רבי ארי' לייב צינץ - הגאון מפלאצק זצ"ל - ג' אייר תקצ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'האב מיך אלץ געווינדערט, די הבטחה אז מען וועט דריקען די ספרים, האבעך אלס פארשטאנען, אז פשט איז, אז ער האט פשוט געוואלט אז עס זאל זיין זיינע ספרים בנמצא, און ער האט זיך אינטערגענומען צו פוילן א ישועה ווער עס וועט עס דרוקען.

אבער היינט אז די ספרים זענען שוין געדריקט, נאך מער יעדער צווייטער דרוקט עס, און אין אלע בתי מדרשים, און אין אלע שמות'ער דרייען זיך צענדליגער פון די ספרים, פארוואס זאל זיין א ענין עס צו דריקען? חוץ אז כ'וועל זאגן אז עס איז כגזירה היוצא מפי השליט, און וויבאלד ער האט צוגעזאגט, אפי' די סיבה פאלט אוועק, כאפט מען זיך צי צו זיינע ווערטער.

לכבוד דעם יארצייט פונעם גאון האט איינער געהאנגען צעטלעך אין די גאסן איבער דעם ענין פון דריקען די הייליגע ספרים, ונהניתי אז איך בין נישט דער איינציקסטער וואס טראכט אזוי:
אטעטשמענטס
Photo_042912_001.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געזען דעם צעטיל, ער האט א שטיקל פוינט.

בקיצור איז ער מדייק אין זיין לשון "אהיה לו למליץ אם יהי' לו זכות". פרעגט ער אויב האט ער א זכות פארוואס ברויך ער א מליץ דעמאלס?
איז ער מבאר אז די עיקר זכות איז דאך בעצם די לימוד התורה, און נישט דרוקן ספרים, נאר וואס דען וויבאלד מען דרוקט ספרים אז מען זאל לערנען דערינען האט מען ממילא א זכות לימוד התורה פון די אלע לומדים.
ממילא זאגט דער פלאצקער גאון אם יהי' לו זכות, אויב וועט דער מדפיס האבן די זכות פון לימוד התורה בספריו וועט ער אים זיין א מליץ, משא"כ אויב קיינער לערנט נישט דערינען...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות אמעריקא »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לכבוד דעם יארצייט פונעם גאון האט איינער געהאנגען צעטלעך אין די גאסן איבער דעם ענין פון דריקען די הייליגע ספרים, ונהניתי אז איך בין נישט דער איינציקסטער וואס טראכט אזוי:


דער שרייבער פונעם צעטל האט א נערישע קשיא און אויף דעם בויעט ער בנינים. קודם קען זיין אז דער הייליגער פלאצקער האט עס געשריבן אויף זיך אליינס בגודל ענותנותו. און נאכדעם, אפילו עס גייט אויף די מענטש וואס דרוקט איז עס בכלל נישט קיין קשיא.

יעצט לאמיר הערן עפעס אנדערש: דער שרייבער פונעם צעטל האט ממש נישט קיין אנדערע דאגות נאר אז מענטשן דרוקן איבער דער פלאצער גאון'ס ספרים? עס איז ממש נישט צום גלייבן ווי צודרייט מענטשן קענען זיין.

דא זיצט א גאנצע מכון פון צוואנציג אינגעלייט, און גיבן ארויס כסדר פרישע בענדער פונעם הייליגען פלאצקער גאון, אויף א נישט נארמאלע שיינע פארמאט. א פראיעקט וואס האט כמעט נישט זיינס גלייכן.

איך פערזענליך לערן יעצט מסכת גיטין, און איך בין זיך ממש מחיה מיט די נייע גרש ירחים וואס זיי האבן געדרוקט. סיי די שיינע דרוק, און סיי די שיינע הערות אונטן.

זיי געבן כסדר ארויס נייע בענדער, און אויף דעם טרייבן זיי אויף געלטער.

זיי גיבן ארויס דאס יאר א נייע דרוק פון די באקאנטן ספר 'מגן האלף' אויף הלכות פסח.

אלעס פיין און אלעס וואול, אבער דער קוריאזער פארשוין פון דער צעטל (דאס איז מיין לימוד זכות אויף אים) האט נישט געטראפן עפעס בעסער ווי מעורר זיין דעם 'ציבור' אז מען זאל 'טראכטן' פאר מען גיבט געלט פאר זיי...

איך בין זייער נייגעריג אויב די שרייבער פונעם צעטל, האט שוין אין זיין לעבן געדרוקט א פראדוקטיווע צעטל, אדער בלויז מעורר זיין מענטשן וועגן וואס אנדערע מענטשן טוען.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

העי גלות, "קאלם דאון",

ווער רעדט פון א מכון וואס געט ארויס די ספרים אויף א שיינע פארמאט? מען רעדט פון די וואס דריקען איבער א ספר וואס פיפציג מענטשען האבן שוין געדריקט, און עס ליגט שוין אין אלע בתי מדרשים, און אין אלע שמות צענטערען, מיט אלטע קוים אדער אינגאנצען נישט קיין ליינבארע אותיות, זיי מיינט ער, אז עס זיצט א מכון און דריקט, מה טוב ומה נעים, ואשרי חלקם!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:יישר-כח ר' מיילעך, אויך האט מיר ר' מיילעך מגלה געווען אז די קאשיווקא דינאסטיע האט געטראגן דעם משפחה נאמען 'גינזבורג'/

ר' שמואל גינזבורג מקאשיווקא איז געווען אן איידעם ביי ר' אהרן צינץ בן המהרא"ל.

בניו;
ר' יחיאל מיכל מקאשיווקא
ר' זאב וואלף מדאוויד-הארדעק

לר' יחיאל היה בן ר' שמואל השני מקאשיווקא, לו היה חתן ר' יעקב יוסף קאצינלנבויגן מקאנסטאנטין, האם הוא היה נכדו של ר' ייב"י?


דער זון פון ר' וואלף גינזבורג מדאוויד-האראדעק, איז געווען ר' דוד גינזבורג וועלכער האט אנגעפירט מיט די האראדאקער אדמורו"ת, פון אים האט זיך ווייטער געצויגען די דינאסטיע ביז צום קריג, איך קאפיר פון וויקיפידיה דעם סדר השלשלת:

רבי זאב וולף גינזבורג, הוא אבי השושלת בעיירה דויד הורדוק. נפטר בשנת תרי"ט.

בנו, רבי דוד גינזבורג, מילא את מקום אביו. נפטר בשנת תרכ"ה.
בדור הרביעי ישב על כסא האדמורו"ת, רבי ישראל יוסף גינזבורג, בנו של רבי דוד. תלמידו של מרדכי מטשרנוביל שהכתירו לאדמו"ר. רבי ישראל יוסף התפרסם מאוד בזמנו והיה נערץ אף על המתנגדים. בנה בית מדרש גדול והיה ידוע כמחולל מופתים. נפטר בערך בתרנ"ט (1899). בניו היו רבי זאב וולף ורבי אלתר.
רבי זאב וולף (ר' וועלוולע) היה הממשיך המרכזי ורוב חסידי אביו הלכו אליו. היה מאריך בתפילה. נפטר בג' באדר א' תרפ"א (1921). בניו היו רבי אהרן ורבי משה יהושע.
רבי אהרן גינזבורג מלונינץ, היה רב ואדמו"ר בלונינץ לשם הגיע בזמן מלחמת העולם הראשונה. היה מתמיד גדול ומפורסם ביופיו. נרצח בשואה עם כל משפחתו ותושבי העיירה‏[1].
רבי משה יהושע גינזבורג מדויד הורודוק, בנו של רבי זאב וולף. למד בבחרותו בישיבת וולוז'ין. היה תלמיד חכם גדול ודרשן. נרצח בשואה.
רבי אלתר גינזבורג, בנו של רבי ישראל יוסף וחתנו של רבי לוי יצחק מקאמין. היה חותנו של רבי שלמה גולדמן מזוויהל.
את מקומו מילא בנו רבי לוי יצחק (ר' איציקל). רבי איציקל הרחיב את החסידות והיה תלמיד חכם מובהק. נרצח בשואה.
בנו של רבי איציקל, רבי זאב וולף גינזבורג כיהן כאדמו"ר בארצות הברית.


פון דעם ר' משה יהושע גינזבורג הי"ד האט פארשלאפן געשטעלט דעם בילד בעת א באזוך אין ניו יארק.

דא ווערט אויך דערמאנט אז איינער פון די שמפחה איז געווען א רבי אין אמעריקא, ר' זאב וואלף גינזבורג, ווארשיינליך איז דאס דער ר' שמואל זאב גינזבורג וואס האט געפראוועט א בר-מצוה פאר זיין זון ידידי' בשנת תרפ"ז אין ניו יארק, ברויך מען אפירזוכען מער איבער אים.
מונח אתנחתא
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:50 am

180 יאהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונח אתנחתא »

180 יאהר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מונח אתנחתא האט געשריבן:180 יאהר


לרגל די יארצייט האבן די לאקאלע אידישע צייטונגען געהאט א באשרייבונג לתולדות המהרא"ל צינץ, כאטש עס איז קענטליך געווען געספאנסערט דורך די מכון להוצאת ספריו, איז עס אבער געווען גאנץ אינפארמאטיוו, איך האב דארט אויסגעפונען איבער דעם ספר 'תפארת אריה' וואס אן אייניקל פונעם מהרא"ל צינץ האט געדרוקט, דער ספר איז נישטא אויף ה"ב, דא איז עס אויף אוצה"ח:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?169880&
משה אמת ותורתו
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה אמת ותורתו »

היכן המקור בשם הגאון רבי ישראל יעקב קנייבסקי הסטייפעלער רב זצ"ל שעיקר הסגולה היא לעוסק ולומד בתורתו ולאו דווקא למוציא לאור את חיבוריו?
משה אמת ותורתו
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה אמת ותורתו »

משה אמת ותורתו האט געשריבן:היכן המקור בשם הגאון רבי ישראל יעקב קנייבסקי הסטייפעלער רב זצ"ל שעיקר הסגולה היא לעוסק ולומד בתורתו ולאו דווקא למוציא לאור את חיבוריו?


נו, קיין איינער ווייסט נישט?
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

משה אמת ותורתו האט געשריבן:
משה אמת ותורתו האט געשריבן:היכן המקור בשם הגאון רבי ישראל יעקב קנייבסקי הסטייפעלער רב זצ"ל שעיקר הסגולה היא לעוסק ולומד בתורתו ולאו דווקא למוציא לאור את חיבוריו?


נו, קיין איינער ווייסט נישט?

אז דו ווילסט אזוי שטארק הערן א תשובה, וועל איך דיר ענטפערן: "ניין איך ווייס נישט".

אבער ס'איז פשוט אז דער עיקר האט ער דאך געוואלט אז מ'זאל לערנען אין זיינע ספרים, אלזא איז זעלבסט פארשטענדליך אז ווער ס'לערנט דערין וועט ער אוודאי מליץ טוב זיין.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אז דו ווילסט אזוי שטארק הערן א תשובה, וועל איך דיר ענטפערן: "ניין איך ווייס נישט".

אבער ס'איז פשוט אז דער עיקר האט ער דאך געוואלט אז מ'זאל לערנען אין זיינע ספרים, אלזא איז זעלבסט פארשטענדליך אז ווער ס'לערנט דערין וועט ער אוודאי מליץ טוב זיין.

גוט געזאגט.

דאס דערמאנט מיך פון די וואס וועלן בשום אופן נישט אויסרעדען ביי ושמרו - וואס די סיבה איז, ווייל עס איז ווי חזרת הש"ץ - אבער ביי חזרת הש"ץ אליין רעדן זיי אן אויפהער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אדער ווי די וואס וועלן נישט עסן אין די ימים נוראים קיין אגוז ווייל ס'איז בגימטריא חטא, אבער פון חטא אליין וועלן זיי זיך נישט אויסהיטן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אז דו ווילסט אזוי שטארק הערן א תשובה, וועל איך דיר ענטפערן: "ניין איך ווייס נישט".

אבער ס'איז פשוט אז דער עיקר האט ער דאך געוואלט אז מ'זאל לערנען אין זיינע ספרים, אלזא איז זעלבסט פארשטענדליך אז ווער ס'לערנט דערין וועט ער אוודאי מליץ טוב זיין.

גוט געזאגט.

דאס דערמאנט מיך פון די וואס וועלן בשום אופן נישט אויסרעדען ביי ושמרו - וואס די סיבה איז, ווייל עס איז ווי חזרת הש"ץ - אבער ביי חזרת הש"ץ אליין רעדן זיי אן אויפהער.

איר מיינט געוויס ביי מגן אבות - ברכת מעין שבע
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מיללער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אז דו ווילסט אזוי שטארק הערן א תשובה, וועל איך דיר ענטפערן: "ניין איך ווייס נישט".

אבער ס'איז פשוט אז דער עיקר האט ער דאך געוואלט אז מ'זאל לערנען אין זיינע ספרים, אלזא איז זעלבסט פארשטענדליך אז ווער ס'לערנט דערין וועט ער אוודאי מליץ טוב זיין.

גוט געזאגט.

דאס דערמאנט מיך פון די וואס וועלן בשום אופן נישט אויסרעדען ביי ושמרו - וואס די סיבה איז, ווייל עס איז ווי חזרת הש"ץ - אבער ביי חזרת הש"ץ אליין רעדן זיי אן אויפהער.

איר מיינט געוויס ביי מגן אבות - ברכת מעין שבע

יע יע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די קינדער פונעם פלאצקער גאון ווערן אויסגערעגנט אין עטליכע פון די חיבורים אינע מבוא דורך ר' יוסף ליבערמאן שליט"א, ווי פאלגענד;

א. בנו ר' אהרן אב"ד פינטשוב וטורבין חתן ר' יוסף אב"ד אוסטילא
[ב. בנו ר' אברהם - למקורות אחרים לא היה לו בן בשם זה ]
ג. בנו ר' יוסף
ד. חתנו ר' אורי לוי פייבל מרגליות
ה. חתנו ר' אברהם שיסקעס מבריסק (למקורות אחרים היה רק חתן אשתו)
ו. חתנו ר' מאיר טשעכנאווער
ז. חתנו ר' זאב ליפסקער


לויט דעם דערמאנטן חיבור 'תולדות מהרא"ל צינץ" לאלפסי, איז טאקע נישט געווען קיין זון ר' אברהם, נאר אן איידעם ר' אברהם הערצבערג ובז"ש האט די טאכטער חתונה געהאט צו ר' חיים דאווידזאהן אב"ד ווארשא.

מציבת ר' יעקב משה הערצבערג מווארשא נכדו של ר' אברהם חתן רבינו


עפעס שטימט נישט.
ווייל אויפן שער בלאט פון טיב קידושין שטייט אז דאס איז געדרוקט דורך דער פלאצקער גאון'ס "שנור" מרת אסתר, וואס זי איז יעצט אלמנת הרב ר' חיים [דאווידאזאהן] דפה [ווארשא].
איז משמע, אז זי איז געווען חתונה געהאט קודם צו א זון פון פלאצקע גאון און דערנאך צום ווארשאווער רב און דערנאך נתאלמנה פון אים.

קען מען זאגן אז ר' חיים דאווידזאן האט חתונה געהאט בזיווג שני צו א טאכטער פון פלאצקער גאון, און בזיווג שלישי צו א געוועזענע שנור פון פלאצקער גאון ?
אטעטשמענטס
1234.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די קינדער פונעם פלאצקער גאון ווערן אויסגערעגנט אין עטליכע פון די חיבורים אינע מבוא דורך ר' יוסף ליבערמאן שליט"א, ווי פאלגענד;

א. בנו ר' אהרן אב"ד פינטשוב וטורבין חתן ר' יוסף אב"ד אוסטילא
[ב. בנו ר' אברהם - למקורות אחרים לא היה לו בן בשם זה ]
ג. בנו ר' יוסף
ד. חתנו ר' אורי לוי פייבל מרגליות
ה. חתנו ר' אברהם שיסקעס מבריסק (למקורות אחרים היה רק חתן אשתו)
ו. חתנו ר' מאיר טשעכנאווער
ז. חתנו ר' זאב ליפסקער


לויט דעם דערמאנטן חיבור 'תולדות מהרא"ל צינץ" לאלפסי, איז טאקע נישט געווען קיין זון ר' אברהם, נאר אן איידעם ר' אברהם הערצבערג ובז"ש האט די טאכטער חתונה געהאט צו ר' חיים דאווידזאהן אב"ד ווארשא.

מציבת ר' יעקב משה הערצבערג מווארשא נכדו של ר' אברהם חתן רבינו


עפעס שטימט נישט.
ווייל אויפן שער בלאט פון טיב קידושין שטייט אז דאס איז געדרוקט דורך דער פלאצקער גאון'ס "שנור" מרת אסתר, וואס זי איז יעצט אלמנת הרב ר' חיים [דאווידאזאהן] דפה [ווארשא].
איז משמע, אז זי איז געווען חתונה געהאט קודם צו א זון פון פלאצקע גאון און דערנאך צום ווארשאווער רב און דערנאך נתאלמנה פון אים.

קען מען זאגן אז ר' חיים דאווידזאן האט חתונה געהאט בזיווג שני צו א טאכטער פון פלאצקער גאון, און בזיווג שלישי צו א געוועזענע שנור פון פלאצקער גאון ?


איך ווייס נישט פשט און איך בין נישט קלאר ווער עס האט א טעות, איך האב געטראפן די מציבה פון הרבנית אסתר אלמנת רבי חיים דאווידזאהן, זי איז געווען "בת ר' משה הכהן" ממילא איז קלאר אז זי איז נישט געווען די טאכטער פונעם פלאצקער גאון. די מציבה איז שווער אויסצוליינען, אבער אין די רשימות פונעם בית החיים שטייט אז אויף די מציבה ווערט דערמאנט אז זי איז "אן אייניקל" פונעם פלאצקער גאון.
דא איז די מציבה:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_111838 ... dsohn.html
אטעטשמענטס
photo (1).jpg
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

ומי היה חותנו של הגאון מפלאצק?
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

לכבוד די יארצייט דעם שבת
אטעטשמענטס
באמערקונג: די גאון איז מלובש אין א סטראקעס בעקעטשע
באמערקונג: די גאון איז מלובש אין א סטראקעס בעקעטשע
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

נאך א בילד.
אטעטשמענטס
428_001.jpg
428_001.jpg (183.09 KiB) געזען 1730 מאל
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

דעם דינסטאג, ג' אייר, וועט איז זיין די 186'סטע יארצייט פונעם הייליגן פלאצקער גאון.

דער 'סיני ועוקר הרים' דער פלאצקער גאון, כשמו כן הוא, האט געלעבט און געאטעמט די תורה הקדושה, פון ווען ער איז נאך געווען א אינג קינד ביז די לעצטע רגעים פון זיין לעבן, בשעת גיססה ווען ער האט שוקל געווען צו א גוסס איז מחויב בק"ש ותפילה! דער גאון בעל מחבר נודע ביהודה שרייבט אויף אים אין א הסכמה אויף זיין ספר 'יעלת חן' אויף מסכת כתובות: "האמנם גדר גדרתי מסבה הכמוסה עמדי שלא ליתן הסכמה על ספר חדש שעדיין לא הי' לעולמים אולם אדעתא דהאי גברא רבא לא נדרתי, עברתי על רצוני לעשות רצונו". עס איז וויכטיג אנצומערקן אז דער נודע ביהודה איז שוין דאן געווען אן אכציג יעריגער גדול בישראל און דעם פלאצקער גאון א אינגערמאן פון בלויז 24 יאר!

אין ספר תפארת אריה, וואס באשרייבט די תולדות פון דעם פלאצקער גאון, שרייבט: אז על כל צרה שלא תבא, פלעגן אידן פון דער נאנט און ווייט קומען מתפלל זיין על ציונו הקדוש צו געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב.

מעשה: מ'איז דעם פלאצקער גאון, אמאל געקומען מזכיר זיין א פרוי אינמיטן די נאכט, דער פלאצקער גאון האט תיכף זיך אראפגעזעצט לערנען א תוס', וואס פרעגט א קשיא אויף א גמרא און בלייבט מיט א "תימא". ער האט זיך מייגע געווען ביז ער האט געטראפן א תירוץ צו פארענטפערן תוס' קשיא, ווי נאר ער האט געענדיגט, האט ער אויפגעהויבן די הענט צום הימל און געזאגט: "רבש"ע אין דעם זכות וואס איך האב אויפגעבינדן די גמרא פון תוס' קשיא, אזוי זאל די פרוי פלונית בת פלונית אויפגעבינדן ווערן פון איר פראבלעם". כך הוה די פרוי האט באלד געהאט א ישועה.

מדבריו הקדושים: דער פלאצקער גאון זאגט אויפן פסוק (שמות ל, לד) ויאמר ה' אל משה קח לך סמים. די גמרא ברענגט אין מסכת שבת (פט.) "לקחת מַתנות באדם", אז כמה מלאכים האבן געגעבן מתנות פאר משה רבינו און דער 'בעל דבר' האט זיך אויך משתתף געווען, ער האט געגעבן א מתנה די 'קטורת' כדי משה רבינו זאל זיך קענען באנוצן דערמיט אין א פאל וואס קומט פאָר א מגפה ר"ל אין כלל ישראל. זאגט דער פלאצקער גאון, אז עס איז נישט קיין ספק אז די קטורת איז געווען דאס מערסט געליבסטער מתנה וואס משה רבינו האט באקומען. די מתנה איז ווערט געווען פאר משה רבינו מער ווי "כל חללי דעלמא" ווייל מיט דעם האט ער געקענט ראטעווען א איד פון טויט ר"ל.

דער פלאצקער גאון ממשיך אז ווילאנג דער רבש"ע האט אים נישט געזאגט דער פסוק "ויאמר ה' אל משה קח לך סמים" איז דער מתנה געווען ווערטלאז, צוליב דעם וואס איז דא אן איסור פון "במתכנתה לא תעשו לכם". דאס איז פשט אין פסוק "ויאמר ה' אֶל משה קח לך סמים" דאס ווארט 'לך' מיינט להנאתך ולטובתך פון משה רבינו אז יעצט וועט ער קענען נוצן זיין מתנה פון וואס ער וועט דאס מערסטע הנאה האבן. ער ברענגט ארויס אז דער רבי און מנהיג פון כלל ישראל, משה רבינו, איז זיין גרעסטע שאיפה און הנאה געווען ווי אזוי מ'קען ראטעווען א איד פון אפילו נאר א גשמיות'דיגן טויט ר"ל.

זכותו יגן עלינו.
בערמאן
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:38 am

ווער וויל קויפען דפוס ראשון?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערמאן »

20190506_183417.jpg
20190506_183417.jpg (700.29 KiB) געזען 1538 מאל
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: רבי ארי' לייב צינץ - הגאון מפלאצק זצ"ל - ג' אייר תקצ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

יש לי ספר שהיה שייך להגה"ק רשכבה"ג מפלאצק רבינו רבי אריה לייב צינץ זצוק"ל
למכירה באישי
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: רבי ארי' לייב צינץ - הגאון מפלאצק זצ"ל - ג' אייר תקצ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

ווייסט איינער אין וועלכע שטעט די פלאצקע גאון איז אלץ געווען רב. און ווי זיין טאטע רבי משה איז אלץ געווען רב ?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי ארי' לייב צינץ - הגאון מפלאצק זצ"ל - ג' אייר תקצ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט די הילולא קדישא פין די פלאצקער גאון זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ואזכה
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:47 pm

Re: רבי ארי' לייב צינץ - הגאון מפלאצק זצ"ל - ג' אייר תקצ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואזכה »

איז דא היינט בן אחר בן פונעם גרויסן גאון ?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”