רבי משה גרינוואלד זצ"ל הערוגת הבשם - ז' אב עת"ר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רבי משה גרינוואלד זצ"ל הערוגת הבשם - ז' אב עת"ר

הודעהדורך בןהרחמן » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 9:08 pm

דאס איז איינע פון די אשכולות וואס זענען ארויסגעפאלן פונעם סיסטעם ביים סארווער קראך.

דער אשכול איז גע-עפנט געווארן דורך ידידינו ווארד2007

הודעהדורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:09 pm
די קומענדיגע וואך זונטאג געפאלט די 100טע יארצייט פון הייליגן ערוגת הבשם

דער הייליגער ערוגת הבשם איז געבוירן י"א שבט שנת תרי"ג אין די שטאט טשארנא, צו זיין טאטן ר' עמרם.

אלס קינד ווען ער איז געווען צוזאמען מיט זיין זיידן הגאון רבי יוסף אב"ד טשעטשאוויטץ ביי ר' שמעלקא סעלישער, האט ר' שמעלקא געזאגט אויף אים "ביי דעם קינד איז נתקיים דער פסוק "לבעבור תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו".

ער איז געווען א תלמיד פון הג"ר מנחם כ"ץ (תלמיד החת"ס) ווי אויך פון זיין זיידן דער טשעטשאוויטץ רב, שפעטער האט ער געלערנט ביים הייליגן כתב סופר (דאכט זיך אין די זעלבע צייט ווי הג"ר יוסף חיים זאנענפעלד גאב"ד ירושלים).

דאס ערשטע מאל וואס ער איז געפארן צו א רבין איז געווען צום הייליגן דברי חיים, ער איז אנגעקומען נאך חצות היום, און געטראפן דעם דברי חיים שטיין מיטן טלית אויפן אקסל, און ער האט געטראכט צו זיך מעגליך אז חסידים דאווענען מנחה מיטן טלית און תפילין, שפעטער אבער האט ער געהערט ווי דער דברי חיים הייבט אן ברכות של שחר איז ער ארויסגעלאפן, און נישט געוואלט דארט בלייבן.

(שפעטער ווען ער איז נתקרב געווארן צו חסידות דאכט זיך האט ער זיך מתרמר געווען אז אזוי האט ער נישט געקענט דעם דברי חיים)

בעיקר איז ער נאכדעם נתקרב געווארן צו חסידות דורכן ספר ייטב לב, ווי באקאנט איז עס געווען געדרוקט אן א נאמען פונעם מחבר, און ער האט אנגעהויבן נאכצוגיין ווער דער מחבר איז, און אזוי איז ער נתקרב געווארן.

דער ייטב לב האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען צו אים, און יענער האט זיך פארגעשטעלט ווער ער איז, האט אים דער ייטב לב געזאגט דו קוקסט אויס ווי פאר צוואנציג יאר צוריק, ווען יענער האט נישט פארשטאנען האט ער אים מסביר געווען, דער הומנער רב (דער ערוגת הבשם איז געווען רב א שטיק צייט אין הומנא) ווען ער קומט צו מיר קוקט ער אויס אנדערש, ווייל ער ווערט נתעלה מיט מדריגות, דו ביסט געבליבן דער זעלבער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק.

שפעטער איז ער אסאך געפארן צו די בעלזער רביים הרה"ק ר' יושע והרה"ק מהרי"ד, און ער ברענגט טאקע אין ספר אסאך דברי תורה פון זיי.

דער ערוגת הבשם איז געווען דער מוהל ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
און ס'איז באקאנט אז דער ערוה"ב האט געבעטן דעם רבין ער זאל לערנען פאר אים משניות, זאגנדיג אז א גוטער פריינד קען אמאל א טובה טון מיט א פרק משניות.

