משפחת רבנים באונגארן לבית וואהל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

משפחת רבנים באונגארן לבית וואהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

לכוד חכמי הקרעטשמע היקרים
איך זוך אינפארמאציע אויף די חשובע משפחת וואהל פון אונגארן וואס האבן משמש געווען ברבנות בעיר ה. מאד די פאטער ר' משה וואהל ואחריו בנו ר' ישראל עוזר וואהל וואס ווערט דערמאנט אין חת"ם סופר און אויך אין השיב משה מראה יחזקאל ועוד,
איז דא עפעס ספרים פון זיי ?
איז דא עפעס אייניקלעך פון זיי ?
איז דא עפעס בילדער פון זיי אדער פון זייערע קברים ?

ובטוח אני בחברי הקרעטשמע שלא יאכזבו ולא יכזבו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד החבר הנודע למשגב,

ר' שמואל הכהן שווארץ ב"ר נפתלי ממאד, האט געדרוקט א חיבור בשם תולדות גאוני הגר ווי ער באשרייבט די גדולים ורבנים אשר מנוחתם כבוד אין שטאט מאד, דער ערשטער וועם ער באשרייבט (אויף עמוד 9 מדפי היברו-בוקס) איז ר' משה וואהל, און שפעטער (עמוד 13) בנו ר' ישראל עוזר וואהל, כולל זייער נוסחאות המציבות.

אפשר קענט איר שרייבען פונקטליכער וועלכע אינפארמאציע איר זוכט איבער זיי?
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

ייש"כ הרב מיללער
איך זיך אייניקלעך בכלליות,
ובפרטיות, אין ליסקא האט געוואוינט אין די תר"ס יארן א חשובע פרוי אשה יראת ה' מרת סעריל לבית וואהל זי איז געווען אשת ר' זאב וואלף הלוי לאווי ע"ה (זיידע פון אסאך חשובע משפחות) איך וואלט געוואלט וויסן אויב ס'איז דא א שייכות צווישן די משפחות,
מרת סעריל הנ"ל האט געהאט א אייניקל וואס האט געהייסן עוזר וואס דאס מאכט אביסעל שטערקער די קשר.

ובטוח אני בחברי הקרעטשמע שלא יאכזבו ולא יכזבו
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

איינער שיקט מיר יעצט אז הרה"ח המרומם ר' נתנאל פארקאש ז"ל איז געווען א אייניקל פון ר' וואלף הנ"ל, נישט וויסענדיג וויאזוי,
מי שיש לו יותר פרטים ימחול וישיב
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

די וואהל משפחה פון אונגארן זענען אייניקלעך פון ר' שאול וואהל?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

אזוי שטייט בספר הנ"ל
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

דאכציך מיר אז ר' ישראל עוזר וואהל האט געהאט א זון ר' אשר וואס איז געווען דיין אין קראלי.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

יא א שוטה זאגט אויך אמאל א גוט ווארט !
בספר הנ"ל שטייט אז הדיין המצויין בקהילת קראלי ר' אשר וואהל ז"ל איז געווען א זוהן פון ר' ישראל עוזר, ר' אשר איז נפטר געווארן ז' כסליו תר"א ומנוח"כ בבית החיים בקראלי.
ספר.הערוך
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 9:01 pm

Re: משפחת רבנים באונגארן לבית וואהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספר.הערוך »

נודע למשגב האט געשריבן:ייש"כ הרב מיללער
איך זיך אייניקלעך בכלליות,
ובפרטיות, אין ליסקא האט געוואוינט אין די תר"ס יארן א חשובע פרוי אשה יראת ה' מרת סעריל לבית וואהל זי איז געווען אשת ר' זאב וואלף הלוי לאווי ע"ה (זיידע פון אסאך חשובע משפחות) איך וואלט געוואלט וויסן אויב ס'איז דא א שייכות צווישן די משפחות,
ובטוח אני בחברי הקרעטשמע שלא יאכזבו ולא יכזבו

אין די הקדמה פונעם ספר נזיר ה' וסמיכת משה, שרייבט דער מו"ל (בשנת תרכ"ט), ר' שמואל שמעלקא הלוי הורוויץ מסאניק, בזה"ל: אמם היא זוגתי תחי' מרת סערל בת הרבני הנגיד מוה' זאב וואלף וואהל, בהרב החריף מוה' יצחק אייזיק וואהל מפרעמיסלא, חותן המלך הגאון מוה' אהרן משה טויביש האבד"ק יאסי.
טרעפן מיר דא א מרת סערל לבית וואהל, וואס איר "טאטע" האט געהייסן ר' זאב וואלף.
ספר.הערוך
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 9:01 pm

Re: משפחת רבנים באונגארן לבית וואהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספר.הערוך »

הגאון בעל בית יצחק, שרייבט אין די הקדמה: מנשים באוהל תבורך, אמי מורתי הצנועה והחסידה הצדקית מ' מרים מירל תחי' בת הרב המופלג הגביר מ' מאשיל וואהל זצ"ל, נכד הגאון מהר"ם מלובלין ומהר"ם פאדווא, והגאון מ' העשיל זצ"ל, ושאר גאונים וקדושים. ואמה היתה אשת הרב מ' מאשיל בת הגאון מ' אברהם צבי אבד"ק הושאטין חתן הגאון מ' זלמן אבד"ק אוסטרא, בן לאותו צדיק הגאון המפורסים בעל חכם צבי זצ"ל.

ר' מאשיל (משה שאול) וואהל האט געהאט א זוהן ר' שמואל וואהל, דער בית יצחק דערמאנט אים (סוף או"ח בקונטרס צלעות הבית סי' ז) בזה"ל: מאהבת נפשי לדודי הרב החריף הגביר הישיש הירא וחרד מושלם במעלות ומדות, זקן שקנה חכמה, מ' שמואל וואהל נ"י מטיסמניץ כעת מקום משכנו בק' יאסי, אעתיק פה מכתבו לשום לו מזכרת בספרי.

פאלגענד איז די מציבה פון ר' שמואל, אין שטאט יאס.
ר' שמואל ב''ר משה שאול וואהל, יאסי.PNG
ר' שמואל ב''ר משה שאול וואהל, יאסי.PNG (216.93 KiB) געזען 331 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”