רבי שמואל עהרנפעלד ז"ל אב"ד מאטעסדארף - ב’ דשבועות - ז’ סיון תש”מ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

רבי שמואל עהרנפעלד ז"ל אב"ד מאטעסדארף - ב’ דשבועות - ז’ סיון תש”מ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

צווישן די שענסטע רבנים גאונים מרביצי תורה מדור הישן אין אמעריקע איז געווען הגאון הצדיק הישיש רבי שמואל עהרנפעלד זצ"ל גאב"ד מאטעסדארף.

דער מאטעסדארפער רבי איז געבוירן אין מאטעסדארף, אונגארן ד' אלול שנת תרנ"א צו זיין פאטער הרהגה"צ רבי שמחה בונם עהרנפעלד זצ"ל אבדק"ק מאטעסדארף בעמח"ס מענה שמחה בן הגה"ק רבי שמואל עהרנפעלד זי"ע אב"ד מאטעסדארף בעמח"ס חתן סופר חידושים ושו"ת, א זון פון הג"ר דוד צבי עהרנפעלד זצ"ל דער איידעם פון הייליגן חתם סופר זי"ע.

ער האט אלס יונגער בחור געלערנט אין די גרויסע ישיבה פון זיין פאטער זצ"ל אין מאטעסדארף וואו ער האט זיך אנגעזאפט מיט תורה און יראת שמים.

ער איז געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער, הג"ר דוד צבי עהרנפעלד ז"ל, א זון פון הגה"ק בעל חתן סופר זי"ע, ראה"ק דק"ק שוראן, און דער נשיא פון ארטאדאקסישע קאנצעליי אין סלאוואקיי.

דער מאטעסדארפער רב איז נסמך געווארן להוראה פון הגאון הגדול רבי עקיבא סופר זצ"ל גאב"ד פרעשבורג, הגאון הגדול רבי יוסף לייב סופר זצ"ל גאב"ד פאקש, הגאון הגדול רבי יוסף ענגל ראב"ד דק"ק קראקא און הגאון הגדול רבי מאיר אריק אב"ד טארנא זצ"ל וועלכע אלע האבן גאר שטארק מפליא געווען זיין חריפות.

ווען ער איז אלט געווען צוואנציג יאר איז ער אמאל געווען צוזאמען מיט זיין פאטער זצ"ל אין שענברוין באד נעבן וויען, וואו עס האט זיך דעמאלטס אויך געפינען דארט הגה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע, און נאכדעם ווי דער בעלזער רב זי"ע האט מיט אים פארבראכט אין לערנען, האט ער פון גרויס התפעלות געזאגט פאר זיין פאטער זצ"ל אז "זיין זון, שמואל, איז א ספרים שראנק".

צוליב דעם וואס דער פאטער זיינער איז געווען סוף ימיו א גרויסער חלוש ובעל יסורים, האט דער מאטעסדארפער רב -נאך זייענדיג גאר א יונגערמאן- אנגעפירט מיט די הנהלת הרבנות והישיבה און דער קהלה נאה וחשובה - מאטעסדארף, איינע פון די עלסטע קהילות צווישען די "שבע קהילות" אין בורגענלאנד.

די "שבע קהילות" זענען במשך פון יארן געווען א קעניגרייך פאר זיך, א זעלבסטשטענדיגע אינזעל אין הארץ פון אייראפע, מיט "מאטעסדארף" -אלס אור-אלטער אידישער ישוב- אין צענטער און מיטל פונקט פון די ארומיגע 6 אידישע קהילות: אייזענשטאט; פרוינקירכן; צעהלים; קיצע; לאקענבאך; קויבערסדארף; וועלכעס דער גראף עסטערהאז האט געלאזט אויפבויען אין די פראווינצן פון עדענבורג (שאפראן) און אייזענבערג, באוואוסט אין גאנץ אונגארן זייט '690
אונטערן נאמען "שבע קהילות".

נאכן ערשטן קריג זענען די ארטשאפטן אין די "שבע קהילות" צוגעשלאסן געווארן צו עסטרייך מיטן נאמען בורגענלאנד.

