב קאפל, הב' משה אהרן, וחתנו ר' יוסף אלימלך בוימגארטן.


ר' שלמה ראזענבערג (השני) איז געווען גאר אן אקטיווער רב דאהי,אסאך האט הרב ראזענבערג געטאן פאר די פליטי חרב נאך די קריג אין די די. פי. לאגערן ווי ער איז ארויסגעפארן פאר די 'וועד הצלה' און אויפגעטאן גדולות ונצורות, מער איבער זיינע פעולות זעהט דא:
http://www.tzemachdovid.org/vaadhatzala/kosher.shtml

דאהי איז ער אויך געווען פון די פירנדע מיטגלידער פון די OU כשרות ארגענעזאציע און אנדערע אמעריקאנע-אידישע קערפערשאפטן, מיט זיין טאלאנטפולען ענגליש האט ער אפגשריבען מאמרים אין פארשידענע זשורנאלען (אונטער זיין ענגלישע נאמען ראביי אלעקסאנדער ראזענבערג)

זיין זון ר' יעקב קאפל האט געלערנט אין די באקאנטע ישיבה 'נר ישראל' אין באלטימאר ווי ער האט חתונה געהאט בשנת תשי"ג מיט די טאכטער פון ר' שמעון שוואב, זעה הפרדס איבער די חתונה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 42&hilite=
ר' יעקב קאפל איז אויך געווען אן אקטיווער רב ביז ווען ער איז אוועק בשנת תשנ"ט, דברי הערכה איבער אים אויף ענגליש:
http://chareidi.shemayisrael.com/archiv ... atures.htm

א בילד פון ר' שלמה ראזענבערג אין דייטשלאנד די. פי . לאגערן (מיט די שווארצע בארד אין צענטער) ביי זיינע פעולות פאר די וועד הצלה און JDC
צוגעלייגטע
RetrieveAsset.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 2:59 pm

פון משפחת ר' יהודה הכהן ראזענבערג ז"ל מנהל מחנות רב טוב ד'סאטמאר ב"ר דוד הכהן רז"ב נכדי מרן החת"ס, איז מען פאראינטערעסירט צו די דערמאנטע משפחת הכהנים ראזענבערג קערן זיך אן צו די זעלבע משפחה.

ווער עס קען ארויסהעלפן אדער ווייסט מער אינפארמאציע איז מכובד צו נעמען די מייק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 11:42 am

מיללער האט געשריבן:נאכען עוסק זיין לעצטענס איבער אונגארישע רבנים אין די פאראייניגטע שטאטן פאר די קריג, האט מיר א חשוב'ער אינגערמאן צוגעפירט צו נאך א משפחה פון רבנים פון אונגארן וועלכע האבן משמש געווען ברבנות דאהי, ותשוח"ח להנ"ל על החומר.

-


ר' שלמה הכהן כ"ץ ראזענבערג בעמח"ס חידושי הרשב"ש על הש"ס איז געבוירען בשנת תר"א צו זיין פאטער ר' שרגא הכהן אין שטאט באנאווצא, ער איז געווען א תלמיד פון ר' ירמי' לעוו מאיהעל ור' מנחם א"ש מאונגוואר, כשהגיע לפרקו בשנת תרכ"א נשא את הרבנית רבקה ונתקבל לרב אין די שטאט גינז (מחוז זעמפלען) און שפעטער בשנת תרל"ד איז ער אריבער קיין טאשנאד אין זיבערבערגען ווי ער האט משמש געווען ברבנות ביז צו זיין פטירה בשנת תרנ"ח ושם מנ"כ.

בשנת תשכ"א האט זיין אייניקל געדרוקט די צוויי חלקים 'חידושי הרשב"ש' איינס אויף מס' חולין און דאס צווייטע על סוגיות הש"ס עם תולדות ומפתחות
http://www.hebrewbooks.org/40887
http://www.hebrewbooks.org/40889

זיין זון ר' שרגא הכהן ראזענבערג איז אויפגעוואקסן על ברכי אביו און ער איז געווען א תלמיד פון ר' אלעזר לעוו, ר' יהודא גר"וו מסאטמאר ושאר גאוני אונגארן, כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי ר' אהרן ווילהיים אב"ד פעזינג ווי ר' שרגא איז טאקע געווארן שפעטער ממלא מקום חותנו, פון דארט איז ער אריבער קיין נאוועמעסטא (עיר-חדש) ביז שנת תרפ"א ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן רב אין די 'אוהב צדק' שול אין יאנקערס נ.י.

ר' שרגא איז געווען א שארפער אונגארישער רב אויפגעצויגען געווארן אונטערן גייסט פון ארטאדאקסיע און ראמפראמיסלאזע אידישקייט, אויך דא אין אמעריקא האט ער געקעמפט קעגן רעפארם און מאדערנע איינריכטונגען, א זאך וואס האט אים פארשאפט היבש צער און עגמ"נ מיט טייל פון זיין קהילה לייט אין יאנקערס, נאך פיר יאר איז ער בשנת תרפ"ה אריבער קיין קליוולאנד, אהייאו ווי ער איז געווארן רב אין די ארטיגע 'כנסת ישראל' שול און ער איז דארט נפטר געווארן ביום ד' אדר תשי"ח.

ר' שרגא האט געדרוקט זיינע חידושים עה"ת מיט באזונדערע נעמען; אבני שיש, בגדי שרד, כנפי שחר און ענבים במדבר (נמצאים בהיברו-בוקס), ער האט איבערגעלאזט זיין זון ר' שלמה הכהן ראזענבערג חתן ר' יודא לייב היידען הי"ד גבאי דחברה ש"ס בעיר בודאפעסט, וועלכע האט איבערגענומען דאס רבנות אין יאנקערס ביז זיין פטירה ביום ב' דסוכות תשל"ג.



מציבת ר' שרגא כ"ץ-ראזענבערג בעיר קליוואלאנד (קרעדיט;קברים.קאם)
צוגעלייגטע
Rosenberg-225x300.jpg
Rosenberg-225x300.jpg (32.74 KiB) געזעהן 2005 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 07, 2015 3:40 pm

מכתב מהרב ר' שלמה הכן רז"ב להג"ר אליעזר סילווער בעניני כשרות:
בילד

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג יוני 04, 2015 11:08 pm

מיללער האט געשריבן:פון משפחת ר' יהודה הכהן ראזענבערג ז"ל מנהל מחנות רב טוב ד'סאטמאר ב"ר דוד הכהן רז"ב נכדי מרן החת"ס, איז מען פאראינטערעסירט צו די דערמאנטע משפחת הכהנים ראזענבערג קערן זיך אן צו די זעלבע משפחה.

ווער עס קען ארויסהעלפן אדער ווייסט מער אינפארמאציע איז מכובד צו נעמען די מייק.

דוכעט זיך מיר אז ר' יודל'ס פאטער האט געהאט א ברודער מיט דעם נאמען דוב. נישט אז דאס באשטימט קירבות, אבער עס צייגט אפשר עפעס אין דעם הינזיכט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 11, 2016 12:26 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: ער האט איבערגעלאזט זיין זון ר' שלמה הכהן ראזענבערג חתן ר' יודא לייב היידען הי"ד גבאי דחברה ש"ס בעיר בודאפעסט, וועלכע האט איבערגענומען דאס רבנות אין יאנקערס ביז זיין פטירה ביום ב' דסוכות תשל"ג.

די קינדער פון ר' שלמה (השני) ווערן דערמאנט אינעם דערמאנטן חי' הרשב"ש שהו"ל והם; בניו הרב יעקב קאפל, הב' משה אהרן, וחתנו ר' יוסף אלימלך בוימגארטן.


