שושלת אלכסנדר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' ירחמיאל ישראל יצחק מאלכסנדר זצ"ל - כ"ט טבת תר"ע

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 11:58 pm

הרה"ק ר' ירחמיאל ישראל יצחק מאלכסנדר זצוק"ל
כ"ט טבת שנת תע"ר

צווישן די אנגעזעענע חסידים פונעם רבי'ן פון אלכסנדר, האבן זיך פאררעכענט די צוויי נגי'דישע ברודער ר' דוד און ר' זלמן קאהן, ר' דוד האט גועואוינט אין לאדזש און ר' זלמן האט געוואוינט אין וואליע, און צוזאמען האבן זיי געפירט גרויסע פארצווייגטע געשעפטן פון וואס סיי האבן פארדינט אסאך געלט.
כאטש די קאהן- ברידער זענען געווען אשכנז'ישע אפשאמיגע און זייער טאטע האט זיי בכלל נישט מחנך געווען אויפן דרך החסידות, פונדעסטוועגן האבן זיי זיך געהאלטן גאר נאנט מיט'ן אלכסנדר רבי'ן, און זיי פלעגן מיט אים אדורכשמועסן אלע זייערע געשעפטליכע עניינים, און דערביי פלעגן זיי איבערלאזן פאר'ן רבי'ן פון אלכסנדר גרויסע סכומים מיט געלט.
ויהי היום, און דער ברודער זלמן איז קראנק געווארן, די דאקטוירים וואס האבן אים אונטערזיכט האןב פעסגעשטעלט אז עס אנטוויקלט זיך ביי אים אן ערנסטער קרענק ל"ע, אוףי וואס ער דארף דרינגענד באהאנדלט ווערן מיט די פאסיגע מעדעצינען.
ר' זלמן, נאך איידער ער האט זיך געוואנדן צום אפטייק איינצוהאנדלען די פארגעשריבענע רעצעפט, האט ער באלד ארויסגעשיקט א גוט-באצאלטער שליח קיין אלכסנדר, מזכיר צו זיין פאר'ן רבי'ן זיין מצב, און בעטן אַן עצה און ברכה.
דער רבי האט אופיגענומען דעם שליח, און אים אויסגעהערט, און ער האט אים געזאגט: זאגט פאר זלמ'נען אז ער זאל געבן א שיינעם סכום פאר הכנסת כלה וועט אלעס גוט זיין.
דער שליח איז צוריק געקומען צו ר' זלמן און איבערגעזאגט די ווערטער פונעם רבי'ן, האט ר' זלמן באלד געועמן טויזענט רובן און ד אס פארטיילט פאר הכנסת כלה.
די רעזולטאט דערפון האט נישט פארשפעטיגט צו קומען, און ער איז פולקא געזונט געווארן.
א שטיק צייט שפעטער איז דער בורדער האט ר' דוד צו ליידן ל"ע אויף שטארקע פחדים.
און די דאקטוירים האבן געזאגט אז זיין רפואה פאר דעם קען נאר זיין אויב א גייסטליכער מענטש אין וועמען ער גלייבט וועט אים פארשפרעכן א רפואה.
ר' ד וד האט געשיקט א שליח קיין אלכסנדר, אזויווי זיין ברודער ר' זלמן, און ער האט געבעטן אז דער רבי זאל אים געבן אן הבטחה אז ער וועט געזונט ווערן, דער רבי האט אים אפגעשריבן א בריוול, וואס האט זיך געליינט ווי פאלגנד:
"ר' דוד, זיי ניטש באזארגט, דו וועסט אין גיכן האבן א רפואה שלימה.
די פרייד פו ןר' דוד איז געווען אין לשער, ווען ער האט באקומען דעם בריוו, און נאך א קורצע צייט איז ער טאקע אינגאנצן אויסגעהיילט געווארן.
באלד האט ער איינגעשפאנט דעם פירל און איז אריבערגעפארן קיין אלכנסדר און אריין צום רבי'ן מבשר זיין די גוטע בשורה, און האט צוגעזאגט א הון תועפות פאר צדקה.
ר' דוד איז אהיימגפארן און ... נישט איינגעהאלטן זיין צוזאג.
איינמאל ווען ר' דוד איז אוועקגעפארן פון לאדזש אויף בעדער, איז ער שרעקליך קראנק געווארן, זיין מצב איז געווארן ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, ער האט געשיקט עטליכע שליחים קיין אלכסנדר, זיך מזכיר זיין ווען ער האט געזען אז ער האלט שוין פאר'ן פארלאזן די וועלט האט ער געשיקט פרעגן פונעם רבי'ן, צו ער זא5ל לאזן שרייבן צוואה דארט ביי די געריכט פון קיסינגער, אבער דער רבי האט - צו די וואונדער פון אלע ארויגע - געלאזט ענטפערן:
"שרייב נישט דארט קיין צוואה, ווייל דו האסט נאך צייט אהיימצופארן קיין לאדזש".
ווען די ענפטער פונעם רבי'ן איז צוריק געקומען האט זיך ר' דוד געטראכט:
"אפשר ווייסט נישט דער רבי מיין מצב?" אבער ער האט נישט געלאזט שרייבן קיין צוואה, אפי' געזונט מצב איז שווערער און שוואכער געווארן.
איין צופרי, ווען דער אלכסנדר'ער רבי איז זיך געגאנגען וואשן אוי ףפת שחרית, פרעגט ער פונעם גבאי'ן ר' אפרים:
ר' דוד לעבט נאך?
- כ'ווייס נישט, ענטפערט דער גבאי
דער רבי האט גענומען דעם טעפל אין האנט, און אנגעפילט מיט וואסער דערנאך האט ער גענומען די האנטוך און פארקאכטערהייט גענומען ארומשפאנען פון איין צימער צום אנדערן.
ווען ער איז נכאמאל פארבייגעגאנגען דעם טעפל, האט ער דאס נאכאמאל אויפגעהויבן און ווידער אראפגעלייגט, און אזוי האט זיך דאס איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, ביז ער האט זיך געגעבן א שטעל אפ און געזאטג פאר'ן גבאי: "ר' אפרים, זאלסט וויסן אז ר' דוד לעבט!
ביינאכט איז אנגעקומען א שליח פון ר' דוד, און דערציילט אז ער לעבט, און ער פרעגט צי ער זאל שוין צוריקפארן קיין לאדזש?
דאן האט דער רבי זיך אנגערופן צו ר' אפרים דער גבאי: "כ'האב דיר געזאגט אז ער לעבט נאך" א משמש ווערט גאר נישט נתפעל אפי' פון אפענע מופתים, הא?!
נאך עטליכע טעג איז ר' דוד געקומען צו פאר'ן קיין אלכסנדר ווי ער האט אויסגעצאלט זיין נדר און פלוקאם געזונט געווארן.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » פרייטאג ינואר 16, 2009 12:04 am