שנת תרפ"ו נאך די פטירה פון זיין פאטער זצ"ל איז דער מאטעסדארפער רב אויפגענומען געווארן אלס מ"מ אין מאטעסדארף, וואו ער האט זיך ארויסגעוויזן אלס זעלטענער מנהיג פון הויכן קאליבער. ער האט אויך אנגעפירט מיט די בארימטע ישיבה אין מאטעסדארף, וואו עס האבן דעמאלט געלערנט ארום 200 בחורים.

אין שנת תרצ"ח ווען עסטרייך-אונגארן איז פארכאפט געווארן דורך נאצי דייטשלאנד, נאכן אנשלוס איז אויך געקומען צו א ענדע די גלארייכע תקופה פון די "שבע קהילות" אין עסטרייך אונגארן.

ווען די בערלינע נאצי רעגירונג האט זיך גענומען דורכפירען אירע גרויזאמע אנטי אידישע אויסראטונגס פלענער אויך אין עסטרייך, איז דער נאצישער אפיציר, קאך, געקומען צום מאטעסדארפער רב, און פון אים געפאדערט, אז ער זאל ארויספירן די 4000 אידן פון יענער פראווינץ.

דערנאך האט דער רב באקומען א וויזע קיין ענגלאנד, וואו ער איז געגאנגען שתדל'ן פאר די בורגענלענדישע אידן, אבער זיין פארלאנג איז אפגעווארפן געווארן, און דער רב האט באוויזן זיך ארויס צו באפרייען קיין אמעריקע.

אנקומענדיג קיין אמעריקע איז ער גלייך אויפגענומען געווארן מיט א שטארקע הערצה פון די אונגארישע אידן, ער האט זיך אריבערגעצויגן אויף דער איסט סייד, און דארט מכהן געווען אלס רב אין די קהילות: חברה אגודת אחים אנשי מארמאראש; חברה עץ חיים, וואו עס זענען געווען אנגעשלאסן פילע אידן יראים ושלימים יוצאי אונגארן.

אפאר יאר שפעטער האט ער פריש איבערגעפלאנצט די ישיבת חתן סופר, וואס וואקסט און בליהט ביזן היינטיגן טאג.

דער מאטעסדארפער רב איז נסתלק געווארן יום ב' דשבועות שנת תש"מ, אין עלטער פון 89 יאר.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ישר כוח ארעסטאנט פארן זיין דער פותח ראשון.

כ'ברענג א בילד וואס ידידינו רב מילער האט געברענגט אינעם גדולי ישראל ווער ווייס אשכול.
אטעטשמענטס
Copy_of_NEW__34__large.jpg
Copy_of_NEW__34__large.jpg (18.71 KiB) געזען 8100 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ארעסטאנט פאר די דברי הערכה אויפן מאטעסדארפער רב ודברי קורות תולדותיו, זכותו יגן עלינו.

איך ווייס פון צוויי זוהן און פינף איידימער (קרעדיט, אברעמעלע) פונעם מאטעסדארפער רב זצ"ל

בנו ר' שמחה בונם מ"מ כאב"ד מאטעדארף
בנו ר' עקיבא מנהל ישיבת מאטעסדארף חתן ר' חיים קרוגער אב"ד בריסעל
חתנו ר' אליהו שמחה שוסטאל ר"י בית בינימין בסטעמפארד
חתנו רב פאלער
חתנו ר' יצחק וואסערמאן ר"י דענווער
חתנו ר' משה קאהן (אבי ר' שמחה בונם פון לעיקוואוד)
חתנו ר' שמואל בנימין פישער

איז פארהאן נאך קינדער?

אויסער דעם חתן סופר האט ר' דוד צבי עהרענפעלד ז"ל דער עלטסטער איידעם פון מרן החת"ס געהאט א זוהן ר' שואל עהרנפעלד אב"ד סיקסא, און אן איידעם ר' אברהם גלאזנער אב"ד קלויזענבורג (אבי הרמ"ש הדור רביעי).

א בילד פונעם מאטעסדארפער רב זצ"ל אין באגלייטונג פון בנו ר' עקיבא מנהל הישיבה.
אטעטשמענטס
4701_58.jpg
4701_58.jpg (25.76 KiB) געזען 8095 מאל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ארעסטאנט האט געשריבן:ער האט זיך אריבערגעצויגן אויף דער איסט סייד, און דארט מכהן געווען אלס רב אין די קהילות: חברה אגודת אחים אנשי מארמאראש;

אפאר יאר שפעטער האט ער פריש איבערגעפלאנצט די ישיבת חתן סופר, וואס וואקסט און בליהט ביזן היינטיגן טאג.
די קהלה אנשי מאראמאראש האט זעך אויך אריבער געצויגן קיין ב"פ וואו עס איז אויף די 15טע עוועניו,
דער מאטעסדארף'ער רב שליט"א איז נאך עד היום זייער מרא דאתרא.

וועגען די ישיבה רבינו שלמה קלוגער דער-מאנט איר גאר נישט.

מען דארף ווען אויך דער-מאנען קרית מאטעסדארף אין ירושלם,
מיט די ישיבה בראשות הרה"ג הישיש רבי חיים פינחס שיינבערג, חתן רבי יעקב יוסף הערמאן.
ועמך כולם צדיקים
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

ביקסאד; גערעכט, קרית מאטעסדארף איז נתייסד געווארן בשנת תשכ"ג, דער רצון פון מאטעסדארפער רב איז געווען להנציח זכרם פון די קדושי "שבע קהילות", און עס וואוינען נאך עד היום הזה א גרויס טייל פון די יוצאי שבע קהילות אין דעם שיכון.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

די מנהגי שבע הקהלות ובמיוחד קהלת מאטעסדארף איז געדרוקט געווארן לעצטנס אין א צוויי בענדער אונטערן נאמען 'מנהגי הקהלות'. (עס איז כעין אנציקלופדי' און ווי כ'זעה האבן זיך מכון שמן רוקח באנוצט דערמיט ביים מסדר זיין דער וואונדערבארע ספר 'בית הכנסת שבבעלזא')
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

איר מיינט דעם מנהגי הקהלות פון יחיאל גולדהאבר?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:
איך ווייס פון צוויי זוהן און פינף איידימער (קרעדיט, אברעמעלע) פונעם מאטעסדארפער רב זצ"ל

בנו ר' שמחה בונם מ"מ כאב"ד מאטעדארף
בנו ר' עקיבא מנהל ישיבת מאטעסדארף וחתן ר' חיים קרוגער אב"ד בריסעל
חתנו ר' אליהו שמחה שוסטאל ר"י בית בינימין בסטעמפארד
חתנו רב בנימין פאלער ז"ל
חתנו ר' יצחק וואסערמאן ר"י דענווער דער איידעם און דענווער הייסט ר' ישראל מאיר קאגאן שליט"א ער מיט הרב וואסערמאן זענען די ראשי ישיבה און ישיבה תורת חיים, דענווער
חתנו ר' משה קאהן (אבי ר' שמחה בונם פון לעיקוואוד)
חתנו ר' שמואל בנימין פישער ז"ל, חותנו של ר' רפאל שארר שליט"א ממאנסי, בנו של הרב ר' גדלי' שארר ז"ל

איז פארהאן נאך קינדער?


איך ווייס נישט פון נאך קינדער.

עטליכע הערות.

בנו ר' עקיבא איז עלטער פון בנו וממלא מקומו ר' שמחה בונם.
רב קאגאן שליט"א פון דענווער איז דער יונגסטע איידעם.
ר' שמואל בנימין פישער ז"ל האט געהייסען שמואל. ווען ער איז א חתן געווארען האט מען אוהם צוגעגעבען דער נאמען בנימין ווייל זיין שווער האט אויך געהייסען שמואל.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' שמחה, איז מעגליך אז דער איידעם ר' ישראל מאיר קאגאן איז אן אייניקל פונעם חפץ חיים? די נעמען איז דאך אט-דאס.

אינטערעסאנטע פאקט בנוגע דעם צוגעגעבענם נאמעם פונעם איידעם ששמו היה כשם המיול"ח, טרעפט מען אזא עצה בספרי השו"ת?

בכלל איז אינטערעסאנט אז דער מאטעסדארפער רב אלס א ריכטיגער אונגארישער אפשטאמיגער האט געטאן אזעלכע ליטווישע שידוכים איינס ביי איינס, איז דער איידעם פישער אויך געווען ציוצאי ליטא, דאכציך מיר לויט דעם זוהן פון וומ"ס (חתן ר' פנחס יודא םפאזען בהרהגה"צ משאפראן זצ"ל) זעהט עס נישט אזוי אויס.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ר' שמואל בנימין פישער איז געקומען פון פעסט - ער איז שוין געווען אין אמעריקע א שיינע פאר יאהר פאר די מלחמה.

ר' משה קאהן איז א געבוירענער אמעריקאנער, אלץ בחור [פאר די קריג] איז ער געפארן לערנען ביים סעמיהאי'ער רב אין אייראפע.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:יישר-כח ר' שמחה, איז מעגליך אז דער איידעם ר' ישראל מאיר קאגאן איז אן אייניקל פונעם חפץ חיים? די נעמען איז דאך אט-דאס.
דאכט זיך מיר אז יא.
רב קאגאן'ס טאטע איז געווען איינע פון די ראשי ישיבות און ישיבת רבינו יעקב יוסף און די איסט סייד

מיללער האט געשריבן:אינטערעסאנטע פאקט בנוגע דעם צוגעגעבענם נאמעם פונעם איידעם ששמו היה כשם המיול"ח,

ווען איך האב געלערענט און חתן סופר נאך און איסטסייד האב איך געהערט אז דער נאמען בנימין האט מען אויסגעוועלט ווייל דער כתב סופר, א חלק פון זיין נאמען איז געווען שמואל בנימין
the SCY is the limit
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

מיללער האט געשריבן:אויסער דעם חתן סופר האט ר' דוד צבי עהרענפעלד ז"ל דער עלטסטער איידעם פון מרן החת"ס געהאט א זוהן ר' שואל עהרנפעלד אב"ד סיקסא, און אן איידעם ר' אברהם גלאזנער אב"ד קלויזענבורג (אבי הרמ"ש הדור רביעי).

ווי אויך האט ער געהאט א זון ר' שמעון עהרנפעלד אב''ד שעניע - מיהאלעוויטץ, און א זון ר' ישעי' עהרנפעלד אבד"ק ברעזאוויטץ - שאראש פוטאק - שוראן בעמח''ס שבט סופר על התורה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין יעצט אויפן טעלעפאן מיט א פישער אייניקל, זאגט ער אזוי:

ביז די דרייסיג יאר האט ער געהייסן "שמואל", ער האט געלערנט אין ישיבת ר' יצחק אלחנן (שפעטער איז עס געווארן YU, און ער איז ארויס דערפון), ווען דער מאטעסדארפער רב איז אהערגעקומען בשנת תרצ"ט האט זיך ר' שמואל פישער אנגעהויבן דרייען ביי אים, און בשנת תש"ב האט ער אים גענומען פאר אן איידעם.

דער מאטעסדארפער רב האט פארלאנגט מען זאל צוגעבן א נאמען, און נאך 2 רבנים האבן מסכים געווען דערצו (אריינגערעכנט דער צעהלימער רב).

הרב פישער איז געווען אן אשכנזי'שער איד פון נייפעסט, אבער דא אין אמעריקע האט ער זיך געדרייט מיט ליטווישע בני תורה און דערפאר האט ער אסאך קולט געווען פון זייער דרך הלימוד און געדאנקנגאנג.

דער מאטעסדארפער רב האט נישט דירעקט געזוכט ליטווישע איידימער, אבער זוכנדיג בני תורה אין אמעריקע אין יענע צייטן האט ער נישט געפונען עפעס אנדערש, און בסייעתא דשמיא האט ער זוכה געווען צו בנין וחתנין רבנן, וואס אלע זענען געווען (ווי מ'זאגט) "כלים".
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דעם פארגאנגענעם צווייטען טאג שבועת איז געווען דער 30 יאהרצייט פון מו"ר אבדק"ק מאטעסדארפער זצוק"ל
עס איז מיר אויסגעקומען צו רעדען איבער אוהם מיט איינעם און איך האב מיך דערמאנט א ווארט וואס ער האט מיר געזאגט בשעתו און חודש שבט בשנת תשל"ז לפ"ק
מיין טאטע ע"ה איז און יענע תקופה אדורך געגאנגען א שווערע אפעראציע. מען האט אוהם אראף גענומען א טומער פון מוח. עס איז ב"ה פיין געלונגען און ער האט נאך געלעבט ביז תמוז תשס"ג לפ"ק

רעדענדיג מיט מיין רבי'ן וועגען דער אפעראציע, בתוך הדברים זאג איך אוהם אז ער ווייסט זיכער דאס ווערטעל וואס די וועלט זאגט אז פאר א יעדע גרויסע דאקטאר גייט דער מלאך רפאל.
זאגט ער מיר אז דאס איז א טעות.
גיב איך אוהם א פרעג, וואס איז פשט?

זאגט ער מיר אז עס איז פארקערט וויא די וועלט זאגט.

אויב מען שיקט פון הימעל דעם מלאך רפאל צו א דאקטאר, ווערט ער א גרויסע דאקטאר!
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בילד פונעם ביה"ח אין שטאט מאטעסדארף פאר די קריג, מאטעסדארף איז געווען איינס פון די 'שבע קהילות' צווישען אייזנשטאט, צעהלים און אנדערע, ווער קען אויסלייענען עפעס מציבות?
אטעטשמענטס
Matesdorf.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גאנץ פארנט איז די מציבה פון הרבנית אסתר אשת הרה"ק ר' שמואל עהרענפעלד (הראשון) אב"ד מאטעסדארף בעמח"ס חתן סופר, און ווארשיינליך איז די העכערע מציבה ווי איך קען נאר אויסלייענען דעם ווארט 'שמואל' פונעם מאטעסדארפער רב ז"ל.

ביי וועם איז דער חתן סופר געווען אן איידעם? איך זעה אינעם חתן סופר אויך נאר אז זיין ווייב האט געהייסן אסתר אבער ער שרייבט נישט בת מי היתה (נישט צו פארגרייזען 'חתן סופר' איז ע"ש חותן אביו ר' דוד צבי עהרענפעדל חדב"ן מרן החת"ס)
אטעטשמענטס
Matesdorf2.jpg
Matesdorf2.jpg (28.39 KiB) געזען 7773 מאל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אויבן אויף די רעכטע עק איז א אוהל ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:אויבן אויף די רעכטע עק איז א אוהל ?

אדער א טשאפעל וועלכע מ'טרעפט אסאך אין אייראפא.

שוין געטראפן אז דער חתן סופר איז געווען אן איידעם ביי ר' בנימין פאשקעס, דער זוהן ר' שמחה בונם עהרענפעלד בעל מענה זמחה שרייבט אין זיין הקדמה לספרחתן סופר
הצדיקת והחסודה מרת אסתר ע״ה,
ממשפחה הרוממה משפחת פאשקעס בק׳׳ק סד׳׳ה, עמדה כשלשים שנה לימין בעלה הקדוש בחכמה ותבונה
וכל רעיונה רק לברות לו סבבו ולהסיר ממנו כל מניעה מעבודתו הקדושה


א בילד פונעם חתן סופר
אטעטשמענטס
Shmuel_large.jpg
Shmuel_large.jpg (8.41 KiB) געזען 7750 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאטעסדארפער רב זצ"ל אלס סנדק פאר א רוסישער איד
(http://www.russianjewry.org/programs/ci ... rabbis.php)
אטעטשמענטס
matestorf1-lg.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
איך ווייס פון צוויי זוהן און פינף איידימער (קרעדיט, אברעמעלע) פונעם מאטעסדארפער רב זצ"ל

בנו ר' שמחה בונם מ"מ כאב"ד מאטעדארף
בנו ר' עקיבא מנהל ישיבת מאטעסדארף ותן ר' חיים קרוגער אב"ד בריסעל
חתנו ר' אליהו שמחה שוסטאל ר"י בית בינימין בסטעמפארד
חתנו רב פאלער
חתנו ר' יצחק וואסערמאן ר"י דענווער
חתנו ר' משה קאהן (אבי ר' שמחה בונם פון לעיקוואוד)
חתנו ר' שמואל בנימין פישער
.


ווייסט איינער ביי וועם דער מאטעסדארפער רב שליט"א ר' שמחה בנום עהרענפעלד איז אן איידעם?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:ווייסט איינער ביי וועם דער מאטעסדארפער רב שליט"א ר' שמחה בנום עהרענפעלד איז אן איידעם?

ביים טשאקאווער רב הג"ר שמואל אברהם זעלטענרייך זצ"ל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אויסער דעם חתן סופר האט ר' דוד צבי עהרענפעלד ז"ל דער עלטסטער איידעם פון מרן החת"ס געהאט א זוהן ר' שואל עהרנפעלד אב"ד סיקסא, און אן איידעם ר' אברהם גלאזנער אב"ד קלויזענבורג (אבי הרמ"ש הדור רביעי).

ווי אויך האט ער געהאט א זון ר' שמעון עהרנפעלד אב''ד שעניע - מיהאלעוויטץ, און א זון ר' ישעי' עהרנפעלד אבד"ק ברעזאוויטץ - שאראש פוטאק - שוראן בעמח''ס שבט סופר על התורה.


מציבת ר' שמעון עהרנפעלד אב"ד מיהאלאוויץ ברד"צ חדב"ן מרן החת"ס, בעיר מיאהאלאוויץ, נפטר כ"ד תמוז תרצ"א
אטעטשמענטס
Rabbi-Shimon-EHRENFELD.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:בנו ר' שמחה בונם מ"מ כאב"ד מאטעדארף
בנו ר' עקיבא מנהל ישיבת מאטעסדארף ותן ר' חיים קרוגער אב"ד בריסעל
חתנו ר' אליהו שמחה שוסטאל ר"י בית בינימין בסטעמפארד
חתנו רב פאלער
חתנו ר' יצחק וואסערמאן ר"י דענווער
חתנו ר' משה קאהן (אבי ר' שמחה בונם פון לעיקוואוד)
חתנו ר' שמואל בנימין פישער


נעכטן איז הרה"ק ר' אליהו שמחה שוסטאל הנ"ל נפטר געווארן, איך גיב דאס ווארט פאר JDN:

בדקות אלו מגיעה הבשורה המרה מבית החולים קימבל מדיקל סנטר בניו ג'רסי על הסתלקותו של הגאון הגדול רבי שמחה שוסטאל זצ"ל, ראש ישיבת 'בית בנימין' בקונטיקט שבארצות הברית.

ראש הישיבה אושפז במפתיע בבית החולים בלילה שבין ראשון לשני כשהוא במצב קשה. אלפי תלמידיו ברחבי העולם התאספו להעתיר תפילה בעדו ברוב עם וקראו בתפילה ובזעקה פרקי תהילים לרפואת רבם הנערץ.

בשעות האחרונות חלה התדרדרות נוספת במצבו והוא השיב את נשמתו לבוראה כשהוא בן 89 שנים.

ראש הישיבה היה חתנו של כ"ק אב"ד מטרסדורף הגה"צ רבי שמואל ארנפלד זצ"ל, ואחד מגדולי תלמידיו של הגאון הנודע רבי ראובן גרוזובסקי זצ"ל. ברבות השנים כיהן כראש כולל בישיבת בית מדרש עליון, ולאחר מכן עמד בראש ישיבת 'בית בנימין' עד יומו האחרון.

הותיר אחריו זרע ברך ה' בהם בניו הגאונים המפורסמים רבי שלמה פייביל ראש ישיבת 'תורה תמימה', רבי דוד מראש ישיבת 'בית מדרש גבוה – לייקווד', רבי ירוחם פישל מראשי ישיבת 'עטרת תורה', חתניו הרבנים הגאונים: רבי ירוחם ציילברגר ראש ישיבת 'בית התלמוד', רבי מיכאל בנדר, רבי ירחמיאל אונגרישר ראש ישיבה בלייקווד, ורבי בנימין הלפרין ראש כולל בלייקווד.

הלווייתו תצא בשעה 9 בבוקר (שעון ארה"ב) מישיבת בית מדרש גבוה בלייקווד. בשעה 13:00 תצא מרחבת ישיבת בית בנימין בסטמפורד – קונטיקט ובשעה 17:00 ארונו יגיע לשדה התעופה JFK בדרכו לארץ ישראל. נמשיך לעדכן על מועד הלווייתו בארץ.

אחד מתלמידיו אמר ל-JDN: "כואב לנו מאוד, מדובר בכאב גדול עבור כלל ישראל. היה אדם גדול, מיחידי סגולה בדור הזה, שעבד את ה' כל ימיו בכל המצבים, גם בימים האחרונים כאשר מצבו היה קשה מאוד"


מקור, מיט עטליכע בילדער פונעם ראש ישיבה:
http://www.jdn.co.il/news/68212

יהא זכרו ברוך
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ר' שמחה'ס פאטער האט געהייסן ר' טובי' ירוחם פישל, ר' פישל איז געווען א אלכסנדר'ער חסיד, כל ימיו האט ער נישט געצינדן חנוכה ליכט מיט שמן זית ווייל ווען ער איז געקומען קיין אמעריקא האט ער זיך מקבל געווען נישט משנה צו זיין פון וואס ער האט געטוהן אין פוילן בין לחומרא ובין לקולא, און אין פוילן האט ער נישט געהאט קיין געלט דערויף...
מיללער האט געשריבן:
ראש הישיבה היה חתנו של כ"ק אב"ד מטרסדורף הגה"צ רבי שמואל ארנפלד זצ"ל, ואחד מגדולי תלמידיו של הגאון הנודע רבי ראובן גרוזובסקי זצ"ל.

ער האט זיך בעיקר געהאלטן א תלמיד פון ר' שלמה היימאן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:יישר-כח ארעסטאנט פאר די דברי הערכה אויפן מאטעסדארפער רב ודברי קורות תולדותיו, זכותו יגן עלינו.

איך ווייס פון צוויי זוהן און פינף איידימער (קרעדיט, אברעמעלע) פונעם מאטעסדארפער רב זצ"ל

בנו ר' שמחה בונם מ"מ כאב"ד מאטעדארף
בנו ר' עקיבא מנהל ישיבת מאטעסדארף חתן ר' חיים קרוגער אב"ד בריסעל
חתנו ר' אליהו שמחה שוסטאל ר"י בית בינימין בסטעמפארד
חתנו רב פאלער
חתנו ר' יצחק וואסערמאן ר"י דענווער
חתנו ר' משה קאהן (אבי ר' שמחה בונם פון לעיקוואוד)
חתנו ר' שמואל בנימין פישער

איז פארהאן נאך קינדער?

אויסער דעם חתן סופר האט ר' דוד צבי עהרענפעלד ז"ל דער עלטסטער איידעם פון מרן החת"ס געהאט א זוהן ר' שואל עהרנפעלד אב"ד סיקסא, און אן איידעם ר' אברהם גלאזנער אב"ד קלויזענבורג (אבי הרמ"ש הדור רביעי).

א בילד פונעם מאטעסדארפער רב זצ"ל אין באגלייטונג פון בנו ר' עקיבא מנהל הישיבה.


יעצט קומט אריין די ביטערע נייעס איבער די פטירה פון בנן של גדולים הרה"ח ר' עקיבא עהרנפעלד ע"ה בן הגה"צ אב"ד מאטעסדארף זצ"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”