ר' שמואל דוד אונגאר זצ"ל-הי"ד מנייטרא - ט' אדר תש"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך יוני 07, 2017 6:25 pm

-
צוגעלייגטע
Nitra.JPG
Nitra.JPG (31.35 KiB) געזעהן 1167 מאל
לחיים ולברכה!

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:09 am

הרה"ג ר' יוסף משה אונגר זצ"ל
דער טאטע פינע'ם נייטרא רב זצ"ל
אין זיין זיידע הרה"ג ר' דוד משה פישער אב"ד פישטיאני
צוגעלייגטע
יוסף משה אונגר.jpg
יוסף משה אונגר.jpg (616.94 KiB) געזעהן 715 מאל
דוד משה פישער.jpg
דוד משה פישער.jpg (744.94 KiB) געזעהן 715 מאל

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:27 pm

יערסלוב האט געשריבן:הרה"ג ר' יוסף משה אונגר זצ"ל
דער טאטע פינע'ם נייטרא רב זצ"ל
אין זיין זיידע הרה"ג ר' דוד משה פישער אב"ד פישטיאני

זעהט אויס אז די מציבה פון ר' יוסף משה האט מען איבערגעמאכט צוויי מאל, פאלגנד איז אביסל אן עלטערע בילד פון א איבערגעמאכטע מציבה.
און די מציבה פון ר' דוד משה וואס מ'האט איבערגעמאכט אין תשס"ח הייבט שוין אויך אן אויסמעקען, פאלגנד איז אביסל אן עלטערע בילד וואו מ'קען קלארער ליינען די מציבה.
און איינוועגס אויך א בילד פון די די אויבנדערמאנטע ר' בן ציון יוסף'ס מציבה.

Josef Moše Ungar z.1897.JPG
Josef Moše Ungar z.1897.JPG (635.97 KiB) געזעהן 686 מאל

David Moše Fischer 1820-1880.JPG
David Moše Fischer 1820-1880.JPG (484.48 KiB) געזעהן 686 מאל

rabi Bension Josef Ungar-Sereď.JPG
rabi Bension Josef Ungar-Sereď.JPG (635.75 KiB) געזעהן 686 מאל

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » פרייטאג מאי 11, 2018 3:58 am

mar0was האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:הרה"ג ר' יוסף משה אונגר זצ"ל
דער טאטע פינע'ם נייטרא רב זצ"ל
אין זיין זיידע הרה"ג ר' דוד משה פישער אב"ד פישטיאני

זעהט אויס אז די מציבה פון ר' יוסף משה האט מען איבערגעמאכט צוויי מאל, פאלגנד איז אביסל אן עלטערע בילד פון א איבערגעמאכטע מציבה.
און די מציבה פון ר' דוד משה וואס מ'האט איבערגעמאכט אין תשס"ח הייבט שוין אויך אן אויסמעקען, פאלגנד איז אביסל אן עלטערע בילד וואו מ'קען קלארער ליינען די מציבה.
און איינוועגס אויך א בילד פון די די אויבנדערמאנטע ר' בן ציון יוסף'ס מציבה.

Josef Moše Ungar z.1897.JPG

David Moše Fischer 1820-1880.JPG

rabi Bension Josef Ungar-Sereď.JPG


ישר כוח פאר'ן ארויף ברענגען מער א קלארען בילד
אין וועלכע שטאט ליגט הרה"ג ר' יוסף משה ע"ה

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » פרייטאג מאי 11, 2018 10:28 am

פישטיאן, זיין זוהן דער נייטרא רב ליגט אויך דארט.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מוצ"ש מאי 12, 2018 3:50 pm

טראנספארט האט געשריבן:פישטיאן, זיין זוהן דער נייטרא רב ליגט אויך דארט.

איך האב געהאט א טעות
מיט דער נאמען
ווי ליגט ר' בן ציון יוסף ע"ה

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מאנטאג מאי 14, 2018 12:36 pm

יערסלוב האט געשריבן:
טראנספארט האט געשריבן:פישטיאן, זיין זוהן דער נייטרא רב ליגט אויך דארט.

איך האב געהאט א טעות
מיט דער נאמען
ווי ליגט ר' בן ציון יוסף ע"ה

אין סערעד.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג מאי 14, 2018 10:13 pm

וויאזוי איז ר' בן ציון יוסף געברענגט געווארן לקבורה?
לחיים ולברכה!

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג מאי 15, 2018 5:36 am

mar0was האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:
טראנספארט האט געשריבן:פישטיאן, זיין זוהן דער נייטרא רב ליגט אויך דארט.

איך האב געהאט א טעות
מיט דער נאמען
ווי ליגט ר' בן ציון יוסף ע"ה

אין סערעד.


ישר כוח

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

מציבת הרה"ק ר' יוסף משה הלוי אונגאר

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 8:51 pm

אויפן מציבה פון זיידן ר' יוסף משה זי"ע שטייט בזה"ל ויצאה נשמתו באחד קול ענות גבורה חוצב להבות אש. פארציילן זיי און ספר רבה דעמיה (תולדות) אז ווען ער האט געהאלטן ביי גסיסה און ער האט נישט געהאט קיין כח האט ער אויסגעשריגן שמע ישראל מיט א דונערדיגע שטימע וואס מ'האט געהערט ווייט אוועק וואס אפי' פאר א געזונטע מענטש איז נישט מעגליך אזוי צו שרייען און תיכף דערנאך האט ער אויסגעהויכט די נשמה. און דאס איז פשט פון די ווערטער קול ענות גבורה חוצב להבות אש.
ברענגען זיי דארט אז א לאנגע צייט שפעטער איז די נייטרא רב געווען ביי א דאקטאר און יענער האט געזעהן די נאמען אונגאר האט ער אים געפרעגט צו ער האט עפעס מיט הרב אונגאר פון פישטיאן, האט ער געענטפערט אז יא דאס איז געווען זיין טאטע, זאגט אים די דאקטאר אז ער איז געווען דארט בשעת די פטירה און ער ווייסט נישט ווויאזוי ס'איז מעגליך בדרך הטבע פאר א מענטש וואס איז געווען אזוי שוואך אזוי הויעך צו שרייען שמע ישראל.
און דאס האט דער דאקטאר געדענקט יארן שפעטער זיעועכי"א
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 8:57 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:א בילד פון די "ישיבה אין נייטרא" וויירשיינדליך דעם רב'ס ישיבה.

ברויך מען אנפרעגען ביי די אלטע תלמידים מי ומי ההולכים.


כבוד הרב לכתחילה אריבער א גרויסע חלק פון די בילדער ערשיינען און ספר רביה דעמיה (דאכט זיך אז די בילד ליגט ביי די פרק ווי מ'רעדט פון די ישיבה), און ס'מעגליך אז דארט שטייט נעמען, אויב וועל איך האבן א געלעגנהייט וועל איך עס נאכקוקן אי"ה און אראפברענגען די נעמען.
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 9:03 pm

נחמן נתן האט געשריבן:הספד אויפן רב זצ"ל אין תורה ודעת:

הגם דער רב זצ"ל איז אוועק לה"ה אין רעזולטאט פון די שווערע מלחמה יאהרן נאכדעם וואס ער איז געווען נע ונד, פונדעסטוועגן איז ער אבער נישט געהרגט געווארן דירעקט דורך די רשעים, נאר בלויז אויסגעגאנגען פון שוואכקייט און הונגער ה"י. דאהי אין אמעריקא האט זיך עס געהערט ווי גלייך ער איז אוועק במות קדושים, ווערנדיג טיטולירט אין דעם מודעה אלץ א 'קרבן קודש הקדשים'.


אויף די מציבה שטייט אויך הי"ד, ווייל למעשה איז ער אוועק צוליב די רשעים קומט צוזאגן אויף דעם הי"ד און ער איז א קרבן קודש הקדשים, ווייל ווען נישט די מלחמה וואלט ער ווען נאך געקענט לעבן דא מיט אונז אסאך יארן ער איז דאך נאר געווען און די יונגע זעכציגער יארן, אילו זכינו.... ועכשיו שלא זכינו........... ליידער.
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 9:05 pm

נעכטיגן טאג האט געשריבן:ווייסט איינער צו דער נאות דשא איז געווען א תלמיד פונעם קאמארנער רב הרה"צ רבי אלכסנדר שטיינבערגער זצ"ל?
אינעם ספר מאורות אש ווערט ער באדאנקט פארן ארויסהעלפן מיטן דרוקן דעם ספר
אפריון נמטי׳ לידידי וידיד ד׳ ההגה"צ והחסיד כש"ת מו״ה שמואל דוד אונגאר שליט׳א אב״ד דקה״י טירנויא יצ"ו שטרח גם כן הרבה בהוצאת הספר

(אולי איז ער נאר געווען א ידיד מיטן מוצא לאור אב"ד לאשאנץ פון ישיבה אין אטנסדארף)

נישט באקאנט אז ער איז געווען א תלמיד ס'איז אבער כדכי נאכצוקוקן און רביה דעמיה זיכער צומאכן
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 9:14 pm

שטיקל גבאי האט געשריבן:
טראנספארט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:קראמפאמפיל, ויש גורסים "קראמפאמפאך", וכך גרס רבינו!

כ'ווייס ניש צו ס'האט שייכות, אבער די נייטרא רב די בעל נאות דשא זצ"ל איז געווען רב אין א שטעטל "קראמפאך",(ער איז געעוען רב אין קראמפאך, טירנוי און דערנאך אין נייטרא), קען זיין אז די מנהג קומט פון דארט...

ער איז טאקע געווען רב אין קראמפאך פאר בערך פינעף יאר אבער קראמפאמפיל האט נישט קיין שייכות דערמיט, סאיז שוין אן אלטע מנהג

ווי אלט טאקע אלס א אייניקל פון נייטרא רב האבן מיר שויןא סאך דעבאטירט די מנהג צווישן בני משפחתינו אבער קיינער האט נישט געוואוסט געהעריג פון ווי די מנהג קומט ביטע אריינקומען מיט מער אינפארמאציע
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 9:22 pm

יאסל האט געשריבן:באקאנט איז די פלא'דיגע סיפור וואס ר' מיכאל בער ז"ל ברענגט אין מן המיצר
בעת ווען די קהילות טירנו ונייטרא האבן זיך ארום געשלאגן דער שרייט אז דער רב זאל אריבער קימען צינאונז סאיז דא א גרעסרע מקום אופציטאן, ווידער טירנו בעלי בתים האבן זיך געבעטן אז דער רב זאל בלייבען וואס פעלט דען דעם רב דא מיר האבן אלע יארן זיך ציגעשטעלט מיט אלעמען.
שרייבט ר' מיכאל בער, אז איין נאכט בין איך אריין צים רב (דאכט זיך נאך דאן נישט געווען קיין איידעם) אין זייענדיג א ילוד טירנו זיך גענומען משתדל זיין פאר זיין קהילה, דער רב זצ"ל איז געזיצען פארקלערט פלוצים גיט ער זיך א כאפ אויף אין רופט זיך אן, ר' מיכאל בער טייערער כבין מרגיש אז סוועט קימען א צייט ווען אין גאנץ אייראפע וועט נישט זיין קיין קיין ישיבה נאר אין נייטרא אין איך וויל אויך דאן דארט זיין
ר' מיכאל בער שרייבט אז ער איז געבליבן געפלעפט נישט פארשטייענדיג אפילו איין ווארט וואס דער רב ז"ל זאגט, דער רב אבער האט זיך שוין צירוק געכאפט אין זיך געוואנדען צינעם כ'בעט דיך טייערער פארגעס די ווערטער וואס כהאב דיר יעצט געזאגט לא יזכר ולא יפקד.למעשה איז דער רב טאקע אריבער קיין נייטרא
13 יאר שפעטער די וועלט איז געווען חרוב דם ואש ותמרות עשן איבער דעם גאנצען בליטיגען פארשאלטענעם קאנטינענט אייראפע זענען די אידן געווען פארשמאכט אינטער די נאצים ימ"ש אן קיינע בתי מדרשים אין ישיבות, איין איינציגע מקום ווי דאס האט נאך פונקציאנירט ביז חצי אלול תש"ד איז געווען דער נייטרא'ר ישיבה!!!!

ר' מיכאל בער שרייבט דארט די גאנצע מעשה באריכות ס'איז כדי נאכצוקוקן וויאזוי זיי האבן אלע געוויינט פארדעם ווען יעדער האט פרובירט צוזאגן פארוואס די רב דארף זיין ביי זיי (מ'קען עס אויך זעהן און רביה דעמיה, זיי ברענגען דארט די לשון פון רמ"ב) רמ"ב שרייבט דארט אז ער האט טאקע פארגעסן און יארן שפעטער ווען ס'איז טאקע געווען אזוי האט ער זיך דערמאנט דערפון.
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 8:23 pm

געווען אמאל ווען די נייטרא רב האט געכאפט א בחור שפילן שאך און ער האט אים ארויסגעווארפן פון ישיבה, דער בחור איז געגאנגען לערנען דאכט זיך און פרעשבורגער ישיבה, ער איז אויסגעוואקסן א גרויסע ת"ח, און ער איז געקומען צום נייטרא רב צו בעטן א כתב הוראה, און די רב האט אים אפגעשטופט ביז ווען ער איז געקומען פורים און דעמאלטס האט אים נייטרא רב געגעבן א כתב, האט אים איינער געפרעגט מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר אז די ווילסט געבן געמאלטס פארוואס האט מען אים אפגעשטופט, האט ער געענטפערט אז איך האב אים געכאפט שפילן שאך און איך ווייס נישט וואס ס'ליגט אים אין קאפ און אויב ער וועט אמאל זאגן עפעס שלא כהוגן, וועט מען זאגן אז ער האט דאך א כתב הוראה פון נייטרא רב, אבער יעצט ווען איינער וועט זעהן זיין כתב הוראה און זעהן אז איך האב עס געשריבן אום פורים, וועט מען זאגן אז איך בין מסתמא געווען שיכור, וועגן דעם האב איך אים אפגעשטופט ביז פורים.
זי"ע
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט