ר' בער פרענק מפרעשבורג וחתנו ר' מנחם כ"ץ מצעהלים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

לינקס אויף רעכטס.

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 17, 2012 4:20 pm

SPUSMN האט געשריבן:אדורך בליקענדיג דער אשכול האביך עטליכע הערות.

אינטרעסאנט אז דער מלביש וואס רבי מנחם כ"ץ זצ"ל טראגט איז לינקס אויף רעכטס. מען קען דאס זעהן אויף מערערע בילדער פון גדולי ישראל בימים ההם. עס פאדערט א באהאנדלונג. אמאל האב איך געמיינט אז מען האט רעווערסד דער נעגאטיוו, אבער נאך גייענדיג דאס, זעהט נישט אזוי אויס.


s\דא איז אן אישי פון -------
כ'האלט אז דער עולם האט נישט ארויס די לעבנס שטייגער פון יענע צייט.
הרה"ק ר' מענדל רימאנוב'ער האט געטוהן אינעם ענין פון רעכטס אויף לינקס און האט מסביר געוועהן אז מען דארף גובר זיין די ימין על שמאל.
מיינט איהר דערפאר, אז וויבאלד ס'האט דאך אזא הייליגער הסבר, קען שוין בשום אופן נישט זיין אז אזעלכע גדולי עולם זאלן האבן געטראגן לינקס אויף רעכטס. זיי האבן דאך אוודאי אויך משיג געווען וואס ר"ר מענדעלע? זאג איך אייך ניין, ס'גייט נישט אזוי. אז איהר זעהט היינט אזויפיל דורות שפעטער ביי אונז חסיד'ישע קרייזן ווי שטארק עס איז אנגענומען געווארן, מיינט נישט וועגן דעם אז "יעדער" האט אזוי געטוהן דעמאלס און ס'קען נישט זיין אנדערש. איך זאג אייך מן הסתם האבן רובא דרובא גדולים געקנעפלט לינקס אויף רעכטס ווי די גאנצע וועלט. און ס'איז נישט קיין שום פלא.


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

ירא הקהל וישפוט!!

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג ינואר 17, 2012 4:26 pm

זאל דער עולם אליין דן זיין, און אז איך בין אפגעוואנדען הייב איך הענט. גערעכט איז גערעכט.
דראפ אין האט געשריבן: compare the 2 pics the chin and lips are not the same so obviously one was not from real life
which one or neither
?????????
צוגעלייגטע
בער פרענק 2.JPG
62A.jpg
62A.jpg (12.5 KiB) געזעהן 2356 מאל
לעצט פאראכטן דורך ללמוד וללמד אום מיטוואך ינואר 18, 2012 3:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 17, 2012 5:14 pm

בונמס זיידע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן: , אויך איז ידוע אז רוב אונערישע אידען ביז שנת תמ"ו זענען געווען ספרדים אדער חאטש האלבע ספרדים

אלזא בודון און שו"ת רמ"א איז נישט בודא
AS IN BUDAPEST


עס זעהט אויס ווי בודא (פעסט). עס שטייט דאך דארט ק"ק הגריים, וואס מיינט אונגארן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 17, 2012 5:28 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:אישים שרייבט אויף עם 'תקופה מסוימת שימש גם כשו"ב בקהילה', משמע אזוי רב ללמוד האט שוין ערווענט אז דאס איז געווען נאר צייטווילייג.

באמת וואלט זיך פארלאנגט א לענגערע אפהאנדלונג אויף די צביון פון פרעשבורג אין די תקופה פון מרן החת"ס, מיר אלע ווייסען מעשה תוקפו וגבורתו של החת"ס און עס קען זיך דאכטען אז אלעס איז עם געגאנגען דארט על מי מנוחות.

וואס איז ווייניגער באקאנט איז די ציפקע צרות וואס ער האט צומאל געליטען דארט, מען האט צוויי מאל געוועלט א ראש הקהל בניגוד לרצונו און זיין בארימטע ישיבה איז מער ווי איין מאל געווען בסכנת סגירה א דאנק מוסרים ואכמ"ל.


ווי דען איז דער פלאץ מאריך צו זיין? קעגען פראג און וואס דער נודע ביהודה זי"ע האט דארט געהאט אויס צו שטיין פון די הולכי קדומה, איז שוין פרעשבורג געווען א גן עדן פאר דער חתם סופר זי"ע. עטליכע ראשי קהילה האבען פרובירט מיט געוואלד ארויף צו צווינגען אויף דער חתם סופר וואס זיי האבען געוואלט, אבער זיי האבען פארט געהאט פאר אים גרויס דרך ארץ און זיך געמוזט אונטער געבען. איינע פון די זאכען האב איך אמאל געהערט איז געווען אז ער זאל זיי לאזען בויען א גימנאסיום און פרעשבורג, און דער חתם סופר האט אויס געפירט. נאכדעם איידער דער כתב סופר זי"ע האט ממלא מקום געווען זיין טאטע האבען די ראשי קהילה אים געשטעלט א תנאי אז ער מוז זיי דאס לאזען, און דער כתב סופר האט אוודאי זיי נישט געגעבען קיים רשות, איז דעריבער האט ער נישט געהאט קיין אפיציעלע שטאט קונסעס (כך שמעתי). אויב עס איז נישט אמת וועט איינער אונז אוודאי זאגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 17, 2012 5:29 pm

SPUSMN האט געשריבן:
בונמס זיידע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן: , אויך איז ידוע אז רוב אונערישע אידען ביז שנת תמ"ו זענען געווען ספרדים אדער חאטש האלבע ספרדים

אלזא בודון און שו"ת רמ"א איז נישט בודא
AS IN BUDAPEST


עס זעהט אויס ווי בודא (פעסט). עס שטייט דאך דארט ק"ק הגריים, וואס מיינט אונגארן.


א חוץ פון דעים איז בודון יא בודאפעסט,עס איז די אלטע חלק שטאט אויף די רעכטע זייט פונעם דונא.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 17, 2012 5:38 pm

וועגען בערד, איז מיינס אן עלטער זיידע געווען דער איינציגסטע און זיין שטאט וואס האט געהאט א בארד (חוץ דער רב). רבי בנימין מאנדעלבוים זצ"ל, דער ערשטע רב און סאטמאר (א תלמיד פון חתם סופר און האט אונטער געשריבען אויפען טיילונג) איז דאכט זיך מיר אז ער האט נישט געהאט א בארד. מען דערציילט דאכט זיך מיר אויף הרב דושינסקיא'ס זצ"ל פאטער אז ער האט זיך געשויערען די בארד יעדען פרייטיג לכבוד שבת. דאס איז געווען נארמאל און אונגארען ווי דער רב (נישט אפילו יעדער רב) איז געגאנגען דריי מאל א יאר א דריי שווענץ שטריימעל, אבער נישט און די קארפאטען און מארמעראש ווי יעדער איז געגאנגען חסידיש און אוודאי מיט בערד. מען דארף פשוט וויסען פון ווי און פון ווען מען רעדט, וועט שוין אלעס זיין פארשטענדליך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 17, 2012 6:01 pm

SPUSMN האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:אישים שרייבט אויף עם 'תקופה מסוימת שימש גם כשו"ב בקהילה', משמע אזוי רב ללמוד האט שוין ערווענט אז דאס איז געווען נאר צייטווילייג.

באמת וואלט זיך פארלאנגט א לענגערע אפהאנדלונג אויף די צביון פון פרעשבורג אין די תקופה פון מרן החת"ס, מיר אלע ווייסען מעשה תוקפו וגבורתו של החת"ס און עס קען זיך דאכטען אז אלעס איז עם געגאנגען דארט על מי מנוחות.

וואס איז ווייניגער באקאנט איז די ציפקע צרות וואס ער האט צומאל געליטען דארט, מען האט צוויי מאל געוועלט א ראש הקהל בניגוד לרצונו און זיין בארימטע ישיבה איז מער ווי איין מאל געווען בסכנת סגירה א דאנק מוסרים ואכמ"ל.


ווי דען איז דער פלאץ מאריך צו זיין? קעגען פראג און וואס דער נודע ביהודה זי"ע האט דארט געהאט אויס צו שטיין פון די הולכי קדומה, איז שוין פרעשבורג געווען א גן עדן פאר דער חתם סופר זי"ע. עטליכע ראשי קהילה האבען פרובירט מיט געוואלד ארויף צו צווינגען אויף דער חתם סופר וואס זיי האבען געוואלט, אבער זיי האבען פארט געהאט פאר אים גרויס דרך ארץ און זיך געמוזט אונטער געבען. איינע פון די זאכען האב איך אמאל געהערט איז געווען אז ער זאל זיי לאזען בויען א גימנאסיום און פרעשבורג, און דער חתם סופר האט אויס געפירט. נאכדעם איידער דער כתב סופר זי"ע האט ממלא מקום געווען זיין טאטע האבען די ראשי קהילה אים געשטעלט א תנאי אז ער מוז זיי דאס לאזען, און דער כתב סופר האט אוודאי זיי נישט געגעבען קיים רשות, איז דעריבער האט ער נישט געהאט קיין אפיציעלע שטאט קונסעס (כך שמעתי). אויב עס איז נישט אמת וועט איינער אונז אוודאי זאגען.


רב ספוזמן היקר, מיט 'מקומו' מיין איך דען אינזער וועלטעל? נעוואדע קען מען מאריך זיין אבער עס מוז דאך נישט זיין אין א אשכול איבער ר בער פרענק'ס בארד... מען קען עפענען א אשכול פון קורות ימי עיר פרעשבורג בימי המלכים הסופרים.

איך זאג נישט דער הייליגער חת"ס האט נישט אויסגעפירט, נאר מען זאל נישט מיינען ער איז דארט געזעצען על מי מנוחות.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 17, 2012 6:11 pm

SPUSMN האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:.

באמת וואלט זיך פארלאנגט א לענגערע אפהאנדלונג אויף די צביון פון פרעשבורג אין די תקופה פון מרן החת"ס, מיר אלע ווייסען מעשה תוקפו וגבורתו של החת"ס און עס קען זיך דאכטען אז אלעס איז עם געגאנגען דארט על מי מנוחות.

וואס איז ווייניגער באקאנט איז די ציפקע צרות וואס ער האט צומאל געליטען דארט, מען האט צוויי מאל געוועלט א ראש הקהל בניגוד לרצונו און זיין בארימטע ישיבה איז מער ווי איין מאל געווען בסכנת סגירה א דאנק מוסרים ואכמ"ל.


ווי דען איז דער פלאץ מאריך צו זיין? .


נישט דא ווי דער נושא איז ר בער פראנק זעה די הסכמות און די לינקס
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 17, 2012 8:58 pm

מסכים, איר זענט גערעכט מיינע פריינט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:29 pm

בונמס זיידע האט געשריבן:
מיר שטערט דער IMAGE פון א שו"ב און א עיר ואם בישרא' פון א רב דער ח"ס און א ראב"ד ר דניא' פרוסטיץ און דערצי א שו"ב וואס מאכט תקנות
אבער אז דאס זאל זיין במחיצתו של מרן החת"ס זי"ע גלייבט זיך נישט
[/quote]
דאס איז די השקפה פון מרן החת"ס אויף יודען מגולחי זקן וזלש"ק באו"ח סוף סי' קנ"ט:
אשר מלא פיו תוכחות, קדוש יאמר לו ובודאי כן הוא בכמה מנהגים שנתקלקלו אצל ההמונים ונעשה להם היתר בעו"ה, אבל אשר שם פניו נגד מגולחי הזקן לא ידעתי מה הרעש הגדול הזה, לכו נא ונוכחה, אי משוס חוקת הגוים, אשאלהו ויודיענו מי התיר לנו נעלים שחורים המבואר בש״ס לאסור מסאני אוכמי וכו', הנאמר שהוא מקור משחת כאשר כ' על עם ה'? אלו לא ניחא למרי' למימר הכי, והוא דבר דלא נמצא בש״ס ופוסקים, וגם לא בשום ספר מספרי חצונים, שיהיה הפרש בין ישראל לאינו ישראל בגילוח הזקן כי אז גם כל האומות היו מגדלים זקניהם ויעיין בש"ס וכו', אבל לא נמצא בשום מקום שיהיה בזה משונה מנהג גוים.

ומה שרמז לספרי מקובלים שכ' שלא להושיט ידי' בדקנ', כלל אין לי עסק בנסתרות, אבל מהם ומהמונם הותרה הרציעה לגמרי בכל ארץ אטליה שכל חכמיה מגולחי זקן, ונתלים באילן גדול ר׳ מנחם עזריה בעל עשרה מאמרות אבי המקובלים שהוא היה מגלח מבלי השאיר שערה א', וכן העיד עליו היש"ר מקאנאדי' באילים שלו, והיה אומר שעפ"׳ חכמי המקובלים אין ח"ל ראויה לכך.

ומה אאריך במה שאין לי יד ושם בו, אבל אבותינו הנהגו עצמם כן על צד ההכרח הגדול ולא מקור משחת ח״ו אלא בקדושה יתירה, והוא בימי גזירת תתנ"ו והרועים וכדומה התירו גדוליהם להמכתתיס רגליהם לשנות מלבוש ולגלח זקנם שלא יכירום האויבים, כי אז כבר גלחו הגויס זקניהם עפ״י מעשה ממלך פולין א' שהיה סריס כמבואר בספרי הימי', והתירו חז"ל שהי' בימים ההם לעשות כן ולהיות גלוחי הזקן דבר שא"א להשתנות והי' נכלמים מאוד האנשים ההמה בשובם לביתם, ע״כ נשתרבב המנהג שנא לגדלו כלל רק סימנא בעלמא שזה יגולח ויגדל בקוצר זמן שבן לילה הי׳, ורק אך מופלגי תורה היושבים בביתם הם מגדלים אותו, ואותן שלפני גזיר' ההיא שברחו לארץ פולין לא באו לכלל זה.
והנה זה ברור ונכון כי אלו הי' תחלת מנהגו באיסור הי' משום חוקי הגוים, אבל אחר שכבר נהגו ישראל לגלח תו אין בו שום נדנוד ופקפוק כלל אפי' ריח איסור אין בו וכו'.

כללו של דבר כל מה שאמר מכ"ת באגרת ריב"ח הנמשל הוא טוב וקדש קדשים והנמשל שסיבב פני' על חטא קל וקטן, לא יקרא ח״ו בשם חטא ועון חלילה וחס והאומר כן עתיד ליתן הדין בלי ספק, והייתי יכול להמשיל משל אחר אבל ועמך כולם צדיקים כתי׳, ויהי' ממחוז פלוני או פלוני. עכלה"ק

יעצט איז נאר אין די הענט פון דער מעיין עס אפצולערנען ווי אזוי ער וויל און דרייען וויאזוי ס'קומט בעסער אויס.... אבל אנו אין לזוז מפשוטו של מקרא.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

I LEARNED MY LESSON

תגובהדורך בונמס זיידע » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:55 pm

מיר דוכט זיך און אז מיר דוכט זיך איז וואס????

למוד וללמד האט געשריבן:
אז איך בין אפגעוואנדען הייב איך הענט. גערעכט איז גערעכט.


איך הייב הענט. אודה ולא בוש.


I LEARNED MY LESSON
:i"

ערשט קלאסיג וויפול שעה האט עס דיר ג'קאסט???
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 18, 2012 3:09 pm

כ'בין געבליבען מיט דער מויל אפען, אבער וואס דען וואלטען מיר עקספעקטעד פון א חתם סופר וואס איז געווען כולו אמת לאמיתו של תורה, קיין איין נדנוד של דופי און אים, און האט פאר דער אמת נישט מורא געהאט!!! דער וואס איז א מבין האט דא געזעהן א שטריך פון דער גדלות פון חתם סופר. יעדען טאג ווערט ער גרעסער און גרעסער און מיינע אויגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

בהמשך דעם שמועס בענין "שו"ב"

תגובהדורך בונמס זיידע » דאנארשטאג ינואר 19, 2012 11:27 pm

היינט נאכט האב איך זיך פאר"פריעט" צו מעריב מיט צוויי דריי מינוט האב איך ג'עפענט דאס ערשטע ספר, פון עפעס א ליטוואק דוכט זיך נאווארדאקער רב

סימן א סעיף כג
החכם כשבא ליתן קבלה: "ראשית חכמה יראת ה'". וביחוד בדורינו זה שרבתה המינות והקלות והפקפוקים בדברי חכמינו הקדושים ז"ל, ויאמרו "שמועה זו נאה וזו אינה נאה", וחמורות נעשה להם כקלות ה' ירחם – פשיטא ופשיטא שטרם כל יראה החכם לדרוש על הנוטל קבלה על דרכיו וענייניו. ואחר כך יבחין אותו על דיני השחיטה והבדיקה


גאר אינטערסאנט איז ווייטער
סימן א סעיף כה
בזמנינו זה נתהוה בערים הקטנות שלוקחים שוחט ובודק, ושיהיה גם שליח ציבור. ונכון הוא, אבל בתנאי שלא יהא לו עסק הרבה בחכמת הנגינה, דאם ישים לבו ונפשו להעמיק בחכמת הנגינה בחברת עוזרים – לא ישים לבו להשחיטה והבדיקה ולהעמדת הסכין. וגם מזה מתרבה קלות כידוע. ובערים קטנות אין מי שישגיח עליו, ואדרבא נשים ועמי הארץ שמחים כי נגן ינגן בחברת עוזרים, ואינם מבינים כי בזה יקלקל עסק השחיטה. ואי איישר חילי – אבטליניה. אלא יתפלל פשוט לפני העמוד בלי נגינות, ולבו תפנה רק להשחיטה והבדיקה.


עס איז מיר איינגעפאלען/ דערמאנט א מליצה אז רוממות קל בִּגְרוֹנָם דעמאלט וְחֶרֶב פִּיפִיּוֹת בְּיָדָם אבער דאס פאסט מער פאר א מוהל א חלף איז נישט פיפיות
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג ינואר 20, 2012 3:18 pm

מענין לענין,
הגאון רבי צבי אלשוואנג זצ"ל (א שוואגער פון הגאון רבי שמעון שקאפ זצ"ל) האט באקומען סמוכה פון דער ראגעטשאבער גאון זצ"ל, האט אים דער ראגעטשאבער געזאגט: "אז די קענסט נישט דאס ווייס איך, לאמיר כאטש זעהן צו די האסט יראת שמים" און ער האט אים געגעבען סמוכה אן פארהערען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » זונטאג ינואר 22, 2012 12:57 am

בלי אחריו אל אמיתת הסיפור

הרה"ג ר שמוא' פירער הי"ד קראסנער רב (מיט א קמץ) הי"דס מגדולי המוריפ בגאליציע פלעגט טיילען "הוראה" פאר בנש"ק אומפארהערט, ער איז אן ערליך קינד ער וועט נעמין א מו"ץ
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי בער פרענק

תגובהדורך dovidal » זונטאג ינואר 22, 2012 2:06 am

יש לי כמה מכתבים בכת יד של רי בער פרענק וכנראה היה אדם גדול
משהו יודע איפה למד רבי בער בצעירותו?

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

איפה למד רבי בער בצעירותו?

תגובהדורך בונמס זיידע » זונטאג ינואר 22, 2012 9:16 am

dovidal האט געשריבן:יש לי כמה מכתבים בכת יד של רי בער פרענק וכנראה היה אדם גדול
משהו יודע איפה למד רבי בער בצעירותו?


ראה כאן
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 24, 2012 4:45 pm

פון הערה 14 דארטען קען מען אפשר ארויס נעמען אז ער איז געווען א תלמיד פון רבי יוסף שטיינהארדט זצ"ל און פיורדא, וואס איז געווען דער עיקר ישיבה בימים ההם.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

קען מען אפשר

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 24, 2012 6:13 pm

SPUSMN האט געשריבן:פון הערה 14 דארטען קען מען אפשר ארויס נעמען אז ער איז געווען א תלמיד פון רבי יוסף שטיינהארדט זצ"ל און פיורדא, וואס איז געווען דער עיקר ישיבה בימים ההם.


פון לשון רבים?? מפורסמים??

א איבערבליק איבער אידיש/אוגארישע היסטאריע
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:05 pm

אינעם גליון 'ול התאחדותינו' מערכת 'משלחן מלכים' יענע וואך פרשת תצא, איז געדרוקט א שמועס צווישען אדמו"ר (מהר"א) מסאטמאר און הרב ר' אהרן טויסיג פון ירושלים. הרב טויסיג דערציילט אז ער האט געהערט פון הרב גאלדשטיין דער בעל לקוטי הערות אויף שו"ת חתם סופר, אז ווען עס איז ארויסגעקומען דער ספר חידושי רבי מנחם כץ-פרוסטיץ, איז ער געווען ביי טשעבינער רב זצ"ל און זיי האבן געשמועסט איבער דעם גאון רבי מנחם כ"ץ אב"ד צעהלים, וואס ווי דערמאנט איז ער געווען מתלמידי מרן החתם סופר.

הרב גאלדשטיין וואס ער איז דאך געווען דער מונחה גדול בספרי הח"ס האט געזאגט אז ר' מנחם כ"ץ ווערט דערמאנט עלף מאל בספרי מרן, און דער טשעבינער רב האט באלד מגיב געוועם אז דער מספר איז ניטש מדויק נאר ער ווערט דערמאנט דרייצן מאל. ווען הרב גאלדשטיין איז אהיימגעקומען האט ער נאכאמאל בודק געווען, און ער האט געזעהן אז דער טשעבינער רב איז טאקע גערעכט געווען.

עד כאן וואס הרב טויסיג האט דערציילט.

דער פראבלעם מיט די מעשה איז, אז דער ספר פון רבי מנחם כ"ץ איז הערשט געדרוקט געווארן בשנות התש"נ און דער טשעבינער רב איז דאך שוין נפטר געווארן מיט גנאפע 30 יאר בעפאר? איז דאך זיכער דא עפעס א טעות אין די מעשה (איך האב נאכנישט נאכגעקוקט וויפיל מאל רבי מנחם כ"ץ ווערט טאקע דערמאנט, דאס איז גרינג צו טרעפן בספרו של הרב קונסטליכער שאינו נמצא תח"י כעת).

למעשה זאגט מיר היינט עמיצער אז ווארשיינליך איז די רעדע פון אן אנדערן תלמיד פונעם חת"ס בשם רבי יהושע כ"ץ, וואס זיין ספר איז טאקע ערשינען בחיי הטשעבינער רב.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יוני 09, 2016 10:31 am

יעצט געוואר געווארען פון ר' אברהם פרישמאן
בילד
אז הרהגה"צ ר' מנחם כ"ץ זי"ע האט געהאט א זייוג שלישי
דער נוסח פון איר מצבה אין קויבערסדארף.
Capture.GIF

טייטל
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג יולי 12, 2016 12:17 pm


טייטל
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג יולי 18, 2016 12:59 pm

קיקיון האט געשריבן:יעצט געוואר געווארען פון ר' אברהם פרישמאן
אז הרהגה"צ ר' מנחם כ"ץ זי"ע האט געהאט א זייוג שלישי
דער נוסח פון איר מצבה אין קויבערסדארף.

אין רב ראקאוו"ס הוספות צו תולדות וחידושי ר' מנחם כ"ץ שרייבט ער אז ר' מנחם זי"ע האט איר ציגעזאגט א שטיקעל פון חתם סופר'ס שיריים פונעם לוייתן
צוגעלייגטע
26.pdf
(136.8 KiB) דאונלאודעד 168 מאל

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » מיטוואך יולי 20, 2016 2:01 pm

פניתי לידידי הרב פרישמאן עם ההערה, שבמקור שהביא טייטל מספרו של הרב ראקאב היתה זו' השלישי של הג"ר מנחם אחות זקנתו של ר' יעקב גרינצווייג בשם ראטה. האם זה עולה עם מה שהביא קיקיון בשמו שהיתה אלמנתו של ר' ישעי' צאללשאן.

והשיב לי כי היינו הך. ר' יעקב גרינצווייג הי' בן ר' שיע אליקים ב"ר יונתן בנימין. (ר' שיע אליקים הוא חמיו של ר' ישראל קליין אבי המשב"ק בחצה"ק בעלזא ר' שמעון וואלף הי"ו). ר' יונתן בנימין הי' חתן ר' משה ראטה מראאב (גיור-סיגאט). ר' משה הנז' הי' חתן ר' שלמה מאיר אדלער מקויבערסדארף שהי' גם אבי ראכלה המדוברת.

וביקש להודיע בשער בת רבים, כי נוסח המצבה הנז' של ראכלה קיבל מהר"ר בעריש וועבער מברוקלין.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 21, 2016 9:03 am

הרה"ג ר' טובי' יוא' שטיינער זצ"ל
אין תולדות וחידושי ר' מנחם כ"ץ שרייבט די מעשה פון די הבטחה פאר א "אשה צנועה אחת"
ר' טובי' האט גארנישט געוויסט אז דאס איז געווען זיין זיידע'ס רביצין
Capture.GIF


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רואיג! און 4 געסט