א געוויסער צדיק האט געזאגט (אין מיין דער בעלזער רב מהרי"ד, נישט זיכער) אז ווען ער קען ווען נישט דעם מחבר פון ערוגת הבשם וואלט ער געזאגט אז ס'איז ווי דער נועם אלימלך.
לעצט פאראכטן דורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:13 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט! (קרעדיט: מיכאל שניצלער)

ווארד2007
שר חמישים ומאתים
הודעות: 396אוועטער


הודעהדורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:10 pm
אפס!
געב איך א סוירטש אזוי פאר נייגעריגקייט זע איך אז פון די משפחה רעדט מען שוין, נו דא האט איר א לינק
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 441&hilit=
און א העתק הנוגע קצת לענינינו

אבי המשפחה ר' יוסף גרינוואלד אב"ד יאנושהאז, טאלטשאווא, וטשעטשאוויץ, נפטר תר"ל.
בנו ר' עמרם גרינוואלד מטשארנא תלמיד חביב להכתב סופר (סירב קבלת הרבנות במונקאטש) (כ"ח ניסן תר"ל)

בניו הרבנים:
ר' משה גרינוואלד אב"ד הומנא-קליינווארדיין-חוסט מחבר ספר ערוגת הבשם (ז' אב תר"ע)
ר' אליעזר דוד גרינוואלד דומ"ץ בסערדאהעלי-ואב"ד בצעהלים-ווישעווע-סאטמאר מח"ס קרן לדוד (ר"ח סיון תרפ"ח)

משפחת הערוגת הבשם: בניו:
ר' אברהם יוסף אב"ד מאקווא-חוסט-אונגוואר מח"ס אבני שיש (ט"ו טבת תרפ"ח)
בניו ר' יהושע אב"ד חוסט מח"ס חסד יהושע, ור' מאיר אב"ד טעטש
ר' יעקב יחזקי' אב"ד צעהלים-באניהאד-פאפא מח"ס ויגד יעקב (ב' אדר תש"א)
בנו ר' יוסף אב"ד פאפא מח"ס ויחי יוסף-ויען יוסף
ר' יקתואל יהודא אב"ד יארע מח"ס זכרון אב
בנו ר' עמרם צבי מח"ס
ר' לוי יצחק אב"ד צעהלים (חתן אחיו ר' אברהם יוסף) מח"ס הכנה דרבה

חתנו:
ר' אהרן זילבערשטיין (ב"ר דוד ישעי' מווייטצען) אב"ד קערעצקי-בעלעד (נשא מקודם את בתו מרת שרה יוכבד ובפטירתה נשא את בתו מרת מירל חי' הי"ד שהיתה נשואה מקודם לר הלל מאיר עהרענגרובער בנו של ר' אלעזר מרדכי אב"ד ווראנוב).
לעצט פאראכטן דורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט! (קרעדיט: מיכאל שניצלער)

ווארד2007
שר חמישים ומאתים
הודעות: 396אוועטער


הודעהדורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:12 pm
און אט דא האט איר א לינק תולדות בנו אב"ד צעהלים ז"ל

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... =viewtopic
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט! (קרעדיט: מיכאל שניצלער)

ווארד2007
שר חמישים ומאתים
הודעות: 396אוועטער


הודעהדורך ביקסאד אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:27 pm
פאר בעלזא פלעגט ער פאהרן קיין שינאווא צו דעם דברי יחזקאל.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר שלשת אלפים
הודעות: 3157


הודעהדורך זושאלע אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:28 pm
זיין אייניקל דער פאפער רב בעל ויחי יוסף זצוק"ל פלעגט זאגן, אז שטענדיג פאלט אויס ז' אב, אינעם טאג פון די וואך וואס פאלט אויס ז' אדר יומא דהילולא פון משה רבינו.
מען זאל נישט געפרובט ווערן...

זושאלע
שר העשר
הודעות: 46


הודעהדורך זושאלע אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:34 pm

ביקסאד האט געשריבן:פאר בעלזא פלעגט ער פאהרן קיין שינאווא צו דעם דברי יחזקאל.

'שבת נחמו' האט דער ערוגת הבושם געהאט חזקה צו פארן קיין שינאווא.
אז ס' איז אמאל געווען א שאלה ביים שינאווער רב און ער האט געוואלט הערן נאך א דעת תורה, פלעגט ער צו זאגן, 'אויף שבת נחמו וועט דאך קומען חוסטער רב, וועלן מיר איהם דאמאלטס פרעגן.
מען זאל נישט געפרובט ווערן...

זושאלע
שר העשר
הודעות: 46


הודעהדורך נחמן נתן אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 11:03 pm
הגה"צ אב"ד ור"מ וויען שליט"א (וומסב"ג) האט מיט יאהרן צוריק ארויסגעגעבן א הערליכען חיבור (צוויי כרכים) "תולדות ערוגת הבושם". העכסט רייך און באלערנד.
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך!

נחמן נתן
שר האלף
הודעות: 1808אוועטער


הודעהדורך ללמוד וללמד אום זונטאג יולי 18, 2010 3:02 pm

נחמן נתן האט געשריבן:הגה"צ אב"ד ור"מ וויען שליט"א (וומסב"ג) האט מיט יאהרן צוריק ארויסגעגעבן א הערליכען חיבור (צוויי כרכים) "תולדות ערוגת הבושם". העכסט רייך און באלערנד.

טאמער כ'געדענק איז א גרויס חלק פון די תולדות געשריבען געווארן דורך זיין פעטער הגה"צ ר' משה ליב כ"ץ זצוק"ל הי"ד איידעם פון ויגד יעקב.

כ'האב היינט געהערט פון אן עלטערן איד אז פאפער רב זצ"ל האט פארציילט, איינמאל האט ער באזוכט א גרויסער דאקטאר, זאגט איהם דער דאקטאר, כ'האב אמאל אונטערזוכט איינעם גרינוואלד אין וויען צו האט דאס געקענט זיין משפחה מיט אייך? ענטפערט ער איהם, דאס איז געוועהן מיין זיידן [דער ערוגת הבשם]. זאגט איהם דער דאקטער: אויב אזוי וועל איך דיר פארציילן וואס האט מיט איהם פאסירט. ער האט דאן געדארפט דורכגיין אן אפאראציע, האט ער פארלאנגט אז מ'זאל איהם נישט איינשלעפען, ווייל ער וויל זיך נישט בידים ברענגען צו היסח הדעת פון דעם שויתי. ער האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך נישט רירן. און כך הוה במשך דעם גאנצען אפאראציע איז ער געלעגן בדבקות און האט זיך קיין ריר נישט געגעבען. זי"ע!

ללמוד וללמד
שר חמישים ומאתים
הודעות: 340


פארטיג נאך א רינגעלע אינעם השבת אבידה אונטערנעמונג
אוועטער
בןהרחמן
סעקרעטאר
 
הודעות: 1493
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2006 12:08 am
געפינט זיך: אויפן רעקליינער

Advertisement

הודעהדורך בןהרחמן » מאנטאג נובמבר 01, 2010 7:29 am

מצבת הערוגת הבושם - נתחדשה בשנת תשל"ד
עטעטשמענטס
Arugath HaBosem.jpg
אוועטער
בןהרחמן
סעקרעטאר
 
הודעות: 1493
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2006 12:08 am
געפינט זיך: אויפן רעקליינער

הודעהדורך בןהרחמן » מאנטאג נובמבר 01, 2010 7:37 am

משפחת הערוגת הבשם: .....

חתנו:
ר' אהרן זילבערשטיין (ב"ר דוד ישעי' מווייטצען) אב"ד קערעצקי-בעלעד (נשא מקודם את בתו מרת שרה יוכבד ובפטירתה נשא את בתו מרת מירל חי' הי"ד שהיתה נשואה מקודם לר הלל מאיר עהרענגרובער בנו של ר' אלעזר מרדכי אב"ד ווראנוב).

מצבת ר' אהרן זילבערשטיין בעיר בעלעד

אינטערעסאנט אז אויף די מצבה האט מען געמאכט א נייע באדייט פאר די ראשי תיבות פון ת.נ.צ.ב.ה.
ת'גרום נ'פש צ'דקתו ב'יאת ה'משיח
עטעטשמענטס
a10.jpg
אוועטער
בןהרחמן
סעקרעטאר
 
הודעות: 1493
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2006 12:08 am
געפינט זיך: אויפן רעקליינער

הודעהדורך טאבאקא » דאנערשטאג יולי 07, 2011 12:19 pm

בןהרחמן האט געשריבן:
הודעהדורך ללמוד וללמד אום זונטאג יולי 18, 2010 3:02 pm

נחמן נתן האט געשריבן:הגה"צ אב"ד ור"מ וויען שליט"א (וומסב"ג) האט מיט יאהרן צוריק ארויסגעגעבן א הערליכען חיבור (צוויי כרכים) "תולדות ערוגת הבושם". העכסט רייך און באלערנד.

טאמער כ'געדענק איז א גרויס חלק פון די תולדות געשריבען געווארן דורך זיין פעטער הגה"צ ר' משה ליב כ"ץ זצוק"ל הי"ד איידעם פון ויגד יעקב.

איך זוך שטארק צו באקומען דער ספר.
ווער עס קען מיר ארויסהעלפן דערמיט זאל זיך מיט מיר פארבינדן פריוואט.
טאבאקא
שר חמש מאות
 
הודעות: 665
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 12:29 am

הודעהדורך געלינקטער » זונטאג יולי 17, 2011 5:14 pm

געלינקטער
שר מאה
 
הודעות: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נובמבר 12, 2010 9:08 am

הודעהדורך נחמן נתן » מאנטאג יולי 18, 2011 1:24 pm

מיר האבן א ידיעה אז מ'טוט איבערארבעטן דעם 'תולדות ערוגת הבושם' פונדאסניי.
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר האלפיים
 
הודעות: 2920
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2008 6:11 pm
געפינט זיך: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

הודעהדורך טאבאקא » מאנטאג יולי 25, 2011 12:25 pm

די פריערדיגע בענדער אויך? איך האב געהערט אז מען לייגט בלויז צו א באנד.

אויך וויל איך וויסן ווען עס וועט גיין צום דרוק.
טאבאקא
שר חמש מאות
 
הודעות: 665
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 12:29 am

הודעהדורך נחמן נתן » מאנטאג יולי 25, 2011 12:45 pm

טאבאקא האט געשריבן:די פריערדיגע בענדער אויך? איך האב געהערט אז מען לייגט בלויז צו א באנד.

כמדומני, תפוס לשון ראשון.
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר האלפיים
 
הודעות: 2920
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2008 6:11 pm
געפינט זיך: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

הודעהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג יולי 25, 2011 12:51 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:די פריערדיגע בענדער אויך? איך האב געהערט אז מען לייגט בלויז צו א באנד.

כמדומני, תפוס לשון ראשון.

אחרון וראשון. ווי איך הער איז דא נאך א באנד בכתב, טאמער מ'קוקט אין תולדות ערוה"ב איז עס קיינמאל נישט פארענדיגט געווארן. און דערצו וועט ווארשיינליך ווערן איבערגעארבייט די פריערדיגע אויך
אוועטער
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
 
הודעות: 692
זיך איינגעשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

הודעהדורך טאבאקא » דינסטאג יולי 26, 2011 4:54 pm

א צייט ווען עס וועט פערטיג ווערן ווייסט איר?
איך וויל וויסן צו עס לוינט מיר אנצוגיין מיט מיין זוכעניש.
טאבאקא
שר חמש מאות
 
הודעות: 665
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 12:29 am

הודעהדורך הלשון » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 6:28 pm

בנוגע נאך א באנד:
אינעם קובץ התורני "אור ישראל" איז בערך א יאר צוריק געווען געדריקט עטליכע עפיזאדן פון הגה"ק בעל ערוגת הבשם זצוק"ל. די מקור דערפון איז געווען: תולדות ערוגת הבשם, חלק "שלישי", וואס ווערט אצינד צוגעגרייט לדפוס, דורך נכדו הרב אהרן ישעי' ראזנער. (הג"ר אהרן ישעי' איז חתנו פון הגה"צ מוויען שליט"א, און דומ"ץ בק"ק סאמבאטעהל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטער
הלשון
שר חמש מאות
 
הודעות: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 4:48 pm

הודעהדורך הלשון » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 6:30 pm

אגב: קומענדיגן זונטאג, א' ואתחנן, פאלט אויס די יארצייט פונעם ערוגת הבשם זי"ע. ז' מנחם-אב תר"ע-תשע"א
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטער
הלשון
שר חמש מאות
 
הודעות: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 4:48 pm

הודעהדורך הלשון » דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 2:02 pm

א לעצטיגע בילד פונעם שוהל (נאכ'ן רענאווירט ווערן פון אינדרויסן) בעיר חוסט, ווי דער ערוגת הבשם און נאך צדיקים וקדושי עליון האבן אפגעראכטן זייערע עבודה
עטעטשמענטס
Chust.jpg
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטער
הלשון
שר חמש מאות
 
הודעות: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 4:48 pm

הודעהדורך מומחה יוחס » זונטאג אוגוסט 07, 2011 12:07 am

היינט נאכט מוצאי שבת איז דער יא"צ

זי"ע ועכי"א
אוועטער
מומחה יוחס
שר חמש מאות
 
הודעות: 951
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 11, 2010 12:22 pm
געפינט זיך: ווי יא

הודעהדורך והוא פלאי » זונטאג אוגוסט 07, 2011 12:42 am

איך האב געהערט לעצטענס אז עס טוט זיך וועגען איבערדריקן דעם ערוגת הבשם, און פאררעכטען דאס וואס זעהט אויס ווי גרייזן, ווייסט איינער אינפארמאציע וועגען דעם?
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
 
הודעות: 2469
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:18 pm

הודעהדורך הלשון » זונטאג אוגוסט 07, 2011 5:06 pm

והוא פלאי האט געשריבן:איך האב געהערט לעצטענס אז עס טוט זיך וועגען איבערדריקן דעם ערוגת הבשם, און פאררעכטען דאס וואס זעהט אויס ווי גרייזן, ווייסט איינער אינפארמאציע וועגען דעם?


ס'נישט מער ווי פארשטענדליך אז היינטיגע צייטן ווען מ'דריקט איבער א ספר, דריקט מען אויס לויטן היינטיגן סטאנדארט, דהיינו שיינע קלארע אותיות, פיענוח ראשי תיבות, חילוקי קטעים וכו'. א טייל פון דעם איז אויך מתקן צו זיין אויב ס'איז בטעות אריינגעפאלן טעותי הדפוס אין די פריערדיגע מהדורות...

די שאלה איז צו מ'דריקט עס בכלל איבער....
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטער
הלשון
שר חמש מאות
 
הודעות: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 4:48 pm

הודעהדורך הלשון » זונטאג אוגוסט 07, 2011 5:42 pm

שטייענדיג בעצם יום היארצייט, וועלכע פאלט אויס אין די טעג ווען כלל ישראל איז מקונן אויף די ביטערע חורבן, וואס חז"ל לערנען אונז איז געקומען ליידער צוליב מחלוקת ושנאת חנם, איז כדאי מעתיק זיין אן עובדא וואס איך האב פונקט לעצטענס געהערט.

הגה"ק מהרי"ד מבעלזא זצ"ל, זיך געפינענדיג אמאל אויף אפרוה, איז אויסגעקומען צו שמועסן איבער די גדלות פון הגה"ק בעל ערוגת הבשם זצ"ל. אינמיטן האט דער בעלזער רב ז"ל געפרעגט אויב איינער ווייסט עפעס איבער די מוטער פונעם ערוגת הבשם, אין וועלכע זכות זי האט זוכה געווען צו אזא הייליגע קינד...

עטליכע אנוועזענדע האבן פראבירט צו דערציילן, זה בכה וזה בכה, אבער דער רב האט זיך נישט באגנוגנט דערמיט. ביז איינער האט דערציילט די פאלגענדע מעשה:

ווען ס'איז געקומען די צייט פון שידוכים ביים פאטער פונעם ערוגת הבשם, הצדיק ר' עמרם מטשארנא, איז דער בחור ר' עמרם, ווי דער סדר איז געווען, אריבערגעפארן לעיר מגוריו פונעם כלה, מיט'ן פלאן גומר צו זיין די שידוך בשעה טובה.

למעשה, הארט פארן שליסן דעם שידוך, האט די מדוברת, משום איזה סיבה שהוא, געמאלדן אז זי שפירט אז ס'נישט פאר איר...!

די סיטואציע איז נישט געווען אזוי בא'טעמ'ט. די בחור איז שוין געקומען צו פארן, און אצינד דארף מען איהם אהיים שיקן מיט ליידיגע הענט.