יש"כ ר' זיידל
ער האט מחבר געווען די ספה"ק "ישמח ישראל", מלא אמונה בטחון חיזוק און התחזקות בעבודת השם,
א געוואלדיג חסידיש ספר אויף פ' השבוע ווי אויך אויף זמנים ומועדים,
זיין פאטער איז געווען ר' יחיאל, שטימט?
טעמו וראו כי טוב השם

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

שושלת אלכסנדר

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג מארטש 14, 2010 3:06 pm

נאך נישטא קיין אשכול (זוי מיינעך, אויב יא ביטע מנהלים, אהין לייגן) אויף די אלכסנדר גזע אנגעהויבן ביי דעם מייסד השושלתא קדישא הה"ק ר' פייוול מגריצא, מגדולי תלמיד הה"ק מפשיסחא, בנו הה"ק ר' יחיאל מאלכסנדר זי"ע, בנו הה"ק בעל ישמח ישראל זי"ע ואחיו הה"ק ר' שמואל צבי בעל תפארת שמואל מאלכסנדר, ובנו הה"ק ר' יצחק מנחם דאנציגער הי"ד מאלכסנדר, בעל עקידת יצחק

עס שפילט זיך יעצט אפ א גאר אינטערעסאנטער אנטפלעקונג אויף אן אייניקל פון אלכסנדר רבי'ן הה"ק בעל תפארת שמואל זצ"ל

