ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
צווישן די פילע גדולי וגאוני ישראל וועלכע האבן באלויכטן דעם כלל ישראל מיט זייער תורה צדקות, הנהגה וכדו', שיינט ארויס גאר שטארק דער בארימטער גאון וצדיק מפורסם, מרא דארעא דישראל, הגאון רבי משה קליערס זצ"ל אב"ד טבריא תו"ב.
רבי משה'ס נאמען איז באקאנט מיט זיין רב הכמות והאיכות'דיגען חיבור 'תורת הארץ' וואו ער האט גענומען די מצוות התלויות בארץ, ומצות שמיטה בפרט, און עס אדורך געטוהן מתחלתה ועד סופה לארכה ולרחבה בעמקות התורה, בבירור ההלכות כשמלה, כשלחן ערוך מונח לפנינו.
אזוי אויך האט ר' משה – וויילענדיג אין כפר פקיעין אויף אפרוה - געשריבן א קליין חיבור'ל 'טבור הארץ', וואו ער טוט אדורך די גרויסקייט פונעם שטאט טבריא – טובה ראייתה, ברענגענדיג מאמרי חז"ל וואס רעדן איבער די גרויסקייט פונעם שטאט, איבער די גרויסקייט פונעם ים כנרת, די גרויסקייט פון רבי מאיר בעל הנס וואס מנוחתו כבוד אין דעם שטאט.
אויסער דעם וואס ר' משה איז געווען דער שטאטס רב אין טבריא, און ווי אויך געשריבן הונדערטע תשובות בדבר ה' זו הלכה, האט ער אויך מרביץ תורה געווען אין ישיבת אור תורה (לעבן קבר רמבעה"נ) און פארגעלערנט דארט שיעורים תמידין כסדרן.
ר' משה איז נסתלק געווארן כ"ג שבט תרצ"ד לפ"ק, מנו"כ אין ביה"ח בטבריא.
- - -
חברינו היקרים ווערן געבעטן מוסיף צו זיין מאוצרם הטוב.

לחיים ולברכה!
רבי משה קליערס איז געבארן געווארן שנת תרל״ד אין צפת אין א ארימע שטוב, אבער געלערנט האט ער מיט גרויס התמדה. ער פלעגט שטענדיג זאגן אין נאמען פון רבי חיים דער ברודער פון מהר״ל מפראג: וואלטן די מענטשן געוואוסט די חשיבות פון לערנען תורה מתוך הדחק — וואלטן זיי נישט געוואלט עוסק זיין אין די תורה נאר מתוך הדחק. און אזוי האט ער שטענדיג געלערנט תורה מיט גרוים דחקות. אין די שווערע צפת'ער קאלטע ווינטערדיגע נעכט, וואס איז דורך אלע ביינער צוליב זיין ארימע קליידונג — פלעגט ער נעמען די קישאלאך וואו די זקנים זענען געזעסן אין שוהל און אריינשטופן זיך אין זיין צוריסענעם רעקל, ער זאל זיך קענען דערכאפן פון די קעלט, און אזוי האט ער געלערנט מיט התלהבות. מיט א בוימאייל־ לעמפל האט ער געלערנט אין די פינסטערע נעכט. ווען ער האט מורא געהאט אז דער ווינט זאל עס נישט פארלעשן, האט ער עס פארשטעלט מיט זיין קאפילוטש, פון דעם פייער איז געווארן דריי לעכער אין זיין קאפילוטש. דאס פלעגט ער גיין אויפן קאפ. נאך זיין חתונה איז ער געפארן אין חו״ל, און האט זיך געדרייט ביי גאונים וצדיקים, וועלכע האבן אים שטארק מקרב געווען, למשל רבי חיים בריסקער, רבי אלי׳ דוד ראבינאוויץ־ תאומים (אדר״ת), וועלכער האט אים געגעבן דאן סמיכה אויף רבנות. ער איז אויך געווען א צייט ביי זיין רבי׳ן רבי שמואל פון סלאנים. רבי
משה האט זיך אויסגעדריקט: דער רבי האט מיר געצוואונגען צו עסן יעדן טאג ברויט מיט פוטער, און פון דאן האבי איך טאקע גאנץ אנדערש אויסגעזען, נישט אזוי צודארט און מאגער ווי פריער. אבער איך האב זיך נישט געשפירט גוט ווי פריער מיט די ברויט מיט ציבאלע און קאווע...

