ר' נתן (נתק'י) שפיגלגלאס מווארשא ז"ל ומשפחתו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ר' נתן (נתק'י) שפיגלגלאס מווארשא ז"ל ומשפחתו
היות איך האב גערעדט איבער עפענען אן אשכול לכבודו פון ר' נתקי שפיגלגלאס הי"ד, האב איך געקלערט משום קריינא דאיגרתא אליינס צו טאן דערוועגן, ובא ללמד ונמצא למד, אז מ'רעדט דא פון א שיינע משפחה אין ווארשא וואס איז ווערט מאריך צו זיין איבער זיי.
דער ראש המשפחה איז ר' נתן (הראשון) שפיגלגלאס מו"ץ וראב"ד בווארשא בעמח"ס מאורות נתן.
נולד לאביו ר' דוב בער [ב"ר מרדכי מסמיאטיש] מווארשא, תלמיד החמדת שלמה מווארשא ומחסידי קאזניץ, קוזמיר וגור, נפטר בשנת תרל"ג ומנו"כ בביה"ח בווארשא.
בניו;
א. ר' דוב בער
ב. הגביר ר' נחום
ג. ר' ראובן
כולם מנו"כ בווארשא
מציבתו ומציבת אביו ר' דוב בער, לפלא שנפטר בחיי אביו ועל מציבת אביו נחרת שהיה אביו של ר' נתקי המו"ץ

דער ר' נחום ב"ר נתן הראשון האט געהאט א זון ר' נתן שפיגלגלאס שנקרא ע"ש זקנו, וועלכער איז נתעשר געווארן ביי די ערשטע וועלט קריג, און דערונטער איז ער געווען א ת"ח עצום וחריף ובקי טובא, ער האט מקיים געווען דעם עשה תורתך קבע ומלאכתך עראי, און דערונטער אויסגעהאלטן פיל ת"ח צו קענען זיצען עה"ת ועל העבודה.
צווישען זיינע פעולות לטובה איז געווען דאס אויפשטעלן א ישיבה 'עמק הלכה' אין ווארשא, וועלכע איז פאר די קריג געווען פארעכנט פון די גרעסטע ישיבות אין פוילן, צווישען די תלמידים איז געווען ר' שמחה עלבערג ע"ה פון שיקאגא דער מו"ל פון הפרדס וועלכער האט געשריבען א חיבור איבער ר' נתן און די ישיבה בשם 'ווארשא של מעלה'.
דער ר' נתן שפיגלגלאס (השני) איז ליידער אומגעקומען ביים קריג הי"ד.
די מציבה פון זיין פאטער ר' נחום בנו של ר' נתקי בעל המאורות נתן בביה"ח בווארשא.

- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
מיללער האט געשריבן:דער ר' נחום ב"ר נתן הראשון האט געהאט א זון ר' נתן שפיגלגלאס שנקרא ע"ש זקנו, וועלכער איז נתעשר געווארן ביי די ערשטע וועלט קריג, און דערונטער איז ער געווען א ת"ח עצום וחריף ובקי טובא, ער האט מקיים געווען דעם עשה תורתך קבע ומלאכתך עראי, און דערונטער אויסגעהאלטן פיל ת"ח צו קענען זיצען עה"ת ועל העבודה.
אין אלה אזכרה חלק ז', איז אויך דא א באשרייבונג איבער ר' נתן (השני), דארט שרייבט ער שנולד בשנת תרמ"ב לאביו ר' יחזקאל, געשריבן דורך תלמידו ר' שמחה עלבערג, עס איז א שיינע גאנץ לאנגע באשרייבונג.
מיללער האט געשריבן:צווישען זיינע פעולות לטובה איז געווען דאס אויפשטעלן א ישיבה 'עמק הלכה' אין ווארשא, וועלכע איז פאר די קריג געווען פארעכנט פון די גרעסטע ישיבות אין פוילן, צווישען די תלמידים איז געווען ר' שמחה עלבערג ע"ה פון שיקאגא דער מו"ל פון הפרדס וועלכער האט געשריבען א חיבור איבער ר' נתן און די ישיבה בשם 'ווארשא של מעלה'.
דער ר' שמחה עלבערג האט נאך אין ווארשא אויך ארויסגעגעבן א ירחון מיטן זעלבן נאמען "עמק הלכה" וואו עס איז געדרוקט געווארן חידושי תורה פון גדולי הדור און פון תלמידי הישיבה עמק הלכה, דארט איז אויך אפגעדרוקט געווארן שיעורים פון ר' נתן שפיגלגלאס, אויף היברו-בוקס האב איך געטראפען איינע פון די קובצים פון שבט- אדר תרפ"ז דארט איז טאקע דא אפגעדרוקט פון די שיעורים פון ר' נתן.
מדברי הרב בעל הפרדס:
"עם גמר מלחמת העולם הראשונה, יסד ר' נותקע בסיועו של ר' אייזיק וולודווער, ור' נחום רוזנפלד את הישיבה 'עמק הלכה' שנהייתה לישיבה הכי גדולה בפולין. סביב הישיבה נתרכזו בעלי כשרונות ועילויים. הישיבה היתה בת הרבה מאות תלמידים וכל התקציב סודר וסולק על ידי תרומותיהם של השלושה הנ"ל וגם על ידי אביו של ר' נותקע, ר' יחזקאל. בכל יום ויום היה ר' נותקע מגיד שיעור בישיבה זו. דרכו היה להשכים קום עם האשמורת, היה טובל במקוה, מתלבש בטלית ותפילין ונוסע לישיבה להגיד את השיעור. כאב רחום ורחמן היה לכל תלמיד ותלמיד, את כל אחד היה חושב לצאצאו ממש. התעניין בפרטי חייו הפעוטים של כל אחד . שום שידוך לא נגמר בלי הסכמתו.
עשרות תלמידים היו יושבים שבת אחים בשבת סביב לשולחנו של ר' נותקע. הוא לא היה אומר שום חידושי תורה ליד השולחן. כל הוויתו, כל תנועה שלו על יד השולחן היתה תורה שלימה. ולא יאמן שבאיזו ישיבה אחרת תשרור רוח אהבה ואחדות בין התלמידים ורבם כאותה הרוח שראינוה בישיבה של ר' נותקע. אין פלא משום כך, שתלמידים למאות נהרו מכל קצווי פולין לישיבת ר' נותקע. שמעו הטוב ופרסומו היה הולך וגדל מיום ליום. כגאון וצדיק הופיע לעיני כל.
כשנסתלק הרבי מראדזימין הפצירו בו חסידים להכתירו לרבי אבל הוא מאן בהם בכל תוקף. החסידים לא הרפו ממנו והיו באים בהמוניהם שיאציל להם ברכה. יש לשער שלולא חורבן היטלר , היה נכנע לדרישת מעריציו והיה נעשה לרבי חסידי".
רבי נתן [נוסקה] שפיגלגלאס, כששרפו הגרמנים את חיבוריו וספריו הרבים, מקונן ואומר: …כאן בוערים הימים והלילות שלי…ירחים ושנים תמימות… כאן בוער אני גופי…כאן דנים אותי עצמי לשריפה…
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
תשובה מאת ר' נתן שפיגלגלאס אין ספר יד שאול (ספר זכרון), צום סוף פון די תשובה שרייבט ער פון זיינע שיעורים אין ישיבה אז 4 כיתות אין די ישיבה לערנען מס' שבת, און ער לערנט פאָר צוויי שיעורים אין די פיפטע און זעקסטע כיתה, פאר איינס אין מס' תמורה און די אנדערע אין מס' כריתות.
בןהרחמן האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:דער ר' נחום ב"ר נתן הראשון האט געהאט א זון ר' נתן שפיגלגלאס שנקרא ע"ש זקנו, וועלכער איז נתעשר געווארן ביי די ערשטע וועלט קריג, און דערונטער איז ער געווען א ת"ח עצום וחריף ובקי טובא, ער האט מקיים געווען דעם עשה תורתך קבע ומלאכתך עראי, און דערונטער אויסגעהאלטן פיל ת"ח צו קענען זיצען עה"ת ועל העבודה.
אין אלה אזכרה חלק ז', איז אויך דא א באשרייבונג איבער ר' נתן (השני), דארט שרייבט ער שנולד בשנת תרמ"ב לאביו ר' יחזקאל, געשריבן דורך תלמידו ר' שמחה עלבערג, עס איז א שיינע גאנץ לאנגע באשרייבונג.
לכאורה האב איך דאן פארמישט און ר' נחום האט טאקע געהאט א זון ר' נתן אבער דאס איז נישט דער ר' נתן ווועלכער איז געווען א זון פון ר' יחזקאל, וועלכער איז געווען א זון פון ר' דוב בער ב"ר נתן הראשון.
מציבת ר' יחזקאל ב"ר דוב בער
און ווידער האב איך א טעות געהאט, ער איז געווען א זון פון ר' יחזקאל ב"ר נחום ב"ר נתן הראשון, ר' דוב בער האט אויך געהאט א זון ר' יחזקאל פון וועם איך האב געשטעלט די בילד פונעם מציבה.
וטעותים לעולם חוזרים.
בייגעלייגט איז וויאזוי ר' נתן (השני) שרייבט זיך אונטער אין זיין הקדמה צום ספר 'מאורות נתן' הנ"ל, וואס זיין פאטער ר' יחזקאל האט געדרוקט.
אגב דערמאנט ער דארט צוויי אייניקלעך; ר' מרדכי יוסף שהי' אב"ד טשעפעלאוו ועכשיו בווארשא, און ר' נתן פנחס עהרליך, ברויך מען אפירזוכען דעם יחוס.
וטעותים לעולם חוזרים.
בייגעלייגט איז וויאזוי ר' נתן (השני) שרייבט זיך אונטער אין זיין הקדמה צום ספר 'מאורות נתן' הנ"ל, וואס זיין פאטער ר' יחזקאל האט געדרוקט.
אגב דערמאנט ער דארט צוויי אייניקלעך; ר' מרדכי יוסף שהי' אב"ד טשעפעלאוו ועכשיו בווארשא, און ר' נתן פנחס עהרליך, ברויך מען אפירזוכען דעם יחוס.
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
ר' אברהם בנימין זילבערבערג שרייבט אין הקדמה לספר גור ארי' עמ"ס קידושין מהפלאצקער גאון, אז איינמאל אין ווארשא איז געקומען צו איהם ר' נתן שפיגלגלאס ז"ל און איהם פארציילט אז דער דאקטער האט איהם דיאגניזירט מיט די ביטערע מחלה פון קענסער רח"ל ל"ע, ממילא וויל ער באצאלן די קאסטן פון דאס דרוקן א ספר פונעם מהרא"ל מפלאצק זצ"ל אבער ער וויל נישט מען זאל שרייבן זיין נאמען ווייל זיין משפחה זאל נישט האבן קיין צער און עגמ"נ (זעהט אויס ער האט זיי נישט פארציילט פון זיין מחלה), ממילא איז געבליבן אז גייט שרייבן זיין נאמען ברמז, און ר' אברהם בנימין האט דעמאלס געדרוקט דעם שו"ת מהרא"ל און געשריבן התנדב "נש״ר הגדול הרב הגאון שליט״א", וואס איז ר"ת ר' נתן שפיגלגלאס, ופלא הי' ששב לאיתנו, זעהט דא דעם שער בלאט לשו"ת מהרא"ל שנדפס ע"י רא"ב זילבערבערג בווארשא שנת תרצ"ב בהתנדבות הנש"ר.
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
צוויי פארלוירענע תגובות
הודעהדורך בןהרחמן אום דינסטאג יוני 29, 2010 10:49 amמיללער האט געשריבן:דער ראש המשפחה איז ר' נתן (הראשון) שפיגלגלאס מו"ץ וראב"ד בווארשא בעמח"ס מאורות נתן.
נולד לאביו ר' דוב בער [ב"ר מרדכי מסמיאטיש] מווארשא, תלמיד החמדת שלמה מווארשא ומחסידי קאזניץ, קוזמיר וגור, נפטר בשנת תרל"ג ומנו"כ בביה"ח בווארשא.
בניו;
א. ר' דוב בער
ב. הגביר ר' נחום
ג. ר' ראובן
כולם מנו"כ בווארשא
ר' נתן (הראשון) האט אויך געהאט א טאכטער רויזא מייטא אשת הרה"ג החריף ר' מתתיהו הכהן קארנבליט ב"ר יהושע יהודא (ליב)
זי איז נפטר געווארן בשנת תרס"ח אין הויכן עלטער פון 85 יאר, אויף איר מצבה אין ווארשא שטייט אז זי איז געווען די שוויגער פון עפעס הצדיק הקדוש .... זצללה"ה (עס איז אפגעמעקט די נאמען), ווער קען מברר זיין?
דא איז איר מצבה, ומצבת בעלה ר' מתתי' הכהן קארנבליט (נפטר בשנת תרמ"ב), וואס איז איין מצבה צוזאמען מיט זיין זוהן הרב הגאון ר' יהושע יהודא הכהן קארנבליט (ווער איז עס געווען?)
הודעהדורך ביקסאד אום מיטוואך יולי 07, 2010 12:53 pmבןהרחמן האט געשריבן:ר' נתן (הראשון) האט אויך געהאט א טאכטער רויזא מייטא אשת הרה"ג החריף ר' מתתיהו הכהן קארנבליט ב"ר יהושע יהודא (ליב)
זי איז נפטר געווארן בשנת תרס"ח אין הויכן עלטער פון 85 יאר, אויף איר מצבה אין ווארשא שטייט אז זי איז געווען די שוויגער פון עפעס הצדיק הקדוש .... זצללה"ה (עס איז אפגעמעקט די נאמען), ווער קען מברר זיין?
בהיכל הבעש"ט (י"א) האט ר' צבי הירש [בן רבי בערל] שווארץ, א לענגערע באשרייבונג איבער הרה"ק רבי שמואל אליהו מ'זוואהלין זצ"ל, וועלכער איז בזוו"ש געווען א איידעם ביי רבי מתתיהו הכהן קארינבליט חתן רבי נתן שפיגעלגלאס.
ער האט מיט איהר געהאט 5 קינדער.
בעמוד ק"ג בהערות מתחת לקו,
ברענגט ער צו פון ספר נחלת עולמים סימן של"ג איבער רבי מתתיהו הכהן, און פון ספר הנ"ל סימן קכ"א איבער רבי נתקי.
דער בעל דברי ישראל מ'מאדז'יץ איז געווען דער אינגסטער פון די פיהר קינדער מזוו"ר.
מיללער האט געשריבן:
בייגעלייגט איז וויאזוי ר' נתן (השני) שרייבט זיך אונטער אין זיין הקדמה צום ספר 'מאורות נתן' הנ"ל, וואס זיין פאטער ר' יחזקאל האט געדרוקט.
אגב דערמאנט ער דארט צוויי אייניקלעך; ר' מרדכי יוסף שהי' אב"ד טשעפעלאוו ועכשיו בווארשא, און ר' נתן פנחס עהרליך, ברויך מען אפירזוכען דעם יחוס.
דער דערמאנטער ר' נתן פנחס עהרליך פון ווארשא הי"ד, איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק אייזיק גינזבורג פון ווארשא.
חוקר היוחסין הרב וועקשטיין פון אשדוד האט ארומגעשיקט א מאמר לתולדות משפחת גינזבורג (זעה בייגעלייגט).
איך לייג דא צו די מציבה פון די ווייב פון ר' נתן פנחס עהרליך ב"ר יצחק אייזיק גינזבורג.
א זון פון ר' נתן פנחס הנ"ל בשם ר' דוב בעריש עהרליך, האט איבערגעלעבט די קריג, ער איז געווען מגדולי חסידי ראדאמסק - ער ליגט אין שיכון סקווירא:
viewtopic.php?p=858214#p858214
- אטעטשמענטס
-
- הגאונים מוויסקי ומשיעל ומברעסל וי והמסתעף.pdf
- (169.76 KiB) געווארן דאונלאודעד 145 מאל
גאלדא אשת רבי יחזקאל שפיגלגלאס בת רבי יחיאל ראזענפעלד מאפטא
http://cemetery.jewish.org.pl/id_119516 ... lglas.html
http://cemetery.jewish.org.pl/id_119516 ... lglas.html
קשרי שידוכין ראדאשיץ עם משפחת שפיגלגלאס
http://cemetery.jewish.org.pl/id_16722/ ... /photo.jpg
http://cemetery.jewish.org.pl/id_16722/ ... /photo.jpg
מצבת ר' משה יהושע העשיל צוקער ב"ר יוסף יהודא מאפטא, נכד הרה"צ רבי נתן שפיגעלגלאס זצ"ל:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_116123 ... ucker.html
מצבת בתו הבתולה גיטל
http://cemetery.jewish.org.pl/id_106219 ... ucker.html
http://cemetery.jewish.org.pl/id_116123 ... ucker.html
מצבת בתו הבתולה גיטל
http://cemetery.jewish.org.pl/id_106219 ... ucker.html
מיללער האט געשריבן:
אגב דערמאנט ער דארט צוויי אייניקלעך; ר' מרדכי יוסף שהי' אב"ד טשעפעלאוו ועכשיו בווארשא, און ר' נתן פנחס עהרליך, ברויך מען אפירזוכען דעם יחוס
דער דערמאנטער ר' נתן פנחס עהרליך פון ווארשא הי"ד, איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק אייזיק גינזבורג פון ווארשא.
ר' נתן פנחס ערליך הי"ד פון ווארשא איז געווען פון די נשיאי כולל פולין לצדקת רמבעה"נ - בייגעלייגט אז א בריוו וואס ער שרייבט אונטער בשם די כולל געוואנדן צו הר' קוק אין ירושלים איבער הרה"צ ר' ישראל שפירא מפשיטיק הי"ד וועלכער האט געוואלט עולה זיין קיין אר"י (זעה דא א פעקחל דאקומענטן דערוועגן מיט בריוון פון ר' ישראל הנ"ל - http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=410204#p410204 )
דער ערשטער וואס שרייבט אונטער קען עמיצער אויסליינען די גאנצע נאמען. זעהט אויס א לעלובער אייניקל מיט די משפחה נאמען 'בידערמאן'
- אטעטשמענטס
-
- kolelWarsaw.png (492.59 KiB) געזען 1776 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 99
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 9:30 am
Re: ר' נתן (נתק'י) שפיגלגלאס מווארשא ז"ל ומשפחתו
האט איינער א בילד פין רבי נתקה (השני) בעל עמק הלכה?