כידוע, איז דער גאנצע משפחה פון הה"ק בעל עקידת יצחק מאלכסנדר ואביו הה"ק בעל תפארת שמואל אומגעקומען אין די ביטערע שרעקליכן חורבן אין די מלחמה יארן, פון אריבער צוויי הונדערט און דרייסיג מיטגלידער איז נאר געבליבן איינער! הה"צ ר' יחיאל מנחם זינגער מאלכסנדר בורו פארק זצ"ל בן הה"צ ר' יעקב פייוול בן הה"צ ר' יצחק מאיר זינגער חתן הה"ק בעל תפארת שמואל מאלכסנדר
דער אלכסנדר רבי פון בורו פארק, האט אלע יארן געמיינט אז עס איז נישט איבער געבליבן קיין שריד פון דעם גאנצן אלכסנדר הויף, א חסידות וואס האט זיך געציילט אין די טויזנטער אין די לענג און די ברייט פון אמאליגן חסידישן פולין, אלכסנדר שטיבלעך זענען געווען איבעראל אין אלע פוילישע שטעט.
הקיצור, דער אלכסנדר רבי ר' יחיאל אלס לעצט פארבליבענער אייניקל פון די הערליכע דינאסטיע, אויפגעשטעלט א שיין חסידיש דור, בנים ובני בנים לשם ולתפארת, ווי אויך האט ער זיך אפגעגעבן מיטן איבערדרוקן די ספרים פון זיינע זיידעס, ישמח ישראל, תפארת שמואל, דער אלכסנדר רבי ר' יחיאל מנחם איז נפטר געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, די קינדער הרבנים שליט"א פירן ווייטער אן מיטן ביהמ"ד און ישיבה ע"ש זקיה"ק לבית אלכסנדר
מיט עטליכע וואכן צוריק, זענען זיי געוואויר געווארן א גרויס נייעס, א שוועסטער פון זייער טאטן וועלכע זיי האבן די אלע יארן געמיינט אז זי איז אומגעקומען אין קריג צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, לעבט גאר!!
זי איז געבליבן שטעקן נאך די קריג אין די שטאט מינסק, וואו אונטער די קאמוניסטישע רוסישע הערשאפט האט איר אפגעהאקט קאנטאקט מיט אלעם אינדרוסין, און דארט האט זי נישט אזוי גרינג געקענט טרעפן א שידוך, נאך יארן האט זי חתונה געהאט מיט איינעם 'בוימגארטן', און האט געהאט א קינד.
די שוועסטער איז נפטר געווארן אין מינסק, אבער איר זון איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין הרצליה, ארויסגעשטעלט האט זיך אז דו שוועסטער האט זייער אסאך געוויסט צו פארציילן פון אירע הייליגע עלטערן און פון אלכסנדר הויף בכלל, און דער זון וועלכער איז א שומתומ"צ זוכט גאר די קרובים די שרשים פון זיינע הייליגע זיידעס, האבנדיג מקבל געווען אסאך אסאך פון זיין מוטער!! דער מסבב כל הסיבות האט אזוי געדרייט און געפירט, א שוועסטער וועלכע מען זאגט שוין יארן קדיש נאך איר, זאל מען פלוצלונג באקומען א לעבעדיגן גריס פון איר

פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2010 3:50 pm

תגובהדורך פייטל » זונטאג מארטש 14, 2010 3:15 pm

יהיה כן האט געשריבן:פון אריבער צוויי הונדערט און דרייסיג מיטגלידער איז נאר געבליבן איינער! הה"צ ר' יחיאל מנחם זינגער מאלכסנדר בורו פארק זצ"ל בן הה"צ ר' יעקב פייוול בן הה"צ ר' יצחק מאיר זינגער חתן הה"ק בעל תפארת שמואל מאלכסנדר


וואס איז די שייכות פון די אלכסנדר משפחה פון ארה"ק מיט די תפארת שמואל?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג מארטש 14, 2010 3:18 pm

זיי זענען אייניקלעך פון הה"ק ר' פייוול מגריצא, דער זיידע פון תפארת שמואל, זייער ארגינעלער נאמען איז 'טיבערג' און היות זיי רופן זיך 'אלכסנדר' האבן זיי זיך געטוישט דעם נאמען צו 'דאנציגער', וואס איז די משפחה נאמען פון די אלכסנדר רבי'ס

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג מארטש 14, 2010 3:32 pm

הרבי שליט"א דהיום הוא בן רבי אברהם מנחם במ"ס אמרי מנחם בן רבי יהודה משה במ"ס אמונת משה ועוד,
חתן רבי בצלאל יאיר מ'לאדזש אחי הרה"ק במ"ס ישמח ישראל ותפארת שמואל מ'אלכסנדר זי"ע.
ועמך כולם צדיקים