ר' שלמה ראזענבערג (השני) איז געווען גאר אן אקטיווער רב דאהי,אסאך האט הרב ראזענבערג געטאן פאר די פליטי חרב נאך די קריג אין די די. פי. לאגערן ווי ער איז ארויסגעפארן פאר די 'וועד הצלה' און אויפגעטאן גדולות ונצורות, מער איבער זיינע פעולות זעהט דא:
http://www.tzemachdovid.org/vaadhatzala/kosher.shtml

דאהי איז ער אויך געווען פון די פירנדע מיטגלידער פון די OU כשרות ארגענעזאציע און אנדערע אמעריקאנע-אידישע קערפערשאפטן, מיט זיין טאלאנטפולען ענגליש האט ער אפגשריבען מאמרים אין פארשידענע זשורנאלען (אונטער זיין ענגלישע נאמען ראביי אלעקסאנדער ראזענבערג)


1. בייגעלייגט א באשרייבונג פון הרב בערל וויין אויף ר' שלמה ראזענבערג ז"ל
2. א בילד פון ר' שלמה ראזענבערג ווי עס איז ערשינען אין איינע פון די פילצאליגע צייטונגען וועלכע זענען ארויסגעקומען אין די די. פי.לאגערן נאכן קריג
צוגעלייגטע
Rabbi A Rosenberg.pdf
(131.43 KiB) דאונלאודעד 93 מאל
Rosenberg.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:01 pm

מיללער האט געשריבן:ר' שרגא הכהן ראזענבערג איז אויפגעוואקסן על ברכי אביו און ער איז געווען א תלמיד פון ר' אלעזר לעוו, ר' יהודא גר"וו מסאטמאר ושאר גאוני אונגארן, כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי ר' אהרן ווילהיים אב"ד פעזינג ווי ר' שרגא איז טאקע געווארן שפעטער ממלא מקום חותנו, פון דארט איז ער אריבער קיין נאוועמעסטא (עיר-חדש) ביז שנת תרפ"א ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן רב אין די 'אוהב צדק' שול אין יאנקערס נ.י.

ר' שרגא איז געווען א שארפער אונגארישער רב אויפגעצויגען געווארן אונטערן גייסט פון ארטאדאקסיע און קאמפראמיסלאזע אידישקייט, אויך דא אין אמעריקא האט ער געקעמפט קעגן רעפארם און מאדערנע איינריכטונגען, א זאך וואס האט אים פארשאפט היבש צער און עגמ"נ מיט טייל פון זיין קהילה לייט אין יאנקערס, נאך פיר יאר איז ער בשנת תרפ"ה אריבער קיין קליוולאנד, אהייאו ווי ער איז געווארן רב אין די ארטיגע 'כנסת ישראל' שול און ער איז דארט נפטר געווארן ביום ד' אדר תשי"ח.

ר' שרגא האט געדרוקט זיינע חידושים עה"ת מיט באזונדערע נעמען; אבני שיש, בגדי שרד, כנפי שחר און ענבים במדבר (נמצאים בהיברו-בוקס), ער האט איבערגעלאזט זיין זון ר' שלמה הכהן ראזענבערג חתן ר' יודא לייב היידען הי"ד גבאי דחברה ש"ס בעיר בודאפעסט, וועלכע האט איבערגענומען דאס רבנות אין יאנקערס ביז זיין פטירה ביום ב' דסוכות תשל"ג.

די קינדער פון ר' שלמה (השני) ווערן דערמאנט אינעם דערמאנטן חי' הרשב"ש שהו"ל והם; בניו הרב יעקב קאפל, הב' משה אהרן, וחתנו ר' יוסף אלימלך בוימגארטן.

1470009737084-1026287563.jpg
1470009737084-1026287563.jpg (76.68 KiB) געזעהן 864 מאל

רבי שרגא הכהן ראזענבערג (יושב ראשון מימין) אצל ועידת אגודת ישראל ד'אמעריקא הראשונה בשנת תרצ"ט פאר-ראקאוועי, ניו יארק, אחריו יושב האדמו"ר ראי"ה מקאפישניץ זצ"ל, ? , האדמו"ר רבי משה ליפשיץ מפילדעלפיע, דער רעדנער איז אומאידענטיפיצירט דערווייל, נאכדעם זעהט מען הגאון רבי ישראל דושאוויץ פון וומ"ס און דער באיאנער רבי זצ"ל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט