רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זכרון
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרון »

ווייסט איימיצער פארוואס הרה"צ רבי חיימ'ל הלברשטאם זצ"ל בן הרה"ק רבי שלום אליעזר זי"ע האט געוואוינט אין סאטמאר ?

עפעס האב איך געהערט אז ער איז געווען טמיר ונעלם זיך אויסבאהאלטנדיג פון די מיליטער, אויב איינער ווייסט קראנטע זאכן זאל מיר ביטע מיטטיילן.

א דאנק
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

לכבוד די יאהרצייט וויל איך מיט-טיילן מיט'ן עולם א מעשה וואס עפ"י חשבון ווייסן נישט דערפון מער ווי געציילטע אידן.

והסיבה לזה איז ווייל איך האב עס געהערט פון א איד וואס האט פונקט געהערט ביידע חלקי המעשה פון צוויי אנדערע אידן [די ערשטע חלק איז אפשר יא מער באקאנט].

ר' משה דוד פישער ז"ל פון ב"פ האט פארציילט: איין פארטאג'ס אינמיטן דעם קריג איז אן אייניקל פון רש"א אריינגעלאפן צו איהם אין צימער און איהם אויפגעוועקט זאגענדיג אז די נאציס נעמען צוזאמען דעם עולם און מ'דארף זעהן וואס צו טוהן, האט רש"א איהם געזאגט פארוואס האסטו מיר פונקט יעצט אויפגעוועקט? דער ברודער - הרה"ק משינאווא - איז יעצט געווען ביי מיר און ער האט מיר געגעבן צוויי ברירות, אדער זאל איך גע'הרג'עט ווערן אויף קידוש ה', אדער קומען לקבר ישראל, און פאר כ'האב איהם געקענט ענטפערן האסטו מיך אויפגעוועקט, ע"כ סיפר הנ"ל.

אין ב"פ איז דא א וויזניצער חסיד ר' יצחק דוד רעזמעוויטש [ער איז געווען א הויז בחור ביים אמרי חיים], פארציילט ער אז ער האט געארבעט אין לאגער ביי די קרעמעטאריום'ס, און אינמיטן די ארבעט האבן זיי באמערקט רש"א האבן זיי איהם ארויסגענומען און באהאלטן, און שפעטער האבן זיי איהם ערגעץ באגראבן, האט ער למעשה זוכה געווען צו ביידע זאכן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דער גבאי פון וויזשניצער רבי, הרה"ח ר' יעקל ראזנפעלד שליט"א דערציילט:

זייענדיג א קינד, איז הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל אנגעקומען צו זיין היים שטאט חוסט. זייענדיג דארט האט אים דאס קינד משמש געווען מיט וואס מען האט געדארפט. פארן אהיימפארן האט ר' שלום אליעזר'ל זיך אנגערופן צום קינד:

"דו וועסט נאך אמאל זיין א גוטער גבאי"

איבעריג צו זאגן אז די ווערטער זענען נתקיים געווארן במלואו, בשעת ר' יעקל דינט שוין אלס גבאי איבער פערציג יאר בבית וויזשניץ.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שוטה האט געשריבן:לכבוד די יאהרצייט וויל איך מיט-טיילן מיט'ן עולם א מעשה וואס עפ"י חשבון ווייסן נישט דערפון מער ווי געציילטע אידן.

והסיבה לזה איז ווייל איך האב עס געהערט פון א איד וואס האט פונקט געהערט ביידע חלקי המעשה פון צוויי אנדערע אידן [די ערשטע חלק איז אפשר יא מער באקאנט].

ר' משה דוד פישער ז"ל פון ב"פ האט פארציילט: איין פארטאג'ס אינמיטן דעם קריג איז אן אייניקל פון רש"א אריינגעלאפן צו איהם אין צימער און איהם אויפגעוועקט זאגענדיג אז די נאציס נעמען צוזאמען דעם עולם און מ'דארף זעהן וואס צו טוהן, האט רש"א איהם געזאגט פארוואס האסטו מיר פונקט יעצט אויפגעוועקט? דער ברודער - הרה"ק משינאווא - איז יעצט געווען ביי מיר און ער האט מיר געגעבן צוויי ברירות, אדער זאל איך גע'הרג'עט ווערן אויף קידוש ה', אדער קומען לקבר ישראל, און פאר כ'האב איהם געקענט ענטפערן האסטו מיך אויפגעוועקט, ע"כ סיפר הנ"ל.

אין ב"פ איז דא א וויזניצער חסיד ר' יצחק דוד רעזמעוויטש [ער איז געווען א הויז בחור ביים אמרי חיים], פארציילט ער אז ער האט געארבעט אין לאגער ביי די קרעמעטאריום'ס, און אינמיטן די ארבעט האבן זיי באמערקט רש"א האבן זיי איהם ארויסגענומען און באהאלטן, און שפעטער האבן זיי איהם ערגעץ באגראבן, האט ער למעשה זוכה געווען צו ביידע זאכן.

די ערשטע חלק פון דער מעשה שמעתי מר' שאול הוטערער, אז זיין פאטער דער צאנזער רב האט עם פארגעשלאגן די צוויי ברירות, און ער האט געקליבען דער ערשטער.
אין שערי ציון חודש סיון תשע"ב צום סוף ווערט געברענגט אן עדות, פון דער וואס האט פארברענט זיין הייליגער גוף אין דער קרעמאטריום, און אז ער האט עם איינגעוויקעלט אין א טלית, לפי בקשת הרש"א.
הי"ד
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

דארף מען זעהן אז מ'זאל איבערפרעגן ר' איטשע דוד.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

די צווייטע חלק איז מן הסתם פאלטש, כי נשרף עקה"ש

די מעשה מיט דער טלית, כפי ידיעתי איז דאס געווען פאר די קרעמעטאריום, ביי די שאוער פון פארדעם, האט ער צוגעזאגט איינעם עולם הבא שלא ישאר עירום לגמרי וההוא נתן לו ציצית או טלית, כמדומני שהיהודי ההוא גר אח"כ בחיפה, ואם זכרוני אינו מטעה אותי איז דאס נאך געווען נאך די קריג [פרט זה איני בטוח בזה]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אוהב ספרים האט געשריבן:די צווייטע חלק איז מן הסתם פאלטש, כי נשרף עקה"ש

שאוער? איר מיינט אינעם גאז-קאמער

אין די קרעמעטאריומס האט מען ליידער שוין נאר געלייגט גופים בלי נשמות, נאכן פארגאזט ווערן אין די קאמערן האט מען די גופות פארברענט רח"ל, השם ינקם דמם לעינינו.

אגב, האב איך שוין כמ"פ געהערט מפיו פון ר' ישראל דוד זאל געזונט זיין אז דער גר"א זאגט אין די מגילה ביי די גזירה פון המן הרשע אז די טייטש פון 'להשמיד להרוג ולאבד' איז מאבד צו זיין די גופים נאך די הריגה אז זיי זאלן נישט קומען לקבר ישראל, דאס איז א באזונדערע גזירה רח"ל.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

שמעתי מזקיני ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

אוהב ספרים האט געשריבן:די צווייטע חלק איז מן הסתם פאלטש, כי נשרף עקה"ש

די מעשה מיט דער טלית, כפי ידיעתי איז דאס געווען פאר די קרעמעטאריום, ביי די שאוער פון פארדעם, האט ער צוגעזאגט איינעם עולם הבא שלא ישאר עירום לגמרי וההוא נתן לו ציצית או טלית, כמדומני שהיהודי ההוא גר אח"כ בחיפה, ואם זכרוני אינו מטעה אותי איז דאס נאך געווען נאך די קריג [פרט זה איני בטוח בזה]

זקיני ע"ה סיפר לי, שהוא שמע בעצמו מפי היהודי הזה שהביא להרה"ק רש"א את הטלית, [הוא אכן גר בחיפה], וסיפר שהוא היה נער והיה לו עבודה ליד הגאז קאמער, והוא ראה יהודי זקן מגיע בתוך הבאים, [הוא לא ידע שזה רש"א], ורש"א שאלו: מאין אתה בחור'ל, והוא ענה לו: מקראקא. אז אמר לו רש"א: אולי אתה הכרת את אחי שהיה גר שם. ושאלו מיהו אחיך. וא"ל: רבי ישעי' האלבערשטאם. אז הבחור מיד הבין שהזקן העומד לפניו הוא הרה"ק רש"א. אז הוא א"ל: רבי זאג ווידוי, כי עוד מעט.. אז רש"א ביקש ממנו טלית, וכמדומה לי שגם מים ליטול ידיו. אז הבחור אמר לו שזה קשה להשיג וכו', אז רש"א א"ל: אם תביא לי אז הנני מבטיחך שתינצל מכאן . והוא הביא לו. וסיפר שאח"כ היו כמ"פ שהיה ממש כחוט השערה בינו ובין המוות, והוא ניצל בניסים. ואז ראה איך שומרים עליו מן השמיים בזכות הבטחת רש"א. זי"ע , הי"ד.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כמדומה לי אז די יוד האט געהייסן ראזענבלום אין אויך אז ר' שלו' אליעזר האט צוגעלייגט אז די וועסט איבער לעבן אין די זאלסט פארציילען פאר די וועלט וואס די האסט געזעהן דא ... אין דאכט זיך מיר אז דער יוד האט געלעבט ביז נייצניג יאר בערך פאר צען יאר צירוק איז ער אוועק אזוי געדענק איך יעצט
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום דינסטאג יוני 05, 2012 8:40 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

בגליון שלומה של מלכות - באבוב (גליון טו, תשרי תשס"ד) כתב אחד מכתב אל המערכת בזה"ל: שמעתי מעשה זו כמה פעמים מפיו [של הר"ר יהושע ראזענבלום ע"ה], שלצערו היה הממונה בפקודת הרשעים ימ"ש להכניס את אחיו היהודים לתוך כבשן האש, וכשהגיע הרה"ק הנ"ל [רש"א מראצפערט] ביקש ממנו טלית קטן וגם שיחכה וירשה לו לומר וידוי ברגעיו האחרונים עלי אדמות, אך ר' יהושע בכה ואמר כי אינו מסוגל להכניס את רש"א, ואמר לו הרה"ק שיכניסו וזהו הריגה עקדה"ש, והבטיח לו כאמור [שם, בשלומה של מלכות גליון יג עמ' 49] שינצל מהמלחמה הנוראה, ובנוסף ביקש ממנו שיפרסם לעולם הצרות שעברו [עליהם], ע"כ.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

כתר ישועה האט געשריבן:היה הממונה בפקודת הרשעים ימ"ש להכניס את אחיו היהודים לתוך כבשן האש, וכשהגיע הרה"ק הנ"ל [רש"א מראצפערט] ביקש ממנו טלית קטן וגם שיחכה וירשה לו לומר וידוי ברגעיו האחרונים עלי אדמות

רעדן דאך די אלע מעשיות פונעם גאז קאמער ווען רש"א האט נאך געלעבט, נישט פונעם קרעמאטאריום [כבשן האש?].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

א שאד איך האב דער שערי ציון אין דער היים, דארטן איז דער מדובר אין דער קרעמאטאריום, מיט א טלית, און נישט דער מעשה מיט'ן טלית קטן, וויס די צוויי מעשיות זיין נישט קיין סתירה איינס מיט'ן אנדערן.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אבער צו ר' יצחק דוד רעזמעוויטש מעשה איז דאס יא א סתירה כמובן.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

איטשע האט געשריבן:א שאד איך האב דער שערי ציון אין דער היים, דארטן איז דער מדובר אין דער קרעמאטאריום, מיט א טלית, און נישט דער מעשה מיט'ן טלית קטן, וויס די צוויי מעשיות זיין נישט קיין סתירה איינס מיט'ן אנדערן.

מען דארף נישט רעדן קיין נארישקייטן, אין קרעמאטאריום איז מען שוין אנגעקומען נאכדעם וואס מען איז שוין נישט געווען בין החיים, און ווי האט מען געקענט דעמאלטס בעטען א טלית וכו'.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בייגעלייגט איז א חלק פון א ברייו געשריבען דורך ר' בנימין זאב (וואלוויש) גרינוואלד, יליד נאנאש, אונגארן, כעת בברוקלין ניו יארק, אינעם שערי ציון.
נאכן ברענגען עטליכע עובדות וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט ביי ר' שלום אליעזר'ל, שרייבט ער אזוי:

ו) וואס ס'איז ווייטער געוועהן מיט רבי שלום אליעזר'ל האב איך נאכדעם געהערט פון א איד פון מאטא-סאלקא (א שטאט צעהן קילאמעטער פון ראצפערט), וואס איך געדענק שוין נישט זיין נאמען.
ווי באקאנט האבן די דייטשע רשעים ימ"ש אויפגעשטעלט אין אוישוויץ א 'זונדער-קאמאנדא', דאס הייסט א גרופע אידישע העפטלונגען, וואס האבן זיך געצוואונגענערהייט אפגעגעבן מיט'ן אראפנעמען די אידישע קרבנות פון די בהמה-וואגאנען, אפפיהרן רח"ל צו די גאז קאמערן, אויסטוהן זייערע קליידערף או ןזיי אריינפיהרן אין די קרימעטאריומס. אין די ערשטע צייטווען איך בין אנגעקומען אהין, האבן זיי נאך געוואוינט אין לאגער אין בירקענוי, שפעטער האט מען זיי פלאצירט אינדרויסן פון לאגער. אפילו ווען זיי זענען נאך יא געווען אין לאגער, זענען זייערע באראקען געווען ארומגענומען מיט א צוים, אז קיינער זאל נישט האבן מיט זיין קיין קאנטאקט. אויסערדעם, האט מען יעדע דריי מאנאטן אריינגעפיהרט די קאמאנדא אין גאז קאמער רח"ל, און געשטעלט א פרישע זונדער-קאמאנדא.
אין אוישוויץ האט מען גערעדט אז דארט ביי דער זונדער-קאמאנדא קען מען באקומען עסן, ווייל זיי האבן געמעגט אריינברענגען וואס מ'האט געוואלט, מען האט זיי נישט צופיל בודק געווען, נאר אפגעציילט און געלאזט גיין. אמאל בין איך צוזאמען מיט נאך יונגלעך אריין צו די זונדער-קאמאנדא, כ'בין געגאנגען ברענגען עסן, האט מען אונז געכאפט און כ'האב פארדעם באקומען געזונטע שלעק אבער בנתיים איז צו מיר צוגעקומען דער מאטא-סאלקער יונגערמאן פון זונדער-קאמאנדא, און מיר דערציילט אזוי:
ווען רבי שלום אליעזר'ל איז אנגעקומען און מ'האט אים אריינגעפירט אינ'ם צימער וואו מען האט זיך אויסגעטוען די מלבושים, איידער מ'האט עם פארגאזט רח"ל, האט אים דער יונגערמאן באמערקט און אויסגעשריגען, געוואלד! דער רבי איז דא?! פרעגט עם רבי שלום אליעזר'ל, ווער ביסטו? זאגט ער איך בין א זוהן פון דעם און דעם (זיין טאטע איז געווען א גרויסע ראצפערטע חסיד) זאגט רבי שלום אליעזר'ל: איך דארף פון דיר א טובה, ווען עס וועט שוין זיין נאך אלעמען (דאס הייסט, ווען ער ועט שוין נישט זיין אויף דער וועלט), איידער מען וועט מיך אריינלייגן אין פייער אריין, בעהט איך דיר זאלסט מיך מתעטף זיין בטלית, און איך זאג דיר צו עולם הבא… דער איד האט טאקע אזוי געטוען, און וויבאלד עס איז אויך געווען זיין אויפגאבע ארויסצושלעפן די טויטע גופים פונעם גאז-קאמער און זי אריינפיהרן אין פייער אריין, האט ער איינגעהילט רבי שלום אליעזר'ל אין א טלית, און אזוי איז זיין הייליגער גוף פארברענט געווארן…
דאס האט דער איד דערציילט פאר מיר און פאר נאך איינעם, דעמאלטס ווען איך האב מיך אריינגעכאפט צו דער זונדער-קאמאנדא. דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען ממש יענעם טאג וואס מען האט עם אונגעברענגט, אדער דער קומענדיגן טאג, אבער ער האט גערעדט פון א מעשה וואס האט ממש דעמאלטס געשעהן (איך האב דעם איד פון דעמאלטס אן מעהר נישט באגעגענט).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:מציבת הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם ז"ל דומ"ץ סאטמאר בנו של הרה"ק מהרש"א מראצפערט זצ"ל, בעיר סאטמאר (קרעדיט; אברהם שלמה'לע)
בילד

כבוד ידידינו האספן הי"ו האט מזכה געווען דעם עולם מיט די חתימות פון דער זון פון ר' חיימ'ל מסאטמאר, ר' מרדכי דוב האלברשטאם מקערעסטיר חתנו של ר' אברהמ'לע בהרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זצ"ל, און פונעם איידעם פון ר' חיימ'ל, ר' אברהם נפתלי האלבשטאם בהרה"ק ר' מענדל'ע מסטראפקוב זצ"ל.

viewtopic.php?p=624754#p624754

איך זעה אז מיר האבן נישט קיין פארפולקאמטע ליסטע פון צאצאי הרה"ק מהרש"א מראצפערט, אולי איז כדאי צו מאכען אזא ליסטע, מי מתנדב?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מומחה יוחס האט געשריבן:די קינדער יו"ח:
1) ר' חיים דומ"ץ סאטמאר, ער איז אוועק יונגערהייט בשנת תש"ב,
2) ר' משולם זושע יצחק הי"ד,
די איידימער
3) הגה"ק בעל עצי חיים מסיגעט,
4) הגה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב הי"ד,
5) הגה"צ ר' מנחם מענדל ראזענפעלד מקאמינקא נכד ר' שלו' קאמינקער זי"ע,
6) ר' חיים מגלינא בן גיסו ר' בצלאל יושע זצ"ל [חתן הד"ח],
הה"ק בעל אור מלא מקוסון איז בזיווג שלישי געוועהן א איידעם ביי איהם.

זי"ע

א. דער אור מלא מקאסאן ווען ער איז געווארן בזווג-שלישי אן איידעם ביי ר' שלום אליעזר'ל, איז דאס [לכאורה] נישט געווען איר ערשטע זיווג, איז זי געווען די רביצין פון ר' מענדל'ע ראזענפעלד אדער פון ר' חיים מאסקאוויטש מגלינא?

ב. א מז"ט וואונטש צו די חתונה פון ר' חיים מאסקאוויטש ב"ר בצלאל יהושע מגלינא צו זיין חתונה בשנת תרס"ט
אטעטשמענטס
getimage.png
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

מיללער האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:די קינדער יו"ח:
1) ר' חיים דומ"ץ סאטמאר, ער איז אוועק יונגערהייט בשנת תש"ב,
2) ר' משולם זושע יצחק הי"ד,
די איידימער

א. דער אור מלא מקאסאן ווען ער איז געווארן בזווג-שלישי אן איידעם ביי ר' שלום אליעזר'ל, איז דאס [לכאורה] נישט געווען איר ערשטע זיווג, איז זי געווען די רביצין פון ר' מענדל'ע ראזענפעלד אדער פון ר' חיים מאסקאוויטש מגלינא?

ב. א מז"ט וואונטש צו די חתונה פון ר' חיים מאסקאוויטש ב"ר בצלאל יהושע מגלינא צו זיין חתונה בשנת תרס"ט

יישר כוחכם. ווי איז דאס געווען געדרוקט ?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מחזיקי הדת
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

יארצייט היינט.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

עס איז דא עפעס א בילד (דאכצעך אפי' אז כ'האב עס שוין געזעהן אין איינער פון די אייוועלט קאמערלעך) פון רבי שלום אליעזר'ס ביהמ"ד אין ראצפערט, וואלט דאס איינער אפשר געקענט ארויף לייגן דא אדער לינקען אהין. ייש"כ פון פאראויס
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

מיללער האט געשריבן:
א. דער אור מלא מקאסאן ווען ער איז געווארן בזווג-שלישי אן איידעם ביי ר' שלום אליעזר'ל, איז דאס [לכאורה] נישט געווען איר ערשטע זיווג, איז זי געווען די רביצין פון ר' מענדל'ע ראזענפעלד אדער פון ר' חיים מאסקאוויטש מגלינא?

זי איז געוועהן די אלמנה פון רבי חיים מאשקאוויטש
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

דמות דיוקנו פון רבי שלום אליעזר.JPG
66101.jpg
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

רבי חיים ב"ר שלום אליעזר מראצפערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

מיללער האט געשריבן:
מציבת הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם ז"ל דומ"ץ סאטמאר בנו של הרה"ק מהרש"א מראצפערט זצ"ל, בעיר סאטמאר (קרעדיט; אברהם שלמה'לע)

אפשר האט איינער א בילד פון די מצבה פון זיין (ערשטער) רעביצין הרבנית שפרה צפורה בת הרה"ק רבי אברהם שלום פינחס מוואלברום, זי איז נפטר גיווארען אין תר"פ, אין זי ליגט אין בית החיים אין סאטמאר חלקה 6 שורה 2 נאמבער 10.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תולעת-ספרים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מציבת הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם ז"ל דומ"ץ סאטמאר בנו של הרה"ק מהרש"א מראצפערט זצ"ל, בעיר סאטמאר (קרעדיט; אברהם שלמה'לע)

אפשר האט איינער א בילד פון די מצבה פון זיין (ערשטער) רעביצין הרבנית שפרה צפורה בת הרה"ק רבי אברהם שלום פינחס מוואלברום, זי איז נפטר גיווארען אין תר"פ, אין זי ליגט אין בית החיים אין סאטמאר חלקה 6 שורה 2 נאמבער 10.

פרוביר דא צו זוכן:
http://szatmar.us/db/ortodox.html
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”