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג מארטש 14, 2010 3:36 pm

לאור דברי ידידינו החוב"ט מוה"ר ר' ביקסאד שליט"א אתקן:
זיי זענען אייניקלעך פון הה"ק ר' יחיאל מאלכסנדר בן הה"ק ר' פייוול מגריצא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 15, 2010 8:15 am

נאך איינער פון די אלכסנדר דינאסטיע אשר מנו"כ על אדמת אמעריקא, במשנת ר' מיילעך הי"ו
מיילעך האט געשריבן:ר' שרגא פייביל שלום דעמבינסקי מאלכסנדר-ט' שבט תשי"ד
נולד לאביו ר' בצלאל ולאמו בת הרה"ק ר' יחיאל מאלכסנדר זי"ע.
נשא את בת הגאון ר' ישראל יצחק טאוב אב"ד דזונסקוואליא.
בשנת תרצ"ט היגר לאנטווערפן והתחיל לכהן שם באדמורות.
בשנת תש"ג ברח לפארטוגאל ולקובא ואח"כ לארה"ב.
נסתלק ט' שבט ומנו"כ בבית ישראל וואדברידזש ניו זשערסי. זצ"ל.
בניו:
ר' יצחק חיים דוד הי"ד (חתן ר' בצלאל יאיר מאלכסנדר)-ר' בעריש ז"ל.
צוגעלייגטע
CCF24122009_00003.jpg

איטשע
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג מארטש 15, 2010 9:23 am

ביקסאד האט געשריבן:הרבי שליט"א דהיום הוא בן רבי אברהם מנחם במ"ס אמרי מנחם בן רבי יהודה משה במ"ס אמונת משה ועוד,
חתן רבי בצלאל יאיר מ'לאדזש אחי הרה"ק במ"ס ישמח ישראל ותפארת שמואל מ'אלכסנדר זי"ע.


שמו המלא הוא רבי בצלאל יאיר, אבי אביו נתמנה לרעות עדת חסידי אלכסנדר בפקודת הבית ישראל מגער.

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » מיטוואך מארטש 17, 2010 1:08 am

יהיה כן האט געשריבן:מיט עטליכע וואכן צוריק, זענען זיי געוואויר געווארן א גרויס נייעס, א שוועסטער פון זייער טאטן וועלכע זיי האבן די אלע יארן געמיינט אז זי איז אומגעקומען אין קריג צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, לעבט גאר!!


כ'מיין אז אין די ישמח ישראל איז גאר געדרוקט א לע"נ פאר איר מיט א הי"ד מיינענדיג אז זי איז א פארגאנגענהייט,
וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איינער קען ארויפברענגען א קאפיע דערפון.

ווער ווייסט וויפיל אזעלעכע עס איז נאך דא ?? !!

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך מארטש 17, 2010 2:12 am

נודע למשגב האט געשריבן:כ'מיין אז אין די ישמח ישראל איז גאר געדרוקט א לע"נ פאר איר מיט א הי"ד מיינענדיג אז זי איז א פארגאנגענהייט,
וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איינער קען ארויפברענגען א קאפיע דערפון.

ווער ווייסט וויפיל אזעלעכע עס איז נאך דא ?? !!


עס איז נישט אין ישמח ישראל נאר אין תפארת שמואל (נדפס ע"י רבי יחיאל זינגער מאלכסנדר בארא-פארק), דארט איז דא בערך 15 עמודים מיט לעילוי נשמות פאר אלע אייניקלעך פונעם אלכסנדר רבי'ן ר' יחיאל זצ"ל, ועל פי בקשת ידידנו בין איך מדביק דא אויפן וואנט א קאפיע פונם לעילו נשמת פון אחיו ואחיותיו של רבי יחיאל זינגער מב"פ הנ"ל.
צוגעלייגטע
שמואל - לזכר עולם.jpg

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך מארטש 17, 2010 9:25 am

יהיה כן האט געשריבן:כידוע, איז דער גאנצע משפחה פון הה"ק בעל עקידת יצחק מאלכסנדר ואביו הה"ק בעל תפארת שמואל אומגעקומען אין די ביטערע שרעקליכן חורבן אין די מלחמה יארן, פון אריבער צוויי הונדערט און דרייסיג מיטגלידער איז נאר געבליבן איינער! הה"צ ר' יחיאל מנחם זינגער מאלכסנדר בורו פארק זצ"ל בן הה"צ ר' יעקב פייוול בן הה"צ ר' יצחק מאיר זינגער חתן הה"ק בעל תפארת שמואל מאלכסנדר

ליגט מיר אין זכרון אז דער עקידת יצחק האט געהאט אפשר 10/11 איידעמער.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך מארטש 17, 2010 11:00 am

אין תפארת שמואל הנ"ל ווערט אויסגערעכנט די קינדער פונעם עקידת יצחק, לויט ווי עס שטייט דארט האט ער געהאט 11 קינדער, 2 זיהן און 7 טעכטער, די אינגסטע צוויי קינדער א טאכטער מיט א זוהן זענען נאכנישט געווען חתונה געהאט.

ואעתיק השמות משם:

בנו ר' ירחמיאל ישראל יוסף הי"ד
זוגתו מרת טאבא חוה בת ר' נתן דוד מפארציווא נפטרה בחודש תמוז תרצ"ט באלכסנדר
ויו"ח

בתו מרת רויזא מינדיל הי"ד
בעלה ר' אלימלך שפירא הי"ד אבד"ק גלאוונא, בן הגאון ר' פישלי הי"ד אבד"ק בלוינא
ויו"ח

בתו מרת פייגא הי"ד
בעלה ר' חיים אלתקר בוימגארטען הי"ד, בן הרה"ח ר' שאול הי"ד מלאדז
ויו"ח

בתו מרת הינדא הי"ד
בעלה ר' יוסף הלוי הורוויץ-שטערנפעלד הי"ד, בן הרה"צ ר' ברוך קלמיש הי"ד אדמו"ר מפילץ-חענטשין
ויו"ח

בתו מרת אסתר הי"ד
בעלה ר' יעקב יחזקאל הכהן ראבינאוויטש הי"ד, בן הרה,צ ר' נתן נחום הי"ד אדמו"ר מקרימילוב
ויו"ח

בתו מרת רחל הי"ד
בעלה ר' מנחם מענדל הלברשטאם הי"ד, בן הרה"צ ר' נחום אבד"ק מאשציסק
ובנם

בתו מרת לאה הי"ד
בעלה ר' חיים הלוי האלשטוק הי"ד, בן הרה"צ ר' יחזקאל הי"ד אדמו"ר מאסטראווצע
ובנם

בתו מרת סימא הי"ד
בעלה ר' שלמה דוד יהושע וויינבערג אדמו"ר מסלאנים, בם הבית אברהם מסלאנים
ובתם

בתו מרת בריינדיל הי"ד
בעלה ר' נפתלי צבי בארינשטיין הי"ד, בן השם משמואל מאכאטשאוו זצ"ל

בתו הדסה הי"ד

בנו הבחור יעקב פנחס שרגא פייוויל נפטר י"ג אדר תרצ"ח

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » מיטוואך מארטש 17, 2010 12:26 pm

בןהרחמן האט געשריבן:ועל פי בקשת ידידנו בין איך מדביק דא אויפן וואנט א קאפיע פונם לעילו נשמת פון אחיו ואחיותיו של רבי יחיאל זינגער מב"פ הנ"ל.


ווייסט איינער אפשר פון וועלעכע איז די מדובר????

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך מארטש 17, 2010 2:55 pm

תמונת העקידת יצחק מאלכסנדר זצ"ל

אויך אינעם אשכול תמונות מגדולי ישראל איז דא דאכט זיך צוויי מאהל בילדער פון איהם.
צוגעלייגטע
Akeidas Yitzchhok M'Alexander.jpg

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך מארטש 17, 2010 3:09 pm

עטליכע בילדער פונעם בית החיים אין אלכסנדר

1-2) האהל שנבנה מחדש על מצבות הרביים מאלכסנדר,
המצבות מימין לשמאל: ר' בצלאל יאיר, ישמח ישראל?, ר' יחיאל מאלכסנדר, תפארת שמואל

3) א נאנטערע בילד ממצבת ר' בצלאל יאיר בן ר' יחיאל מאלכסנדר, אויפן מצבה שטייט אז ער האט נישט געלאזט שרייבן קיין תוארים.

4) מצבת הרבנית שרה רבקה אשת התפארת שמואל
צוגעלייגטע
על מצבות הרביים אלכסנדר.jpg
על מצבות הרביים אלכסנדר2.jpg
ר' בצלאל יאיר בן ר' יחיאל מאלכסנדר.jpg
הרבנית שרה רבקה אשת התפארת שמואל מאלכסנדר.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 17, 2010 3:16 pm

צוויי בילדער פונעם עקידת יצחק, אינעם ערשטען בילד ווערט ער געזעהן מיט ר' משה בצלאל אלתר הי"ד בן השפת אמת (רעכטס).
צוגעלייגטע
Alexander-BAlter.jpg
Alexander.jpg
Alexander.jpg (19.14 KiB) געזעהן 5113 מאל

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מארטש 17, 2010 7:33 pm

נודע למשגב האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:ועל פי בקשת ידידנו בין איך מדביק דא אויפן וואנט א קאפיע פונם לעילו נשמת פון אחיו ואחיותיו של רבי יחיאל זינגער מב"פ הנ"ל.


ווייסט איינער אפשר פון וועלעכע איז די מדובר????


איצטער מברר געווען ביי די משפחה
די מדובר איז פון הרבנית שפרה דבורה ע"ה וועלכע ווערט אויסגערעכנט אין די ליסטע אין ספר תפארת שמואל אלס 'הי"ד' אז זי אז אומגעקומען אבער למעשה איז ווי געזאגט זיך ארויס געשטעלט אז זי האט איבערגעלעבט!!
נאך מער אינטרעסאנט איז, אז מען געוואויר געווארן אז זי איז נפטר געווארן פאר צוויי יאר צוריק, אין טאג ח' חשון, גענוי אין דער זעלבער טאג וואס איז אויסגעפאלן איר ברודער ר' יחיאל מנחם'ס יארצייט!!, ד"ה ביידע איבערגעלעבטע געשוויסטער זענען אוועק אין דעם זעלבן יאר טאג!! והוא לפלא
זי האט געהייראט מיט אן אייניקל פון חידושי הרי"ם מיטן משפחה נאמען 'בוימגאלד' (נישט בוימגארטן ווי געשריבן פריער, וטעות לעולם חוזר)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מארטש 17, 2010 7:41 pm

מיללער
לויט ווי כ'געדענק, איז דער לעצטער בילד וואס כבודו האט דא געשטעלט פון עקידת יצחק מאלכסנדר, שוין אין ווארשעוווער געטא, נישט קיין סך צייט פאר מען האט אים אומגעברענגט הי"ד, ווי מען זעהט אויף זיין פנים שוין ליידער די צרות ישראל אין די אומשטענדן דאן

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מיטוואך מארטש 17, 2010 7:51 pm

יהיה כן האט געשריבן:נאך מער אינטרעסאנט איז, אז מען געוואויר געווארן אז זי איז נפטר געווארן פאר צוויי יאר צוריק, אין טאג ח' חשון...

דוכט זיך ו' חשון.

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 12:46 pm

תמונת בעל "תפארת שמואל" מאלכסנדר זי"ע
צוגעלייגטע
alex.jpg
alex.jpg (40.04 KiB) געזעהן 5045 מאל

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 12:48 pm

תמונת ר' בצלאל יאיר מאלכסנדר-לאדז זי"ע:
צוגעלייגטע
alekander.jpg
alekander.jpg (38.43 KiB) געזעהן 5033 מאל

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 1:58 pm

מיילעך האט געשריבן:תמונת בעל "תפארת שמואל" מאלכסנדר זי"ע

א קלארערע בילד
צוגעלייגטע
התפארת שמואל מאלכסנדר.jpg

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:04 pm

יהיה כן האט געשריבן: פון אריבער צוויי הונדערט און דרייסיג מיטגלידער איז נאר געבליבן איינער! הה"צ ר' יחיאל מנחם זינגער מאלכסנדר בורו פארק זצ"ל בן הה"צ ר' יעקב פייוול בן הה"צ ר' יצחק מאיר זינגער חתן הה"ק בעל תפארת שמואל מאלכסנדר

דאכט זיך מיר אז דער רבי פון בארא פארק איז שוין דא געווען בעפאר'ן קריג, האב איך רעכט?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 4:25 pm

ניין!
בשעת המלחמה נמלט לשאנחאיי עם האדמו"ר מאמשינוב ואח"כ עבר לארה"ב.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט