רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

יוסף שרייבער האט געשריבן:
איש האמת האט געשריבן:שמעתי אומרים על הגאון המהרש"ק, אז ער האט אסאך כותבים, וואס האבן געשריבען זיינע זאכן, לדוגמא אז ער האט געהאט א כותב וואס האט געשריבין זיינע זאכן אויף או"ח, וכן כותב מיוחד ליו"ד, וכו' וכן כותב מיוחד על דברי אגדה, וכו' וכו' על כל נושא היה לו כותב בפני עצמו , איז דעס אמת????

אויב יא, ווי אזוי שטימט עס אז אלס וואס מ'טרעפט, איז פון זיינע כתב יד???

דאכט זיך אז איר צומישט אביסעל,מען זאגט אויף ר' שלמה קליגר אז ער העט געהאט 4 מוחות,ער פלעגט שרייבען א תשובה אליינס און אין די זעלבע צייט פארזאגען 3 אנדערע תשובות פאר 3 כותבים.
איך האב שוין געזעהן א היפש פאר בריווען\תשובות וואס א כותב האט געשריבען און רש"ק האט נאר אינטערגעשריבען.

איר זענט אייך סותר מיט וואס יגעתי ומצאתי האט געשריבען פריער, ווער איז גערעכט?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איש אמת האסט מיך אויסגעכאפט, זעהט אויס אז איר זענט א ריכטיגע מבקש אמת...
איך האב גענומען מיינע ידיעות פון לשונות פון רש"ק אליין אין זיינע תשובות, אבער ס'קען זיין אז ס'איז געווען זמנים וואס ער האט אלעס געשריבן אליין און זמנים וואס ער האט געהאט כותבים, ער האט דאך געשריבן ס"ה בערך 50 יאר.
הרב שרייבער אפשר שרייבט איר וואו איר האט געזעהן כתבים פון רש"ק נאר מיט א חתימה?
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

איינער ווייסט אפשר וואו סאיז געוועהן באשריבן די וואונדערליכע מעשה וויאזוי מהאט געטראפן די כתבי ידות

איך האב עס ערגעטץ געליינט איך האב געמיינט אז דא גייט שוין איינער רעדען דערפין
איפה פייוויש?
דא בין איך
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ר' שלמה קלוגער האט געהאט צוויי זוהן;
1) ר' אברהם בנימין קלוגער מבראד בעמח"ס שערי בנימין
2) ר' חיים יהודה קלוגער (נפטר בחיי אביו, אביו מזכירו בהקדמתו לשו"ת טוטו"ד בחיים חיותו).

בני ר' חיים יהודה בן המהרש"ק;
1) חתנו הבקי ר' אברהם סג"ל אייטינגא ב"ר יונה הלוי

בני ר' אברהם בנימין בן המהרש"ק;
1) ר' שלמה קלוגער מו"ל ספר 'ובחרת בחיים' מזקינו ומח"ס שיח שלמה להספד אביו רא"ב ז"ל
2) ר' יהודה אהרן קלוגער
3) מרת מרים אשת ר' אליהו הכהן טשערנאבלאלסקי נכד דור שישי למהר"ן כ"ץ מפוזנא
4) מרת שרה אשת ר' צבי הירש ווייסהויז

טעות היה בידי, די טאכטער פון ר' חיים יהודא בן המהרש"ק האט געהייסען חי' חנה זי איז געווען די ווייב פון ר' יונה איטינגא דער פאטער פון ר' אברהם הנ"ל.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=9
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

יגעתי שקויעך זייער אינטערסאנט
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

פייווישעל האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וואו סאיז געוועהן באשריבן די וואונדערליכע מעשה וויאזוי מהאט געטראפן די כתבי ידות

איך האב עס ערגעטץ געליינט איך האב געמיינט אז דא גייט שוין איינער רעדען דערפין

ר' אברהם שבץי שרייבט די מעשה און די הקדמה, כהאב עס נישט אנגעקיקט פאר ווינדערליך
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

צו שרייבען מיט ביידע הענט צוויי באזונדער זאכען מיז מען האבען צוויי מוחות, אבער אזא זאך צו זאגען אז איינער האט צוויי מוחות איז חוץ מגדרי המציאות, וואס יא ס'האט זיך אלץ אנגעהויבען אז ער פלעגט שרייבען אפילו ווען מ'האט זיך מזכיר געוועהן פאר איהם, די תמימות'דיגע אידען האבען דאס אנגעקוקט ווינדערליך, למעשה קען דאס יעדע טוהן, אין דאס איז מעשה בכל יום, אז די טוסט עפעס אפילו ווען אדערע רעדן צו דיר, דיין זאך ווערט געטוהן אין די וויסט וואס יענער האט געזאגט.

ביי ר' שלמה קלוגער איז געוועהן ער האט זיך געקענט זייער שטארק מצמצם זיין שרייבען זיינע זאכען אין די זעלבע צייט זאגען פאר א צווייטע שרייבער וואס צו שרייבען, אבער ס'מיז נישט זיין אז ביידע זאכען איז פארגעקומען אונעם זעלבע מינוט.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

הרב יש להוסיף טייערער, מען האט אייך שוין מער ווי איינמאל מעיר געווען (אין עטליכע אשכולות) נישט צו גיין בדרך עקלתון זה, איך גיי בלי נדר נישט אריינגיין און א פארצווייגטע וויכוח מיט אייך אהין און צוריק אבער אויסדרוקען מיין ווייטאג מעג איך.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

היות כ'בין געקומען צו הכרה, אז קען נאר פארקומען איין זייטיגע שמועסן, נאר איין זייט קען ווערען געזאגט, איך פארשטיי דאס זייער גערען ר' יוסל (אעפ"י דאס האט נישט מיט בעלז קיין שייכות...), וועל איך ארויס נעמען נאך אמאהל דער מימרא אין איך וועל זאגען כשם שקבלתי שכר על הדרישה כך על הפרישה.

ואידך זיל גמור.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב יש להוסיף טייערער, מען האט אייך שוין מער ווי איינמאל מעיר געווען (אין עטליכע אשכולות) נישט צו גיין בדרך עקלתון זה, איך גיי בלי נדר נישט אריינגיין און א פארצווייגטע וויכוח מיט אייך אהין און צוריק אבער אויסדרוקען מיין ווייטאג דארף איך.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שמעתי [אולי ראיתי מובא בשמו] שרבי צדוק מ'לובלין כותב :
שכשהיה אצל מהרש"ק לצורך קבלת חתימתו על ההיתר מאה רבנים מזו"ר שלו,
ראה שלפני רש"ק יושבים ארבעה כותבים ולכל אחד מצוה לכתוב בנושאים אחרים.

אולי מי שהוא יודע מקור הדברים ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

דאכט זיך אז ר' אברהם מייזלעס פון מאנטריאל שרייבט אז מהרש"ק האט געשריבען ספרים כמנין שלמה
יעצט געזהן אז שטייטשוין און ערשטען תגובה
ר' אברהם שבתי און איינע פון די הקדמות ברענגט ער פון א תשובה אז ער האט געשריבען א גאנצע וואך נאר ער האט איינגעטיילט די טעג וועלכע אגדה ודרוש שס תשובות וכדומה עיי"ש כדענק נישט אויסענווענדיג
אגב ער האלט און איין שרייבען אז ער לערנט נישט ספרי האחרונים
און איין תשובה האב איך געזעהן (קען זיין ר' אברהם שבתי ברענגט עס אויך) ווי ער טענעט צו איינעם וואס יענער האט געשריבען צו אים א זאך וואס שטייט שוין און קצות, זאגט ער בשלמא איך לערען דאך נישט קיין אחרונים, ווייס עך נישט אז עס שטייט און קצות, אבער די, די לערנסט דאך יא,איז וואס שרייבסטע מיר א זאך וואס שטייט שוין.
אגב מילי דנזיקין זיך איך שוין לאנג איינער ווייסט ווי מען קען עס קויפן,זיי דריקען עפעס נישט איבער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ר' שלמה קלוגער האט געהאט צוויי זוהן;
1) ר' אברהם בנימין קלוגער מבראד בעמח"ס שערי בנימין
2) ר' חיים יהודה קלוגער (נפטר בחיי אביו, אביו מזכירו בהקדמתו לשו"ת טוטו"ד בחיים חיותו).

בני ר' אברהם בנימין בן המהרש"ק;
1) ר' שלמה קלוגער מו"ל ספר 'ובחרת בחיים' מזקינו ומח"ס שיח שלמה להספד אביו רא"ב ז"ל
2) ר' יהודה אהרן קלוגער
3) מרת מרים גיטל אשת ר' אליהו הכהן טשערנאבילסקי נכד דור שישי למהר"ן כ"ץ מפוזנא
4) מרת שרה אשת ר' צבי הירש ווייסהויז

בןהרחמן האט געשריבן:דאכט זיך אז ר' אברהם בנימין קלוגער בנו של המהרש"ק ליגט אין בודאפעסט, ער איז אהינגעגאנגען ביי די ערשטע וועלט מלחמה יארן, און ער מיט זיין פרוי זענען דארט נפטר געווארן.

בן הרחמן איז גערעכט, ר' אברהם בנימין ליגט טאגע אין בודאפעסט (אין דער ביה"ח ווי עס ליגט ר' קאפל רייך, נישט ווי ר' שמעון אפענהיימער ליגט) אויך ליגט דארט זיין טאכטער מרים גיטל טשערנאבילסקי, ווייזט אויס אז ער איז געקומען וואונען צו די טאכטער, נפטר כ"ט חשון תרע"[ג?]

נ.ב. על מציבתו נחרת שנטמן בין 'נאמן בבריתו' בימינו, ובין 'מחותניו' בשמאלו, איך האב נישט קיין בילד פון די שכוני עפר מצדי הגרא"ב, אפשר ווייסט עמיצער ווער די אידען זענען געווען?

מציבת ר' אברהם בנימין ובתו (נישט אזוי קלאר)
אטעטשמענטס
ABkliger.jpg
Miriam.jpg
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ישר כח הרב מיללער דאס איז מיר א חידוש.

כ"ט מרחשון שנת רעות לפ"ק, מאורי גליציה כותב "השתוקק להיקבר ליד גביר ת"ח שאין התורה קרדומו, ויעד לו בבראד את שכנות הפו"מ רמ"מ אימעלעס ובבודאפעשט ליד ר' יצחק רייך". ואכן בצד שמאל קבור השתדלן הגביר המפורסם ר' יצחק רייך ע"ה שנפטר ט"ז אייר תרנ"ו.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:בן הרחמן איז גערעכט, ר' אברהם בנימין ליגט טאגע אין בודאפעסט (אין דער ביה"ח ווי עס ליגט ר' קאפל רייך, נישט ווי ר' שמעון אפענהיימער ליגט) אויך ליגט דארט זיין טאכטער מרים גיטל טשערנאבילסקי, ווייזט אויס אז ער איז געקומען וואונען צו די טאכטער, נפטר כ"ט חשון תרע"[ג?]

נ.ב. על מציבתו נחרת שנטמן בין 'נאמן בבריתו' בימינו, ובין 'מחותניו' בשמאלו, איך האב נישט קיין בילד פון די שכוני עפר מצדי הגרא"ב, אפשר ווייסט עמיצער ווער די אידען זענען געווען?

דער ביה"ח איז אויף די אלטע בודא זייט פונעם שטאט, אין דעם ביה"ח ליגן נאך עטליכע חשובי העיר, ובתוכם עטליכע נכדי הכתב סופר, וגם הג"ר יעקב שלום סופר בעמח"ס תורת חיים (על שו"ע או"ח) בן המחנה חיים זצ"ל, התורת חיים שימש כדומ"ץ בבודאפעסט.

די שכינים פון הג"ר אברהם בנימין קלוגער זצ"ל זענען,
מצד ימינו ר' יעקב לינדענבוים שהי' חתן הנגיד ר' משה פריידיגער דע אבודא ראש הקהל דעיר הבירה בודאפעסט (אבי האחים הנגידים ר' ישעי' ור' אברהם ור' יקותיאל) ובעמח"ס משה ידבר ח"א וח"ב, ר' יעקב הי' מקור מוצאו מעיר דראהאביטש בגאליציע און פון דארט איז ער לכאורה געווען 'נאמן בבריתו מימי נעוריו' פון הג"ר אברהם בנימין.
ובין 'מחותניו' (לשון רבים) בשמאלו, ה"ה הג"ר יצחק רייך זצ"ל ואחריו הג"ר יעקב קאפל רייך זצ"ל, איז נאר די שאלה וויאזוי זענען זיי געווען מחותניו?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בןהרחמן האט געשריבן:

יישר-כחכם הרב הרחמן,
איך האב נאך עטליכע בילדער פון דעם ביה"ח, וואס איך וועל שטעלן ווי עס באלאנגט כפי מסת הפנאי, כולל די מציבה פון הרה"ק ר' אברהם לאנגנער מקנעהניטש זצ"ל און טאקע ר' קאפל רייך ועוד.

אז איר דערמאנט ר' יעקב לינדענבוים, דארט אין דעם ביה"ח ליגט מרת שרה מלכה אשת ר' יצחק לייב סופר מדרוהביטש בעל סופר מהיר בנו של הכת"ס, זי איז געווען די טאכטער פון ר' דוד לינדענבוים, איז דאס משפחה?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:אז איר דערמאנט ר' יעקב לינדענבוים, דארט אין דעם ביה"ח ליגט מרת שרה מלכה אשת ר' יצחק לייב סופר מדרוהביטש בעל סופר מהיר בנו של הכת"ס, זי איז געווען די טאכטער פון ר' דוד לינדענבוים, איז דאס משפחה?

אויף די מצבה פון דעם ר' יעקב לינדענבוים שטייט ר' יעקב בן ר' דוד לינדענבוים מדראהאביטש, ממילא איז דאס לכאורה די זעלבע משפחה.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

געשוויסטער
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

מרת שאשא מינדל ב"ר חיים יהודה נכדת הרש"ק - כ"ד ניסן תרי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

הגאון ר' שלמה קלוגר זצ"ל האט געדריקט פיל חיבורים און איינס דערפין איז די ספר נדרי זריזין.

אין די שער פון דעם ספר שטייט:
הנני מדפיסו לזכרון ולצורך נשמת נכדי היקרה החכמניות רכה בשנים מרת שאשא מינדל
בת בני מוהר״ר חיים יהודא נ״י שנפטרה בש״ק שמיני ב' כ"ד ניסן שנת תדי"ר לפ"ק

אין די הקדמה בעהט ר' שלמה קלוגר די וואס לערנען דעם ספר אז מען זאל לערנען לעילוי נשמתה און זאגן קדיש פאר איר.

הגרש"ז אויערבאך פלעגט האלטן איר יארצייט, און ער פלעגט בעטן אנדערע אויך צי האלטן איר יארצייט.

אין די הקדמה איז ר' שלמה קלוגר מאריך בכל הפרטים וואס האט פאסירט מיט זיין אייניקל, און ער שרייבט
"ואני מבקש אולי אזכה שיהי' חוזר בדפוס חבורי זה, אני מבקש וגוזר על המדפיס שיהי׳ מדפיס הקדמה זו ולא ישמטנו."
און ווען מען האט איבערגעדריקט די ספר נדרי זריזין האט מען געוואלט משמיט זיין געוויסע פרטים פון די הקדמה און הגרש"ז אויערבאך האט נישט מסכים געווען.
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:הגאון ר' שלמה קלוגר זצ"ל האט געדריקט פיל חיבורים און איינס דערפין איז די ספר נדרי זריזין.
אין די שער פון דעם ספר שטייט: הנני מדפיסו לזכרון ולצורך נשמת נכדי היקרה החכמניות רכה בשנים מרת שאשא מינדל בת בני מוהר״ר חיים יהודא נ״י שנפטרה בש״ק שמיני ב' כ"ד ניסן שנת תדי"ר לפ"ק
אין די הקדמה בעהט ר' שלמה קלוגר די וואס לערנען דעם ספר אז מען זאל לערנען לעילוי נשמתה און זאגן קדיש פאר איר.

היינט כ"ד ניסן געפאלט איר יארצייט, לרגל זה אעתיק את כל לשונו הק' של ר' שלמה קלוגר זצ"ל
הגאון ר' שלמה קלוגר זצ"ל בהקדמה לספר נדרי זריזין האט געשריבן:אמר המחבר המקונן, אני הגבר רעה עני בשבט עברתו, אותי נהג וילך חשך, ולא אור, (איכה, ג', א' ב') נכדי היקרה מרת שאשא מינדל ז"ל, בת בני המופלג מוה' חיים יהודה, נלקחה לאשה אל איש מן ק"ק ראדוויץ, שם בעלה ר' יעקב הערצבערג, שם חמיה ר' יחיאל איציק הערצבערג, אמרתי ידי כבדה מאד על אנחתי אשיחה וירוח לי ואלכה שדה בוכים, אבכה עמי כל מרי נפש, על אשר הקרני, כי נכדי היקרה החכמה נתגדלה בביתי מיום הולדה, הרבה הפרתקאות דעדו עלי ממנה, ומכולם הצילני ה', וכעת הקרני ע"י אנשים רעים מסערד אשר עליהם סמכתי ראשי ורובי ולא דקדקתי עוד יותר, קראתי למאהבי המה רמוני, גם איש שלומי אשר בטחתי בו הגדיל עלי עקב, ועשיתי המה שדוך אשר איננו הגון, בעל נכדי היקרה ומשפחתו הם אנשים רעים מאד, שבועות אחדים אחר הנשואין כאשר בעל נכדי היקרה ומשפחתו ראו, כי אין נכדי היקרה בוחרת בדרכיהם ועושה כמעשיהם התחילו לדחוק אותה לחץ אחר לחץ, עד שכרבע שנה אחר נשואין נחלתה בחולי הריאה, וממני העלימו עד אחר כמה שבועות, מן השמים הודיעו לי ע"י איש פלוני אלמוני, ותיכף שלחתי אחרי' את בני, והרביתי כמה הוצאות ובאה לביתי וכבר היתה רובה למיתה, ולא מצאו הרופאים עוד מנוח ותרופה למכתה, ונפטרה אחר ג"ש תנצב"ה, נפשה תנוח בגן עדן, אוי לי על שברי כי נתקיים בי יגיעי לריק וילדתי לבהלה, כי הרביתי עלי' לפי ערכי הרבה הוצאות על השידוך ונשואין, ומהכל נעשה הבל, ישלם ה' להרשעים הללו, ולהנוגעים בזה אשר המה היו בעוכרי, אשר הכירו הבית הזה ומשפחתו והעלימו ממני, ושלם ה' פעלם, וכרוע מעלליהם תן להם, אלהים אל דמי להם, שפטה משפטי, ואל דמעתי אל חחרש, קומה ה' וריב ריבי, ויאמר אדם אך יש אלהים שופטים בארץ, ואם כי הכל בידי שמים אך ידוע דמגלגלין חוב ע"י חייב, והתורה אמרה מות יומת הרוצח, ואם כי מי זה אמר ותהי ה' לא ציוה, אף על פי כן חייב העשה על ידו, כן ינקום ה' נקמתי ונקמת זרעי במהרה:
ואני אמרתי במה אנחם אעשה זכרון לדורות לנשמתה ויהי' לה לנייח רוחא ולמגין עבורה בעולם עליון, ואדפיס איזה חבור לכבוד נשמתה ולהיות שמה לזכרון ונתתי עיני בחבור הזה נ"ז חלק ב' כי הוא הוי צרכי רבים ושוה ומשוה כקטן כגדול אליו ישמעון ולזאת אבקש ואתחנן מאת כל אשר ילמד מחבורי להזכיר נשמתה בעת פטירת' בהיא"צ שלה היינו כ"ד ניסן בשבת קודש פ' שמיני מי דאין זה העדר כבוד לו יאמר בעצמו קדיש עבור' ואלי יאסף כל ירא וחרד בדבר ה' ולבו דוה עליו יבא לתנות את בת יפתח פיהו בתפלה ובתחנונים להזכיר נשמתה לטובה ומי שיהי' לו העדר כבודו לפי דעתו יתן איזה פרוטו' לעני כשר לומר עבורה קדיש וזה הוי חסד של אמת אשר יעשו עם המת ועמדי ושכרם כפול מן השמים ואני מבקש אולי אזכה שיהי' חוזר בדפוס חבורי זה אני מבקש וגוזר על המדפיס שיהי' מדפיס הקדמה זו ולא ישמטנו כי זה עיקר כונתי לזכרון לנשמת' עדי עד עד ביאת משיח צדקנו:
.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שרעקליך, קיינמאל נישט געזעהן דעם שטיקל, האט דער הערצבערג משפחה פון ראדיוויץ מיט משפחת הערצבערג פון ליביטשוב-סטריא?
viewtopic.php?p=637776#p637776
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די אייניקל שאשא מינדל ב"ר חיים יהודא בהגר"ש קלוגר איז געבוירן אין בראדי בשנת תקצ"א, פאלגענד איז די אינפארמאציע פון 'גשר גאליציע':
Sossie Mindel
daughter of Chaim Juda KLUGER

Date of Birth: 31-Jul-1831
Year of Registration of Birth: 1831
-: F
Town of Record: Brody (now Brody, L’vivs’ka oblast, Ukraine
House Number: 1111

הייסט דאס אז זי איז געווען בלויז 23 יאר ביי איר פריצייטיגע פטירה בשנת תרי"ד

אינטערעסאנט איז אז דארט איז אויך דא די רעקארד פון איר פריצייטיגע פטירה, איר עלטער איז אנגעגעבן אלס 21 יאר, זי איז אוועק אויך אין בראדי ווי דער זיידע שרייבט איז זי צוריק געקומען צו אירע עלטערן נאכן ליידן פון א שטערבליכען קרענק רח"ל דאס איז די רעקארד פון איר פטירה:
Sossie
daughter of Chaim J. KLUGER & Zirel

Date of Death: 22-Apr-1854
Year of Registration of Death: 1854
Town of Record: Brody (now Brody, L’vivs’ka oblast, Ukraine
House Number: 527
-: F
Age: 21 y

ולמרבית הפלא אינעם דערמאנטן זייטל איז אויך פארהאן די רעקארד פון די פטירה פון איר מוטער צירל אשת ר' חיים יהודה קלוגער, אינגאנצן צעהן טאג איידער די פטירה פון איר טאכטער, און דער גאון ר' שלמה קלוגר דערמאנט דאס גארנישט איבער די טראגעדיע ווי די טאכטער איז נפטר געווארן אין אינגען עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר בלויז געציילטע טעג נאך די מאמע וואס איז אויך נפטר געווארן אינעןם אינגען עלטער פון עטליכע פערציג יאר, רח"ל.

Zirl
wife of Chaim Juda KLUGER

Date of Death: 12-Apr-1854
Year of Registration of Death: 1854
Town of Record: Brody (now Brody, L’vivs’ka oblast, Ukraine
House Number: 706
-: F
Age: 40 y

ולשימת הענין, איר פאטער ר' חיים יהודא בן המהרש"ק איז אוועק פיר יאר דערויף בשנת תרי"ח אין בליענדן עלטער פון 46 יאר:
Chaim Judel KLUGER

Date of Death: 25-Apr-1858
Year of Registration of Death: 1858
Town of Record: Brody (now Brody, L’vivs’ka oblast, Ukraine
House Number: 527
-: M
Age: 46
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' שלמה קלוגער האט געהאט צוויי זוהן;
1) ר' אברהם בנימין קלוגער מבראד בעמח"ס שערי בנימין
2) ר' חיים יהודה קלוגער (נפטר בחיי אביו, אביו מזכירו בהקדמתו לשו"ת טוטו"ד בחיים חיותו).

בני ר' חיים יהודה בן המהרש"ק;
1) חתנו ר' יונה הלוי

די טאכטער פון ר' חיים יהודא בן המהרש"ק האט געהייסען חי' חנה זי איז געווען די ווייב פון ר' יונה איטינגא דער פאטער פון הבקי וחוקר היוחסין ר' אברהם הלוי איטינגא בעמח"ס שיחת חולין החדש ושא"ס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=9

זוכענדיג דארט, האב איך געטראפן די מציבה פון חי' חנה בת ר' חיים יהודא בן המהרש"ק אויפן ביה"ח אין בראדי, זי איז נפטר געווארן כ"ט סיון תר"ס אין עלטער פון 60 יאר, זי איז געבוירן בשנת ת"ר, פאלגענד איז איר געבורט רעקארד:
Chaie Chane
daughter of Chaim Juda KLUGER

Date of Birth: 09-Mar-1840
Year of Registration of Birth: 1840
-: F
Town of Record: Brody (now Brody, L’vivs’ka oblast, Ukraine
House Number: 529
אטעטשמענטס
gesher_galicia_-_brody_cemetery_-_L124_4_-_medium.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער מצבות שטעלער האט געשטעלט א מציבה אויפן קרית יואל'ער ביה"ח פון א פרוי מרת הינדל לינדנער ע"ה א טאכטער פון ר' יהושע קלוגער, אויף די מציבה איז אויסגעקריצט אז ער איז געווען אן אייניקל פון רבי שלמה קלוגער זצ"ל. אויף די מציבה אונטען איז איינגעקריצט אז איר פאטער האט געהייסן ר' יהושע ב"ר אליעזר ליפמאן (קלוגער).

ווייסט איינער מער פרטים איבער די משפחה, זענען זיי טאקע אייניקלעך פון מהרש"ק (איך האב א חשד אז דאס איז א טעות און זיי זענען פון די אנדערע קלוגער משפחה רבני גריידינג)

בילד
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

איז עמיצער באקאנט?
איז ערגעץ וואו באשריבן די פרשה צווישן ר' שלמה קלוגר און בית טויבש מיאס איבער די מכירת חמץ.?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”