ר' יוסף פרישערמאן מטאמאשוב זצ"ל וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » דינסטאג פאברואר 24, 2015 12:45 am

פעגער האט געשריבן:נפטר הוא ואשתו בבוכארא.


וצאצאיהם?

פעגער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 12:51 am

תגובהדורך פעגער » דינסטאג פאברואר 24, 2015 10:22 pm

עסקתי הרבה אודות הרה"ק ר' יוסף טאמאשאווער ובנו הרה"ק ר' יהושע טאמאשאווער, וכבר הוציא קונטרס בשם 'אהלי צדיקים' ב"ח חלקים, ח"א בית יוסף, וח"ב אהל יהושע - ע"י הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א בעמח"ס אלף המגן, וכבר הוציא לאור כמה ספרים הידועים, כגון 'דמשק אליעזר' 'ארי שבחבירה' 'אוהב שלום' ועוד. ויש שני שספרים שבה נמצא רוב הידועות אודותיו, ואלו הן, א-תולדות משה, מהאדמו"ר ר' משה טאמאשאווער זצ"ל, פה בקראון הייטס - נכד ה'אהל יהושע'. וב- רבותינו הקדושים מטאמאשוב, מהאדמו"ר מטאמאשוב ירושלים שליט"א. ואין עכשיו הספרים לפנינו, אבל לפי זכרנתו לא נמצא שם אודות צאצאיהם
לעצט פאראכטן דורך פעגער אום דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 6:40 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פעגער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 12:51 am

תגובהדורך פעגער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 6:35 pm

הרי כאן התוכן הענינים לקונטרס אהלי צדיקים ב"ח
צוגעלייגטע
תוכן_הענינים.pdf
תוכן_הענינים_אהלי_צדיקים
(53.63 KiB) דאונלאודעד 122 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20971
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:26 am

גבאי ביהמד האט געשריבן:נכדי ר' יהושע מטאמאשוב שמנו"כ בארה"ב ובבלגיה

מיילעך האט געשריבן:ר' צבי אלימלך פרישערמאן מטאמאשוב ערשטער רב אין קיט"ל סאטמאר-אנטווערפן.
בן הרה"ק ר' יהושע מטאמאשוב זי"ע.


יהיה כן האט געשריבן:אנטשולדיגט ער איז 'אב"ד דקיט"ל סאטמאר אנטווערפן' ניקס געווען (עס שטייט ניטאמאל אויף זין מצבה), אפשר זענט איר זיך טועה מיטן באניער רב הרב דאכנער


מאטקע האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט, כ'נעם נישט קיין אחריות אויף דעם], אז רבי הערש מיילעך וואס האט פארלוירען דער גאנצער משפחה ביים קריג, האט שטארק געוואלט צוריק אויפבויען א אידיש שטוב און איבערלאזען דורות, דערפאר האט ער חתונה געהאט מיט איינער אסאך אינגער פון איהם, שפעטער איז געוואהר געווארען אז זי קען נישט האבען קיין קינדער, האט ער געכאפט א הארץ אטאק, און ל"ע אוועק.


דא איז געשטעלט געווארן א קלארערע בילד פון די מציבה פון הרה"ח ר' צבי אלימלך פרישערמאן ז"ל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 7:02 pm

א דבר בעתו הרב פארשלאפען; זיין קאזין וידיד נעוריו איז יעצט באשריבען דא,דא און דא.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 7:21 pm

איך מיין אז עס קומט אויך אריין דא, ווייל דא איז מען מברר די משפחה פון הרה"ק רבי יוסף יארטשובער זי"ע, איז ברענג איך די גאנצע אויך דא.

די קשר משפחה פון רבי חיים יהושע זצ"ל מיט רבי הערש אלימלך זצ"ל זענען ווי פאלגענד:

א) רבי חיים יהושע ליכטער זצ"ל ב"ר אברהם ב"ר שלמה ב"ר אליעזר (הנקרא רבי לייזער מנאראל).

רבי לייזער'ס שוויגער מרת חי' און הרה"ק רבי יוס'לע יארטשובער'ס ווייב מרת לאה זענען געווען שוועסטער, ביידע טעכטער פון הרה"ק רבי אהרן מסטארי דזיקוב. (ר' לייזער'ס ווייב האט געהייסען מרת פריידא)

ווען הרה"ק רבי יהושע'לע טאמאשובער פלעגט קומען קיין נאראל פלעגט ער גיין באזוכען זיין מומע (זיין מאמע'ס שוועסטער) דארט.

ב) נאכדעם איז אויך געווען א שטאט שייכות מיט רבי חיים יהושע'ס פרוי. זי (מרת עטל) איז געווען א יליד טאמאשוב (דור דורות). איר טאטע'ס טאטע ר' אלי' אהרן שטראסבערגער איז געווען דער ראש הקהל אין טאמאשוב און יעדער מאל הרה"ק רבי יהושע'לע טאמאשובער פלעגט קומען פון אונגארן צוריק קיין טאמאשוב (וואס דאס איז געווען כאטש איין מאל אין יאר צו קברי אבות) פלעגט ער אריין טרעטען ביים ראש הקהל (איר זיידע) און זי פלעגט אים דארט זעהן (דאס איז געווען ביז די אכט יאר ווען רבי יהושע'לע איז נסתלק געווארען אין תרס"ו, אבער זי האט אים גוט געדענקט).

ג) און א דריטען קשר איז שוין מער א רוחניותדיגע מחותנים'שאפט ווי פאלגענד.

דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע האט געהאט צוויי גרויסע תלמידים וואס האבען געפירט ראביסטעווע בחייו אין מזרח גאליציע, דאס זענען געווען הרה"ק רבי אביש מלוביטש זי"ע און הרה"ק רבי פייוויש מהובנוב זי"ע, און רבי חיים יהושע איז געווען א אייניקל פון רבי אביש מלוביטש.

הרה"ק רבי פייוויש מהובנוב זי"ע און הרה"ק רבי יוסף מיארטשוב זי"ע (אויך פון די גרויסע תלמידים פון חוזה) זענען געווען מחותנים, ווייל רבי פייוויש'ס זוהן הרה"צ רבי יעקב משה זצ"ל איז געווען א איידעם פון הרה"ק רבי יוסלע יארטשובער זי"ע נעמענדיג זיין טאכטער מרת פריידא. קומט אויס אז רבי יעקב משה מהובניב און רבי יהושע'לע טאמאשובער זענען געווען שוואגערס, און רבי יעקב משה איז אויך געווען א צוגעקומענע פעטער צו רבי הערש אלימלך און א צוגעקומענע שוועסטער קינד סיי פון רבי חיים יהושע און סיי פון רבי הערש אלימלך; און פון זעלבען קוואל (פון: הרבי מלובלין ותלמודיו: השר שלום מבעלזא, רבי אביש מלוביטש, רבי פייוויש מהובנוב, ורבי יוסף טאמאשובער, און זייער בשותפות'דיגע זיידע רבי אהרן מסטארי דזיקוב) האבען זיי געשעפט.

(ואגב האב איך געזעהן ערגעץ אז רבי יוסף מיארטשוב האט געהאט א זוהן מיטען נאמען "ר' אברהם אביש", און דער ר' אברהם אביש האט אפגעקויפט די זכותים צו דריקען איינע פון די ספרי תלמידי בעל שם (אפשר קאזניץ); און עס ווינדערט מיר צו דער ר' אברהם אביש האט אפשר נישט געהייסען נאך רבי אביש מלוביטש וואס איז ביי מיר כמעט זיכער אז רבי יוסף יארטשובער האט געהאט גאר א נאנטע שייכות מיט אים, אבער צו די שייכות איז געווען עד כדי כך א נאמען צו געבען נאך אים? ווער עס ווייסט דער פתרון דערפון ביטע עס לאזען וויסען.

ליבי אומר לי אז א נאמען צו געבען נאך אים וואלט ער געדארפט זיין א תלמיד אדער משפחה ווי למשל א נעפיו)
--------------------
פאר די וואס טוהען אין די משפחה, נעמטס אין אכט אז איך האב פאראכטען א טעות. אז ר' אליעזר'ס ווייב האט געהייסען פריידא, און פריידא'ס מאמא האט געהייסען חי' וואס זי איז געווען דער שוועסטער פון מרת לאה אשת הרה"ק רבי יוסף יארטשעווער זי"ע.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך מאי 15, 2019 1:43 pm

נודע למשגב האט געשריבן:
אורח לרגע האט געשריבן:בזיווגו השלישי, נשא את אלמנת ר' אליעזר ניוויטש מברעזנא - ליסקא.
שהיתה בת ר' זאב לעווי, בן הצדיק רבי יצחק יודא, חתנו של בעל הפרי צדיק.


שלום עליכם אורח!
ווי א מלאך פון הימל ביסטו דא אריינגעקומען, שוין א לענגערע צייט וואס איך דריי מיך דא ארום זוכענדיג נישטערענדיג עפעס איפארמאציע אויף די משפחת ר' זאב לאווי מליסקא, אבער אן ערפאלג.

און דא פלוצינג זעה איך אז איינער קען איהם - און ער איז גאר די שווער פון ר' יהושע טאמאשובער,

און אז זיין טאטע הצדיק רבי יצחק יודא (אזוי שטייט אויף זיין מצבה, הבילד מונח בבית גנזי) איז געווען א איידעם ביים פרי צדיק. געוואלדיגע יגיעות וואס איז נישט געווען באוואוסט פאר געוויסע מנכדי ר' זאב הנ"ל.


נודע למשגב


נודע למשגב, איר זענט נאך א היגע??

איך קען נישט טרעפן אזא מצבה אין ליסקא, אפשר קענט איר עס לייגן ?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קרייסלער און 18 געסט