ר' משה יוסף האפמאן ז"ל מפאפא - ירושלים - א' ניסן

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

ר' משה יוסף האפמאן ז"ל מפאפא - ירושלים - א' ניסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

הגה"צ רבי משה יוסף האפפמאן זצוק"ל ראב"ד דק"ק פאפא ואח"כ בירושלים עיה"ק ת"ו. ס'איז דא אסאך צו רעדן וועגן אט דעם צדיק וקדוש. אבער איך וועל דאס שוין נישט קענען צוליב טוהן היינט פארן עולם כי אץ עלי המלאכה. אזויפיל יא, עס איז ידוע ומקובל מפי גדולים אז אליהו זל"ט איז ביי איהם געוועהן אן אפטער גאסט, און ער האט אפילו דערפון גערעדט נאטורליך. אויסער דעם איז דא א מעשה נורא ידועה ווי ראובן בן יעקב איז איהם געקומען באדאנקן אויפ וואס ער האט איהם פארענטפערט ביי די מכירת יוסף. ועוד חזון למועד
אטעטשמענטס
13.jpg
13.jpg (18.24 KiB) געזען 5658 מאל
לעצט פארראכטן דורך ללמוד וללמד אום פרייטאג מארטש 25, 2011 2:59 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

הגה"צ ר' שבתי שעפטל ווייס זצ"ל איז געוועהן פון איהם א תלמיד. ווי אויך די גאלאנטא רב זצ"ל הי"ד איז געוועהן א שטיקל תלמיד פון איהם. ער אליין איז געוועהן א תלמיד פונעם כתב סופר זי"ע.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

לרגל היארצייט של הגה"ק הנ"ל אביא מעשה ממנו שהובא בספר "תפארת בנים " על קצשו"ע מהגה"צ ר"בונם יואל טויסיג ממאטערסדארף זצ"ל :סיפר לי הרב אברהם ברח"צ אייזנבאך ששמע מאחיו הרב משה זצ"ל שהיה לומד שנים רבות יחד עם הגאון רבי משה יוסף הופמאן זצ"ל , הדיין מפאפא . פ"א בשבת בבוקר הגיע אחיו לבית הגאון הנ"ל כדי ללמוד יחד ,והכיר עליו הגאון שפניו זועפות. וכששאלו לסיבת הדבר השיבו שבדרך ראה איש א" הנוסע בעגלה ,וחרה לו מאד על שראה חילול שבת.שאלו הגאון:מדוע לא זעקת לו שהוא שבת? ענה לו:זעקתי אך ללא הועיל והלה המשיך לנסוע.אמר הגאון :גם אצלי היה פעם מעשה כזה,וזעקתי בקול אך ללא הועיל ולא שעה לזעקותי ,וכעבור זמן קט נהרג במקום ל"ע . זי"ע .ומסיימים בטוב.



וכעבור זמן קט נהרג ל"ע במקום.

י
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

אין מאה שערים איז נאך דאכטזעך דא זיין ביהמ"ד באוואוסט אלס די פאפא דיין'ס שוהל.
אגב יש ספר ממנו בשם מי באר מים חיים על מסכת ברכות.
אדם גדול וקדוש.
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

ללמוד וללמד האט געשריבן: ווי אויך די גאלאנטא רב זצ"ל הי"ד איז געוועהן א שטיקל תלמיד פון איהם.

גאלאנטא רב איז געווען א יליד פאפא ושם למד אצלו
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

עפענען אן אשכול פון דעם צדיק וקדוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

איך ווייס נאך נישט וויאזוי דאס ארבייט ווער עס קען/מעג וואלט כדאי געוועהן צו עפענען אן אשכול פון איהם און אריבערפירן די פריערדיגע תגובות. ס'איז דא אסאך צו פארציילן וועגן איהם.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ללמוד וללמד האט געשריבן:איך ווייס נאך נישט וויאזוי דאס ארבייט ווער עס קען/מעג וואלט כדאי געוועהן צו עפענען אן אשכול פון איהם און אריבערפירן די פריערדיגע תגובות. ס'איז דא אסאך צו פארציילן וועגן איהם.



ללמוד וללמד, לשמור ולעשות!

שמרנו ועשינו, מה שלמדנו ע"י מלמדינו, בתשואת חן, ובחדא מחתא נביע תודתינו לכבודו הדגול אשר בא ללמוד ונמצא מלמד, עושה ומעשה לטובת האתר, יה"ר שנזכה כולנו ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים, מושפע בברכה והצלחה וכט"ס.

כ"ד הגבאי בשם גבאי קודש
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

איז רבי משה יוסף געווען פון א רבנישע משפחה?
לחיים ולברכה!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יהי' חשוב לקרות יותר אודותיו, לידתו, ילדותו ובגרותו וכו'.

גם מעניין לשמוע את תירוצו על ראובן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

נודע למשגב האט געשריבן:אגב יש ספר ממנו בשם מי באר מים חיים על מסכת ברכות.

ספר מי באר מים חיים.

אין די הקדמה איז אפאר פרטים וואס ער שרייבט זיינע רבי'ס און אביסל איבער זיין טאטען ר' מיכאל האפמאן זצ"ל (הנודע בשם ר' מיכאל פאפא) עיי"ש.

ללמוד וללמד האט געשריבן:הגה"צ ר' שבתי שעפטל ווייס זצ"ל איז געוועהן פון איהם א תלמיד.

אינטערעסאנט דעמאלס פארוואס בספרו הנ"ל ווען ער דערמאנט דעם שימאני'ער רב אלץ איידעם פון זיין קרוב ר' אברהם האפמאן בק"ק יאנאשהאז רופט ער איהם סתם אן י"נ [=ידיד נפשי] הרב הג' אב"ד דק"ק שימאני נ"י, ווי אויך אין זיין הסכמה צום ספר אבני בית היוצר פונעם ווערבוי'ער רב, שרייבט ער "אשר שלח לידי מר אחיו הרב הג' וצדיק מחותני נ"י אב"ד דק"ק שימאני", און ער דערמאנט איהם נישט אלץ תלמיד, און עס זעהט אויס אז ער האט שוין משמש געווען ברבנות ווען ר' משה יוסף איז געווען ראב"ד פאפא ממילא אפשר שטימט עס אפילו נישט מיט די יארן, אויך האב איך געזעהן ברענגען אז דער שימאני'ער רב איז געווען א תלמיד פון כתב סופר.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

נחמן נתן האט געשריבן:איז רבי משה יוסף געווען פון א רבנישע משפחה?

זיין יחוס האט זיך אנגעפאנגען ביי זיין פאטער הגה"צ ר' מיכאל האפפמאן זצוק"ל. זיין פאטער איז געוועהן פון סערדהעלי אבער איז אויפגעצויגן געווארן ביי א פעטער אין פאפא. דעריבער האט מען איהם גערופן ר' מיכאל פאפא.
דער ר' מיכאל האט געפירט א ישיבה אין סערדהעל און האט אויפגעשטעלט פיל תלמידים.
ר' מיכאל איז געוועהן אן איש צדיק וקדוש. מ'דערציילט אז אמאל איז א בחור געקומען לערנען אין זיין ישיבה פון אן אנדערע שטאט. האט ער נישט געהאט ווי אנידערצולייגן זיין רענצל ווילאנג מ'איז איהם מסדר א קוואטיר. האט ער עס צייטווייליג אראפגעלייגט ביים ראש ישיבה אין שטוב. ר' מיכאל איז דאן נישט געוועהן דערהיים. אזוי ווי ער איז אהייםגעקומען און האט אנגעכאפט די הייליגע מזוזה האט ער אויסגעבראכן אין א געשריי "אוי! די קליפות זענען דאי! די קליפות זענען דאי!" און האט נישט געקענט אריין טרעטן אין שטוב. מ'האט אנגעהויבן צו נישטערן ווי מ'קען נאר צו דערגיין די זאך. ביז מ'האט געפונען אין דעם בחור'ס רענצל ספרים חיצונים, וואס איז געוועהן יענע צייטן זייער פארשפרייט. הערשט דערנאך וואס מ'האט דאס מעביר געוועהן האט ער זיך בארוהיגט און האט געקענט אין שטוב אריינגיין
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ר' משה יוסף איז טאקע געבוירן אין סערדאהעלי, אזויווי ער שרייבט אין די הקדמה לספרו הנ"ל "עיר מולדתי סעדאהעלי".
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

מציבת קבורת "האי צדיק יסוד עולם" ר' מיכאל האפמאנן (פאפא) זצ"ל אין סערדהעלי הארט נעבן הגה"ק ר' יודא אסאד זצוק"ל
אטעטשמענטס
16.jpg
16.jpg (23.86 KiB) געזען 5404 מאל
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

נודע למשגב האט געשריבן:אגב יש ספר ממנו בשם מי באר מים חיים על מסכת ברכות.


עס איז אויך דא פון איהם "מי באר מים חיים" על התורה.

נודע למשגב האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:הגה"צ ר' שבתי שעפטל ווייס זצ"ל איז געוועהן פון איהם א תלמיד.

אינטערעסאנט דעמאלס פארוואס בספרו הנ"ל ווען ער דערמאנט דעם שימאני'ער רב אלץ איידעם פון זיין קרוב ר' אברהם האפמאן בק"ק יאנאשהאז רופט ער איהם סתם אן י"נ [=ידיד נפשי] הרב הג' אב"ד דק"ק שימאני נ"י, ווי אויך אין זיין הסכמה צום ספר אבני בית היוצר פונעם ווערבוי'ער רב, שרייבט ער "אשר שלח לידי מר אחיו הרב הג' וצדיק מחותני נ"י אב"ד דק"ק שימאני", און ער דערמאנט איהם נישט אלץ תלמיד, און עס זעהט אויס אז ער האט שוין משמש געווען ברבנות ווען ר' משה יוסף איז געווען ראב"ד פאפא ממילא אפשר שטימט עס אפילו נישט מיט די יארן, אויך האב איך געזעהן ברענגען אז דער שימאני'ער רב איז געווען א תלמיד פון כתב סופר.

כ'העל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון כפי אשר תשיג ידי יד כהה.
ווי עס שיינט לפענ"ד, זעהט נישט אויס אז ר' משה יוסף האט געהאט א ישיבה מיט תלמידים. נאר אזוי ווי עס איז געוועהן אין אסאך שטעט האבן די רבני ודייני דמתא געלערנט אביסל מיט די שטעטלשע בחורים אדער גאר יונגעלייט נישט בתור תופס ישיבה ומעמיד תלמידים הרבה. אין אזא פאל האט זיך דער תלמיד אמאל באצויגן צו דעם רבי'ן אלץ רבי און אמאל נישט, און אמאל האט גאר דער רבי נישט באטיטולט דעם תלמיד אלץ תלמידי אבער דאס מיינט נאך נישט אז ער האט ביי איהם נישט געלערנט . און ווי ידידנו "נודע למשגב" האט שוין ערווענט איז די גאלאנטא רב געוועהן א יליד פאפא, ושם למד אצלו. דאס איז אויך געוועהן אויפן זעלבן אופן, ווי מיר ווייסן איז די גאלאנטא רב געוועהן פאררעכנט ענדערש אלץ אונסדארפער תלמיד.
ועל השנית, הגה"צ ר' משה יוסף האט שוין משמש געוועהן בדיינות אין פאפא פון שנת תרמ"ב, ווידער די שימאני רב איז הערשט נתמנה געווארן אלץ אב"ד שימאני אין יאהר תרנ"ה.
ועוד בו שלישי', אז עס שטומט דווקא גאר גוט מיט די יאהרן. דען הגה"ק דער שימאני רב איז געוועהן א 16 יאהר אלטיג בחור'על ווען הגה"צ ר' משה יוסף איז געווארן דיין אין פאפא (דעמאלס בערך 40 יאר אלט).
און צום שלוס, שימאני רב זצ"ל איז געוועהן א תלמיד פונעם שבט סופר, נישט פונעם כתב סופר.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »


רבי משה יוסף הופמאן, הדיין מפאפא, בעל "מי באר מים חיים".

יארצייט: א` ניסן תרפ"ח (1928)
מאת: לב ברסלב

רבנו מי"ה נולד בשנת תר"ג בעיר סרדהלי אשר בהונגריה לאביו הגדול רבי מיכאל הופמן, שעליו מסופר כי כאשר היה לומד היו רואים עמוד של אש מקיף אותו.

הוא למד תורה בשקדנות מילדותו. כבר בימים אלה נראו בו אותות ומופתים, ומסופר כי אותו בדל נר שימש אותו במשך לילות שלמים ולא כלה... הרב הופמן היה ידוע במיעוט השינה שנתן לעיניו, והעיד על עצמו כי מעולם לא הלך לישון, רק בשבת קודש, וכל ימי החול היה נירדם על הספר בישיבה בלבד..

רבותיו היו המהרי"א אסד, רבה הגדול של סרדהלי, והכתב סופר, בנו של רכבה"ג החת"ס. בשנת תרמ"ב מונה לדיין בעיר פאפא אשר בהונגריה, ואשר היתה עיר גדולה להשם באותם הימים, שם ישב על כס הדיינות במשך יותר מעשר שנים.

במשך אותם שנים, יותר מחמישים שנה בהן התעלה בתורה וישב על כס הדיינות- תמיד פיעם בליבו רצון עז וכיסופים לעלות ארצה לארץ הקדושה, וליהנות מזיווה ולהתבשם מאווירה. ואכן, בשנת תרס"ו התמלאה סאת הכיסופים עד תומה והרב הופמאן יצא לדרך הארוכה לארץ הקודש. כאן ייסד את בית מדרשו בשכונת בתי הונגרין אשר במאה שערים, בירושלים עיה"ק.

בעשרים שנה בהן גר בירושלים התפרסם הרב הופמן כתלמיד חכם עצום, וכבעל מופת. רבה של ירושלים, הרב זוננפלד זצ"ל (שאף הוא למד אצל הכתב סופר) היה מכנו רבי ומורי, וכך כל בני ירושלים נהגו בו בכבוד רב, היאה לת"ח שכמותו.

מספריו של הרב הופמאן יצא לאור הספר "מי באר מיים חיים", ספר המסכם את הסוגיות במסכת ברכות.

כאמור, על הרב הופמאן ישנם סיפורי מופת רבים.

ידוע היה כי הרב הופמאן נהג להחמיר עד מאוד בכל הקשור לדיני כשרות, וככול יכולתו נימנע מלאכול בשר שלא הוא בעצמו שחט אותו, או לכל הפחות השגיח על השחיטה ובדק את הסכין.

ויהי היום, ובבית המשפחה התכוננו לאירוע חשוב, ובכלל האירוע- סעודה.

רצו בני הבית לגשת למלאכת הכנת הסעודה- אך הרב לא בבית, ואיש אינו רוצה לקחת על עצמו את האחריות ולשחוט את העוף ללא אישורו של הרב... חיכו והמתינו, והתארכה השעה, והרב טרם חזר הביתה.. משראו כי נהיה ממש מאוחר, לקח אחד מבני ביתו של הרב את האחריות על עצמו, וניגש למלאכת השחיטה. הוא ניגש לכלוב העופות, והתעתד להוציא מתוכו את המיועד לעלות על שולחן המלכים- מי הם מלכים- גדולי ישראל- באותו הערב.

והינה, בניגוד גמור לצורה שבה מתנהלים העיניינים בדרך כלל, רוח משונה אחזה את העוף, והוא החל פורח באוויר וצורח בכל כוחו... השוחט קופץ אחריו, אך למרות שהחצר לא גדולה, והאדם זריז יותר וגדול יותר מהעוף- מצליח זה לברוח ולפרוח, ואין השוחט מצליח לתופסו... והינה, בסופו של דבר מזנק השוחט על העוף, ואוחז ברגלו! באותו הרגע נפתח שער החצר, והרב הופמאן בכבודו ובעצמו הגיע הביתה. "או! אני רואה שאתה עומד לשחוט! מצוין, הבה ואבדוק את הסכין" וכבר הוא בודק את הסכין, ומאשר אותו והשוחט עושה את מלאכתו. והינה, לאחר השחיטה קרא הרב לשוחט ואמר לו- נו, היטב הרצתי אותך אחרי העוף?


אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

יישר כחכם, כבוד בוש יר"ה,
כמה הערות הוספות והגהות על כתבה הלזו.
א) ראיתי במקור אחד שלמד ג"כ אצל הגאון ר' נטע וואלף ליעבער ראב"ד פרעסבורג.
ב) אם נתמנה לדיינות בשנת תרמ"ב ועלה לארה"ק בשנת תרס"ו הרי הוא שימש בתפקידו יותר "מעשרים" שנה.
ג) לא נמצא כעת ספרים תח"י אבל כפי המקובל אירע עובדת השחיטה עם בהמה שהתחיל לרוץ הנה והנה וכמעט שלא נשחטה והגיע הגאון ר' משה יוסף וכו'. לימים, פגש הוא עם תלמידו הגה"צ ר' שבתי שעפטיל ווייס זצוק"ל אב"ד שימאני, פתח האחרון את פיו בחיוך ושאלו: "נו? האב איך גוט די בהמה געטריבן?"
ובעזהשי"ת כאשר אמצא את המקור אביא אותו לכאן.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

דער סיפור מיט די גילוי ראובן בן יעקב צום פאפא'נער דיין איז א שטארק וואונדערליכע, און אזוי האט פארציילט א תלמיד פון ר' משה יוסף, רבי יונה לעפקאוויטש ז"ל:
אמאל בין איך אריינגעקומען צום דיין אין שטוב האט ער מיט געפרעגט מלא התרגשות "האסטו געזעהן ווער עס איז נארוואס ארויס פון שטוב?" האב איך גענטפערט "ניין", האט דער דיין געזאגט דאס איז געווען ראובן בן יעקב, און ער איז זיך מיר געקומען באדאנקן אויף דעם וואס כ'האב פארענטפערט די קושי הכתובים: "ויאמר אליהם ראובן אל תשפכו דם, השליכו אותו אל הבור הזה.. למען הציל אותו מידם" איז דאך שווער וואס א מין הצלה איז דאס אריינווארפן יוסף'ן אין א בור וואס איז מלא נחשים ועקרבים?
נאר האב איך פארענטפערט -זאגט דער דיין- ראובן האט טאקע דווקא יא אויפגעזוכט א ריינעם בור, וועגן דעם האטער געזאגט "השליכו אותו אל הבור הזה" דווקא, און נישט ווי די ברודער האבן געזאגט "ונשליכהו באחד הבורות".
(עיין בח"א מהרש"א חגיגה ג. ד"ה אבל, שהביא כן בשם הפענח רזי)
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ללמוד וללמד האט געשריבן:יישר כחכם, כבוד בוש יר"ה,
כמה הערות הוספות והגהות על כתבה הלזו.
א) ראיתי במקור אחד שלמד ג"כ אצל הגאון ר' נטע וואלף ליעבער ראב"ד פרעסבורג.

מיר איז נאך א גרעסערע חידוש אז יענער מאמר דערמאנט גארנישט אז זיין טאטע איז געווען זיין רבי מובהק אין די צייט וואס ער שרייבט עס קלאר אין זיין אויבנדערמאנטע הקדמה לספרו מי באר מים חיים וואו ער רעכנט אויס אלע זיינע רבי'ס, שרייבט ער אז זיין טאטע איז געווען זיין רבי מובהק, און ביז די זיבעצן יאר האט ער נאר געלערנט די שיעורים פון זיין טאטן, און פון די זיבעצן יאר האט ער אויך געלערנט די שיעורים פון זיין רבי'ן דער מהר"י אסאד, און דערנאך ביי די ניינצן יאר איז ער געגאנגען לערנען אין די ישיבה פונעם כתב סופר, און דערנאך שרייבט ער טאקע וועגן ר' נתן בנימין (נטע וואלף) ראב"ד פרעסבורג וז"ל: וגם מצאתי שם חן בעיני הרב הגאון וחסיד מו"ה ר' נתן בנימין רב"ד בק"ק הנ"ל והי' מקרב אותי והראה לי חבה יתירה, וגם לאחר פטירת אאמ"ו ז"ל הי' לי כאב וכו' והי' עומד בצדי וסמך אותי וזחזקוני בכל עת בכל מאמצי כחו" עכ"ל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ארעסטאנט האט געשריבן:נאר האב איך פארענטפערט -זאגט דער דיין- ראובן האט טאקע דווקא יא אויפגעזוכט א ריינעם בור, וועגן דעם האטער געזאגט "השליכו אותו אל הבור הזה" דווקא, און נישט ווי די ברודער האבן געזאגט "ונשליכהו באחד הבורות".
(עיין בח"א מהרש"א חגיגה ג. ד"ה אבל, שהביא כן בשם הפענח רזי)

(אויב איז דאס שוין געברענגט פון פריערדיגע טא פארוואס האט ראובן זיך מטריח געווען קומען זאגן א יישר כח פאר אים'ן?)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2010 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל »

שוועמל האט געשריבן:(אויב איז דאס שוין געברענגט פון פריערדיגע טא פארוואס האט ראובן זיך מטריח געווען קומען זאגן א יישר כח פאר אים'ן?)


די קומענדיגע מאל וואס ער וועט נתגלה ווערן צו מיר וועל איך איהם פארלייגן דיין פראגע!
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

באחד מספרי תולדות הגדולים ראיתי כתוב על הגה"ק רבי משה יוסף האפמאן זצוק"ל שנולד בשנת תר"ג , ובשנת תרמ"ב נהיה דומ"ץ בפאפא.בשנת תרס"ט עלה לירושלים עיה"ק.ונסתלק שנת תרפ"ח. זיע"א.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:בשנת תרס"ט עלה לירושלים עיה"ק.

ברור אצלי כי עלייתו לארה"ק נתקיים בשנת תרס"ו ולא בתרס"ט, וכן מובא בשאר המקורות. והוא על פי עובדא ששמעתי ממקור ראשון שכשנפטר זקינו, אחד מבעלי בתים הכי חשובים שבעיר פאפא שלחו מתם להודיעו על המאורע. והוא שלח מכתב בחזרה - אשר מקור הנ"ל ראה מכתב זה במו עיניו - וזה לשונו שם: ידעתי מכבר, כי בחזיון לילה דברתי עמו וגם יש לו מקום מנוחה בגן עדן, עכ"ל.
בררתי על פי תמונת מציבה שיש תחת יד מקור הנ"ל שבעל הבית זה נפטר בשנת תרס"ו
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

הדורש לשבח ראובן, הוא בא ומחזיק לו טובה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

שוועמל האט געשריבן:
ארעסטאנט האט געשריבן:נאר האב איך פארענטפערט -זאגט דער דיין- ראובן האט טאקע דווקא יא אויפגעזוכט א ריינעם בור, וועגן דעם האטער געזאגט "השליכו אותו אל הבור הזה" דווקא, און נישט ווי די ברודער האבן געזאגט "ונשליכהו באחד הבורות".
(עיין בח"א מהרש"א חגיגה ג. ד"ה אבל, שהביא כן בשם הפענח רזי)

(אויב איז דאס שוין געברענגט פון פריערדיגע טא פארוואס האט ראובן זיך מטריח געווען קומען זאגן א יישר כח פאר אים'ן?)

מערקווירדיג איז, דאס דער ראובן'ען האט שוין חזקה אויף דעם. ווי מ'זאגט אין אונגעריש ער איז אן "אָרי עמבער"... (דאס הייסט א מענטשליכער מאן)
אין ספר מראית העין פון רבינו החיד"א (שבת דף נה) אויף די גמ' האומר ראובן חטא אינו אלא טועה, שרייבט ער אזוי: שמעתי בשם הגאון מהר"ם איסרלאס ז"ל הרב בעל המפה (די רמ"א) שדרש לשבח (אויף די מעשה בלהה) ובא ראובן והחזיק לו טובה. גם ראיתי בס' רבינו אפרים כתב יד שכ' משם הרב החסיד שדרש לזכות ראובן (אן אנדערע וועג ווי די רמ"א) ובא ראובן והחזיק לו טובה...
מיט דעם איז ער מליץ "כל האומר ראובן חטא אינו אלא טועה - דער וואס דרש'ענט לגנאי מאכט א טעות מיט זיין גאנג, ווייל ווען ער וואלט געדרש'ענט לשבח וואלט ער געהאט ראובן אלץ גאסט איהם מחזיק טובה צו זיין.
דא האט איהר די לינק צו מראית העין להחיד"א שבת דף נה
און דא וועט איהר טרעפן די צוויי פשטים אין פני דוד עה"ת להחיד"א סוף פ' וישלח
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

אגב רציתי לציין כי בספרו של הגה"ק ר' משה יוסף זי"ע בהקדמת ספרו למס' ברכות ישנו קטע מענין ביותר, בו הוא כותב שישיבתו של הכתב סופר עלתה על ישיבתו של אביו החתם סופר זי"ע באיכות התלמידים, ומתבטא שגם ה"חסידים" שלמדו בישיבת הכתב סופר היו שקועים בלימוד ולא בטלו הזמן, עיי"ש.

קטע מענין מאד [כך לפי זכרוני, לא בדקתי כעת]

מי שיש לו סקענער שיביא לכאן ההקדמה זו, ויהי' מענין להידענים והת"ח {?} דפה.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:מי שיש לו סקענער שיביא לכאן ההקדמה זו, ויהי' מענין להידענים והת"ח {?} דפה.

היברו-בוקס יש לו סקענער טוב, ראה בפיסקא ד"ה וזכות, ולמי שאין לו כח לטרוח לילך לשם אעתיק הקטע לכאן.
אטעטשמענטס
באר מים חיים.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”