מוסר ווערטער פון הגר"מ קליערס זצ"ל
דאס רייכקייט פארשטעלט יעדן פעלער.
דעם קלוגן'ס פיינטשאפט איז בעסער פוץ דעם נאר׳ס ליבשאפט.
ווער עס דערנענטערט זיך צו שלעכטס, קען שוין נישט אפציען פון דארט.
דער חכם איז נישט דער וואס ווייסט אויסצוקלייבן דאס גוטע פון דאס שלעכטע, נאר
דער וואס ווייסט אויסצוקלייבן דאס בעסערע פון צוויי שלעכטע.
דער וואס רעדט אויף מענטשן — וועט מען רעדן אויף אים.
דער וואס זידלט מענטשן אן דעם וואס זיי האבן נישט — וועט מען אים זידלען אין
דעם וואט ער האט יא.
פארלאז זיך נישט אויף דעם וואס שמייכלט צו דיר.
דער טעות פון א חשוב׳ן מענטש איז גרויס לויט זיינע מעלות.
עס טיט נישט וויי דעב מענטש ווען מען באפאלט אים. אויב ער האט מתקן געווען זיין נפש.
פון דיין פארמעגן בלייבט ביי דיר בלויז וואס דו האסט אויסגעגעבן.
דער קלוגער איז דער וואס קוקט אויפן חבר ווי ער קוקט אויף זיך.
דאס רייכקייט מאכט ״יחוס״ פאר דעם וואס האט נישט קיין יחוס.
טהו נישט באהאלטענערהייט, דאס וואס דו שעמסט זיך צו טאן עפנטליך.
דו וועסט נישט באקומען דאס וואס דו האסט ליב — ווען דו קענסט נישט פארליידן
דאס וואס דו האסט פיינט.

לעצט פארראכטן דורך יארצייטן אום מאנטאג פעברואר 08, 2010 7:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א בריוו וואס רבי משה האט געשריבן צו הגרי״ח זוננפלד זצ״ל.
ב״ה. י״ב שבט תרפ״א. עיה״ק טבריא ת׳׳ו.
החיים והשלום יחדיו יהיו תמים למעכ׳'ק הרב הגאון הגדול. צדיק תמים. אור שבעת הימים, נר ישראל. פטיש החזק. עמוד הימני כקש״ת מוהר״ר חיים זוננפעלד הי׳׳ו שליט״א.
תהילה להשי״ת. השם נפשי בחיים כי הייתי חולה גדול ל״ע. וב״ה ששלח דברו וירפאני. אך עדיין אנכי חלוש מאד. הי״ת יחלימני ויבריאני אמן. אני נותן תודה גדולה לכ׳׳ק על אשר הזכירני בתפילתו, כן אבקשהו להזכירני תמיד שאזכה לעבוד הי״ת בתורה ועבודה באמת ואמונה אמן כן יהי רצון.
המוקירו ומכבד שמו הטוב חותם ביראת הכבוד ובברכת שלום רב. ידידו דוש״ת באה״ר.
משה קליערס בן פעשא לאה

ס'א באקאנטע מעשה נאר צום יארצייט העמיר עס אויפפרישן
א געוויסע רב א תלמיד חכם וואס דינט אלס רב אין א שיינע קהילה אין א"י האט פארציילט אז ער האט געדאוונט אין שוהל אין איינע פון די ירושלימ׳ער ״שטעטלאך״, און זיך באפריינדעט מיט א געוויסן יונגערמאן. אין א טאג באמערקט דער רב ווי דער יונגערמאן איילט זיך נאכן דאוונען, פרעגט אים דער רב: וואס יאגט איר זיך אזוי? ענטפערט איהם דער יונגערמאן: איך אייל זיך, איך זאל נישט פארשפעטיגן דעם באס וואס פארט קיין טבריא איין מאל אין טאג. און וואס למשל פרעגט אים דער רב -וואס האט זיך געהאלטן היימיש מיט אים - פארט אזא איד ווי איר קיין טבריא ? דער יונגערמאן גיט א ערנסטן טראכט מיט א שטילן קרעכץ און ענדליך זאגט ער דעם רב: אייך קען איך דערציילן די גאנצע מעשה, איר מעגט עס הערן.
אלזא, דער יונגערמאן איז געווען א פאר יאר נאך די חתונה, און ליידער האט זיך ביי אים אריינגעכאפט דער ווארים פון א צושטערטן ״שלום בית״. ער האט געליטן און זיך געפייניגט א צייט. ענדליך האט ער באשטימט אז ער מוז ארויספארן אויף א צייט פון שטוב. וואו פארט מען אין א ״ווייטן ארט״. איו געבליבן אז ער פארט קיין טבריא.
ער קומט אן אין טבריא און דינגט זיך עפעס א צימערל פאר זיין ארעם ביסל געלד. צום דאוונען מנחה־מעריב קומט ער אריין אין שוהל. דארטן נעמען איהם אויף די אידן מיט ״שלום עליכם״. און דא גייט צו דער רב (רבי משה קליערס) צו אים מיט א ליבליכן פריינדליבן ״שלום עליכם״ ווי זיין שטייגער, וואס מאכט א איד, צו וואס זענט איר געקומען דא, מסתמא וועגן ״בעדער״(צו די ״חמי טבריא״), אדער איר האט דא משפחה) נישט דאס און נישט דאס דרייט זיך ארויס דער יונגערמאן..
אבער דער טבריא׳ער רב לאזט אים נישט אפ: איר וועט זיין מיין אורח, צום עסן און צום שלאפן. דער יונגערמאן אנטזאגט זיך, אבער דער רב דריקט אויף איהם, שוין אז דער רב בעט זיך אזוי איז ער מסכים דערצו. ביי נאכט האט ער געגעסן ביים רב און נאכער באקומען א גוטן געלעגער.
אין דער פרי באמערקט דער יונגערמאן ווי דער רב וואס איז שוין פון פריער אויפגעשטאנען, טראגט אריין צו די רעביצין אין צימער א שאל קאווע. ביי דעם יונגערמאן איז עס געווען א ״חידוש״. ער האט זיך געוואונדערט דערצו און א מחשבה לויפט אים דורך: ״א וודאי איז די רביצין נישט געזונד, דערפאר טראגט ער איר אריין א שאל קאווע. אויב אזוי וואס־זשע דארף איך זיין דא און שווער מאכן אויפן רב, וואס דארף מיר אויך באדינען...
לויט דעם האט דער יונגערמאן געוואלט באלד זאגן דעם רב אז ער וויל אוועקגיין פון דאנען און ער וועט זיך אומקערן צו זיין צימערל וואס ער האט געדונגען... אבער ער כאפט זיך צוריק: מסתמא איז עס בלויז א ״צופאל״, און ער בלייבט ווייטער ביים רב. ווען אויף מארגן אין דערפרי חזר׳ט זיך ווידער איבער דאס נעכטיגע, האט שוין דער יונגערמאן ׳׳באשטימט״ אז די רביצין איז נישט געזונד, און מען דאדף זעהן ״אפצוציען״ פון דאנען וואס גיכער, כדי נישט שווער צו מאכן אויפן רב...
אלזא, נאך תפילת שחרית און דער אורח נעמט זיך פאקן די פעקלאך. פרעגט אים דער רב: וואס איז דא געשעען? וואס געפעלט אייך נישט ביי מיר? ענטפערט ער: איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך זעה אז די רביצין איז נישט אזוי געזונד, איז מיר זייער נישט איינגענעם צו מטריח זיין דעם רב ער זאל באדינען צוויי מענטשן...
דער רב, מיט זיינע קלוגע אויגן, האט אויסגעדריקט וואונדער אויף אזעלכע רייד, און זאגט יענעם: וואס רעדט איר, די רביצין איז ב״ה געזונד און שטארק, וואס פאלט אייך איין אזוי צו זאגן?
זאגט אים רער יינגערמאן: איך זעה אז איר טראגט אריין א שאל קאווע יעדן טאג צו די רביצין, מיין איך אז זי איז נישט געזונד.
רופט זיך דער רב צו אים: איך וועל אייך זאגן דעם אמת. עם שטייט פון האריז״ל אז מען זאל מקבל זיין יעדן טאג פארן דאוונען אויף זיך די מצוה פון ״ואהבת לרעך כמוך״, זוך איך ארריסצוגעבן אט דעם ענין אין א ״למעשה״. דעריבער ברענג איך איר יעדן טאג א שאל קאווע.
הערנדיג די ווערטער פון רב מיט אזא פשטות און תמימות. האט ער זיך געגעבן מאמענטאל א באטראכט אין זיין מצב, און זיין פירונג, און באשטימט אין די רגע אז ער האט נישט וואס צו טאן אין דער פרעמד. האט ער זיך באלד געפאקט די פעקלאך און א היים געפארן. שוין וויסנדיג ווי מען דארף זיך פירן. פירט אויס דער יונגערמאן צו יענעם רב: פיר איך זיך צו פארן יעדן יאר קיין טבריא. אין דעם יארצייט פון רבי משה קליערס אויף זיין ציון

- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24251
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
היינט נאכט די יארצייט פון רבי משה קליערס זצ"ל אבד"ק טבריא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
זיינע קינדער קען איינער אויסרעכענען?
Re: ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
דא איז מען מרחיב אין זיינע תולדות.
Re: ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
כת"י
- אטעטשמענטס
-
- 004-602.jpg (115.62 KiB) געזען 457 מאל
-
- a_ignore_q_80_w_400_h_400_c_fit_004.jpg (18.81 KiB) געזען 457 מאל
Re: ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
נחמן נתן האט געשריבן:
אזוי אויך האט ר' משה – וויילענדיג אין כפר פקיעין אויף אפרוה - געשריבן א קליין חיבור'ל 'טבור הארץ', וואו ער טוט אדורך די גרויסקייט פונעם שטאט טבריא – טובה ראייתה, ברענגענדיג מאמרי חז"ל וואס רעדן איבער די גרויסקייט פונעם שטאט, איבער די גרויסקייט פונעם ים כנרת, די גרויסקייט פון רבי מאיר בעל הנס וואס מנוחתו כבוד אין דעם שטאט.
- אטעטשמענטס
-
- 360_1_copy_523x928.jpg (397.89 KiB) געזען 452 מאל
Re: ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
בריוו פון די ישיבה מיט זיין חתימה.
- אטעטשמענטס
-
- 1-976.jpg (300.37 KiB) געזען 451 מאל
- כרוספדין
- שר האלף
- תגובות: 1685
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
- לאקאציע: רבותינו שהיו מסובין בבני ברק
Re: ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
מומחה יוחס האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:40 pmהיינט נאכט די יארצייט פון רבי משה קליערס זצ"ל אבד"ק טבריא
הארי פלארי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pmעפ”י דעת תורתינו הק’, איז יעדע אקציע דורך מדינת ישראל אויף כאמאס, אסור בתכלית האיסור. געדענקען צו האלטן דעם קאפ גראד!
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24251
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ר' משה קליערס אב"ד ור"מ טבריא, כ"ג שבט תרצ"ד
אה לחיים לחיים טובים ולשלו' זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!