רבי שמואל עהרנפעלד ז"ל אב"ד מאטעסדארף

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שוטה
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:44 pm

ווען מ'האט זיך געגרייט צו פארן צו די לבנה האט דער עולם ארומגעשמועסט צו עס איז דא מענטשן אויף די לבנה אדער נישט, האט דער סאטמאר'ער רב ז"ל געזאגט אז אויב וואלט דארט געווען מענטשן וואלט דער פאניוואשער רב און עקיבא עהרנפעלד שוין אנגעקומען אהין...
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » מאנטאג אפריל 08, 2013 3:34 pm

מאטעסדארפער רב זצ"ל

CCF04082013_00000.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 22, 2013 12:23 pm

פארשער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אויסער דעם חתן סופר האט ר' דוד צבי עהרענפעלד ז"ל דער עלטסטער איידעם פון מרן החת"ס געהאט א זוהן ר' שואל עהרנפעלד אב"ד סיקסא, און אן איידעם ר' אברהם גלאזנער אב"ד קלויזענבורג (אבי הרמ"ש הדור רביעי).

ווי אויך האט ער געהאט א זון ר' שמעון עהרנפעלד אב''ד שעניע - מיהאלעוויטץ, און א זון ר' ישעי' עהרנפעלד אבד"ק ברעזאוויטץ - שאראש פוטאק - שוראן בעמח''ס שבט סופר על התורה.


אין 'די צייטונג' פאריגע וואך האט דער שריפטשטעלער און באקאנטער חוקר הרב אז"י פר"מ הי"ו א באלערנדער שמועס מיט הרה"ח ר' שלום בער שטערן ע"ה פון לאנדאן, ר' שלום בער איז געווען א ברודער מיטן באקאנטען לאנדאנער מוהל ר' ישראל שטערן ע"ה דער מחבר ומו"ל פון עטליכע ספרים בסדרת תורת ותולדות מרן הח"ס זצ"ל.
די שטערן ברודער זענען געווען אייניקלעך פון הגאון רבי שלום בער שטערן זצ"ל ראב"ד סעדרעהעלי, דער סערדעהעלער דיין איז אויך געווען אן איידעם ביים עלטסטען איידעם פונעם חת"ס, דער דערמאנטער ר' דוד צבי עהרנפעלד, אפשר איז צייט צו מאכן סדר בתולדות ר' דוד צבי, לאמיר צאמנעמען וואס מיר ווייסן ביז אהער.

צאצאי רבי דוד צבי (הרש) עהרנפעלד מפרעשוברג ז"ל חדב"ן מרן החתם סופר זצ"ל

א. חתנו ר' אברהם גלאזנער אב"ד קלויזענבורג
ב. חתנו ר' שלום בער שטערן ראב"ד סעדרעהעל בעמח"ס לשד השמן
ג. בנו ר' שמואל עהרנפעלד אב"ד מאטערסדארף בעמח"ס חתן סופר
ד. בנו ר' שאול עהרנפעלד אב"ד סיקסא
ה. בנו ר' שמעון עהרנפעלד אב"ד מיהאלאוויטץ
ו. בנו ר' ישעי' עהרנפעלד אב"ד שוראן בעמח"ס שבט סופר(עה"ת)

ר' שלום בער שטערן פון סעדרעהעל איז געווען דער זון פון ר' שלמה שטערן אב"ד עלישטאבא [אן אנדערער זון פון ר' שלמה איז געווען מ"מ ר' משה צבי שטערן אב"ד עלישטאבא], ר' שלום בער האט געהאט אן איידעם ר' בנימין זיידעל אב"ד גאלאנטא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 12:04 am

מיללער האט געשריבן:
איך ווייס פון צוויי זוהן און פינף איידימער (קרעדיט, אברעמעלע) פונעם מאטעסדארפער רב זצ"ל

בנו ר' שמחה בונם מ"מ כאב"ד מאטעדארף
בנו ר' עקיבא מנהל ישיבת מאטעסדארף ותן ר' חיים קרוגער אב"ד בריסעל
חתנו ר' אליהו שמחה שוסטאל ר"י בית בינימין בסטעמפארד
חתנו רב פאלער
חתנו ר' יצחק וואסערמאן ר"י דענווער
חתנו ר' משה קאהן (אבי ר' שמחה בונם פון לעיקוואוד)
חתנו ר' שמואל בנימין פישער
.



