רבי מנחם מענדל מארגענשטערן מקאצק זי"ע - כ"ב שבט תרי"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

רבי מנחם מענדל מארגענשטערן מקאצק זי"ע - כ"ב שבט תרי"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »


רבי מנחם מנדל ב"ר יהודה לייביש מארגענשטערן זי"ע - השרף מקאצק. כ"ב שבט תרי"ט


אלול תקפ"ז – דער רבי ר' בונם פון פשיסכע איז נפטר געווארן. עולם חסידים האבן זיך צוטיילט. א גרויסער טייל זענען אריבערגעגאנגען צום שפעטערדיגן קאצקער רבי'ן, ר' מנחם מענדל פון טאָמאַשאָוו אויף וועמען דער חוזה פון לובלין און דער "איד הקדוש" האבן זיך אויסגעדרוקט גרויסע זאכן נאך אין זיינע יונגע יארן.

קיין טאָמאַשאָוו האבן געשטראמט טאקע די חריפים און עילוים פון די פשיסכע חסידים, די בני עלי'. די יונגעלייט וואס האבן פארמאגט דאס דרייסטקייט אוועקצו-ווארפן דעם גאנצן עולם הזה און גייען אין פייער אין דרך פון זייער רבי'ן.

"אין טאָמאַשאָוו הערט מען די קולות וברקים פון מעמד הר סיני", האט די גאַס געזאגט. ביים רבי'ן גופא האט עס אבער גאנץ ווייניג אויסגענומען. "קולות וברקים?" האט דער רבי געזאגט, "וואס האבן מיר דערפון? שטייט דאך אז "וירא כל העם וינועו ויעמדו מרחוק," מ'קען זעהן גרויסע מראות, אויפגעציטערט ווערן, און דאך בלייבן פון דערווייטנס. ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - דאס וויל השי"ת! אז אידן זאלן בויען פון זייער חומר א מקדש, אין גוף און נשמה, אז דער כביכול זאל קענען רוען אין אידישע קינדער!"

געזעצן זענען אין טאָמאַשאָוו אינגעלייט געהויבענע, אוועקגעווארפן האב און גוטס און זיך ממית געווען באהלה של תורה פאר לאנגע וואכן און חדשים נאכאנאנד. דער חידושי הרי"ם האט אמאל דערציילט: "איך האב געזעהן אין טאָמאַשאָוו עטליכע הונדערט אינגעלייט וואס זענען עוסק אין תורה און חסידות בקדושה ובטהרה און כ'האב געגלויבט אז זיי וועלן דערגרייכן מדרגות ווי דער בעש"ט אליין. נאר אן עין הרע האט שולט געווען..."

באקומט אמאל א חסיד א בריוו פון שטוב וואו די בני בית קלאגן אויף די געפערליכע דחקות, ממש זיי הונגערן אונטער. גייט דער חסיד און ווייזט דעם רבי'ן און דערציילט אז ער דאגה'ט שטארק. זאגט אים דער רבי: "דאווען מיט אן אמת, וועסטו געהאלפן ווערן."

"איך ווייס דאך נישט ווי אזי צו דאווענען מיט אן אמת," ענטפערט דער חסיד בתמימות. "אט דערויף דארפסטו זארגן, דאס דארף זיין א שטארקע דאגה דיינע, פיל מער ווי אויפ'ן דחקות אין שטוב," האט דער רבי געענטפערט.

שפעטער אין קאצק האט דער רבי ממשיך געווען אויף דעם זעלבן דרך, געפירט זיין עדה אויפ'ן וועג צו שלימות. "אין קאצק איז געווען ממש א דור דעה," דערציילט דער בעל 'אבני נזר'. "דער רבי האט אויפגעשטעלט א דור וואס האט נישט געהאט זיינ'ס גלייכן אין די לעצטע דורות. זיין השפעה האט זיך אנגעזעהן אויף אלע זייערע מעשים און דרכים, אין זייער עבודה און גאנצן התנהגות. אבער בעיקר אין דעם אמת אין זייערע הערצער"!

אין קאצק האט מען טאקע געלייגט דעם דגוש אויפ'ן אמת. דאס איז אייגענטליך געווען דער מהלך פון די הייליגע חסידות. דעם ריינעם אמת, מיט'ן גאנצן שארפקייט. אמת, זאגט מען א חסידיש ווערטל, איז נוטריקון א'מת מ'קאצק ת'צמח!

און דער רבי האט געפאדערט דעם אמת אן קיין פשרות. דער חידושי הרי"ם האט אמאל נאכגעזאגט אין נאמען פון קאצקער רבי'ן בזה"ל:

"איך ווייס נישט וואס זיי ווילן פון מיר האבען, א גאנצע וואך טוט יעדער וואס ער וויל, אז עס קומט שבת קדש טוט ער זיך אהן א שווארצע קאפאטע און די שווארצע גארטעל, דאס שווארצע שטריימעל, און איז שוין א מחותן מיט דעם לכה דודי! איך זאג כמעשהו בחול כך מעשהו בשבת!"

א שטיקל באגריף וועגן די אינגעלייט וואס האבן זיך געווייקט אין קאצק קען מען באקומען פון די אנעקדאט: דער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חסיד: "וויסן זאלסטו, ווען א איד זאגט "בורא ניב שפתים" מיט א ריכטיגע כוונה און ווארימקייט, איז ער בכח רעדעוועדיג צו מאכן אויך א שטומער!" א לאנגע צייט נאכ'ן פטירה פון רבי'ן איז דער חסיד געווען אויף שבת אין א פארווארפענעם דארף, און האט מוצש"ק געזאגט דעם "ויתן לך" מיט א קאצקער ברען. אין יענע שטוב איז געווען א שטומער קינד ל"ע.

וויבאלד דער חסיד איז אנגעקומען צום שטיקל פון "בורא ניב שפתים" האט דאס קינד אנגעהויבן צו רעדן.

דער גאסטינינער רבי זי"ע האט געהאט א ספעציעל שיין טאבאק פושקעלע אין צורה פון א פידעלע. שטייט א חסיד און באטראכט דאס פושקעלע א לענגערע צייט. דערציילט אים דער רבי אז צוליב אט די טאבאק פידעלע האט אן עושר שיעור נישט פארלארן זיין גאנצע פארמעגן. וגופא דעובדא הכי הוה:

דער גאסטינינער צדיק איז אמאל געווען ביים קאצקער רבי'ן און דער רבי האט דערזעהן דאס פידעלע און אים געפרעגט בזה"ל: "יחיאל מאיר, פון וואנעט האסטו עפעס אזא שיינע פידעלע?" האט ער אים געענטפערט אז איינע פון די חסידים, אן אנטיקן סוחר, האט אים דאס געברענגט פון אויסלאנד. ווען יענער אנטיקן סוחר איז געקומען צום רבי'ן, האט אים דער רבי געזאגט: "איך הער אז דו האנדלסט מיט אנטיקן, פארוואס זאלסטו נישט איינהאנדלען דעם אנטיק 'יאה עניותא ליהודאי'?" דער חסיד האט זיך דערשראקן אז דער רבי וועט אים מאכן אן ארימאן, האט ער געענטפערט אז ער קויפט נאר אנטיקן פאר עטליכע רענדלעך, אבער גיבט נישט אוועק זיין גאנצן פארמעגן פאר איין אנטיק... דער רבי האט געגעבן א קנאק מיט'ן פינגער, א צייכן אז עס איז אים געפאָלן דעם ענטפער, און דער חסיד איז געבליבן אן עושר.

איינע פון די אינגעלייט וואס האט עוסק געווען בתורה וחסידות איז שפעטער געווארן א מטופל בבנים און געטוהן אין מסחר זיך מפרנס צו זיין. האט ער זיך מתנצל געווען פאר'ן רבי'ן אז ער האט נישט קיין צייט אזוי ווי אמאל צו לערנען. זאגט פאר אים דער רבי: "רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות". לכאורה, טאמער וואלט ער אונז געגעבן ווייניגער וואלט מיר עס ענדערש געקענט מקיים זיין. דערצו אז מען איז מטופל בבנים און פארנומען מיט מסחר, דאן איז נאך שווערער?! נאר הקב"ה האט אריינגעברענגט די תורה אין יעדן שטאפל פון לעבן, סיי וואס מען טוהט, זאל מען קענען מקיים זיין א מצוה. ביים בויען א שטוב – א מעקה, מזוזה, סוכה. ביים פלאנצן, ערלה, כלאים, מעשר, תרומה אא"וו. אזוי אויך א איד וואס איז עוסק אין מסחר האט זיינע מצוות – מדות משקלות, גזל, אונאה, איסור הסתכלות בנשים. און דאס איז פשט, האט דער רבי אויסגעפירט: "יגדיל תורה ויאדיר".

אמאל האט דער רבי געזאגט פאר א איד א דענקער און גרויסער קאפ אבער ל"ע א לא יוצלח: "ווייסטו פשט אין פסוק לא לחכמים לחם? הקב"ה זאגט, דו האלטסט זיך פאר א חכם? גיי'זשע אליין זיך זוכן א פרנסה."

אין קאצק האט מען געלערנט מיט אן אויסערגעווענליכן התמדה. ווינטער באלד נאך מעריב האט מען זיך געזעצט לערנען, און ערשט אויפצומארגנס מיטאג, אדער נאך שפעטער האט מען זיך געכאפט אז "האיר השחר"! אזוי האט מען אריינגעלערנט איבער 15 שעה בהעלם אחת מיט א געוואלדיגע יגיעה, און גארנישט באמערקט ווי די זייגער רוקט זיך.

טראץ די גרויסע עבודה אין לערנען האט דער רבי שטענדיג געפאדערט פון די חסידים זיי זאלן זיך בודק זיין בחורים ובסדקים, חלילה זיך נישט פאָפּן. "איך האב שוין דורכגעלערנט גאנץ ש"ס," האט אמאל א חסיד, אן עילוי'שער אינגערמאן דערציילט מיט פרייד פאר'ן רבי'ן. "און וואס האט ש"ס דיך אויסגעלערנט?" האט דער רבי נישט נאכגעלאזט.

לערנען מיט אן אמת'ן גאנג, נישט קיין פילפולים גג על גג וואס שטימען נישט אלעמאל מיט'ן אמת, אזוי האט דער רבי מדריך געווען זיינע חסידים. אזוי ווי זיין איידעם דער סאכאטשאווער רבי שרייבט אין הקדמה פון זיין ספר אגלי-טל:

"איך בין דערנאך אריין לפני ולפנים אין הויז פון מיין שווער דעם קאצקער רבי'ן זצ"ל, דער מקור פון חכמה ותבונה. פון אים האב איך געלערנט דעם דרך העיון און פון אים בין איך געוואויר געווארן וואס עס מיינט חידושי תורה, ווייל נישט אלע פלפולים זענען חידושים."

אין קאצק האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון מופתים. "מחי' מתים זיין געהער צו השי"ת," האט מען געזאגט אין קאצק. "א רבי פון חסידים דארף מחי' זיין לעבעדיגע מענטשן!"

און דער שרף פון קאצק האט טאקע מחי' געווען נישט נאר זיין אייגענע דור, ווייל די השפעה פון דעם פלאם-פייערדיגן קאצקער חסידות און די הייליגע תלמידים וואס ער האט אויפגעשטעלט שפירט מען נאך ביזן היינטיגן טאג.

זיעואכי"א
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

י. מענדעלסאהן. דאס איז א מייסטערווערק!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

לרום מע"כ הגבאים הע"י,

בעקבות אשכול זו התחילו פה בפארום על הצדיקים להפריד בין הדבקים, בין סיפורים לדיונים,
כעין שעשו בפארום מדי שבת בשבתו ומועד במועדו, שהפרידו בין דיונים ועיונים לליקוטים וענינים,
חושבני שאין צריכים להזכיר שלדאבונינו בעקבות אשכול הנ"ל אבדנו מבין שורותינו חד מחברינו היקרים ההוא סבא יקירא, שהעלה בדרגות רבות קרן הפארומים התורנים, והתואר עשיה להצלחתם שלא על מנת לקבל פרס מוחוורת לעומת עבודתו.

ע"כ מה שעשה מו"ה יודל מענדלזאהן הי"ו שהתחיל אשכול נפרד בסיפורים על הרה"ק מ'קאצק לא רק שטוב הוא,
[כאילו צריך להסכמתי], אלא דבר מוצלח הוא ובמקומו הראוי לה, ולא היה צריך להיאחד.

איני אומר קבלו דעתי, אבל תקוותי שדברי יעשו רושם, ואשרי הדור שגדולים נשמעים לקטנים, ומודין דרבנן היינו שבחייהו.

לטענה שיכול להיווצר היתכן אני כותב דבר כזה בפרהסיא במקום בתיבה האישית,
ראשית עשייתכם היתה ג"כ בפומבי, שנית תשלחו אלי את הגאגעל או היאהו שלכם ואתקשר אליכם דרכם.
ועמך כולם צדיקים
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

שמעו נא רבותי והבינו
על מה ולמה זאת עשינו
חשבנו, ובדעה היינו
מין במינו בשמא ובכינוי
אם כי נחלקו בטעמא ושינו
כאחת נחשבו ודינו
ועכשיו, אחר כי ראינו
כי לכאורה טעינו
ובפרט כשבקשת הרב מביקסאד קרינו
למה תעשו זאת לאחינו
למקומו החזרנוהו, ומחילה נבקש בפינו.

שבתא טבא
בלב ובמחשבה
בשמחה ובאש להבה.

ה"כ דברי
גבאי ביהמ"ד
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בן בוזי האט געשריבן:י. מענדעלסאהן. דאס איז א מייסטערווערק!
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זייער שיין ר' יודל, יישר כחכם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

scy4851 האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:י. מענדעלסאהן. דאס איז א מייסטערווערק!



ר' שמחה, איך שטעל זיך פאר אז איר האט אין אכט גענומען דאס איר טוט צוטירן מיין שרייבונגען, אבער דעריבער טוט איר פעדערן מיט דיקערע בוכשטאבען בן בוזי האט געשריבן:, נו פארוואזשע זאלט איר נישט שרייבן ביי אייער אוועטער בן בוזי האט זיך באוויזן?

בן בוזי האט זיך באוואוזן:
אטעטשמענטס
379.gif
379.gif (8.12 KiB) געזען 3513 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

כ'האב ערשט איצט באמערקט ווי שטארק איר ענדלט טאקע. איר זענט אפשר צווילינגען? מען מוז זאגן אז יא. ווייל יעדער ווייסט דאך אז אין קאצק איז מען געווען גאר שארף קעגן די נאכמאכערס...

און טאמער איז עס א גילגול אדער דיבוק באלאנגט עס אין א צווייטע אשכול!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' יודל,
עס איז דער זעלבער מענטש נאר אויסגעדרייט.
איך האב גענומען דער בילד ווארשיינליך פון זעלבען סייט וויא בן בוזי האט גענומען זיינס.
the SCY is the limit
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

scy4851 האט געשריבן:ר' יודל,
עס איז דער זעלבער מענטש נאר אויסגעדרייט.
איך האב גענומען דער בילד ווארשיינליך פון זעלבען סייט וויא בן בוזי האט גענומען זיינס.


איר האלט אז איך בין נאאיוו גענוג צו קלערן דאס איז א בילד פון אייער אייגן לעכטיג צורה?! :roll:

איר זאגט אוודאי סארקאסטיש?! :wink:
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

רבי מנחם מענדל מקאצק זצוק"ל -יאצ"ט כ"ב שבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

השרף הק' מקאצק נולד לאביו רבי יהודה לייביש מארגענשטערן בעירה גוראי בשנת תקמ"ז. כבר בגיל 13 היה בקיא בש"ס ומפרשיו. חתן רבי אייזיק ניי מטאמשאוו, ושם נתקרב לחסידות. ובזוו"ש חתן רבי משה חלפן מווארשא. תלמידם של החוזה מלובלין ושל והיהודי הק' ורש"ב מפארשיסחא. אדמור בטאמשאוו, ואח"כ בקאצק. מנהיג מיוחד,תקיף וחריף דעת בלתי מצוי. כל דיבור שלו היה מלא חריפות וקולע אל השערה. כל ימיו חתר אל האמת, ובז לכסף ולכל תענוגי העולם. רבים מאברכי פולין הלמדנים והחריפים נסעו אליו. עשרים שנה התבודד ולא רצה לראות פני איש. נסתלק כ"ב שבט תרי"ט.
מתלמידיו: בעל חידושי הרי"ם מגור, ורבי חנוך העניך מאלכסנדר.
בניו: רבי בנימין,חתן רא"מ בן הרי"ם מגור,רבי משה ירוחם.
חתניו: רבי דוב זאב הכהן רפפורט אב"ד קאצק, והגה"ק בעל אבנ"ז מסאכאטשאוו.
זי"ע ועכ"י.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

הרב מסטרעטען שלחתי לך הודעה פרטית

viewtopic.php?f=31&t=10476
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אם כבר, אז שיהיה, שושלת קאצק.
ועמך כולם צדיקים
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

leiby האט געשריבן:הרב מסטרעטען שלחתי לך הודעה פרטית

viewtopic.php?f=31&t=10476

לפני שפתחתי אשכול על הגה"ק מקאצק זי"ע, רציתי מאכן זיכער שעדיין אין אשכול אודותיו, אז בדקתי הן ב" לוח היארצייטן ", והן ב" מפתח על הצדיקים" , וראיתי ששם מסומן עליו שאין עדיין אשכול אודותיו?? ולכן פתחתי האשכול.
אולי מישהו מחבירינו היקרים יוכל להחכימיני במה אדע בפעם הבאה אם אפשר לפתוח אשכול חדש על מישהו מרבוה"ק?
יישר כוחכם , און א גיטן פרעייליכן ליכטיגן שבת "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם" - "פתח ר"ש ואמר וכו' אילין אינון סידורין דגילגולא " וכו'.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

איך האב געמאכט ctrl f ביים מפתח אין אריינגעלייגט "קאצק"
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

ישר כוח
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איינער קען מיר אפשר געבן צו פארשטיין וואס דא שטייט?

ווער איז זי געווען?
אטעטשמענטס
Capture.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קובר געוועזן מיט א טלית קטן? וואס נאך?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

און צוויי חסידית'טעס האבען מספיד געווען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

משהו לא מסתדר פה
הזקנה נפטרה בשנת תרצ"ט והיתה אלמנת הה"ק מקאצק?,
אם היתה בת 97 והה"ק מקאצק נפטר תרי"ט מתי נישאת לו? בשבע שנות הסגירה? לא מסתבר
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יהיה כן האט געשריבן:משהו לא מסתדר פה
הזקנה נפטרה בשנת תרצ"ט והיתה אלמנת הה"ק מקאצק?,
אם היתה בת 97 והה"ק מקאצק נפטר תרי"ט מתי נישאת לו? עשרים שנות הסגירה? לא מסתבר


לויט ווי כ'דענק האט דער קאצקער רבי בזוו"ש סייווי חתונה געהאט בשנות הסגירה, ממילא דאס פאר זיך איז נישט אזא שווערע קשיא. די שאלה איז בכלל צו דער רעבעצין השנית איז נפטר געווארן בחייו, אז ער זאל אפילו קענען חתונה געהאט בזווג שלישית. און בכל אופן לייענט זיך עס עפעס שווערליך, גבאי'טע, רעבעצין, זינענבערג...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
מורגנשטרן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2013 3:18 am

החתונה בזווג שני היה בשנת תקצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מורגנשטרן »

לפני ההתבודדות, בתקצ"ט נולדו התאומות בת"ר נולד הרה"ק בנימין ובסוף תר"א נולד בן הזקונים הרה"ק מש ירוחם ואז גם הוסיפו 2 חדרים ליד חדרו של השרף
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:השרף הק' מקאצק... חתן רבי אייזיק ניי מטאמשאוו.


ניי או רייז?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מנחם מענדל מארגענשטערן מקאצק זי"ע - כ"ב שבט תרי"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע קאצקער זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: רבי מנחם מענדל מארגענשטערן מקאצק זי"ע - כ"ב שבט תרי"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

איך וועל איבערשרייבן עטליכע טייטשן פונעם הייליגן קאצקער זי''ע, עכ''פ וויאזוי איך האב עס פארשטאנען און מיט מיין שפראך (אלע גענומען פון רמתיים צופים פון זיין תלמיד).

לא יהיה בך קל זר - דער אייבערשטער זאל נישט זיין אין דיר פרעמד...

חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה - אויך ווען מען איז אלט דארף מען זיך פון פריש מחנך זיין אין עבודת ה'.

ר' אלעזר בן ערך חליש וכו' בעי למיקרי החודש הזה לכם אמר החרש היה לבם - אפילו אויב עס איז החרש היה לבם, די הארץ איז פארהאקט און קאלט, אעפ''כ החודש הזה לכם, זאל מען זיך באנייען אין עבודת ה' און די תורה איז נאך אלץ שייך לכם - פאר אזא מענטש.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”