תפלת הרבי ר' אלימלך זי"ע מליזענסק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תפלת הרבי ר' אלימלך זי"ע מליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

לכבוד ההילולא קדישא של הה"ק בעל נועם אלימלך זי"ע מליזענסק כ"א אדר

די תפלה קודם התפלה פון הייליגן רבין ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע וועלכער איז געדרוקט אין אלע סידורים, און ווערט געזאגט מיט גרויס געפיל און התעוררות דורך רבבות אלפי ישראל ההולכים לאור תורת הבעש"ט זי"ע והחסידות, איז כידוע אריבער כמה גלגולים, טייל האבן עס פארלענגערט און טייל פארקערצערט, לכן יסדתי את האשכול הזה, צו באהאנדלען דעם נושא

קודם עמער מעתיק זיין פון ספר 'נפלאות הסבא קדישא' פון הייליגן ראדאשיצער זי"ע איבער די הייליגע תפלה, צוליב וואס האט דאס דער הייליגער רבי ר' אלימלך מייסד געווען:
וז"ל שם (בפרק 'משיחותיו הקדושים') שמעתי מהרה"ח ר' יוסף קאפעלוש ני"ו סיפר הסבא קדישא מראדישיץ זי"ע שבילדותו בעת שהי' אצל הרה"ק רשכבה"ג מרן הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצ"ל ועמד עם איזה חסידים מהחברייא קדישא שלו ומשיח עמהם לפני בית הרה"ק הנ"ל ובתו"כ ראו אנשים גבוה קומה טאד שהלכו במהירות אל בית מרן הס"ק מליזענסק ובהגיעם אל פתח חדרו כפפו קומתם והלכו לתוכו והרה"ק סגר הדלת ופניהם לא ראינו רק אחוריהם וחכינו בחוץ עד צאתם כדי להכיר האנשים ההם אבל מה נשתוממנו מזה שבעת צאתם מחדר הרה"ק שוב לא הספקנו בעינינו לראותם על פניהם רק אחוריהם ותיכף נעלמו מעינינו אז הבננו כי לא דבר ריק הוא והוסכם בינינו לשאל את פי מרן הקדוש זי"ע והלכו החסידים הזקנים בינינו ושאלו למרן הרה"ק זי"ע מזה והשיב להם הרה"ק זי"ע בזה"ל כאשר ראית שרוב העולם אינס מכוונים בתפלתם כיאות מקוטן השגתם ומגודל טרדת הזמן וטרדת וקושי הפרנסה אינם יכולים לכוון דעתם בכל התפלה עלה על דעתי לתקן נוסתא חדשה וקצרה שיהי' שוה לבל נפש והרגישו בזה האנשי כה"ג הקרושים זי"ע, ובאו הנה ובקשו מאתי שלא לעשות זאת לשנות אפי' תפלה אחת מנוסחתם והתיעצתי עמם ואמרו לי שאתקן תפלה קודם התפלה וזה יועיל בעז"ה למי שאין ביכלתו לכוון בכוונות הראויות לכוון בכל התפלה וזה הוא היהי רצון קודם התפלה שנדפס בסידורים סהרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, עכ"ל הספר 'נפלאות הס"ק'.

נו, האט דער הייליגער תפלה אויך נישט ניצול געווארן פון דע 'ריבוי הגירסאות' וואס אונזערע ספרי קודש און תפלות ביי כלל ישראל זענען אלץ אדורך, און אין לויף פון די יארן זענען נתחדש געווארן מערער גירסאות אין די תפלה, בעיקר דער סוף פון די תפלה

דער ערשטער נוסח וואס כאב געטראפן איז אין דעםסידור נהורא השלם שנת תקעה דא איז מער ווייניגער אונזר נוסח

א צווייטער נוסח דא, אין תהלים משפט צדק להה"ק ר' משה מזאלזשין זצ"ל געדרוקט שנת תק"צ, מערקט דארט אן דער סוף פון די תפלה איז מיט א שיינע פאר שורות וואס איז לגמרי נישטא אין אונזערע סידורים


אין סידור נהורא דפוס הורבושוב שנת תקפא, איז דער תפלה איבערגעזעצט געווארן אויף אידיש (כ'האב עס נישט געזעהן, נאר אין ספר מאורי גאליציה שרייבט ער אזוי)

שנת תרנ"ז איז די תפלה געדרוקט געווארן דורך הה"ק ר' יצחק יעקב מביאלא פון א כתי"ק וואס איז געלעגן ביי זיין שווער הה"ק ר' יהושע מאסטראווע וואס האט עס מקבל געווען פון הה"ק ר' שמעון דייטש מזעליחוב וועלכער האט עס מקבל געווען פון זיין רבי'ן דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע וועלכער האט עס מקבל געווען פונם הייליגן מחבר זי"ע
דער נוסח איז באלד א האלב מאל לענגער ווי אונזער נוסח, און איז לעצטנס איבערגעדרוקט געווארן (מיט א גאנצער מבוא און הקדמה) אין דעם ביאלע סידור 'חלקת יהושע'.

ווער ס'קען מוסיף זיין זאל מוסיף זיין אין דעם נושא,
ווי אויך ווער ס'ווייסט קראנט דעם ערשטן דרוק פון די תפלה זאל ביטע מודיע זיין

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו
אשרינו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2009 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשרינו »

איך האב שטארק הנאה אז דו האסט געברענגט דא די צוויי נוסחאות פון די אלטע סידורים. ווייל צוויי פון די שינוים וואס מען האט געמאכט די היינטיגע צייטן זענען
א. וזכותם "תעמוד" לנו אנשטאט "יעמוד" לנו, וואס די אזוי גערופענע בעלי דקדוק האבן פארשטאנען אז זכות איז א לשון נקיבה, און די נייע "קול יעקב" סידורים האבן דאס אזוי אריינגעלייגט אהן קיין שום באמערקונג. זעה איך דא אין ביידע סידורים וואס ווערט דא אראפגעברענגט שטייט "יעמוד" מיט א יו"ד.
ב. צווייטנס איז דא וואס ענדיגן צו דעם פסוק "חטאת נעורי ופשעי אל תזכור..." כחסדך זכר לי ... ווייל מען טאר נישט זאגן קיין האלבע פסוקים. {דאכט זיך מיר אז די סידור המפורש שרייבט אזוי - אין הספר עכשיו בפנינו} דא ווידער זעה איך אין ביידע סידורים נאר די ערשטע האלב פסוק.

יישר כח נאכאמאל

אשרינו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לא זוכר כעת, אבער אמאל האב איך געלייענט איבער א דיון צו דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע האט מתקן דעם דעם נוסח התפלה, אדער נאר דאס אמירת התפלה קודם התפלה.

ווער עס קען מעיר זיין וואלט געווען א טובה.

-
הרב אשרינו,
לויט ווי מיר האבן שוין כמ"פ געהערט פון מו"ר ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א, איז פארהאן אריבער 10 מאל בנוסח התפלה ווי עס ווערן געזאגט האלבע פסוקים, איינס דערפון איז דער פסוק 'כי כל שאר וכל דבש וכו' וועלכע הייבט זיך אן אינמיטען א פסוק, והרבה יש להאריך בהנידון ואין כאן מקומו.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך האב געהערט פין הר"ר יח"ג אויף אן עם פי טרי, אז די מעשה איז געווען אז די תלמודים פין רבי ר' אלימלך האבן געמאכט די תפילה, יעדער אן אנדערע חלק, און דערנאך האט מען עס צאמגעשטעלט אין עס האט זיך הפלאהדיג געפארט, נאר אזוי וואו עס איז געווען מיט'ן השפעה פינעם רבי ר' אלימלך נקראת ע"ש.

איך מיין אז ריח"ג וועט אייך גערען זאגן זיין מקור פון וואו ער נעמט דאס, איז ווער עס וויל קען אים גיין אנפרעגן.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אזוי שטייט אין י"ג אורות.
אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 04, 2010 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעמעלע »

ווער עס האט די ביאלא סידור וועט זעהן א לענגערע נוסח.
משה אמת ותורתו
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה אמת ותורתו »

באיזו שנה, והיכן, נדפסה התפילה של הרבי ר' אלימלך לראשונה?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30501
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אברעמעלע האט געשריבן:ווער עס האט די ביאלא סידור וועט זעהן א לענגערע נוסח.

דא איז דער ביאלא'ער לאנגע תפילה:
יהי רצון האמיתי.pdf
(188.05 KiB) געווארן דאונלאודעד 222 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

קנאפער ידען האט געשריבן:
אברעמעלע האט געשריבן:ווער עס האט די ביאלא סידור וועט זעהן א לענגערע נוסח.

דא איז דער ביאלא'ער לאנגע תפילה:
די אטעטשמענט יהי רצון האמיתי.pdf איז מער נישט דאהי.
פארוואס באקים איך דאס ווען איך עפען דאס אויף?
אטעטשמענטס
Capture  0.JPG
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

green sunday האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
אברעמעלע האט געשריבן:ווער עס האט די ביאלא סידור וועט זעהן א לענגערע נוסח.

דא איז דער ביאלא'ער לאנגע תפילה

און יעך האט באקומען דאס
אטעטשמענטס
0.png
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30501
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כ'זע עפעס איז געווארן נישט גוט. דאס איז גוט?
יהי רצון האמיתי (1).pdf
(219.98 KiB) געווארן דאונלאודעד 231 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

משה אמת ותורתו האט געשריבן:באיזו שנה, והיכן, נדפסה התפילה של הרבי ר' אלימלך לראשונה?


נאט אייך א דיסקריפציע פון מאורי גאליציא כרך ב' עמ' 882
אטעטשמענטס
New Picture (1)_443x800.jpg
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

די תפלה איז נתקבל געווארן אויך ביי די ספרדים,

הגאון רבי חיים פלאגי' האט עס אריינגעדרוקט אין זיין חיבור "עתרת החיים" געדרוקט אין שאלוניקי תר"א
אטעטשמענטס
New Picture_528x800.jpg
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

תמונת השער של הנוסח הארוך שנדפס ע"י ר' אברהם פעדער בלובלין שנת תרנ"ז
אטעטשמענטס
New Picture (2)_498x800.jpg
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

וואס איז מיר יא אינטערסאנט איז דער בייגעלייגטער לינק צו א סידור תפלת נהורא נוסח "אשכנז" וואס איז אריינגעדרוקט די תפלה פון רבי ר' אלימלך זי"ע

בעל ההיברו בוקס צייכנט אן דעם שנת הדפוס אלס שקלאוו תקע"ה, אבער איך בין נישט זיכער דערין, אויפן שער שטייט ברדיטשב אן קיין שנת הדפוס, הגם טאקע צום סוף סידור שטייט אויסגערעכנט די עוסקים במלאכת הקודש מק"ק שקלאוו,

שנעלערהייט זוכנדיג אין ביבליו טרעף איך נישט אזא דרוק, עס איז צריך חקירה ודרישה
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

דאס ערשטע מאל וואס איז רעקאדירט געדרוקט צו ווערן איז אין סידור תפלת נהורא נוסח ספרד הנדפס בזאלקווי שנת תקע"א - הנמצא באוסף פרטי

http://aleph.nli.org.il:80/F/?func=dire ... base=MBI01
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

קנאפער ידען האט געשריבן:כ'זע עפעס איז געווארן נישט גוט. דאס איז גוט?
יהי רצון האמיתי (1).pdf

דעס איז פיין, שכח
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

גראדע די נוסח האמיתי
אין ביאלע סידור האב איך געזעהן ברענגען שקיבל זאת מר' אהרן מסאטמאר
ווען די כוונה איז אויף דער שומרי אמונים זצ"ל, און לפלא ווייל דער שו"א אליינ'ס האט דאס נישט געדריקט ביי זיך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

אין יעדער נוסח אשכנז סידור איז די תפילה געדרוקט?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אין סידור ראדוויל תק"פ איז געדרוקט דער תפלה.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

האט איינער א אידישע ווערסיע פון די הייליגע תפילה ??
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

eller האט געשריבן: דינסטאג מארטש 17, 2020 12:00 pm
האט איינער א אידישע ווערסיע פון די הייליגע תפילה ??
גא"מ לשאלת הנ"ל

נ.ב. איך האב ביי מיר א קאפי פון עפעס א סידור וואס האט די תפלה אויף אידיש מנוקד, אבער איך געדענק נישט פון וועלכען סידור דאס איז, און ווער דער מו"ל איז, צו קענען פרעגן,

אבער אזוי פיל ווייס איך פון דעם, אז ס'שוין דא א אידישע ווערסיע, און איך זיך דעם טעקסט אפן


א דאנק
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: תפלת הרבי ר' אלימלך זי"ע מליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

אז מ'רעדט שוין פון די הייליגע תפלה, וויל איך וויסן די מנהג איבער מתפלל זיין דאס אום שבת ויו"ט, וויאזוי פירט מען זיך, שבת ויו"ט בעט מען דאך נישט אלע מיני תפלות ובפרט איז מען זיך נישט מתוודה.
למעשה דריקט מען עס אריין אין אלע שבת'דיגע סידורים און מחזורים.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: תפלת הרבי ר' אלימלך זי"ע מליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

ומן הרכילות אדער הכילות?
איציק מעכל
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:44 pm

Re: תפלת הרבי ר' אלימלך זי"ע מליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איציק מעכל »

איינער ווייסט ווי מען קען באקומען טעקסט פון די לענגערע נוסח פון די תפלה?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”