בלאט 2 פון 54

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 11:25 am
דורך שמעלקא טויב
[quote="שמעלקא טויב"]ר' אברהם אליעזר אלפערשטיין?

ער איז געווען א קאברינער חסיד!

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 11:27 am
דורך שמעלקא טויב
שוין דא פון אים א בילד אין דעם פארום, אבער נישט דער בילד.

מי הוא זה?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:14 pm
דורך בן בוזי
ר' זכרי' יוסף?

מיר דאכט זיך אז הרב אלפערשטיין איז געווען א קוידענאווער חסיד.

גוט ווארט; דו זאגסט זייער גוט נאר פיר אויס....

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:17 pm
דורך שמעלקא טויב
בן בוזי האט געשריבן:ר' זכרי' יוסף?

מיר דאכט זיך אז הרב אלפערשטיין איז געווען א קוידענאווער חסיד.

גוט ווארט; דו זאגסט זייער גוט נאר פיר אויס....


איז געקומען פון קאברין, אבער א חסיד קאן טאקע זיין אז ער איז געווען א קוידענאווער.

בן בוזי, כ'מעג מעפנח זיין דיין בילד?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:28 pm
דורך מיללער
כ'פארשטיי נישט געהעריג דער פריערדיגע בילד איז שוין געווען מפוענח אלס הרה"ג ר' יוסף אליהו הענקין ז"ל, ווי איז עס נעלם געווארן?

ווידער שמעלקא, איז דיין בילד א חידה? גיב א רמז

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:28 pm
דורך בן בוזי
יא, אבער אינאיינוועגס פארצייל מיר אויב האב איך גוט מפענח געווען דאס בילד דיינער.
==========

מ'קען ארויף לייגן בילדער וואס זענען שוין באקאנט אויך כדי אז ס'זאל אינאיינוועגס שוין אויך דינען אלס בילדער אלבום, דערנאך ברויך מען זיך א נעם טוהן צו דער שם הגדולים אשכול און אראפ לייגן פאר יעדער פון די רבנים זייער לעבנס ביאגראפיע.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:31 pm
דורך שמעלקא טויב
דער עולם איז שרעקליך צעמישט דא. יעצט דארף מען נאר מפענח זיין דעם בילד וואס אונז האמיר ארויפגעלייגט, אחוץ דעם איז אלעס שוין מפוענח. דאס בילד פון הרב הענקיון איז געהעריג דא, ס'ליגט נאר גאנץ פון הינטן.

א רמז פאר מיין בילד: געוואוינט אין סקרענטאן און אין ניו יארק.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:35 pm
דורך מיללער
ר' יעקב איסקאלסקי?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:37 pm
דורך שמעלקא טויב
מיללער האט געשריבן:ר' יעקב איסקאלסקי?


יאפס

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:38 pm
דורך מיללער
מי האיש? רב בעליזאבעט נ. זש. לאחריו עלה ארצה

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:39 pm
דורך בן בוזי
דאס איז א חלק פון דער באקאנטער בילד צוזאמען מיט וועלוועל מינצבערג און די אנדערע

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:51 pm
דורך מיללער
בן בוזי האט געשריבן:דאס איז א חלק פון דער באקאנטער בילד צוזאמען מיט וועלוועל מינצבערג און די אנדערע


און ווער איז עס?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:51 pm
דורך בן בוזי
ר' אלעזר מאיר פרייל מח"ס המאור?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 12:59 pm
דורך מיללער
הרב פרייל איז ארויף אויף אר"י?

דער פון מיין בילד איז געווען א חשובער רב דא און שפעטער איז ער ארויף אויף ארץ ישראל ווי ער האט געארבעט פארן בי"ד הגדול בירושלים אונטער הגרי"ח זאנענפעלד והגרי"י דיסקין, וועלכע זענען די אנדערע צוויי וואס ווערן געזען אויף דעם בילד ביי די אויפנאמע פונעם ענגלישען שר

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 3:03 pm
דורך ביקסאד
ומאחוריהם שטייט איינער וואס קיינער ליגט נישט אין זיין ד אמות.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 3:39 pm
דורך מיללער
ביקסאד האט געשריבן:ומאחוריהם שטייט איינער וואס קיינער ליגט נישט אין זיין ד אמות.


פערלמאן בן-יהודא שר"י שטייט פון אונטער זיי.

די רעדע איז פון ר' משה לייב בערנשטיין וועלכער איז געווען א רב אין עליזאבעט ניו זשערסי, און אקטיוו אין די רבנישע קערפערשאפטן ביז ער איז ארויף קיין ארץ ישראל.

-

נו בן בוזי, שטעל א בילד

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 3:41 pm
דורך שמעלקא טויב
מילער איך מעג אויך?

מסתם ווייסט יעדער ווער ס'איז אין דעם בילד.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 4:54 pm
דורך מיללער
ר' יעקב דוד ווילובסקי דער רידב"ז

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 10:33 am
דורך שמעלקא טויב
מי האיש?

א בנש"ק, ס'שוין זיכער דא אינעם פארום א בילד פון אים און זיין פאטער.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:08 pm
דורך farshlufen
א טווערסקי?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:41 pm
דורך בן בוזי
שמעלקא טויב האט געשריבן:מי האיש?

א בנש"ק, ס'שוין זיכער דא אינעם פארום א בילד פון אים און זיין פאטער.


ר' יוחנן טווערסקי מטאלנא-מאנטריאל-ירושלים
==========

נאך א בילד, א רב באקאנט צוליב א קאנטראווערסיאלע פסק.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:46 pm
דורך בן בוזי
מיללער האט געשריבן:די רעדע איז פון ר' משה לייב בערנשטיין וועלכער איז געווען א רב אין עליזאבעט ניו זשערסי, און אקטיוו אין די רבנישע קערפערשאפטן ביז ער איז ארויף קיין ארץ ישראל.


איך האב געטראכט אז ער איז דאס אבער כ'האב נישט געוואוסט פון דעם אז ער האט בעפאר געדינט אלס רב אין אמעריקא.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 3:18 pm
דורך קרעמער
בן בוזי האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:מי האיש?

א בנש"ק, ס'שוין זיכער דא אינעם פארום א בילד פון אים און זיין פאטער.


ר' יוחנן טווערסקי מטאלנא-מאנטריאל-ירושלים

די ארומיגע זענען משפחה מיטגלידער? דאכט זיך אז די משפחה האט פארמאגט אזעלכע.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 3:44 pm
דורך farshlufen
בן בוזי, דער וואס אויף הןראתו והשגחתו האט מען זיך פארלאזט אויך דאן ווען ער איז שוין יארן נישט געווען בעלמא הדין.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 15, 2010 12:02 pm
דורך farshlufen
און ווער איז דער?

רמז, א פה מפיק דאהי אין ניו יארק.