אין די רייע פון נייע בילדער וואס זענען לעצטענס אפירגעקומען האט מאורינו ר' שמחה הי"ו אידענטיפיצירט אויף דעם בייגעלייגטן בילד, הרב פאלער (לינקס) דער איידעם פון מאטעסדערפער רב ז"ל

וויאזוי האט ער געהייסן אויפן ערשטן נאמען? איז ער געווען א ראש ישיבה? פון וואו האט ער געשואמט?
צוגעלייגטע
img374.jpg

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 6:15 am

הגאון רבי בנימין פאלער זצ"ל, זיין היסטאריע דא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 27, 2014 11:26 am

ארעסטאנט האט געשריבן:צווישן די שענסטע רבנים גאונים מרביצי תורה מדור הישן אין אמעריקע איז געווען הגאון הצדיק הישיש רבי שמואל עהרנפעלד זצ"ל גאב"ד מאטעסדארף.

דער מאטעסדארפער רב איז געבוירן אין מאטעסדארף, אונגארן ד' אלול שנת תרנ"א צו זיין פאטער הרהגה"צ רבי שמחה בונם עהרנפעלד זצ"ל אבדק"ק מאטעסדארף בעמח"ס מענה שמחה בן הגה"ק רבי שמואל עהרנפעלד זי"ע אב"ד מאטעסדארף בעמח"ס חתן סופר חידושים ושו"ת, א זון פון הג"ר דוד צבי עהרנפעלד זצ"ל דער איידעם פון הייליגן חתם סופר זי"ע.



מצבת מרת רבקה מאטל ב"ר שמחה בונם עהרנפעלד אב"ד מאטעסדארף אשת ר' יעקב דוב וויינבערגער בעיר דעברעצין:
בילד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג נובעמבער 17, 2014 11:06 pm

הגה"צ אב"ד מאטערסדארף-ארה"ב זצ"ל
צוגעלייגטע
Mattesdorf_Rav_6.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג נובעמבער 17, 2014 11:10 pm

מצבתו על הר המנוחות - משמאל לציון הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
צוגעלייגטע
IMG_0591.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג נובעמבער 17, 2014 11:10 pm

מצד השני
צוגעלייגטע
IMG_0510.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 11:25 am

פארשער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אויסער דעם חתן סופר האט ר' דוד צבי עהרענפעלד ז"ל דער עלטסטער איידעם פון מרן החת"ס געהאט א זוהן ר' שואל עהרנפעלד אב"ד סיקסא, און אן איידעם ר' אברהם גלאזנער אב"ד קלויזענבורג (אבי הרמ"ש הדור רביעי).

ווי אויך האט ער געהאט א זון ר' שמעון עהרנפעלד אב''ד שעניע - מיהאלעוויטץ, און א זון ר' ישעי' עהרנפעלד אבד"ק ברעזאוויטץ - שאראש פוטאק - שוראן בעמח''ס שבט סופר על התורה.
צוגעלייגטע
0020.gif

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 11:55 am

מצבת הגאון רבי שמעון עהרנפעלד זצ"ל וזוגתו הרבנית רבקה בת ר' ישראל ע"ה - בביה"ח מיהאלאוויץ
צוגעלייגטע
P1012192.JPG
P1012193.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 08, 2015 3:33 pm

דער מאטעסדארפער רב זצ"ל האט געהאט א ברודער דאהי בשם ר' אברהם מנחם עהרנפעלד, ער ליגט אין וואודברידזש, ניו זשערסי

בייגעלייגט איז א בילד פון די מצבה - קרעדיט ר' אשר ל. מכון מורשת חכמי אמעריקא

איז דא קינדער פון דעם ר' אברהם מנחם?
צוגעלייגטע
Ehrenfeld.jpeg

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך ינואר 20, 2016 3:58 pm

בערך אין וועלכע יאהר איז געגרינדעט געווארן ישיבת חתן סופר?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך ינואר 20, 2016 4:20 pm

נחמן נתן האט געשריבן:בערך אין וועלכע יאהר איז געגרינדעט געווארן ישיבת חתן סופר?

Screenshot 2016-01-20 16.14.42.png

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך ינואר 20, 2016 4:36 pm

א גרויסן דאנק אייך.
לחיים ולברכה!

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » מיטוואך מאי 11, 2016 9:37 am

איז דא צו זעהן א בילד פון רבי שמואל עהרנפעלד, בצעירותו, מימי שבתו על כס הרבנות במאטערסדארף?
באזונדער די איין בילד מתוך אוסף אברהם פוקס אין יד ושם
צוגעלייגטע
ר שמואל עהרנפלד ב.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:33 am

מאטערסדארפער רב זצ"ל ביי א חתונה - ווערט געזעהן רבי אליעזר סילווער ז"ל - ווער נאך?
צוגעלייגטע
download.png
download.png (664.36 KiB) געזעהן 999 מאל
download (1).png
download (1).png (633.21 KiB) געזעהן 999 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 12:20 pm

ווי אזוי איז דער שטריימעל (אבער א בעקישע נישט) אנגעקומען קיין מאטערסדארף ?
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 12:23 pm

געשיקטער האט געשריבן:ווי אזוי איז דער שטריימעל (אבער א בעקישע נישט) אנגעקומען קיין מאטערסדארף ?

דורך דער חת"ס
דביה תחדי נפשא

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 12:32 pm

דער חת"ס אליין גראדע נישט געהאט א שטריימל זעלבסט. נאר אין ביהמ"ד געווען א שטריימל פאר'ן רב. און נאר אין ביהמ"ד געגאנגען אנגעטוהן מיט דעם.

רוב אשכנזישע רבנים אין אונגארן, האבן געטראגן שטריימל שבת, און נישט קיין בעקיטשע.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 2:59 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:ווי אזוי איז דער שטריימעל (אבער א בעקישע נישט) אנגעקומען קיין מאטערסדארף ?

דורך דער חת"ס


מיט א גארטעל איז ער אויך נישט געגאנגן וכן נוהג בנו מ"מ יבלחט"א, אבער זיינע קינדער גייען שוין יא מיט א בעקיטשע אין גארטל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 3:15 pm

דריידל האט געשריבן:מיט א גארטעל איז ער אויך נישט געגאנגן וכן נוהג בנו מ"מ יבלחט"א, אבער זיינע קינדער גייען שוין יא מיט א בעקיטשע אין גארטל.

זיי זענען דאך אייניקלעך פון א גאליצאנער דער טשאקאווער רב זצ"ל

שוטה
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 3:04 pm

געשיקטער האט געשריבן:ווי אזוי איז דער שטריימעל (אבער א בעקישע נישט) אנגעקומען קיין מאטערסדארף ?

דער חתן סופר האט זיך געטראפען ביי א חתונה מיט דעם מעגלי צדק און יטב לב, וואו זיי האבן אים אנגעטון דאס שטריימל.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג פאברואר 06, 2018 4:28 pm

מאטערסדארפער רב זצ"ל וב"ב ע"ה טיילן מיט איבער דעם ברי"מ פון זייער ניי-געבארן קינד.

ברית מילה געלאדענט אויף י"ח אדר תר"ץ.

איז דאס בנו יבלחט"א הרב שליט"א?
צוגעלייגטע
(14.3.1930).JPG
(14.3.1930).JPG (49.42 KiB) געזעהן 717 מאל
לחיים ולברכה!

ביידעלע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 11:38 am

תגובהדורך ביידעלע » דינסטאג פאברואר 06, 2018 10:53 pm

מיללער האט געשריבן:דער מאטעסדארפער רב זצ"ל האט געהאט א ברודער דאהי בשם ר' אברהם מנחם עהרנפעלד, ער ליגט אין וואודברידזש, ניו זשערסי

בייגעלייגט איז א בילד פון די מצבה - קרעדיט ר' אשר ל. מכון מורשת חכמי אמעריקא

איז דא קינדער פון דעם ר' אברהם מנחם?


ר' אברהם מנחם עהרענפעלד ע"ה האט געהייסען נאך זיין מאמעס טאטע הרה"ח ר' אברהם מנחם קרויס ע"ה פון נירמאדע וועלכער איז געווען אן עושר און ער האט גנומען איידימער ת"ח און רבנים.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גארביטש טראק און 15 געסט