א אינגערע שוועסטער פונעם מדוברת, וועלכע איז אנוועזנד געווען אינדערהיים, נישט וועלנדיג אז די בחור זאל פארשעמט ווערן און אהיים פארן בצער ושברון רוח, און האבנדיג געהערט איבער זיין גרויסקייט בתורה ויר"ש, האט זי באלד געמאלדן פאר אירע עלטערן, אז זי איז מסכים איהם צו נעמן פאר א חתן...! כן הוה, נאך א קורצע צייט האט מען געבראכן טעלער בשעה טובה ומוצלחת.

הערנדיג די מעשה, נחה דעתו הק' של הצדיק מבעלזא, זאגנדיג אז דאס איז שוין יא גענוג א גדלות, וואס בזכות זה זאל זי האבן זוכה געווען אראפצוברענגן אזא הויכע נשמה וואס האט באלאכטן כלל ישראל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטער
הלשון
שר חמש מאות
 
הודעות: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 4:48 pm

הודעהדורך מומחה יוחס » זונטאג אוגוסט 07, 2011 10:34 pm

עס האט מיר איינער דערציילט היינט א איש נאמן וואס האט געהערט פין הרה"ג ר' משה סופר שליט"א רב קהילת פאפא ירושלים א דבר נפלא

אז דער ערוגות הבושם האט אין זיין יונגע יארן אנגעשריבן א געוואלד מיט חידושי תורה על הש"ס על הסדר אין האט פארשטייט זיך געפלאנט ארויס צו געבן אבער שפעטער איז ער דאך נתקרב געווארן צו חסידות האט ער מחליט געוועהן צו פאר ברענען דער חידושים ווייל היות עס איז געשריבן געווארן ווען ער איז נאך געוועהן ווייט פין תורת בעל שם טוב הקדוש אין האט נאכנישט געהאט קיין השגות אין עבודת השם אשר ע"כ איז דער חידושים נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים .

דבר נורא הוא
אוועטער
מומחה יוחס
שר חמש מאות
 
הודעות: 951
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 11, 2010 12:22 pm
געפינט זיך: ווי יא

הודעהדורך הלשון » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 9:41 pm

והוא פלאי האט געשריבן:איך האב געהערט לעצטענס אז עס טוט זיך וועגען איבערדריקן דעם ערוגת הבשם, און פאררעכטען דאס וואס זעהט אויס ווי גרייזן, ווייסט איינער אינפארמאציע וועגען דעם?

כהאב פונקט היינט געהערט אז עס טוט זיך טאקע, בנוגע איבערדריקן דעם ספר ערוגת הבשם על התורה.
לויט'ן דער וואס האט מיר דאס דערציילט - גראדע א מקור מוסמך - האט עס געזאלט שוין ארויסקומען אויפן יארצייט, פארגאנגענע וואך. אבער צוליב די טענות האט מען עס דערווייל נישט געשיקט צום דרוק.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטער
הלשון
שר חמש מאות
 
הודעות: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 4:48 pm

הודעהדורך ראש הקהל » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:36 pm

הלשון האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:איך האב געהערט לעצטענס אז עס טוט זיך וועגען איבערדריקן דעם ערוגת הבשם, און פאררעכטען דאס וואס זעהט אויס ווי גרייזן, ווייסט איינער אינפארמאציע וועגען דעם?

כהאב פונקט היינט געהערט אז עס טוט זיך טאקע, בנוגע איבערדריקן דעם ספר ערוגת הבשם על התורה.
לויט'ן דער וואס האט מיר דאס דערציילט - גראדע א מקור מוסמך - האט עס געזאלט שוין ארויסקומען אויפן יארצייט, פארגאנגענע וואך. אבער צוליב די טענות האט מען עס דערווייל נישט געשיקט צום דרוק.


בעצם איז שוין איינער געדוקט א נייע ערוגת הבושם אויף סדר בראשית, ער האט אויך איבער געמאכט די הכנה דרבה, און הגש"פ, אבער זייער נישט
קיין שיינע ארבעט, בעלזא ארבעט שוין יארן אויפ א נייע, און דארף שוין אט אט זיין ארויס פון דרוק, און די פריעדיגע האט פשוט געוואלט אויסכאפן בעלזא,
די סיבה פארוואס בעלזא דרוקען עס, איינס בעלזא רבי שליט"א איז א נעפיו, והעיקר וויבאלד בעלזא רבי שליט"א איז זייער דבוק און ערוגת הבושם, און
ער זאגט אז זיין כח מחדש זיין, און זאגן, קומט פון לערנען דער ערוגת הבושם,

גלייבטס מיר, איך שוים קוים ווארטן צו האבן א נייע דרוק ערוגת הבושם און די האנט,
ראש הקהל
שר חמש מאות
 
הודעות: 598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 04, 2011 12:36 pm

הודעהדורך מומחה יוחס » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:44 pm

ענטשולדיגט דאס האט גארנישט מיטן בעלזער רבין בכלל דאס האט מיט הרב אהרן שפירא מנאראל בני ברק ודי בזה
אוועטער
מומחה יוחס
שר חמש מאות
 
הודעות: 951
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 11, 2010 12:22 pm
געפינט זיך: ווי יא

הודעהדורך ראש הקהל » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:48 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ענטשולדיגט דאס האט גארנישט מיטן בעלזער רבין בכלל דאס האט מיט הרב אהרן שפירא מנאראל בני ברק ודי בזה


האט אים נישט די בעלזא רבי געשיקט?
קען זיין הצדק עמך וויבאלד ער האט היי יאר שיין איבערגעארבעט די הגש"פ,
איז רבי אהרן שפירא אב"ד נאראל ב"ב אן אייניקעל??
ראש הקהל
שר חמש מאות
 
הודעות: 598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 04, 2011 12:36 pm

הודעהדורך מומחה יוחס » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:56 pm

ראש הקהל האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ענטשולדיגט דאס האט גארנישט מיטן בעלזער רבין בכלל דאס האט מיט הרב אהרן שפירא מנאראל בני ברק ודי בזה


האט אים נישט די בעלזא רבי געשיקט?
קען זיין הצדק עמך וויבאלד ער האט היי יאר שיין איבערגעארבעט די הגש"פ,
איז רבי אהרן שפירא אב"ד נאראל ב"ב אן אייניקעל??


רבי אהרן שפירא איז נישט קיין אייניקל לפי מיטיב ידיעתי
אוועטער
מומחה יוחס
שר חמש מאות
 
הודעות: 951
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 11, 2010 12:22 pm
געפינט זיך: ווי יא

הודעהדורך הלשון » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 12:10 am

אן אריינגיין אין דעם נושא, ווער ס'האט מער רעכטן צו דרוקן דעם ספר, אייניקלעך צו נעפיוס....
לפי השמועה איז דא טענות וועגן די "שינויים" וואס זיי ווילן מאכן. די טענות וואלטן געווען אפילו ווען סיי בעלזער רב און סיי נאראלער רב זאלן ווען זיין דירעקטע אייניקלאך
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטער
הלשון
שר חמש מאות
 
הודעות: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 4:48 pm

הודעהדורך מי יודע » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:50 am

אן אריינגיין אין די רעכטן ווער ס'מעג עס דרוקן
אבער זייט וויסן אויב ווערט דאס נישט געדרוקט אין די נעקסטע פאר יאר וועט זיין 5 מהדורות פון ערוגת הבושם

איך האב געוואוסט אז פאפא ארבעט דערויף און באזונדער ר' אהרן זילבערשטיין מצעלים, יעצט הער איך אז בעלזא אויך

זאל יעדער ארויסגעבן און דער עולם וועט זיך וועלן וועלכע ס'איז די שענסטע, אזוי ווי קדושת יו"ט

ערוגת הבשם איז א מורא'דיג אויפגעכאפט ספר, שיינע הערליכע אגדה וחסידות ומוסר והתחזקות אזש די פינגער צו באלעקן, איך ווייס נישט וועלכע שינויים מען וויל מאכן, אויב איז עס אבער מער מפענח צו זיין די טייטשן ביים אויספיר (ווער ס'לערנט עס ווייסט וואס איך מיין) זע איך נישט קיין פראבלעם כל עוד זיי מאכן עס אין פוטנאטס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי יודע
שר שלשת אלפים
 
הודעות: 3243
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 3:35 pm

קומענדיגע

צוריק צו על הצדיקים ועל החסידים

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: Bing [Bot] און 3 געסט

  • Advertisement