ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו
אז מ'רעדט פון אידישקייט אין אמעריקע בימים ההם, עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו דאווענען תפלת שחרית אין בית הכנסת קשר ישראל אין האריסבורג, פא. (בגלילות סקרענטאן...) זייענדיג דארט האב איך באמערקט די ספרים פון הרב ר' אליעזר סילווער ז"ל דערפאר וואס ער האט געדינט אלס דער ארטיגער רב איידער ער איז געגאנגען קיין סינסינעטי (אינצווישען איז ער געווען רב אין ספרינגפיעלד מאס.)
אזוי בלעטערענדיג בספריו האב איך געזעהן אז שפעטער האט אים ממלא מקום געווען דארט אין האריסבורג בנו ר' דוד לייב סילווער ע"ה אלס רב הקהילה, איז מיר פארשטענדליך אינטערעסאנט געווען צו דערגיין מה היה טיבו של בנו ומ"מ, זייענדיג דער זוהן פון דעם פאפולערן רב און עסקן ציבורי מפורסם לתהילה, אהיימקומענדיג האב איך אנגעשריבען א בריוול צו היינטיגען רב דארט ר' עקיבא מיילס הי"ו אנפרענגדיג אביסל תולדות ר' דוד לייב סילווער.
דער רב האט מיר געענטפערט מיט א ביכל אין ענגליש נעמליך 'Silver Lining וואס דער דערמאנטער ראביי סילווער האט געשריבען בשנת תשנ"ז אלט ווערנדיג 90 יאר (ער איז שפעטער אוועק ונטמן בהאריסבורג ולאחרונה נפנה גופו לאר"י) ער שרייבט דארט זיינע זכרונות און אביסל פון זיינע פעולות.
דאס הארץ איז מיר ממש אויסגעגאנגען לייענענדיג ווי ווייט א זוהן פון א רב מפורסם מתלמידי הגרח"ע מווילנא איז געגאנגען פון זיין פאטער, אלעס ווייל ער איז געבוירן געווארן און אויפגעקוואסן על אדמת אמעריקא בימים ההם אשר איש כל הישר בעיניו יעשה.
דער זוהן איז געבוירן אין נ.י. בשנת תרס"ז און קורץ דערנאך איז ער אריבער מיט זיין פאטער קיין האריסבורג, קיין תלמוד תורה איז געוויס נישט געווען איז ער געגאנגען אין פאבליק-שולע, זיין טאטע האט אים געדינגען א מלמד צו דער זייט ביז ער איז גרעסער געווארן און ער איז געפארן קיין נ.י. צו די דעמאלטסדיגע 'ישיבת רבנו יצחק אלחנן' (היינט ישיבה יוניבערסיטי) פון דארט איז ער שפעטער געגאנגען אין א סעקולערער קאליזש.
ער אליינס שרייבט אז זיין פאטער פאר זיך איז געווען א פשרה'לאזער איד, אבער אויף די שטוב האט ער שוין נישט געהאט אזא השפעה, ער איז געבליבען א רווק פאר עטליכע יאר און די קהילה אין האריסבורג האט אים אזוי אויפגענומען פאר רב (!) וואס איז געווען זיין מעלה? אז ער האט געקענט זאגען דרשות אויף ענגליש און די נייע מעמבערס האבן שוין קיין אידיש נישט געקענט.
אין די קהילה זעלבסט זענען עמטליך רוב מיטגלידער געווען מחללי שבתות (דאס שרייבט ער אליינס), קיין בארד האט ער זיך קיינמאל נישט געלאזט וואקסן טראץ וואס ער אליינס שרייבט אז עס האט וויי געטאן פאר זיין פאטער, און אזוי שרייבט ער נאך ווייטאגליכע פאקטן וואס ער מיט זיין מאדערנעם בליק נעמט אן דעם אמעריקאנעם 'בוחר הרע במיעוטו' תירוצים.
למעשה האט ער שפעטער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א רעליגיעזע פאמיליע אין נ.י. ער האט אויפגעשטעלט א שטוב פון דריי טעכטער און איין זוהן, די טעכטער זענען מער-ווייניגנער געווען לערערינס אין די פאבליק-שולעס, איינע האט געוואונט אין ראשטעסטער נ.י.
דער זוהן ור' אהרן סילבר האט אויך שטודירט אין YU און ער פארעכנט זיך אלס תלמיד פון רי"ד סאלאוויצק פון באסטאן, ער וואונט היינט אין ארץ ישראל ווי ער דינט אלס ראש-ישיבה אין ישיבת 'כרם ביבנה'.

הפרדס - אדר תרצ"ג באשרייבט די שמחת הכתרת ר' דוד לייב סילווער-זילבר לרב בקהל 'כתר ישראל' (שפעטער איז די נאמען געטוישט געווארן צו 'קשר ישראל') אין האריסבורג.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
דא איז א לינק צי די נו יארק טיימס מודעה ווען ר' דוד זילבער איז נפטר געווארען
http://www.nytimes.com/2001/07/11/class ... vid-l.html

the SCY is the limit
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35146
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער א דאנק פאר די ידיעות, דאס וואס דו ברענגסט פון הרב סילווער איז א קלאסישע דוגמא ווי אזוי קינדער אפילו פון גאר ערליכע עלטערן זענען גאר שנעל נימוח געווארן אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ, כ"ש וכ"ש די פון שוואכערע עלטערן וואס ביי זיי איז שוין ביים ערשטן דור וואס איז דא געבוירן געווארן נישט געווען קיין זכר פון אידישקייט, חורבן אמעריקע ביי איר הויכפונקט.
מיר אלס עלטערן פון קינדער דארפן דאס שטענדיג צו האלטן פאר די אויגן און וויסן אז קיינער איז גאראנטירט און מ'ברויך אסאך אסאך טרערן פארגיסן אז מען זוכה זיין שלא ימישו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך עד עולם.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קודם א דאנק פאר אלע מגיבים ומברכים, יוסף ה' עליכם אלף פעמים ויברך אותנו כאשר דבר לנו.
ישר-כח ר' שמחה פאר די לינק, איך ברענג דא די פולע טעקסט, און דערנאך מיינע קאמענטארן.
דאס איז א באצאלטער אנאנס וואס דר. נארמאן (נחום) לאם דער פרעזידענט פון YU און די אנדערע באורד מעמבערס האבן אריינגעשטעלט אין די טיימס בשנת תשס"א נאך זיין פטירה, עס איז כדאי צו באמערקן אז איין איידעם פון ראביי סילבר איז טאקע אויך געווען א רב ר' דוד קאהן (כעת לא הגעתי לברר יתר פרטים אודותיו).
ווי אויך זעהט מען אז ביי זיין פטירה האט נאך געלעבט א טאכטער פון ר' אליעזר סילבר מרת. אייזנשטיין, און די הקדמה פון איינע פון זיינע ספרים שרייבט ר' אליעזר סילבר איבער זיין איידעם דר. אייזנשטיין אז בשעתו איז ער געווען פון די איינציגסטע ארטאדאקסישע און שטרענג רעליגיעזע דאקטוירים על אדמת אמעריקא.
ר' אליעזר סילבר האט געהאט נאך אז זוהן און א טאכטער וועלכער האט חתונה געהאט צו הרב יהודה גרשוני וועלכער איז געווען א גרודנא תלמיד בראשות הגר"ש שקאפ זצ"ל, ער איז געווען א גרויסער עילוי זיין שווער האט זיך זייער אויפגעטאן מיט אים, נאך גרודנא האט ער געלערנט אין אר"י ביי הראי"ה קוק ווי ער שפעטער געווארן פון די ראשי ישיבה אין 'ישיבת מרכז הרב'.
פאר א צייט איז ער אויך געווען דא אין אמעריקא ווי ער האט מייסד געווען א ישיבה בשם 'ישיבת תורת אר"י', ער האט איבערגעלאזט אסאך חיבורים אויף קאמפליצירטע הלכות אין רמב"ם.
scy4851 האט געשריבן:דא איז א לינק צי די נו יארק טיימס מודעה ווען ר' דוד זילבער איז נפטר געווארען
http://www.nytimes.com/2001/07/11/class ... vid-l.html
ישר-כח ר' שמחה פאר די לינק, איך ברענג דא די פולע טעקסט, און דערנאך מיינע קאמענטארן.
SILVER-Rabbi David L. Yeshiva University and its affiliated Rabbi Isaac Elchanan Theological Seminary mourn the passing of one of the oldest rabbinic alumni, who was spiritual leader of Kesher Israel Congregation, Harrisburg, PA, for 50 years until his retirement in 1983 and remained active in the community until last year. An internationally admired scholar and rabbinic leader, he received an honorary doctorate from YU in 1960. He was deeply devoted to his alma mater, working tirelessly to advance its various scholarship programs. The Rabbinic Alumni honored him in 1997 for his dedicated efforts. A man of both great charm and integrity, he was widely beloved and respected. We extend our heartfelt condolences to children, Rabbi Ahron (and Shoshana) Silver, Basya (and Larry) Zucker, Malka (and Joel L.) Morris, and Adina (and Rabbi Dovid) Cohen; sister, Yetta Izenstein, a YU Guardian with her late husband, Dr. Louis Izenstein; grandchildren; greatgrandchildren; and the entire family. May they be comforted among the mourners of Zion and Jerusalem. Dr. Norman Lamm, President Yeshiva University Robert M. Beren, Chairman YU Board of Trustees Julius Berman, Chairman RIETS Board of Trustees
דאס איז א באצאלטער אנאנס וואס דר. נארמאן (נחום) לאם דער פרעזידענט פון YU און די אנדערע באורד מעמבערס האבן אריינגעשטעלט אין די טיימס בשנת תשס"א נאך זיין פטירה, עס איז כדאי צו באמערקן אז איין איידעם פון ראביי סילבר איז טאקע אויך געווען א רב ר' דוד קאהן (כעת לא הגעתי לברר יתר פרטים אודותיו).
ווי אויך זעהט מען אז ביי זיין פטירה האט נאך געלעבט א טאכטער פון ר' אליעזר סילבר מרת. אייזנשטיין, און די הקדמה פון איינע פון זיינע ספרים שרייבט ר' אליעזר סילבר איבער זיין איידעם דר. אייזנשטיין אז בשעתו איז ער געווען פון די איינציגסטע ארטאדאקסישע און שטרענג רעליגיעזע דאקטוירים על אדמת אמעריקא.
ר' אליעזר סילבר האט געהאט נאך אז זוהן און א טאכטער וועלכער האט חתונה געהאט צו הרב יהודה גרשוני וועלכער איז געווען א גרודנא תלמיד בראשות הגר"ש שקאפ זצ"ל, ער איז געווען א גרויסער עילוי זיין שווער האט זיך זייער אויפגעטאן מיט אים, נאך גרודנא האט ער געלערנט אין אר"י ביי הראי"ה קוק ווי ער שפעטער געווארן פון די ראשי ישיבה אין 'ישיבת מרכז הרב'.
פאר א צייט איז ער אויך געווען דא אין אמעריקא ווי ער האט מייסד געווען א ישיבה בשם 'ישיבת תורת אר"י', ער האט איבערגעלאזט אסאך חיבורים אויף קאמפליצירטע הלכות אין רמב"ם.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35146
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:ר' אליעזר סילבר האט געהאט נאך אז זוהן און א טאכטער וועלכער האט חתונה געהאט צו הרב יהודה גרשוני וועלכער איז געווען א גרודנא תלמיד בראשות הגר"ש שקאפ זצ"ל, ער איז געווען א גרויסער עילוי זיין שווער האט זיך זייער אויפגעטאן מיט אים, נאך גרודנא האט ער געלערנט אין אר"י ביי הראי"ה קוק ווי ער שפעטער געווארן פון די ראשי ישיבה אין 'ישיבת מרכז הרב'.
פאר א צייט איז ער אויך געווען דא אין אמעריקא ווי ער האט מייסד געווען א ישיבה בשם 'ישיבת תורת אר"י', ער האט איבערגעלאזט אסאך חיבורים אויף קאמפליצירטע הלכות אין רמב"ם.
הפרדס באשרייבט די חתונה, אינטערעסאנט אז די באווארפן איז געווען ביים מחותן אין סינסיעטי:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=12125&pgnum=4
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דער חידוש איז גרעסער, ווייל עס ווערט בכלל נישט דערמאנט ווער דער אבי החתן איז (דער נאמען גרשוני איז נישט אריגינעל, זיין טאטע איז געווען ר' גרשון יצחק סורוקשבל פון גרודנא ועל שמו האט ער זיך א נאמען געגעבן 'גרשוני').
עס איז מסתבר איז זיין טאטע האט שוין נישט געלעבט דעמאלטס, ווארשיינליך איז ער אומגעקומען ביים קריג, און דער זוהן וויבאלד ער איז געווען אין אר"י איז ער געראטעווען געווארן.
ספר חוקות הפסח להרב גרשוני

מיללער האט געשריבן:דער חידוש איז גרעסער, ווייל עס ווערט בכלל נישט דערמאנט ווער דער אבי החתן איז (דער נאמען גרשוני איז נישט אריגינעל, זיין טאטע איז געווען ר' גרשון יצחק סורוקשבל פון גרודנא ועל שמו האט ער זיך א נאמען געגעבן 'גרשוני').
עס איז מסתבר איז זיין טאטע האט שוין נישט געלעבט דעמאלטס, ווארשיינליך איז ער אומגעקומען ביים קריג, און דער זוהן וויבאלד ער איז געווען אין אר"י איז ער געראטעווען געווארן.
ספר חוקות הפסח להרב גרשוני
נאר האלב פון מיין השערה איז אמת....
קודם א גרויסן ישר כח מילער, כ'האב נאכנישט געזעהן דעם אשכול בעפאר און ס'פרעגט זיך אליין: ווי ביזטו געווען ביז איצט.
די טאכטער פון ר 'אליעזר וואס האט געוואוינט אין ראטשעסטער האב איך כמעט זיכער געזעהן בחודש סיון שנת תשנ"ט זייענדיג אין ראטשעסטער. כ'דענק אויף זיכער אז א פרוי האט געזאגט אז זי איז א (טאכטער אדער אייניקעל, יעצט טראכט איך אז ס'האט געקענט זיין אן אייניקעל) פון ר' אליעזר סילווער.
די פרוי איז געווען א שומר תומ"צ און אויב כ'דענק גוט האט זי געטראגן א שייטעל.
---
חורבן און רעטונג די געשיכטע פון וועד הצלה.
---
אט איז א קול קורא פון וועד הצלה פאר מעות חטים אין הפרדס אדר תש"ט.
די טאכטער פון ר 'אליעזר וואס האט געוואוינט אין ראטשעסטער האב איך כמעט זיכער געזעהן בחודש סיון שנת תשנ"ט זייענדיג אין ראטשעסטער. כ'דענק אויף זיכער אז א פרוי האט געזאגט אז זי איז א (טאכטער אדער אייניקעל, יעצט טראכט איך אז ס'האט געקענט זיין אן אייניקעל) פון ר' אליעזר סילווער.
די פרוי איז געווען א שומר תומ"צ און אויב כ'דענק גוט האט זי געטראגן א שייטעל.
---
חורבן און רעטונג די געשיכטע פון וועד הצלה.
---
אט איז א קול קורא פון וועד הצלה פאר מעות חטים אין הפרדס אדר תש"ט.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35146
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
די ערשטע צוויי בילדער איז פונעם רבנים מארש אין וואשינגטאן
- אטעטשמענטס
-
- rabbi_06procl.jpg (33.29 KiB) געזען 6186 מאל
-
- Rabbi_Eliezer_Silver2.jpg (29.21 KiB) געזען 6185 מאל
-
- L_101.jpg (20.79 KiB) געזען 6185 מאל
-
- Rav_Eliezer_Silver.jpg (8.86 KiB) געזען 6184 מאל
לעצט פארראכטן דורך 11211 אום מיטוואך פעברואר 03, 2010 10:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
'איש ההלכה והמעשה' ספר לתולדות הגאון ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

יוסלמאן האט געשריבן:א ברכת השנה פון רבי אליעזר ז"ל אין הפרדס תשרי תשט"ו.להרבנים הגאונים וכו' לבני הרב ר' דוד לייב, רעיתו ונכדתי, לבני ד"ר נתן נטע ורעיתו ובניהם, לחתני ד"ר ארי' לייב ובתי יוכבד ובניהם, ולבתי פרמא פעשע, ולחתני הגאון העילוי ר' יהודה גרשוני שליט"א, ובתם וכו'
דער איידעם פון הגר"א סילווער האט געהייסן אייזענשטיין אויף די משפחה נאמען, זעה דא:
Rabbi Silver’s shul in Cincinnati – Knesseth Israel (now called Zichron Eliezer) is looking for any photos, teshuvos, letters, or any other information on HaGaon Rabbi Eliezer Silver zt”l
to be included in the upcoming publication of a book on the 100 year history of Rabbi Silver’s shul in Cincinnati, Ohio, and Rabbi Silver’s klal work including saving Jews during the Holocaust, the Vaad Hatzalah, Agudas Harrabonim and Agudas Yisroel.
They are also looking for people who have recollections of Rabbi Silver or on the frum Jewish history of Cincinnati to interview for this project.
If you have any photos, documents, letters, items and are willing to share copies of or are willing to be interviewed, please contact via email: [email protected]
http://kevarim.com/rabbi-eliezer-silver/#comment-232877