בילדער פון אמעריקאנער רבנים ואנשי השם ווער ווייסט?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ער שרייבט

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:58 am

ער שרייבט ער איז אן אייניקעל פון רביים ביזן בעש"ט
איך האב דעם ספר און אזוי שרייבט ער אויפן שער בלאט
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום דאנארשטאג ינואר 03, 2013 12:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:59 am

מיללער האט געשריבן:
msp האט געשריבן:זיי זענען דאכט זיך אייניקלעך פון קארטשינער רב


איר מיינט געוויס הגאון רבי שמואל אהרן רובין אב"ד קארטשין בעמח"ס שם עולם ושא"ס. דאהי אין אמעריקא איז געווען אן אייניקל מיטן זעלבן נאמען, ר' שמואל אהרן רובין דער מנהל פון 'אגודת אנשי מעמד' ווי דער חשוב'ער מסדר קידושין און באליבטער רעוורענד בן (בעני) בוזי, האט שוין דא מאריך געוועזן:
viewtopic.php?p=380203#p380203

ברויך מען זוכען צו שפינען ווייטער די קייט


יעצט זעה איךדא אז דער ר' שמואל אהרן פון אנשי מעמד האט באמת געהייסן 'ראבינאוויץ' זיין טאטע ר' נפתלי דוב ראבינאוויטש איז אוועק אין ניו יארק בשנת תרצ"ח, געווען אן אייניקל (באח"ב?) פוונעם יוד הקדוש פון פרשיסחא (ווער קען אפירברענגען ר' מיילעכ'ל צו שאפן זיין מציבה?), פון זיין מאמע'נס צד איז ר' שמואל אהרן געווען אן אייניקל פונעם דערמאנטן ר' משואל אהרן רובין אב"ד קארטשין, זי איז געווען א טאכטער פון ר' מנחם מענדל רובין בעמח"ס עיני מנחם, בנו של רש"א מקארטשין.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 1:32 pm

msp האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:HE PUBLISHED SEFER IMREI BINAH IN CHICAGO


עס איז געווען אין אנטווערפען א מג"ש א צדיק הרב שרגא הכהן פלאנטשאק שליט"א
ער וואוינט היינט אין ארץ ישראל
ער איז מסתמא א קרוב

ווי קען איך אים קאנטאקטען

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 3:30 pm

מיללער האט געשריבן:דערווייל קענען מיר גיין ווייטער, א חשוב'ער רב ומח"ס אין ניו זשערסי איבער וועם מיר האבן שוין גערעדט אויפן פארום, דער בילד איז פון זיינע אינגערע יארן, ווער דערקענט?


ר' יוסף קאנוויץ?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 4:43 pm

בן בוזי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דערווייל קענען מיר גיין ווייטער, א חשוב'ער רב ומח"ס אין ניו זשערסי איבער וועם מיר האבן שוין גערעדט אויפן פארום, דער בילד איז פון זיינע אינגערע יארן, ווער דערקענט?


ר' יוסף קאנוויץ?


נישט צוגעטראפן

רמזים נוספים, זיין איידעם האט אים ממלא מקום געווען, און זיין שוואגער איז געווען א רב אין באלטימאר

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 5:03 pm

רב פרייל, חותן ר' פנחס טייץ.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 6:10 pm

farshlufen האט געשריבן:רב פרייל, חותן ר' פנחס טייץ.


גערעכט!
ר' אליעזר מאיר פרייל אב"ד עליזאבעט בעמח"ס 'המאור'.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג ינואר 04, 2013 4:44 am

dovidal האט געשריבן:
msp האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:HE PUBLISHED SEFER IMREI BINAH IN CHICAGO


עס איז געווען אין אנטווערפען א מג"ש א צדיק הרב שרגא הכהן פלאנטשאק שליט"א
ער וואוינט היינט אין ארץ ישראל
ער איז מסתמא א קרוב

ווי קען איך אים קאנטאקטען


ער האט צוויי איידעמעס אין מנשסתר
וועל איך פראבירען אויס צו טרעפען בעז"ה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 1:29 pm

פריש אריינגעקומען צו 'מורשת חכמי אמעריקא' א צייטונגס אויסשניט פון א רבנישע דעלעגעציע קיין וואשינגטאן די. סי., ווערט געזעהן א גאר אנגעזעהענער רב פון די פאראייניגשטע שטאטן (לינקס) מיט פרעזידענט קוליזש (רעכטס) ווער דערעקענט?

ובחדא מחתא, אולי קען עמיצער אידענטיפיצירען דעם רב וואס ווערט געזעהן צווישען דעם פרעזידענט אביסל הונטערוויילעכטס?
צוגעלייגטע
456.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 2:09 pm

אפשר וואלט געווען אינטערעסאנט צו רעדן איבער דעם פרעזידענט קולידזש וועלכע האט געהאט די זעלטענע זכי' אז זיין קאבינעט איז געוועזן א בית ועד לחכמים האבנדיג די זכי' אויפצונעמען גאר פראמינענטע רבנים פון ארה"ב און אפילו וויזיט-רבנים פון פוילן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

????

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 2:23 pm

During this time, in 1925, Rabbi Yudelovitch traveled to Washington together with Rav Velvel Margolis to thank President Calvin Coolidge for his “Omaha Tolerance Speech” in which he pointed out the importance of providing youth with a religious education. Additionally, the rabbi asked the president to ease immigration restriction

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 2:36 pm

הרב קיקיון,

דער אין מיין בילד איז נישט פון די וואס ווערן דערמאנט אין אייער ציטאט, (גוגלען קען איך אויך)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 2:59 pm

:cry: סקרענטאנער רב האט ג'פסקנט אז איך האב נישט קיין טביעת עין אויף בילדער
וואס איז ג'שען מיט דעם בילד וואס איך האב ציגעלייגט ? בכלל נישט ענליך?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 3:01 pm

יא די קאליר פון די בארד איז היבש ענליך....
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 3:48 pm

לאמיר געבן פאר די אמעריקאנער גדולים אויך א שאנס, בילד אנגעקומען צום 'מכון מורשת חכמי אמעריקא' א רב וואס האט געפירט זיין קהלה אין אמעריקא פון תר"ע ביז בערך תש"י ווען ער איז נפטר געווארן, די שטאט וואו דער רב האט משמש געווען ברבנות איז באקאנט אלס א צווילינג-שטאט מיט א דערנעבנדיגע שטאט.

ווער דערקענט?
צוגעלייגטע
download.jpg
download.jpg (8.08 KiB) געזעהן 1524 מאל

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 4:25 pm

הרב יהודה בראווער?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 4:28 pm

בן בוזי האט געשריבן:הרב יהודה בראווער?

ניין

מקרב צו זיין אל הסכל, ער איז געווען רב אין די שטאט סט. פאול מינעסאוטע וועלכע איז באקאנט אלס 'טווין סיטי' מיט מינעאפאליס

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 5:36 pm

מיללער האט געשריבן:לאמיר געבן פאר די אמעריקאנער גדולים אויך א שאנס, בילד אנגעקומען צום 'מכון מורשת חכמי אמעריקא' א רב וואס האט געפירט זיין קהלה אין אמעריקא פון תר"ע ביז בערך תש"י ווען ער איז נפטר געווארן, די שטאט וואו דער רב האט משמש געווען ברבנות איז באקאנט אלס א צווילינג-שטאט מיט א דערנעבנדיגע שטאט.

ווער דערקענט?

הרב יוסף הוראוויץ רב דקהל בני יעקב ועדת ישורין סט. פאול (קרעדיט גוגל)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:50 pm

פעלדמאן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לאמיר געבן פאר די אמעריקאנער גדולים אויך א שאנס, בילד אנגעקומען צום 'מכון מורשת חכמי אמעריקא' א רב וואס האט געפירט זיין קהלה אין אמעריקא פון תר"ע ביז בערך תש"י ווען ער איז נפטר געווארן, די שטאט וואו דער רב האט משמש געווען ברבנות איז באקאנט אלס א צווילינג-שטאט מיט א דערנעבנדיגע שטאט.

ווער דערקענט?

הרב יוסף הוראוויץ רב דקהל בני יעקב ועדת ישורין סט. פאול (קרעדיט גוגל)


צודק ואינו צודק, דאס איז דער חסרון פון נוצן גוגל, דער רב ז"ל האט געהייסן ר' יוסף דוב הורוויץ ער איז געווען רב אין סט. פאול מינעסאוטע, ווי עס איז משמע פון ספרים וירחונים אין זיינער צייט איז ער געווען א ת"ח ובעל הוראה, לדאבוני האט נאך מורשת חכמי אמעריקא נישט באוויזן צו שאפן מער חומר לתולדותיו, כאטש אני הדל והפעוט האב שוין אויפגעברענגט פאר חברי המורשת אין זייער אפטיילונג פון מכון לחקר קברי צדיקים בארה"ב (גערופען בקיצור קברים.קאם) אז אולי האט ער געהאט א שייכות מיט די צוויי ברודער; ר' יצחק שמחה ב"ר יוסף דוב הלוי הורוויץ אב"ד הארטפארט, קאנעטיקוט:
http://kevarim.com/rabbi-yitzchok-simcha-hurewitz/
ואחיו ר' שמואל מאיר הורוויץ
http://kevarim.com/rabbi-shmuel-meir-horowitz/
וכעת לא נעניתי, ונמשיך עוד לבקש

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אפריל 08, 2013 5:08 pm

ווער איז געווען דער אמעריקאנער דאקטאר, וועלכע האט מיט זיין דאקטארישע פארשונגען פארארבייט מעשים אויף טהרת המשפחה אין די פרייע אמעריקא?

אינפארמאציע איבער דעם פערזענליכקייט טוען זיך אין די מאמענטן אנטוויקלען אינערהאלב די קארידארן פונעם מורשת חכמי אמעריקא,
צוגעלייגטע
Capture.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 09, 2013 2:40 pm

בן בוזי האט געשריבן:די רעדע איז טאקע פון דעם וועלכע מאניימר האט דעשיפרירט, הגאון ר' שלמה נתן קאטלער מחבר ספרים בית שלמה (נישטא אויף היברו בוקס) און כרם שלמה.

געבוירן אין קאוונע, און געלערנט אין טעלז ביי ר' אליעזר גארדאן, און ביי ר' יעקב חריף (דער שפעטערדיגע רב הכולל דנוא יארק), און געקריגן סמיכה האט ער צווישן אנדערע פון הגאון ר' יצחק אלחנן מקאוונע.

ביי די צוואנציג איז ער געווארן ראש ישיבה און לאמזא, און דערנאך איז ער געווען דער ערשטע ראש ישיבה פון די בארימטע סלאבאדקע ישיבה, און דערנאך איז ער געווארן רב און אוזשווענט. ווען דער רב הכולל איז קראנק געווארן דאן איז ער פאררופען געווארן זיך צו פארנעמען אלס דומ"ץ בבית רב הכולל, און אלס רב בביהכ"נ כנסת ישראל (?), אזוי אויך איז ער געווען פון די ערשטע ראשי ישיבות אין רי"א וועלכע האט זיך געגרינדעט גלייך ביי זיין אנקומען אהער.

הרב קאטלער איז שפעטער צוריק געפארן קיין אייראפע ווי ער איז אויפגענומען געווארן משמש צו זיין ברבנות אין דער שטאט לוקניק, פון ווי ער איז בעת די ערשטע וועלטס קריג צוריק געקומען קיין אמעריקא און משמש געווען ברבנות אין דעטרויט-מישיגען, פון דארט איז ער שפעטער ארויף קיין ארה"ק ווי ער איז דארט געשטארבן.


איז פארהאן אייניקלעך פון ר' שלמה נתן? בייגעלייגט דריי צייטונגס אויסשניטן, איינס פון המליץ שנת תרנ"ח נאך אין אוזשווענט וואו עס ווערט דערמאנט די שידוך פון זיין זון יצחק אהרן מיט די טאכטער פון ר' נחמן גרשון קאלאמבוס פון טעלז.

דאס צווייטע איז א מודעה פון הגאון ר' יעקב יוסף דער רב הכולל אינעם זעלבן יאר מיט עטליכע חדשים פריער, ווי ער מעלדט אז ר' שלמה נתן איז זיין דיין און צו אים זאל מען זיך מעלדן בעניני יהדות, עס איזמסתבר אז די ערשטע מודעה איז נאר אז דער חתן האט געוואונט אין אוזשווענט און דער פאטער איז שוין געווען דא אין ניו יארק.

דאס דריטע איז שוין פון יאר תרע"ג ווען ער איז שוין געווען צוריק אין אייראפא אלס רב אין לקוניק, דער רב שענקט א ברכת מז"ט פארן פילאדעלפיא רב ר' דוב בער לעווענטאהל צום שידוך שליסן פון זיין טאכטער מיטן חתן חיים (ווער?)
צוגעלייגטע
getimage (2).png
getimage.png
getimage.png (5.26 KiB) געזעהן 1399 מאל
getimage (1).png
getimage (1).png (9.3 KiB) געזעהן 1399 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 09, 2013 2:47 pm

בן בוזי האט געשריבן:ווער איז געווען דער אמעריקאנער דאקטאר, וועלכע האט מיט זיין דאקטארישע פארשונגען פארארבייט מעשים אויף טהרת המשפחה אין די פרייע אמעריקא?

אינפארמאציע איבער דעם פערזענליכקייט טוען זיך אין די מאמענטן אנטוויקלען אינערהאלב די קארידארן פונעם מורשת חכמי אמעריקא,

געוואוינט בעיר ואם בישראל בארא פארק, תלמידו של הרב אלפערשטיין ושל הרב הנסתר.. ר' חיים נחמן כהן מזאגער [קברו נתפרסם אמש בקברים דאט קאם].
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 09, 2013 2:54 pm

א צדיק נסתר און אמעריקע! ווער? ווי? וואס ווייסט מען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אפריל 09, 2013 4:00 pm

הרב פארשלאפן האט רעכט, און דאס איז טאקע דער דאקטאר יעקב סמיטליין פון די יונייטעד ישראל ציון שפיטאל (פון פריער זענען דאס געווען צוויי באזונדערע שפיטעלער דער איזראעל האספיטעל, און דער ציון האספיטאל וועלכע האבן זיך פאראייניגט און שפעטער איז דאס אויסגעוואקסן צו דער היינט בארימטע מיימאנידיס שפיטאל).

ד"ר סמיטליין האט אויסגענוצט זיין דאקטארישע קאריערע צו פארשפרייטן די וויכטיקייט פון האלטן טהרת המשפחה און אויפגעוויזן זיינע אידעלאגן לויט געזונטהייט פארשונגען, און חוץ וואס ער האט אליינס ארויס געגעבן קונטרסים און דעם ענין, און זיינע ווערק זענען נאכאנאנד ציטירט געווארן איבער די גאנצע וועלט, האט איהם דער ליובאוויטשער רבי מהריי"צ נ"ע גענוצט צו שרייבן וועגן דעם ענין פאר פאבליקאציעס וועלכע ער האט פארשפרייט איבער דעם ענין, און ווי דער ריי"ץ דרוקט זיך אויס טוען זיינע ווערק אויף אין דעם געביט מיט גרויס דערפאלג.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 09, 2013 4:23 pm

איז דאך ווייטער גוט, גיימיר אהינציהר, ווער איז דער רב נכבד פון אמעריקא וואס איז שפעטער ארויף קיין ארץ ישראל ושם נפטר בשנת תרפ"ה
צוגעלייגטע
98316383_135120434429.jpg
98316383_135120434429.jpg (16.47 KiB) געזעהן 1492 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט